עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ווי קען מען קויפן עסן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן.
לאו דוקא רעסטוראנטן, סענדוויטשעס קען אויך צוניץ קומען
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אלע שפיטעלער האבן א ביקור חולים צומער. איז אויסגעהאלטן צו עסן און לייגן געלט אין די פושקע? (איך רעדט פון איינער וואס איז נישט אין שפיטאל, ער וויל נאר אריינגיין עסן)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דממה דקה האט געשריבן: ווי קען מען קויפן עסן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן.
לאו דוקא רעסטוראנטן, סענדוויטשעס קען אויך צוניץ קומען

וואס מיינט היימיש? איך מיין ס'דא געשעפטן מיט הכשר פון אודווארי, רב גאניש ועוד. איז דאס היימיש?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך רעד יעצט פון צענטער פון מאנהעטן, איך בין נישט דא פאר קיין ביקור חולים ב"ה
איז דא ערגעץ א ליסטע? זענען די געשעפטן אפן זינט קאוויד?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

B&H און אדאראמא האבן דאכציך ווענדינג מאשינען מיט די בעסיקס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אויף 47th סטריט איז דא אפאר אידישע געשעפטן
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

pre covid
פלעג איך אריינפאלן ביי ראביי ווארמאן'ס שול אויף 6 עוועניו און 38 סטריט
בדרך כלל פלעגט ער האבן גאלדן פלאו מילך און קאווע הגם נישט אייביג
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

היינט ווייס איך נישט וואו/וואס/ווען ער איז יא אדער נישט אפן
אויף 38 צווישן 5 און 6 איז אויך געווען א געשעפטל וואו מען האט געקענט באקומען היימישע מזונות אבער איך דענק נישט דעם נאמען און איך ווייס נישט צו ער איז נאך אפן
היינט צו טאגס דריי איך מיר מער נישט אין יענע געגנטער צופיל
אויף 47 סטריט האב איך אסאך מאל געזוכט א היימיש געשעפט און קיינמאל נישט געטראפן
עטליכע אויף 47 ? נאו וועי.
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

אויף broadway & 90 איז דא א קאושער סופערמארקעט זיי האבן היפש אסאך זאכן מיט א היימישע הכשר
Toyota
שר שלשת אלפים
תגובות: 3591
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Toyota »

https://g.co/kgs/oytrab

זיי האבן א שטיקל קאושר אייל, רייזמאנס מזונות מיט אוסם סופרסנעקס, וועיפערס וכדומה
בן משי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:41 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן משי »

ווייסט איינער וועלכע stake house אין מאנהעטן עס איז אויסגעהאלטן פאר היימשע יודן?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

OU
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7096
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Tevye
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2016 3:57 am

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tevye »

צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

זיי האבען געהאט OU אין אויך אודווארי ביז נישט צו לאנג צוריק, לעצטענס אראפגענומען אודווארי
בן משי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:41 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן משי »

צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

געהערט אמאל אז OU אין מאנהעטן מיט היימשע שחיטה קען מען זיך פארלאזן,, קען איינער דעיס קאנפירמען?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בן משי האט געשריבן:

OU איז OU. קען זיין געווענדליך ניצן זיי חסידישע שחיטה דארט אבער טאמער וועט פונקט נישט זיין קיין צו באקומען ריב סטעיק פון חסידישע שחיטה קלערסטי אז ער וועט נישט נעמען קיין אנדערע פלייש וואס איז כשר לויט זייערע סטאנדארטן? טאמער שטייט אויפן תעודות הכשר אז זיי ניצן נארפון חסידישע שחיטה, איז עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נישט טאמער זיי שרייבן אמאל אזוי.
ובכלל, חסידישע שחיטה מיינט אויך חב"ד, וואס זיי האבן פארשידענע קילות וואס איז נישט איבעראל אנגענומען. כך שמעתי און כ'ווייס נישט קיין דעטאלן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דריידל האט געשריבן:
בן משי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

געהערט אמאל אז OU אין מאנהעטן מיט היימשע שחיטה קען מען זיך פארלאזן,, קען איינער דעיס קאנפירמען?

OU איז OU. קען זיין געווענדליך ניצן זיי חסידישע שחיטה דארט אבער טאמער וועט פונקט נישט זיין קיין צו באקומען ריב סטעיק פון חסידישע שחיטה קלערסטי אז ער וועט נישט נעמען קיין אנדערע פלייש וואס איז כשר לויט זייערע סטאנדארטן? טאמער שטייט אויפן תעודות הכשר אז זיי ניצן נארפון חסידישע שחיטה, איז עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נישט טאמער זיי שרייבן אמאל אזוי.
ובכלל, חסידישע שחיטה מיינט אויך חב"ד, וואס זיי האבן פארשידענע קילות וואס איז נישט איבעראל אנגענומען. כך שמעתי און כ'ווייס נישט קיין דעטאלן.

וואספארא קולא האט חב"ד ביי שחיטה וואס איז נישט איבעראל אנגענומען?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אוהב ספרים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בן משי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

געהערט אמאל אז OU אין מאנהעטן מיט היימשע שחיטה קען מען זיך פארלאזן,, קען איינער דעיס קאנפירמען?

OU איז OU. קען זיין געווענדליך ניצן זיי חסידישע שחיטה דארט אבער טאמער וועט פונקט נישט זיין קיין צו באקומען ריב סטעיק פון חסידישע שחיטה קלערסטי אז ער וועט נישט נעמען קיין אנדערע פלייש וואס איז כשר לויט זייערע סטאנדארטן? טאמער שטייט אויפן תעודות הכשר אז זיי ניצן נארפון חסידישע שחיטה, איז עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נישט טאמער זיי שרייבן אמאל אזוי.
ובכלל, חסידישע שחיטה מיינט אויך חב"ד, וואס זיי האבן פארשידענע קילות וואס איז נישט איבעראל אנגענומען. כך שמעתי און כ'ווייס נישט קיין דעטאלן.

וואספארא קולא האט חב"ד ביי שחיטה וואס איז נישט איבעראל אנגענומען?

איך האב געשריבן אז איך ווייס נישט קיין דעטאלן. איינער וואס איז א משגיח אין א שלאכט הויז האט מיר אזוי געזאגט און מער ווייס איך נישט. קען זיין ביי שחיטה, ניקור, מליחה איך האב נישט קיין אנונג.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7096
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווייס איך נישט די פונקטליכע דעטאלען איבער זייערע קולות (נישט זייער, ס'יז לויט בעל התניא)

האביך פונקט געליינט אין די קולמוס אויסגאבע פון די משפחה, א שמועס מיט ר' הערשל שעכטער פון די OU און ישיבת רבי יצחק אלחנן איבער חלב ישראל, און ער ברענגט דארט אויף אז א בהמה טריפה איז דאך אויך די מילך דערפון נישט כשר.

אין פרייער איבערזעצונג
איך (הרב שעכטער) האב געפרעגט הרב אלישיב ווי פאלגענד: עס איז פערהאן א פאקטישע פראצענט פון בהמות וואס זיי זיינען טריפה, וואס זיי האבען סירכות אין זייערע לונגען. עס איז אויך באוואוסט אז די פראצענט פון טריפה'נע בהמות אין די פאראייניגטע שטאטען איז איבער צעהן פראצענט.
הר' י"ד סאלאווייטשיק, וואס פלעגט זיין דער משגיח אין באסטאן, האט געזאגט אז ער נוצט אלע מעגליכע קולות און לייגט נאך צו די קולות פון בעל ה"תניא", און אויך נאכער איז די פראצענט טריפות א גוטע פערצן פראצענט. אין יענע צייט פלעגן די "גלאט" שחיטה זאגען, אז ביי זיי איז די טריפות נאר ניין פראצענט, וויאזוי איז דאס מעגליך?

האט הר' אלאווייטשעק געאנטווארט אויף דעם אז מען קאן זיך נישט פארלאזען אויף זיי. עס איז גלאט "טריפה"...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

דריידל האט געשריבן:
בן משי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

געהערט אמאל אז OU אין מאנהעטן מיט היימשע שחיטה קען מען זיך פארלאזן,, קען איינער דעיס קאנפירמען?

OU איז OU. קען זיין געווענדליך ניצן זיי חסידישע שחיטה דארט אבער טאמער וועט פונקט נישט זיין קיין צו באקומען ריב סטעיק פון חסידישע שחיטה קלערסטי אז ער וועט נישט נעמען קיין אנדערע פלייש וואס איז כשר לויט זייערע סטאנדארטן? טאמער שטייט אויפן תעודות הכשר אז זיי ניצן נארפון חסידישע שחיטה, איז עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נישט טאמער זיי שרייבן אמאל אזוי.
ובכלל, חסידישע שחיטה מיינט אויך חב"ד, וואס זיי האבן פארשידענע קילות וואס איז נישט איבעראל אנגענומען. כך שמעתי און כ'ווייס נישט קיין דעטאלן.

בעפאר איך בין געגאנגען עסן אין מאנהעטן האב איך גערופן OU און זיי האבן מיר באשטעטיגט אז אלע רעסטוראנטס אין מאנהעטן וואס איז אונטער זייער השגחה האבן נאר היימישע שחיטה. (זיי נעמען געווענליך די פלייש פון KJ און מיעל מארט)
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

גראמער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בן משי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: Mr Broadway דאכצעך האט א היימישע הכשר (עכ"פ געהאט בעפאר קאוויד)

זינט איך געדענק, האבען זיי OU. נאר וואסזשע דען מאכט דאס קלינגען היימיש? זיי האבען די העכסטע OU סטאנדארט אין דעם פעלד.
חסידישע שחיטה
מען קוקט איבער אלע גרינצייג פאר ווערים
א משגיח תמידי

געהערט אמאל אז OU אין מאנהעטן מיט היימשע שחיטה קען מען זיך פארלאזן,, קען איינער דעיס קאנפירמען?

OU איז OU. קען זיין געווענדליך ניצן זיי חסידישע שחיטה דארט אבער טאמער וועט פונקט נישט זיין קיין צו באקומען ריב סטעיק פון חסידישע שחיטה קלערסטי אז ער וועט נישט נעמען קיין אנדערע פלייש וואס איז כשר לויט זייערע סטאנדארטן? טאמער שטייט אויפן תעודות הכשר אז זיי ניצן נארפון חסידישע שחיטה, איז עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נישט טאמער זיי שרייבן אמאל אזוי.
ובכלל, חסידישע שחיטה מיינט אויך חב"ד, וואס זיי האבן פארשידענע קילות וואס איז נישט איבעראל אנגענומען. כך שמעתי און כ'ווייס נישט קיין דעטאלן.

בעפאר איך בין געגאנגען עסן אין מאנהעטן האב איך גערופן OU און זיי האבן מיר באשטעטיגט אז אלע רעסטוראנטס אין מאנהעטן וואס איז אונטער זייער השגחה האבן נאר היימישע שחיטה. (זיי נעמען געווענליך די פלייש פון KJ און מיעל מארט)

און אלע אנדערע זאכן אין קאך איז גענוג נאר א ou?
קאפהאלטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

נאכ'ן וואשינגטאן ברידזש אין Hudson Heights איז דא א קי פוד סופערמארקעט וואס האט זייער אסאך כשר'ע פראדוקטן א שטייגער ווי מהדרין, גפן / קדם, גאלדאן פלו, הדר, קליין'ס, קמח אא''וו. זייערע געווענליכע שעה'ן זענען פון 8 צופרי – 9 ביינאכט, אראונד די קארנער פון די באקאנטע בית המדרש דהחסידים דאמבראווע (אויך דא א געהעריגע מקוה). פאציענטען אין קאלאמביע באנוצן זיך אסאך דערמיט ס'איז 20 בלאקס פון קאלאמביע שפיטאל. בכלל איז עס א שטארק אידישע געגענט.

Key Food Supermarket
z) 4365 Broadway Cor. 187th St
New York, NY 10033
212-740-3695

Bais Medrash Dombrov
z) 712 W187 St
New York, NY 10033
917-455-3995
[email protected]
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

אינמיטן פלאנען א טריפ אין געגנט פון מאנהעטן, האב איך גערופן א כשרות עקספערט און געפרעגט איבער עטליכע געשעפטן אין געגנט. שומו שמים וואס מיינט "מ'עסט דארט" ווען ס'האט נאר (כלשונו) אן "אינדוסטריעלע" השגחה און נישט א קאנסומער השגחה ווי די היימישע הכשרים, וד"ל.
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

Re: עסן געשעפטן מיט היימישע הכשרים אין מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

למעשה, וואו קען מען דארט עסן מארגן?
נו, נישט נאכקוקן... חשש גילוי
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”