וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

דו ביסט א צדיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:48 pm
מען האט אויפגעוועקט די גאנצע דארמיטארי זאגן תהלים
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

אין צפת.
א קורצע צייט פאר די הדלקה פון תו"א בין איך געווען אין מירון דארטן אויפן פלאץ, נאכדעם וואס כ'האב מתפלל געווען וכו' געטוהן אלס וואס מ'טוט אין מירון האב איך גענומען מיין קינד און געפארן צו מיין אכסניא און צפת. מיינע בני בית מיט די גרויסע קינדער זענען געבליבן דארט און מירון ווילנדיג מיטהאלטן די הדלקה פון תו"א.
אנקומענדיג אין צפת זייענדיג אין די אכסניא נישט מער ווי א 20 מינוט בערך הער איך ס'הייבט זיך אן קולות פון סירענענס, איך קוק ארויס און זע נאך און נאך מד"א / הצלה פארן ארויס צום כיוון פון מירון. לכתחילה האב איך זיך נישט עפעס עקסטער דערשראקן נאר פאר נייגער האב איך אויפגעהויבן א טלפון צו 'אש דת' הערן וואס טוט אין זיך אין מירון, און 'אש דת' האבן זיי נישט צופיל געזאגט נאר א קורצע הודעה (בערך) 'זייט מתפלל אויף די חולים וואס דארפן א ישועה און שטח פון תו"א' דא האט שוין מיין הארץ פאפעלט א קלאפ וואס איז געשען?
איך פראביר רופן מיין ווייב זי הייבט מיר נישט אויף, מיינע עלטערן הייבן נישט אויף, וכו' וכו' קיינער הייבט נישט אויף.
כמובן, אז די דאגה ווערט שוין גרעסער און תוך כדי ענדיגט נישט יאמערן די סירענעס..
און האט זע איך אויף מיין טלפון א קלינג פון מיין שוועסטער פון חו"ל איך הייב אויף און זי פרעגט מיר היסטעריש מאטעס וואס איז געשען אין מירון? וואס איז מיט טאטי מיט מאמי? וואס איז טאקע געשען ענטפער איך צוריק מיט א שאלה, זאגט זי זי האט געהערט ס'איז אראפגעפאלן א געביידע אויף די טרעפ וואס פירט פון ר' אלעזר צו שטח תו"א, רבונו של עולם שריי איך דארט איז דאך מיין ווייב מיט מיין מאמע געשטאנען, און יעצט הייבן זיי נישט אויף קיין טלפון, ווער ווייסט? ווער ווייסט? איך האב אויסגעפלאצט מיט או געוויין קוקנדיג אויף מיין קליין קינד און זאג מיין שוועסטער, אוי נאר דאס נישט איך קען דאס נישט טראכטן...
א פאר מינוט ארום מיין שוועסטער נאכאמאל, ניין ס'איז געווען א טעות, וואס ס'איז געשען איז אז ס'איז אראפגעפאלן א פארענטשע און ס'איז דא ליידער ....
א ביסל האב זיך בארוהיגט אבער נאך אלץ פארוואס הייבט קיינער נישט אויף דעם טלפון?
אזוי איז אריבער א פאר שעה פון שרעק און פחד ביז אזוי שוין כמעט פארטאגס דעמאלץ פראביר איך נאכאמאל רופן מיין מאמע מיין ווייב און ווער נישט ביז סוף סוף הייבט מיין מאמע אויף דעם טלפון, מאמי די לעבסט? וואס איז מיט ... (מיין ווייב) זי לעבט? ברוך מחיה המתים..
פון איין זייט בין איך געווארן בארוהיגט וויסנדיג אז מיינע נאנטע לעבן, פון די אנדער זייט האט זיך במשך די נאכט אויסגעקלארט די טראגעדיע נישט צום באגרייפן...
איך בין א גאנצע נאכט נישט געשלאפן און גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין ווען די פנימ'ער פון אלע מתפללים איז געווען מער דומה צו תשעה באב ווי ל"ג בעומר, כעבד ששפך לו רבו קיתון על פניו.
ומסיימין בטוב.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4414
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יש משהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 9:04 am
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:36 am
יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 5:53 pm
אויבן ביי תולדות אהרן ביים הדלקה, ממש נעבן שביל ר' דוב.
(דארט אונטן די מיוזיק)
אוי אוי טאטע!!!
וואס האסטו מיטגעהאלטן?
ס'א לענגערע מעשה, אי''ה מ'העט עס פארשרייבן איין טאג
ווארט מיר מיט שפאנונג
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע:בין כתה לעשור

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

איך בין געזיצען אויפן פליגער אין מיטגעהאלטען די נייעס מהאט געמאכט א מנין תהלים כהאב א ווידיא דערפון
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי

חמול על מעשיך האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:48 pm
איך בין געזיצען אויפן פליגער אין מיטגעהאלטען די נייעס מהאט געמאכט א מנין תהלים כהאב א ווידיא דערפון
https://drive.google.com/file/d/1Mj0wQd ... p=drivesdk
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:48 pm
איך בין געזיצען אויפן פליגער אין מיטגעהאלטען די נייעס מהאט געמאכט א מנין תהלים כהאב א ווידיא דערפון
אויפן פליגער פון ווי צו ווי? און וויאזוי האט מען געוואוסט די נייעס???
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
תשפ''ב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:47 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשפ''ב »

איך בין געווען העכער די חצר המערה, (די אינדערויסינדיגע חצר) און אראפּ געקוקט אין די חצר צי זעהן די רקודים אינמיטן האב איך באמערקט הצלה לעמפלעך פון אויבען די בארג אבער מ'האט נאך געטאנצען א פאר מינוט שפעטער האט מען פארמאכט די מוזיק און אויסגעריפן אז מ'זאל מתפללל זיין, איך בין אראפ געגאנגען די גאנצע בארג ביז קארלסבורג ,
דארט האט מיינס א קאזען מיך געזאגט אז עפעס גאר ערענסט איז געשעהן, ער האט געהערט אז ס'איז ל''ע דא עטליכע פאלעטעטן ה''י
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע:בין כתה לעשור

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

יש משהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:59 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 2:48 pm
איך בין געזיצען אויפן פליגער אין מיטגעהאלטען די נייעס מהאט געמאכט א מנין תהלים כהאב א ווידיא דערפון
אויפן פליגער פון ווי צו ווי? און וויאזוי האט מען געוואוסט די נייעס???
אויפן פליגער פון ארה”ב קיין א”י אין דערוילעם האט געהאט וויי פיי
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

ווי טרעף איך די אשכול פון די טראגעדיע
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 3:16 pm
ווי טרעף איך די אשכול פון די טראגעדיע
viewtopic.php?t=47363
סאטמערע שוואנץ
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

איך בין געווען אויףן וועג אהיים פון ביהמד און איך האב געזען א קופקע פון עטליכע אידן רעדן צווישן זיך איינער פון זיי איז געווען א זון פון דעם באקאנטען טראמבאן שפילער ר יצחק בערנאטע פון קרית יואל וואס שפילט שוין יארן לאנג ביים חצר המערה און זיין זון האט איבערגעגעבן אז ער האט שוין גערעדט צו זיין טאטע און ער איז בה אקעי איך נישט וויסענדיג פונעם טראגעדיע האט דאס אנגעצינדן א רויטע לעמפל מיר זענען אהיים און אנגערופן קולמע ווי מיר האבן ליידער געהערט די ביטערע נייעס בה נאכנישט געהאט צוטריט צו אייוועלט אזוי נישט געווארן אזוי טראמאזירט פון די כסדר'דיגע באריכטען דא דעם רבינס הדלקה און קרית יואל האט אונץ אביסעל צירוק אריינגעברענגט און די כלים צו פארגעסן אביסעל פונעם ביטערן אומגליק א אינטערסאנטע קרישקע זייענדיג נאך אינעם שאטן פונעם טראגעדיע איז אינעם אהל אדמורי סאטמער ביום לג בעומר ענטשטאנען א מהומה ווען די אהל איז געווארן אביסעל אנגעשטויסן פון די מתפללים מורא האבענדיג אויף אן איבערשפיל פון מירון
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

געווען אידערהיים געהערט אויף קולמע אז עפעס גייט פאר, און מ’רעדט אז ס’דא נפטרים, בין איך געפלויגן אין אפיס און מיטגעהאלטן פון אייוועלט און נאך פלעצער די אנטוויקלונגען.
Lakeview Estates
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 1:29 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lakeview Estates »

געווען אין קאר מיט נאך אידן.
לאקאציע געדענק איך, אבער אי אפשר לפורטם, #גילו
נאר איך נאר
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 11, 2023 5:36 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך נאר »

געשטאנען דערנעבן, און געזען ווי מען דעקט צו..
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

געדאוונט מנחה אין שומרי שבת ציווישן 5PM און 6PM זאגט מיך א באקאנטער אז עס איז געפאלן פארענטשעס און בערך 10 טויטע געגאנגען שנעל אויסטשעקן די נייעס ביי כמה מקומות פאר די נעקסטע פאר שעה
געגאסן טרערן
געקאלט פרייטאג מיין קאזין וואס איז געווען דארט
אוועטאר
שלאף קאפל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:49 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאף קאפל »

געזיצן אין קאך אויף א בענקל, און געהערט ליידער וואס ס'פאסירט, געווארן אויפגעשוידערט, זיך גענומען זאגן תהלים. ... ...
machal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

מיט געהאלטען די לייוו טענץ אויפן געוועב און אינמיטען האט מען אנגעהויבן זען עפעס גייט פאר הצלה לויפט מיט סטרעטשרס בין איך שנעל געלאפן צי אייוועלט זען וואס גייט פאר איך בין געווארן אינגאנצען צידרייט און אהיים געלאפן פון אפיס אופן גאס האב איך געזען א יונגערמאן וואס פארציילט פאר איינעם אז עס קומט פאר עפעס געפערליך און מירון, ליידער האט דער יונגערמאן זיך געזעצט שבעה נאך זיין ברידער די נעקסטע טאג
אוועטאר
אדידעס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:01 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדידעס »

איך בין געוועהן אויף די וועג צוריק שוין. פארלוירן א גוטע חבר😢
א לייק איז נישט פאר די נייעס סאיז פאר די ריפארטינג 👍
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

נאך אלץ נישט ביי זיך.
סציפט אין סקוועטשט
😢😢😢
א ווייסע ארבעטער
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אויפ'ן קליינעם קאוטש.
געלט איז יא אלעס.
זאג נישט אז נישט ווייל ס'יא.
ביז מ'האט עס.
גזבר 100
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:57 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גזבר 100 »

געבוירן א קינד
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

גזבר 100 האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 6:14 pm
געבוירן א קינד
מזל טוב פאר די בירטדעי !
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

געווען ביי מיין שוויגער
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

געשטאנען מיטן תהילים אין די הענט, נעבן הכנסת אורחים קארליבאך (ממש נעבן שביל ר' דוב)

מוצאי שבת געוועהן ביי די לוי' פון מיין טייערע חבר אליעזר הערש יאזשעף ז"ל
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

איך האב מיטגעהאלטן די לייוו הוקאפ אין אפיס
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”