ביקסאד האט געשריבן:
דער חקל יצחק האט געהאט צוויי זוהן און איין טאכטער, דער עלטערער ר' ישראל חיים זצ"ל הי"ד, דער יונגערער זוהן ר' נפתלי צבי זצ"ל הי"ד איז געווען אב"ד ור"מ בילקא,זיין בת יחידה הרבנית הינדא שיינדל ז"ל הי"ד האט חתונה געהאט י"ט סיון תער"ב מיט הרה"ק רבי אברהם אביש הורוויץ זצ"ל הי"ד אב"ד ור"מ קראלי במ"ס בית אברהם.
ווען איז דער בילקא רב הי"ד אומגעקומען? איך טרעף אן אינטערעסאנטער טעלעגראם פונעם ועד הצלה אזוי שפעט ווי יאנואר 1945 (ווינטער תש"ה) אלארמירנדיג אז דער בילקא רב איז געווארן דעפארטירט אין א לאגער נישט ווייט פון בערלין, בעטנדיג הילף אין וואשינגטאן.
איז פשט אז ער האט נאך דאן געלעבט אדער דא האט מען פשוט נישט געוואוסט די פאקטן?