פרעזידענט ביידען דורכפעלער
לאמיר האפן ס'זאל נאר זיין גוטע זאכן און נישט קיין דורכפעלער, ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בעסער אזוי האט געשריבן: פרישע שטראם פון אימיגראנטן און פליטים ביים גרעניץ פון מעקסיקא קיין אמעריקע צוליב לויזערע רעגולאציעס
ב' כי תשא פ״א
צווישן אַנדערן האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט א גרופּע פּליטים און אימיגראַנטן פון א קעמפּ אין מאטאמאראוס, מעקסיקאָ, נישט ווייט פון בראונסוויל, טעקסאַס, און זיי זענען אויפן וועג קיין אַמעריקע. דאָס קומט צוליב וואָס די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז יעדער וואָס קומט און געבט אַריין א פּליטים אַפּליקאַציע וועט אַריינגעלאָזט ווערן קיין אַמעריקע ווילאַנג זייער אַפּליקאַציע ווערט איבערגעקוקט.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/35116
בעסער אזוי האט געשריבן: פרישע שטראם פון אימיגראנטן און פליטים ביים גרעניץ פון מעקסיקא קיין אמעריקע צוליב לויזערע רעגולאציעס
ב' כי תשא פ״א
צווישן אַנדערן האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט א גרופּע פּליטים און אימיגראַנטן פון א קעמפּ אין מאטאמאראוס, מעקסיקאָ, נישט ווייט פון בראונסוויל, טעקסאַס, און זיי זענען אויפן וועג קיין אַמעריקע. דאָס קומט צוליב וואָס די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז יעדער וואָס קומט און געבט אַריין א פּליטים אַפּליקאַציע וועט אַריינגעלאָזט ווערן קיין אַמעריקע ווילאַנג זייער אַפּליקאַציע ווערט איבערגעקוקט.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/35116
בעסער אזוי האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פאלט צו רוסלאנד
נאכדעם וואס געוועזענע פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט גענומען א שטרענגערע ליניע קעגן ווילאדימיר פוטין מיטן זיך ארויסציען פונעם נוקלאערן אפמאך צו וואס רוסלאנד האט זיך נישט געהאלטן, האט פוטין באוויזן מיט איין פאון קאל צו באיינפלוסן פרעזידענט ביידען אז ער זאל זיך צוריק אנשליסן אינעם דיעל
#פוטין'ס פאפעט
בעסער אזוי האט געשריבן: און די צייט וואס דער 'צוטיילנדער' פרעזידענט טראמפ האט דורכגעפירט צוויי גרויסע רעליף בילס מיט איין קלענערע - וואס האט ארויסגעהאלפן מיליאנען אמעריקאנער און אויסגעפלאטערט די וועג פארן געדאנק פון טיילן דירעקטע טשעקס פאר אמעריקאנע בירגער מיטארבעטנדיג מיט רעפאבליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך - האט דער 'יוניטי' פירער פרעזידענט ביידען דורכגעשטיפט א ביל אין קאנגרעס אן די שטיצע פון קיין איין רעפאבליקאנער, נישט אין קאנגרעס און נישט אין סענאט, אפילו אזעלכע רעפאבליקאנער וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו שטימען פאר אומפיטשמענט וואס דאס ווייזסט אז זיי זענען נישט אזוי געבינדן צו די פארטיי, דאך האבן זיי דא געפילט אז מ'קען נישט שטימען פאר אזא ביל
אפגערעדט פונעם פאקט אז ער האט נישט געקענט באקומען גענוג שטימען אין זיין אייגענע פארטיי דורכצושטיפן מינומעם וועידש העכערונג
פעיק ניוז האט געשריבן: איך זע נישט מיט וואס דער ביל איז ערגער פון דער לעצטער ספענדינג ביל וואס טראמפ האט דורכגעפירט "מיט די שטיצע פון רעפובליקאנער", סוף פון זיין טערמין.
כ'וויל האט געשריבן: אז ער האט געווינען איז אוכיעט א דורכפאל????
האלצשטיין האט געשריבן:כ'וויל האט געשריבן: אז ער האט געווינען איז אוכיעט א דורכפאל????
פייין..
בעצם אז ער לעבט נאך איז עס א דורכפאל פאר רעפובליקאנער..
גיי פארשטיי האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי בשעת די סטימוליס איז אדורך איז ביידנס עיפראוועל רעיטינג שטארק געפאלן, אויב דאס איז אמת איז דאס די גרעסטע דורכפאל פאר אים!
פרינדזשעס.. האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי בשעת די סטימוליס איז אדורך איז ביידנס עיפראוועל רעיטינג שטארק געפאלן, אויב דאס איז אמת איז דאס די גרעסטע דורכפאל פאר אים!
איינער שרייט צו מיר מיט גרויס טענות אז די בילל האט 80% אמעריקאנער עפראוועל רעיטינגס!
זאג איך אים אוודאי ווייל ווער וויל דען נישט באקומען בחינם טשעקס אן דארפן אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער?! עס האט אין מיינע אויגן 100% עפראוועל ריעטינגס....... ווארט נאר ווארט עס זאל אדורך גיין אפאר חדשים און מען וועט צוביסלעך הערן וואס עס שטייט אין די בילל וועט מען זעהן ווי שטארק אנעריקאנער פרייען זיך מיטן בילל,
הערט נאר אויס די 15 מינוטיגע ספיטש פון קעווין מעקארטי די וואך אין קאנגרעס ווי ער גייט אדורך די נארישע פראיאריטעטן פון די דעמס.
בל"נ וועלן מיר עס פילטערן און ארויפלייגן נאך שבת.