Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?
1:00 פונקט איז זיך די עולם צאמגעקומען, די באס איז נאכנישט אנגעקומען.
1:10 האבען אפאר יונגערלייט געהערט אז מען האט עפעס פארמאכט די וועג קיין מירון, מען האט זיך בארואיגט אז עס מיינט גארנישט, ביז ווען אונז קומען אן וועט שוין זיין אקעי.
1:15 די באס איז אנגעקומען, מען איז זיך מסדר אויפן באס.
1:20 די באס פארט ארויס בשעטו"מ, שמועות הייבן אן אריינצוקומען אז עפעס א אייזן איז איינגעפאלען און עס איז דא פארוואונדערטע, מירון איז אפגעשפארט, די עולם אויפן באס רעדט זיך דורך וואס מען זאל טון, עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, צו וועט נאך בלייבען פארמאכט ביז אונז קומען אן, ס"ה אפאר פארוואונדערטע.
1:35 מען האט מחליט געווען אויפן באס, - אז מען וועט געבן די מעגליכקייט פאר ווער עס וויל נישט נעמען די ריסק צו פארן אויף א ספק - אז קודם כל וועט מען זיך צוריק אויסדרייען צו ארפלאזען ווער עס וויל אראפגיין, און נאכדעם וועט מען פארען ווייטער.
1:50 מען קומט צוריק אן, איינצעלע זענען אראפ, מען גרייט זיך צו פארען ווייטער.
1:55 די דרייווער איז מודיע אז ער האט באקומען די אינפארמאציע אז עס נישט דא וואס צו פארען, די נייעס קומט אריין אז עס איז אויך דא טויטע, די עולם גייט אראפ פון די באס צושוידערט, מען האט געמאלדען אז 2:30 וועט זיך שטעלן א מנין אויף גאנץ תהילים ביי אונז אין ביהמ"ד.
2:20 בערך בין איך אנקומען אינדערהיים, נישט געהאט די כוחות צו גיין אין ביהמ"ד, אבער מיין בחור (וואס האט אויך געדארפט מיטפארען) איז יא געגאנגען.
מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט, און געווען שאקד אונז צו זען אהיימקומען, האב איך איר דערציילט די נייעס.
נאכן זיך אפדעיטען מיט די נייעס דא אויפן וועלטל, בין איך געגאנגען שלאפען בערך 3:30.
אויפוועקענדיג מיין בחור צו זמן קר"ש, זאגט ער מיר אז ער האט שוין געדוואווענט ותיקין, נאך תהילים איז ער אהיימגעקומען נעמען די תפילין, און דערנאך געדאווענט.
* צום באטאנען אז אויף די גאנצע באס איז נישט געווען קיין איין (יונגערמאן מיט א) סמארטפאון, וועגן דעם איז די נייעס נישט אריין געקומען אזוי שנעל.