וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

כליין יעצט די אשכול בהעלם אחת. אוי, סברענגט אויף קאשמארן.

כהאב געהאט גאר שטארק חשק אנציקימען קיין מירון לעצטע יאר, מאת השם היתה זאת אז כהאב שוין נישט געקענט פארשאפן קיין פערמיט, איז מען געבליבן דא.
פלאן איז געווען ארויסציפארן פרי נאכמיטאג קיין ק״י צי קענען אויסזאגן תהילים בעפארן גרויסן הדלקה. אריינגעבליקט אינעם פאון ביים אנקימען, שוין געזען בילדער פין החייה מיט באדי בעגס. שיר נישט גערירט געווארן. געמישטע געפילן צווישן צישאסענקייט אויפן מצב געמישט מיט שבח והודייה ששם נפשינו בחיים ולא נתן למוט רגלינו.

סהאט מיר אנגעכאפט א פארטעמטקייט. געמורמעלט אביסל תהלים, פון דארט געגאנגען צום הדלקה, געווען אין א וואלקן.
אנקימענדיג אהיים, בין איך אריין אין א פריוואט צימער, פארלאשן די לעקטערס, אין געוויינט פאר שעות. געוויינט ווי א קינד. קוים געשלאפן יענע נאכט.
ציפרי האבעך באשלאסן יעבור עלי מה, סאיז א הייליג טאג, כדארף עס אויסניצן, נישט דא קיין נייעס ביז חצות. זיך געזעצט לערנען מאמרי רשב״י, געדדאוונט ווי ספאסט, מסיים געווען תהלים, און זיך געשפירט בעסער דערנאך.

די בלעטל האט זיך באמת אריבערגעמישט ביי מיר, ווען און די נאכפאלגענדע וואכן האט מען אפגעראכטן א הערליך שבת במחיצתו דרשב״י, און צירוק אויפגעוועקט מיין התקשרות למקום קדוש זו.

אוי!! תורתו מגן לנו הוא ימליץ טוב בעדינו!
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

שלג כצמר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן: צק

באותו מקום ובאותו זמן!

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן פריוואט אדער אין די עפנטליכקייט און איך שפיר אז איך לייד נאך פון דעמאלטס אויף א שטיקל טרואמע און עמאציאנאלן דיסארדער. (בפרט אז האלב כלל ישראל האט זיך שוין אויסגעשריבן און אויסגערעדט זייער נאכווייען אויף די היימישע פלאטפארמעס, טראכט איך אז מיין בויך וויי איז היפש נישט אינטרעסאנט).
אפשר אויב קען מיר איינער העלפן זאל ער אריינקומען אין אישי אדער ווייסעך ווי.

#איך_בין_דארט_געווען

שרייב'זשע ביטע דא.
ס'איז שוין א יאר אריבער.
מ'קען שוין איבערליינען.

העכסטנס ווער ס'וויל נישט, מוז נישט ליינען.

מיר ווארטן אויף דיין אשכול...


איך האב אביסל געשריבן דא .
א שכח פאר אלע ניקס וואס האבן זיך אנגערופן.
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

I was getting ready to go to sleep and a friend called me to come to the nearby shul to say tehillim
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

איך בין "נישט" דארט געווען,
אבער מיין הארץ איז דארט געווען,
איך האב געלאזט אפאר שנירעלעך ערשט פרייטאג אימיטן טאג ווען ס'איז אריינגעקומען די נעמען כ'האב מיר געציפט זיכער צו מאכן אז איך בין וואך,
כ'האב נישט געקענט אראפשלונגען די בלוטיגע פאקט אז פינף-און-פערציג נשמות זענען ארויף בלילה ההוא,
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כ'בין ארויפגעקומען לייוו מיטצוהאלטן די תו"א הדלקה און אויסגעלאשן די וואליום ווייל ס'איז נאכנישט געווען ל"ג בעומר אין נ.י. נאך א 2 מינוט האבעך געזעהן אז עפעס איז נישט מסודר דארט און מ'מורמלט עפעס אריין אינעם רבין'ס אויער און ער פאנגט אן צו וויינען, כ'מיין אז דעמאלס האבעך געמאכט הויעך די וואליום (אויב כ'געדענק גוט) און נאך עטליכע מינוט האט מען אויסגעלאשן די מיוזיק און אנגעפאנגן שרייען אז מ'זאל ארויסגיין דורך... כ'בין צוריק געקומען אויף אייוועלט און געזעהן די נייעס
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

אין אפיס אויפן בענקל ווען מיין חבר שיקט מיר א מעסעדזש אז ברענטשעס פאלן
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
שטיין ביין
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

אויף א באס אויפן וועג קיין מירון
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

שטיין ביין האט געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2022 2:15 am
אויף א באס אויפן וועג קיין מירון
און?
אוועטאר
פארווארפענע נשמה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 03, 2023 6:47 pm
לאקאציע:בני ברק

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווארפענע נשמה »

אויף א באס אויפן וועג קיין מירון ווען איך בין געפארן מיט מיין קהילה ווען אינמיטן האט די דרייווער געזאגט אז פאליציי האט געהייסן זיך צו אויס דרייען צוריק קיין בני ברק...
פארשטייט זיך אז ס'האט נאכגעפאלגט צו גרויס אויפברויז אויף פאליציי בכלל אין אויפן דריווער בפרט...
אבער ווען מ'איז געוואר געווארן די ביטערע מציאות האט מען מיט אראפ געלאזטע פנים'ער זיך צוריק געקערט קיין בני ברק....
.....שהיו מסובים בבני ברק..............
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אויבן ביי תולדות אהרן ביים הדלקה, ממש נעבן שביל ר' דוב.
(דארט אונטן די מיוזיק)
אוי אוי טאטע!!!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3095
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

ביי מיין שוויגער
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

אינאיינעם מיט האחים ענגלארד זכרונם לברכה אויף זייער לעצטע וועג ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

ערב ל"ג בעומר תשפ"א האלב דריי נאכמיטאג בין איך - אינאיינעם מיט נאך הונדערטער מענטשן - געשטאנען ביי תחנת בניני האומה אין ירושלים ווארטנדיג אויף א באס קיין מירון. נאך בערך א שעה ווארטן איז צוגעקומען צו מיר א באבובער אינגערמאן אין מיר געפרעגט אויב כ'בין גרייט צו צאלן פאר א קאר סערוויס, נעמליך ער האט באשטעלט א טענדער מיט 20 פלעצער און ער זוכט נאך 3 מענטשן. זייענדיג שטארק ערשעפט פון די שעות לאנג ווארטן אונטערן ברענעדיגן זון האב איך זיך באלד צוגעכאפט דערצו, טראץ די איבערגעטריבענע פרייז וואס דער דרייווער האט פארלאנגט.

שפעטער האב איך זיך דערוויסט אז דער איידעלער באבובער אינגערמאן הייסט הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלארד שליט"א און זיינע צוויי בא'חנ'טע קינדערלעך וואס זענען געזעסן פון פארנט זענען מער קיינמאל נישט צוריקגעקומען. זיי זענען נעבעך טראגיש פארשניטן געווארן ביים שרעקליכן אסון מירון תשפ"א. תהא נשמתם צרורה בצרור החיים.

בשעת דעם שרעקליכן אומגליק בין איך געזעצן אויף די פארענטשעס פון שטח תולדות אברהם יצחק און געזאגט תהלים לע"נ התנא האלוקי. פריער בין איך געווען ביי די גרויסע תולדות אהרן הדלקה אבער וואס א מינוט שפעטער איז די שטופעניש דארט געווארן אלס שווערער און שווערער און כ'בין ב"ה צייטליך אוועקגעגאנגען ווען ס'איז נאך געווען מעגליך.

כ'בין געזעסן אויף די פארענטשעס און געזאגט תהלים, ווען פלוצלינג הער איך א שטורעמישע געשריי: כולם לפנות את המקום עכשיו! באופן מיידי!און... אויפהייבנדיג די אויגן האט זיך ליידער אנטפלעקט דאס שוידערליך בילד... מחנות פון צוות הצלה, מד"א, פאליציי און סדרנים זענען געלאפן מיט א בהלה אין ריכטונג פון תולדות אהרן און כסדר צוריקגעקומען מיט בעטן באדעקט מיט ליילעכערה"י וואס זיי האבן פלאצירט אונטער מיינע פוס ביים שטח פון תולדות אברהם יצחק...

און אזוי בין איך געזעסן פון אויבן און צוגעקוקט צו די שוידערליכע סצענע ווען פלוצלינג ווער איך אינגאנצן באגאסן מיט וואסער דורך א צעשטורעמטער סדרן... אמרו לך לפנות את המקום לא? תעלם מפה!...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8825
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

משוגענע אשכול דאס, ס'פירט מיר צוריק צו יענע מינוטן, איך בין געווען אויפן וועג אהיים פון כולל, ס'ליגט מיר אין די ביינער.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

איך האב געהאט טיקעטס צו פארן קיין מירון, אזוי ווי אלע יארן בעפאר. נאר אזוי ווי איך האב נישט געוואלט טוען קיין דריידלעך פון ווערן אן אינוונטר וכדו' און קיין נאנטע משפחה האב איך נישט דארט, האב איך געמוזט קענסלען.
די טרויעריגע שמועה, איז געקומען צוביסלעך, ווען מען איז געווען אין אפיס. קודם אז פארענטשעס פאלן און אז עס איז א מאסיוו טראגעדיע, וואס דאס האט מען געקענט ווי מען זאגט "לעבן אין דינייעל" אז עס קען נישט זיין ווייל אויף די לייוו הוקאפ האט מען נישט געזען קיין פארענטשעס וואס פאלן.
שפעטער ווען מען האט געהערט אז עס איז ביי שביל רבי דוב און אז עס איז דא צענדליגע טויטע, איז ארויפגעקומען צו מיין מעמארי מיין אייגענע איבערלעבעניש פון עטליכע יאר בעפאר.

דא קענט איר זען וואס איך האב געשריבן 9 יאר צוריק

viewtopic.php?p=863795#p863795
לעצט פארראכטן דורך לעיקוואד אום מאנטאג מאי 01, 2023 12:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

אוי באשעפער ווי נעמט מען די כחות צוריק צוגיין אהין.
איך ליין די אשכול מיט שטורמישע בעקפלעש און פארנעפלטע אויגען...........

אוי
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

למען השם יעצט ביינאכט געדארפט ליינען דעי אשכול...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

רק להתענג האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 12:34 am
למען השם יעצט ביינאכט געדארפט ליינען דעי אשכול...
שכח איך האב יעצט געוואלט אנהייבען ליינען
ריברענדיג.....
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

יעקב לעהמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 12:20 am
אוי באשעפער ווי נעמט מען די כחות צוריק צוגיין אהין.
איך ליין די אשכול מיט שטורמישע בעקפלעש און פארנעפלטע אויגען...........

אוי
נאכן ענדיגן תהלים אויפן מרפסת כהנים גיי איך אראפ קיין קארלסבורג זיך צו דערכאפען דאס הארץ אין זיך תיקף צוריקגעיאגט צוקענען זיין ביים אנפאנג פון די תולדות אהרן הדלקה.

אויפן וועג ארויף האב איך מיטגעהאלטען אויפן סקרינס ווי מזינגט שוין ניגוני התעוררות האב איך זיך גענומען לויפען.

אנקומענדיג צו שביל ר' דוב האט עס מיר אויסגעקוקט צו אנגעשטאפט בין איך געגאנגען ווייטער צו די אנדערע וועג (כ'געדענקנישט וויזוי ס'הייסט).

כ'בין אנגעקומען ממש ווען מהאט אנגעפאנגען טאנצען לכבוד התנא.

סהאט אבער נישט אנגעהאלטען צו לאנג,

ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט די געווענטליכע מוזיק/הצלה מוזיק/הצלה אבער גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארען אין היסטערישע באפעלן,

"אוועק פון שביל ר' דוב"

"לאזט דורך הצלה"

קיינער האט נישט קיין מינדעסטן מושג וואס גייט פאר.

אה, דארטן פירט מען איינעם אויף א סטרעטשער, געמורמעלט א קאפיטעל תהלים און מ'גייט שוין מסתמא ווייטער טאנצען.

אבער וואס איז פלוצלינג דעי מיטינג מיט תו"א רבי אויפן בימה?

באלד רופט איינער אויס אויפן מייק, רבותי! די מצב איז נישט פשוט, אידן דארפען תפילות, לאמיר איינרייסען צוזאמען מיט אפאר קאפיטלעך תהלים.

שיר המעלות ממעמקים...

קורץ דערנאך "האירוע נגמר" "יעדער זאל יעצט אראפגיין פון בארג"

ס'הערשט א צעמישניש, איך בין געווען זיכער אז ס'איז נאר א טאקטיק פון די משטרה צו אויסליידגען די פלאץ אביסל, אבער גאנץ שנעל האבעך געזען אז דאס איז סיריעס ביזנעס.

כ'שטעל מיך ביי א זייט מיט מיין תהלים, כ'ווייס נאך אלץ נישט וואס האט פאסירט.

ביז א שוטר געט מיר א קלאפ "געב דיך א שאקל", גיימיר אראפ, א ברירה האב איך.

דא האט מיין סעלפאון באקומען סערוויס מיט צענדליגע פאונקאלס זיכער מאכען איך לעב

אויפן פראגע וואס איז געשען? א פארענטשע איז צאמגעפאלען מיט 5 טויטע רח״ל.

בקיצור, כאאס ביים באס סטאפ.

מ'ווערט געוואויר די ריכטיגע טראגעדיע.

די נומערן שטייגן.

בילדער קומען אריין.

די וועג קיין צפת געדוירט פינף שעה.

די געפיל איז אבל וחפי ראש.

כעבד ששפך לו רבו קיתון בפניו.

צומארגענס הער איך מיין חבר האט נאכנישט רעספאנט זייט נעכטן.

ס׳שמעקט נישט גוט.

ערב שבת אויפן וועג קיין ירושלים די ביטערע קאנפירמעשן.

שבת וינפש ווי אבדה נפש.

בתוך שאר קדושי מירון....
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע:אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

איך בין דאן נאך געוועהן אין די בחור'ישע יארן, איך פלעג קניפן ציצית פאר א שטיקל הכנסה, אבער נאכמער צו האבן וואס צו טוהן אין די זייטיגע צייטן. האביך געהאלטן דאן אינמיטן קניפן, ווען א חבר קומט אריין זאגן אז ער האט געהערט אויף קולמע אז ס'איז צואמגעפאלן א פארענטשע אין מירון, און ס'איז 20 טויטע. כ'האב געכאפט א שאק, קניפן ווייטער האביך שוין זיכער נישט געקענט. געוועהן דארט בחורים מיט אייוועלט אויף זייער פליפ פאון (פרעג מיך נישט וויאזוי) און זיי האבן געקיפט די עולם אפדעיטעד די גאנצע צייט. די חברה האבן אריינבאקומען ווידעאו'ס די גאנצע צייט פון מירון, כ'האב נישט קיין אנונג וויאזוי זיי האבן דאס געקענט קוקן, ווידעאו'ס ווי הצלה מאכט סי. פי. אר. און ווידעאו'ס פון בארי בעג'ס. וועך.. איך האב גלייך אוועקגעקוקט. כ'האב גענומען א תהילימ'ל און פרובירט צו מתפלל זיין וויפיל די פארשטיינערטע הארץ האט געלאזט.
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 5:53 pm
אויבן ביי תולדות אהרן ביים הדלקה, ממש נעבן שביל ר' דוב.
(דארט אונטן די מיוזיק)
אוי אוי טאטע!!!
וואס האסטו מיטגעהאלטן?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

קיינער זאל נישט לאכן פון מיר
איך בון דארטן געווען בשעת מעשה בון איך געשטאנען ביי א זייט און די חצר און געזאגט תהילים פליצלינג האט מיר אנגעכאפט עפעס א מין שטארקע התעוררות טייכן טרערן האט זיך געגאסן פון מיר זיך נישט געקענט בארואיגען אזאך וואס געשעהט געוונדליך נישט צו מיר
ניסתרים דרכי השם
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:36 am
יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 5:53 pm
אויבן ביי תולדות אהרן ביים הדלקה, ממש נעבן שביל ר' דוב.
(דארט אונטן די מיוזיק)
אוי אוי טאטע!!!
וואס האסטו מיטגעהאלטן?
ס'א לענגערע מעשה, אי''ה מ'העט עס פארשרייבן איין טאג
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
דו ביסט א צדיק
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 1:40 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דו ביסט א צדיק »

מען האט אויפגעוועקט די גאנצע דארמיטארי זאגן תהלים
אוועטאר
מחניים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2023 12:55 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחניים »

אין קיך
אסאך קליינע מענטשן האבן מורא פון די נאכט. אסאך גרויסע מענטשן האבן מורא פון די טאג.
-מעלות
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”