איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די ערשטע נתינה, איז אריינגעקומען פונעם ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, ידידי וחברותא שלי הרב צולייגער

און ער האט געגעבן דעם הערליכן סכום פון חמש מאות!!!

ממנו ילמדו וכן יעשו!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס איז אריינגעקומען אן אנאנימע נתינה פון הונדערט דאלער

ריכטיג מתן בסתר, דער ווייסט נישט פאר וועמען ער געבט, און דער ווייסט נישט פון וועמען ער באקומט

פון אזעלכע נתינות וועט מען אי"ה בויען דעם מקוה און דעם שטוב!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די דריטע נתינה איז אריינגעקומען פון "מטעמים", איינער פון די גאר בא'טעמ'טע ניקלעך וואס געבן אסאך צו צום פארום, בפרט ביים אנאליזירן די נייעס און צעלייגן אויף טעלערלעך ווי נאר ער קען

יישר כח פאר די איינגאבע פון הונדערט דאלער!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נעם למשל די ניק "גרינע בלעטעלע", ער שרייבט קלאר אז זיין נדבה פון הונדערט דאלער איז בלויז אן התחלה!

ממנו ילמדו וכן יעשו!!!

קודם מאכט מען א כלי פאר די התעוררות, און דער המשך וועט נאכקומען

(לכאורה וויל ער געבן פאר יעדן טיעם א הונדערטער וכדומה)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער ניק "הארמאניע" האט אויך אריינגעשליידערט הונדערט דאלער

איך קען דיך נישט, און מסתמא דו קענסט מיך נישט

אבער דיין הונדערטער מיינט אסאך פאר'ן קאמפיין

פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול

מיר גייען אי"ה אנקומען צום גרויסן ציל!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער דעסק אוו "שמאטע" האט אריינגע'זרק'ט א הונדערטער אויף מיין און וויכי'ס בלאט

זאל דאס דינען ווי א גוטע התחלה...

השי"ת זאל העלפן דעם יונגערמאן, און דערמיט וועלן מיר אלע אויפגעראכטן ווערן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס איז אזוי שטיל אין דעם אשכול? איך לאז דא קאמענטירן אויך...

איידער איך נעם מיך צו די פלייץ פון נתינות וואס האלטן ב"ה אין איין שטראמען (שטילערהייט: איך גיי נישט קענען נאכקומען די פארלאנג זיך צו באדאנקן פאר יעדן פערזענליך, כ'גיי מוזן אויך עוסק זיין בפרנסה במשך די קומענדיגע טעג), וויל איך ציטירן אן אישי בריוול וואס איך האב נארוואס באקומען, וואו דער שרייבער זאגט צו א טויזנטער פאר די מקוה, און גלייכצייטיג נעמט ער זיך אונטער צו מזכיר זיין די נעמען פון יעדן נדבן פון טויזנט און ארויף ביי די ציונים פון צדיקים וואו ער גייט בקרוב פוקד זיין.

לאמיר אים איבערגעבן דאס ווארט (כ'האב ארויסגעשניטן פריוואטע אינפארמאציע):
כליפ כליפ כליפ איך האב זיך אראפגעלייגט פאר א דרימעל און ליידער פארשלאפן די גאנצע היסטארישע מעשה. אבער עפענענדיג מיין כלי יעצט צו זעהן וואס כ'האב פארפאסט גליטשען זיך טרערן

מי כעמך ישראל

איך גיי מיר אי"ה משתתף זיין מיט די סכום פון לכה"פ אן אלפ'ל

דאס איז מיר פערסענאל
מיין ... ווארט שוין א גאנצע שמיטה יארן צו האלזן א קינד אבער ועדיין לא נושענו, די צער און פיין וואס דאס פארפאלק מאכט מיט איז אין לשער, ובנוסף פארבייס איך מיר די ליפן צוצוקוקן צו די צער וואס מיינע עלעטערן מאכן מיט, זייער הארץ גייט אויס פאר זייער גוט, די פארטערליכע אינסטינקט פון א מאמע וויל טוהן וואס זי קען נאר צו העלפן איר קינד אבער קענען ליידער גארנישט טוהן נאר בלויז צו מיטקרעכצן מיט זייער פיין

ממש אין די איצטיגע טעג גיימיר פארן אי"ה קיין אוהעל צום יארצייט פונעם איש האלוקים הגה"ק הישמח משה זצוק"ל ..., ווי מיר גייען איינריייסן שערי שמים אויס צו פועל'ן א ישועה

טוה איך אנבאטן פאר אלע וואס רופן זיך אן מיטן סכום פון אלף און ארויף אז זיי קענען מיט שיקן א קוויטעל וועלכע איך וועל אי"ה מזכיר זיין ביי אלע ציוני הקדושים
רמ"א, תוספות יו"ט, ליזענסק, צאנז, דינוב, קערעסטיר, ראצפערט, קאלוב און ביים הייליגן ישמח משה


אלזא, אויב איר האט געשאנקן אן אלף'ל אדער מער פאר'ן קאמפיין, און איר ווילט מיטשיקן א קוויטל צו די דערמאנטע צדיקים, שרייבט מיר ביטע אין אישי די נעמען און איך וועל עס איבערגעבן פאר'ן רייזנדער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א חשוב'ער ניק "כינור", וואס לפי השמועה איז ער שטארק פארוויקלט אין די היכל הנגינה אפטיילונג, האט זיך אנגערופן מיט דעם נאבעלן סכום פון "מקוה" (151)

השי"ת זאל אים באצאלן - מקוה ישראל מושיעו, מושיעו ודאי

אגב, מיר רעכענען צו אפקויפן דעם זכות פונעם "בור האוצר"... דאס איז בגימטריא 510... אדער "אוצר מי גשמים" וואס איז בגימטריא 740
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אומגלויבליך! אומגלויבליך!

מיין חבר וויכטיג מאכער האט אריינגעשליידערט גאנצע 1,800 דאלער אויף מיין בלעטל

איך קען נישט טראכטן אז ער האט אינזין געהאט זיין אייגענע בלעטל וואס לויפט סינאנים מיט מיינער... מסתמא האט ער מיך געמיינט דערמיט...

דער אויבערשטער זאל דיר העלפן, סיי פאר די נתינה און סיי פאר'ן אנפירן דעם גאנצן קאמפיין, גדול המעשה יותר מן העושה, יעדע פרוטה וואס קומט אריין ווערט גערעכנט אויף דיין בלעטל אויבן אין הימל, און דער זכות זאל דיר ביישטיין, זאלסט הנאה האבן פון דיין נייע דירה נאה מרחבת דעתו של אדם, און זאלסט קענען אנפולן די שטיבער מיט קינדערלעך און אייניקלעך און בעיקר: מיט שמחה!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גייען מיר ווייטער אין די רייע...

א ניק "דמעות" שרייבט אז ער איז ליידער אינעם זעלבן פראבלעם, אבער עס איז אים א נחמה צו זען אז ער איז נישט אליינס, אייוועלט איז אויף די זייט פון די יונגעלייט וואס מוטשענען זיך

דיין נדבה פון הונדערט דאלער, איז גאר חשוב און טייער, תזכו למצות! ולבני חיי ומזוני רויחא וסייעתא דשמיא!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א ניק "IMBZ" איז ב"ה ביזי מיט מצות... ער האט אנגעהויבן מיט א הונדערטער, אבער ער שרייבט קלאר און דייטליך אז דאס איז בלויז א התחלה. כה לחי!

ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה ולברכה!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

BAILOUT, פון די אלטע גווארדיע, איז אריינגעקומען מיט א נתינה פון פופציג דאלער

תשואת חן חן לך!

יעצט קענסטו שענקן פופציגערס פאר יעדע פעידזש... דער עולם קען דאס נוצן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, מיין גוטער פריינט דער "שר התורה", ער האט זיך געמוטשעט און געמוטשעט, מיר אנגעפרעגט אין טעלעפאן וויאזוי צו שענקן אן אנאנימע נדבה, און ב"ה עס איז אדורך

און נישט סתם אדורך, הונדערט און אכציג דאלער!!! זייער שיין פון א בן תורה

השי"ת זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין בתורה, און מעגסט אויך האבן גדולה במקום אחד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס????? "טייבעלע" פליהט אריין אין מיין בלעטל מיט א מעכטיגע נדבה פון צוויי הונדערט און פופציג דאלער!!!

חברה, מיר גייען אדורכברעכן אלע גרעניצן, מיר זענען נישט באגרעניצט צו קיין שום 'גאול', מ'גייט בויען פיתום ורעמסס, פארשפרייטן טהרה אויף דער וועלט, און בויען א הערליכע נעסט פאר "מחר אני בא"

יישר כח הרב טייבעלע, אן אלטער ידיד מיינער און בארימטער ידיד לבית קרעטשמע
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פלטיאל שענקט הונדערט דאלער, און שרייבט "לכאורה פאר וויכטיג מאכער"... אפשר וויל ער אז וויכי זאל זיך פאר אים באדאנקען... כ'האב נאכנישט געקוקט וויכי'ס באדאנקן בלעטל, ער וואונטשט שענער?

פלטיאל, יישר כח גדול, דער זכות זאל דיר ביישטיין, און מיר זאלן תמיד קענען עוסק זיין במצות מתוך אחדות ואהבה ושמחה רבה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"כא כא כא" שרייבט אז איך (ווער דען, אפשר וויכי?) האט אים אזוי מחיה געווען אויפ'ן וועלטל, און בשכר זאת שענקט ער א פופציגער!

יישר כח כא כא כא, זאלסט טאקע אימער קענען שמייכלען און זיין פרייליך, והימים הללו יתהפכו לששון ולשמחה בעגלא ובזמן קריב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איין מינוט... איין מינוט... פון פאסטן זע איך דאפלט? קען נישט זיין... די פריערדיגע נתינה איז געווען 250 און יעצט איז אריינגעקומען א פרישע נתינה פון גאנצע 500... אפילו א שיכור וועט נישט זען 500 אנשטאט 250

טייבעלע!!!!!!!!! דו האלטסט שוין ביי 750!!! געוואלדיג!

יישר כח איז צו מאגער און ארעם א ווארט צו באדאנקן אזא געטרייען חבר טוב

זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים, בנגלה ובנסתר, און אין אלע דיינע מיסיעס כידוע ליודעים
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אמן ואמן!

והמברך יתברך!

גדול המעשה יותר מן העושה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער עולם האט באשלאסן אז מ'גייט מיר נישט געבן קיין רגע מנוחה... ווי נאר איך 'שלח' אפ א תגובה, פליסט אריין א פרישע נתינה... אבער יו קנאו וואט? ווילאנג דאס מיינט געלט פאר די מקוה און פאר אונזער חבר "מחר"... שלאפן וועט מען נאכ'ן קאמפיין אי"ה

יישר כח "מחותן" פאר די שיינע נתינה פון 101 דאלער, דאס איז א ריכטיגע אידישער ציפער, גימטריא "מיכאל", אויך דער צאל וואס מען לערנט כדי צו געדענקן, אינו דומה שונה פרקו כו'

יישר כח פאר דיינע לייסטונגען בעבר פאר'ן וועלטל, און אויך פאר'ן הווה וואס דו ביסט קענטיג צוריק מיט א התחדשות

און א באזונדערן יישר כח פאר די בשורה טובה אז דאס איז בלויז דער התחלה, און דער פלאן איז מוסיף צו זיין אי"ה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"פנימחדשות" באו לכאן

דער פרישסטער נדבה איז א פופציגער (נישט די ניק) פון א חשוב'ער ניק וואס האלט זיך כסדר פריש, ער האט א פנימחדשות אויפ'ן סייט

השי"ת זאל דיר באגליקן אין אלע דיינע וועגן, און זאלסט מצליח זיין בתורה ועבודה ויראת שמים ומדות טובות, און פארשטייט זיך אויך בנכסים ובבנים וכל טוב סלה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"שיינער חלום" האט אריינגעשליידערט צוויי מאות, און שרייבט אויך צו אז דאס איז האפנטליך נאר די התחלה.

השי"ת זאל דיר באגליקן אין אלע דיינע וועגן, בני סמיכי, חיי אריכי, מזוני רויחי, סייעתא דשמיא מרובה!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"כאניש" (ברויך נישט קיין לעצטע נאמען, יעדער קען אים סייווי נאר מיט'ן ערשטן נאמען), האט אנגעהויבן מיט א נתינה פון פופציג דאלער

כה לחי (גימטריא פון פופציג, פלאס 23 כמנין הקאמפיין יונגערמאן)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' גדל שמייסט אריין א פופציגער אין מיין קאנטע, און שרייבט קלאר אז דאס איז א דאנק אויסדרוק פאר מיינע טאגביכער

פשיהא, איך קען זיך מחיה זיין מיט'ן אפשרייבן מיין טאגבוך, און נאך העלפן א איד דערמיט! עולם הזה מיט עולם הבא אינאיינעם

---
מיין בלעטל (וואס איך האב גענומען צוזאמען מיט וויכי) האלט שוין יעצט ביי 4,732!!!!!!!!!! אין קארגע נארישע שעות זינט דער לינק איז ערשינען דאס ערשטע מאל

רבותי, דא קומט א מעגא העווי קאמפיין
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

לכאורה האט געשריבן: "שיינער חלום" האט אריינגעשליידערט צוויי מאות, און שרייבט אויך צו אז דאס איז האפנטליך נאר די התחלה.

השי"ת זאל דיר באגליקן אין אלע דיינע וועגן, בני סמיכי, חיי אריכי, מזוני רויחי, סייעתא דשמיא מרובה!

אמן, אלע ברכות וואס די וואונטשט זאלן מקיום ווערן אויף דיר אויך.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אמן, ר' שיינער (א קרוב מיט ר' אליעזר? אפשר קען מען אינאיינעם ארויפגיין צו אים פאר א נדבה...)
---
יעצט אריינגעפלאסן דריי הונדערטערס

איינס פון בעל מדריגה, איינס פון שמעלקא זאפטיגער, און איינס פון יואלי צייטליך

דער אויבערשטער זאל אייך אלעמען באגליקן מיט כל מילי דמיטב, איר זאלט אימער קענען זיין פון די געבער און נישט פון די נעמער (כ'שרייב דוקא 'קענען' זיין פון די געבער, ווייל הלואי זאל מען שוין נישט דארפן געבן פאר קיינעם, יעדער זאל האבן גענוג און נאך, אפס כי לא יהיה בך אביון), און איר זאלט זען תענוג ונחת ביי די קינדער און אייניקלעך (צו פרי צו רעדן וועגן אייניקלעך? איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט...), און דער געוואלדיגער קידוש השם פון דער קאמפיין זאל מקרב זיין ביאל הגואל במהרה.
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”