Re: רבי יצחק אייזיק ווייס 'החקל יצחק' מספינקא זצ"ל-הי"ד - י"ג סיון תש"ד
א טאכטער מרים שמידטמאן ע"ה די מאמע פון אב"ד קראלי פלעטשבוש שליט"אנישטאמת האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:38 pmזענען געבליבן נאך אייניקלעך אויסער רבי הערשעל'ע?דאנקער האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 4:00 am
ליידער זענען אלע דריי פון זיינע קינדער אומגעקומען על קידוש השם דורך די דייטשן ימ"ש.
הרה"ק רבי ישראל חיים ווייס מסעליש זי"ע, הי"ד,
הרה"ק רבי נפתלי צבי ווייס אב"ד בילקא זי"ע, הי"ד,
בתו הצדקת מרת הינדא שיינדל ע"ה, הי"ד, אשת הרה"ק רבי אברהם אביש הורביץ אב"ד קראלי זי"ע, הי"ד.
בחסדי השם איז איבער געבליבען ממש שארית הפליטה פון דעם צדיק און דער מנהיג העולם האט איבער געלאזט פאר אונז אידן א אייניקל א צדיק וקדוש, הרה"ק רבי שמואל צבי הורביץ זי"ע וואס מען האט געריפן בלשון חיבה "רבי הערשעל'ע ספינקער" וואס האט ווייטער ממשיך געווען דעם דרך האבות און באשיינט די וועלט מיט זיין תורה און קדושה פאר צענדליגע יארן אין וויליאמסבורג, ער איז נפטר געווארן כ"ז אב תשנ"ז.
איך מיין אז זי אוועק אין די ס' יאר