מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער טאנץ פון די קנעידאלאך

אין די געסאלאך פון ירושלים, צווישן די קעץ און נאך קעץ, בין החומות און מחוץ לחומות, בין מאה שערים לבית ישראל דרך גאולה, האבן זיך געדריידט צוויי באוואקסענע חברה, זייערע פנים׳ער האבן פארציילט טרויער מיט פרייליכקייט ביינאזאם, פונקט ווי זייער הויזן האבן געווען גאנץ און צוריסן אינאיינעם.

צוויי האב איך געשריבן? נישט ממש צוויי, פון די אייטעם האט ירושלים פארמאגט גענוג און נאך, אבער אנדערש ווי סתם ׳הומלסים׳ וואס דרייען זיך מגארבעדזש למיסט און זיכן דארט עפעס צו זיך דערהאלטן, אדער גאר אפאר פלעסטיק פלעשער וואס ער קען איינקעשן אין עפעס א ׳מכולת׳ צו באקומען די 50 אגורות און קענען קויפן א האלב פארשימלטן לעבען וואס דער מוכר ווארפט נישט ארויס אויס מורא אז קיינער זאל חס ושלום נישט נהנה זיין מן ההפקר פון א זאך וואס ער האט טייער באצאלט אויף דעם. אבער אונזערע צוויי זענען עפעס אנדערש.

נחום - אדער ווי די קינדערלאך פלעגן איהם רופן: נאחעם - און יאסקע זענען געווען א פאר׳ל וואס ירושלים האט נישט געזעהן, בעבר זיכער נישט און מ׳קען כמעט זיכער זיין אז בעתיד אויך נישט.

יאסקע איז א דור רביעי לכוכבי לילה, זיינע זיידעס האבן שוין מדורי דורות זייער חזקה צו שלאפן ביים ווינקל פון מאה שערים גאס, און מאנכע ווייסן צו פארציילן אז די שווארצע קעץ האבן שוין געלעקט די שריים פון זיין עלטער עלטער זיידע. ער ווייסט נישט פון קיין שלעכטס פונקט ווי ער האט קיין אנונג וואס גוט איז.
זיין שמייכל קען מען פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען פון זיין געזיכט, אבער ער איז נישט שטאטס נאר, ער האלט דאס טיעף באהאלטן אין זיין לינקן טאש, די פראבלעם איז אז די הויזן האט ער גע׳ירשנ׳ט פון א ירושלימער אינגל וואס האט אביסל איבערגעטריבן און ווען מאמע האט איהם געשיקט קויפן קלאמאנטינעס האט ער געוואלט שפארן די פלעסטיק בעג און זיי אריינגעשטופט אלע אין איין טאש, וואלט ווען אלעס געגאנגען כשורה וואלט ער זיכער געכאפט איינס און אזעלכעס פון טאטן פארן פארוואנדלען זיין הויזן און א מאראנצן קוועטשטער, מה עשה הקדש ברוך הוא, אויפן וועג האט איהם ארינטער געלאפן א שווארצן קאץ, אבער דער קלעינער מוישאלע האט קיין מורא פון זיי נאר מיט א פה מלא האט ער א שריי געלאזט א ׳קישטא׳ און ער זיך ארויסגעלאזט אויפן געיעג, זעהט אויס די קעצל האט גוט געגעסן יענעם צופרי און מוישאלע האט נישט געקענט דערכאפן, איז ער געלאפן און געלאפן ווען מיטאמאל האט א שטיינדל איהם אקעגן געקומען און ער האט זיך אויסגעגליטש און מכח המכה כי רבה האט זיך די הויזן צוריסן.
אט-א-די הויזן האט יאסקע גע׳ירש׳נט און אין דעם צעריסענעם טאש האט ער באהאלטן זיין שמייכל, אבער ס׳האט זיך דארט קיינמאל געהאלטן, די לעכער האבן דאס נישט דערהויבן, באין ברירה האט ער געמוזט מהנה זיין די ירושלימ׳ער זקנים ונערים ובני ציון המסולאים משמחת פיו ושמייכליו, ס׳האט זיך געגעאסן פערל ווערטער און נישט-ווערטער עד כי מלאה ירושלים מחורבנה של יאסקע׳ס טאש בשמחה וצהלה.

נחום איז אבער גאר עפעס אנדערש, א שטילער שלעפער באוואקסן מיט האר וואס גרייכן די קניען, און ריזן בוכארישן קאפל וואס ער האט געטראפן אמאל בין החורבות. זעהט אויס דער בעלעבאס לעבט שוין נישט ווען נישט איז לא ימלט איינער זאל ארויס לאזן אזא אוצר און דאס פארווארפן אנשטאט פארקויפן פאר א גרייצער.
נחום׳ס געזיכט איז אייביג פארטיפט אין א מאדנע מינע און א שטרייך פון טרויער דערקענט זיך אין זיינע אויגן. זיין היסטאריע איז לוטה בערפל, קיינער ווייסט נישט מאין בא ולאן הוא הולך, און אפילו די ירושלימ׳ער יענטעס האבן איהם אויך נישט געקענט דערשמעקן. זיין מויל איז פארמאכט און פארשלאסן, כאמאזל פון מאל צומאל כאפט איהם א גוטע מינוט און לאזט זיך הערן מיט זיינע דברי חכמה, וואס דאס האט ארויסגעגעבן דעם סוד אז ער איז א פראנצויזישער.
שמועות זענען ארום געפארן אז ער האט אמאל געהאט מעלאנעס, פאבריקן און דריקן, שיפן און האטעלן, און אססאאאאך געלט. אבער גיי גלייב די אלע שטותים וואס די קינדערלאך רעדן, ביי זיי איז יעדע קאץ א גלגול נשמה, יעדער משוגענער איז א ל״ו צדיק און צומאל אפילו אליהו הנביא, נאו וואנדער יעדער שלעפער איז אמאל געווען א עושר אדיר איום ונורא.

וואלט ווען יאסקע געלעבט פאר זיך אין הונגארישע הייזער, און נחום פארקוועטשט אין א ווינקל אין ווארשעווער הייזער, וואלט די וועלט פארפאסט אסאך שמחה. האבן זיי זיך דערבארעמט און געמאכט א יד אחת און פארופן א ״מעמד חתימת השותפות בין נאחעם ליאסקע׳, שלי שלך ושלך שלי, אונז וועלן מיר צוזאמען ארום שפרייזן די גאסן, זוכן אין די מיסטן, און שנארערען ציגארטעלאך פון די דורכייער, ווען איך וועל האבן איבריג וועל איך דיר געבן און ווען דו וועסט האבן איבריג וועל איך האלטן די צווייטע פאר מיר...

דער שותפות האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט, שוין פארטאגס ווי נאר יאסקע איז אויף געשטאנען ביים הערן דעם דזשאמדזשע קריכן אויף די נערוון מיטן אללללא אכבאאאאאר, האט יאסקע זיך גענומען חזנות׳ן שטיקלעך וואס אפילו די גרויסע מבינים האבן נישט פארשטאנען צו דעם, ער׳ט אזוי געשטאנען ווען פון אלע זייטן קומען די שאטנס צו גיין און זיך דערנענטערן הערן דעם ״ראמעניע ראמעניע ראמעניע....... געווען אמאל א לאנד.... ראמענניייע....עעעעעעעעעעעע....״ און מיט א קוויטש ענדיגן ״י......י......עעעעעעעעעעעע״, ווען פון פחד ובהלה זענען די אלע קעץ געלאפן טרעפן זוכן שוץ אין די גרינע מיסט דזשאבעבס.

זעענדיג אז דאס האט נישט אויפגעוועקט נחום האט יאסקע נישט געהאט קיין ברירה נאר צו איהם כאפן ביים קארג און זיך אפיר לאזן צום טעגליכן יארכע. אנגעהויבן האט מען מיט די הונגארישע שול דארט איז געווען א מנין ותיקון פון די אלטע חעברע, און צו זיכער מאכן אז קיין תחנון איז נישטא האט מען יעדן טאג געברענגט לחיים, האט מען נישט געטראפן א יארצייט האט מען געזעהן צו מאכן א יארצייט, אויב נישט פון קיין טויטע איז אויך געווען גוט א לעבעדיגער...
יאסקע האט שוין געוואוסט אז די אראק ווארט איהם אפ אינעם שאפע אונטערן פרידזשידער און שוין ביי ובא לציון איז ער שוין געלאפן ברענגען די לחיים און לעקאך, מיט אזא זיסן שמייכל שמייכלט צו איהם די בראנפן אז ער האט פשוט נישט געקענט אפזאגן. האט מען זיך געגעצט און באזעצט, איין גלעזל פאר מיר און איין געלזל פאר דיר, א לחיים גלייך אויפן ליידיגן מאגן, אההה... מעין עולם הבא נישט נאר ביום שבת מנוחה. זיי וואלטן ממשיך געווען צו זינגען ׳עינס פאר מיר און עינס פאר דיר׳, וועניש דער חזן האט געכפאט אז אויב מאכט ער נישט קיין ויסעו וועט קיין אראק נישט בלייבן....

אויפגעלייגט זיינען זיי ארויסעט צום שוק דארט האט מען געטראפן אפאר פארשימלטע עפל און צוויי האלבע מייערן וואס איז געבליבן פון צוויי וואכן צוריק. אראפ די גאס צו מוישע בעקער וואס האט זיי געגעבן א שטיקל ברויט מרוב רחמנותו, אבער נישט קיין פריש געבאקענע, דאס האט ער אפילו פאר קיינע געלט נישט געגעבן. האט מען איהם אמאל פארשריגן: ״מוישע געב מיר ברויט פון היינט״ ותשובותו בפיו: ״קום מארגן״.

אזוי האבן זיי זיך געשלעפט און פארשלעפט, שנארערנדיג צוגארטליך פון די אינגעלייט, און בעטן א שמעק טאבאק פון די עלטערע ירולשימ׳ער זקנים. צומאל האט זיך געקענט מאכן אז נחום זאל כאפן א נאכמיטאג דז׳ים, אבער יאסקע האט נישט געלאזט דאס זאל אנהאלטן צו לאנג, ובמתק לשונו פלעגט ער איהם שרייען ״נאחעם נאחעם אדו וועסט נישט ארבעטן וועסטו נישט האבן וואס צו זעטיגן דיין זעיל״...

אבער דער גולת הכותרת איז געווען ווען די זון פאלט צו און מ׳האט זיך ארויס געלאזט צו די באבע עטקע.
די באבע עטקע פלעגט קאכן קנעידאלאך, און באקן באראקאס און ראגאלאך פאר די אייניקלאך און קינדערלאך. והיו אומרים רופאי ירושלים: ״א קנעידאלע פון באבע עטקע איז די רפואה פארן גוף ונפש אינעינעם!״
די באבע עטקע איז געווען א ווארעמע נשמה, און איינמאל ווען זי האט געזעהן דעם צמד חמד זיך דרייען אין די גאסן האט זי זיי איינגעלאדנט צו קומען אפנעמען יעדן טאג א פרישן קנעידאלע!
טאג איין טאג אויס זענען נחום און יאסקע געקומען צו ווארשעווער הייזער און געווארט די זון זאל זיך רוקן אביסל צו מערב און מיט א געלויף זיך געלאזט צו גיין אפנעמען א קנעידאלע פון די באבע עטקא!

והיה כאשר נכנסה הקנעידל בפיו של יאסקע האט די גאנצע בריאה אויפגעלעבט, יאסקע איז ארויס אויף א קאדאטשקע בנוסח המקורי וואס ער האט נאך גע׳ירש׳נט פון זיין טאטן און זיידן, א הענט ארויף א דריי אראפ און דאן א קלעינטשיגער שאקל מיטן פוס, וחוזר בגלגול המגלגל של כל גדלות גופו ונפשו. און מיט א געזאנג בלחן מבית אבי אבא ״א קנעידל א קנעידל א קנעידאלע א קנעידלאע.......״.
או אז האט נאחעם אריין אין דעם בילד און זיך געלאזט אין א טאנץ וואס די פראנצויזן וואלטן זיך פארשטעקט פאר אזאנס. די פנים האט געשטראלט, די הענט האבן זיך אפיר גענומען, און א געזאנג האט זיך געלאזט: ״פון אלע צרות פארגעסן, די קניעדאלע לאמיר עסן, אזוי ווי די באבא עטקע, נישטא אין דער וועלט אזא פעסטע״.....
די פייגעלעך זענען געקומען צו פליען, די קעץ האבן זיך גענומען דרייען, די קינדערלאך האבן געפאטשט און געווארפן טאמאטעס, די מיידעלעך האבן געקוועלט נחת, וכל העולם היה זוהר באור ירקות ופירות פון די קנעילדאך.

ויהי היום און די באבע עטקע איז אלט געווארן, די הענט האבן אויפגעהערט ארבעטן און די פיס האבן זיך מער נישט גערוקט, מ׳האט איר אריינגעפירט אין מושב זקנים, אבער קיינער האט זיך נישט מטריח געווען צו מעלדן פאר נאחעם ויאסקע אז תמו ימי עידן הקנעידאלאך.
כבכל יום ויום קומען זיי אן און קלאפן אויפן טיר, מ׳קלאפט און מ׳קלאפט ואין קול ועונה... אפשר פון פענסטער און אפשר פון די אנדערע זייט, אבער ניין, ניטא צום געפונען!

נאחעם זעצט זיך אויפן שטיין און זיין אייביג פארטרויערטן פנים, ווערט איינגעקורטשעט, אויב נישט דער קנעידאלע למה לי חיים, איך שלעפ מיר דעם גאנצן טאג וואוסנדיג אז ביים סוף וועט זיין א רגע של נחת ווען די נשמה און גוף פארגעסט פון די צרות וואס האט איהם באטראפן, אבער אויב דאס אויך נישט, ווי ווי וויי....

יאסקע איז אבער נאך אויפגעלייגט: ״נאחעם ווארט נאר צו, וואס פאלסטו מיר אריין אזעי שנעל אין א מארא שחעירע?!, די באבא עטקא וועט קומען, זי וועט אונז נישט אזוי פארלאזן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און קנעידאלאך וועט ווייטער אין מויל אריינטאנצן״..

אריבער א שעה און נאך א שעה, די נאכט פאלט שוין צו און די באבע עטקע איז נישטא. סימני יאוש הייבן אן דרינגען אויך אין יאסקע, זיין שמייכל טרעפט א פלאטץ צווישן די שיך און די זאקן, און ער זעצט זיך צו צו נחומ׳ען.
די גאנצע וועלט שטייט און ווארט מתי יבוא הקנעידאלע? ווען ווען זיך יאסקע ארויסלאזן אין זיין געזאנג? ווען וועט מען זעהן נאחעם אין זיין טאנץ? אבער אם אין קנעידעל עטקע מנין?
די קינדער שטייען פון די זייט, די פייגעלעך באהאלטן זיך צווישן די בלעטער און דעכער, און א טרועריגער שטילקייט גייט אראפ אויף הרי ירושלים...

ס׳איז שא, ס׳איז שטיל, נחום ווערט פארזינקען אין די מחשבות, ס׳הייבט אן פארן און פארן... און פארן.. און פארן... ס׳שטעלט זיך נישט אפ, ס׳לויפט און לויפט, ווען מיט אמאל טרעפט ער זיך אין דעם אלטן אמאל, ביושבו על כסאו אין פאריז, ביזנעס האט געבומט אויף טויזנט און אויף מיליאן, זיין קליינע הייפעלע האט אנגעהויבן בליען, און שוין געהאט צוויי קינדערליך וואס האבן געשיינט צו זיין ווי דעם טאטן און גיין אין זיינע דרכים, אלעס איז געפארן על מי מנוחות, בשפע ברכה אויף אלע משפחות, ביז....

א נארישער באשלוס אין א ווילדע מינוט האט איהם אריינגעשלעפט אין שווערן פארלוסט פון מיליאנען. דער גאלאפ איז געלאפן אזוי שנעל אז ער האט נישט געקענט טרעפן א מינוט צו טראכטן און צוריק שטעלן, ער האט זיך געטראפן דרייען געלטער, און בארגן אויפן שווארצן מארקעט, און מיום ליום איז דער מצב געווארן שווארצער און ערגער, די בענק האבן פארכאפט איין נכס נאכן צווייטן, די מאפיאנערן זענען אפיר געקומען און געשראקן מיטן ערגסטן, ביז יענעם שרעקליכן טאג...

אוי אוי לאזט ער ארויס א קרעכטץ, אוי אוי אוי... ער הייבט זיך אן דערמאנען די שלאפלאזע נעכט, ווען מ׳האט אים אנגעשראקן, די קינדער האבן געיאמערט די ווייב איז געווען פארפרוירן פון שרעק, און ער זייער שטארע טאטע האט געשטאנען באין מעש.... און א טרערעלע האט זיך ארויס געגליטש לעני כל העדה!

יאסקע קוקט אויף נחום, און ער גלייבט נישט וואס דא גייט פאר! ״נאחעם וואדזשע געיט פאר מיט דיר?! איין טאג אן א קניעדאלע און ס׳איז עק וועלט?! מארגן וועט קומען, א נייער טאג וועט ערשינען, און די קנעידאלע וועט ווייטער קומען!״

נחום הערט שוין אבער נישט. זיינע מחשבות זענען שױן נישט אין ירושלים, זיי זענען אין פאריז אין א שווארצן נאכט, ווען מ׳האט איהם געסטראשעט מיטן ערגסטן און בחצות לילה ווי דער גנב פון שטאט האט ער געכאפט א קאר און אפגעיאפעצט. זיי זענען אבער געווען שנעלער פון איהם, א שרעקליכן אופרייס האט אויפגעריסן די שטילקייט פון די נאכט, פון דארט איז ער שוין געווען א ערלעידיגטער, ער האט נאך אנגיאט צו זען ווי מ׳דעקט איבער די ווייב, אבער די קליינע קינדער האט ער שוין נישט געוואלט קוקן, ער האט פארמאכט די אויגן און מיט דעם פארשלאסן דען קאפיטל.
מהכא להתם האט ער זיך דערקייקלט און געשלעפט, קיין גוט טאג אין זיין לעבן האט ער מער נישט געהאט, פון מאל צומאל זענען די מחשבות ארויף געקומען אבער ער׳ט זיי שנעל דערדריקט, עד שמצא מנוח לנפשו ווען ער האט אנגעטראפן יאסקע און מיט איהם געשלעפט די זעקל ביינער אויסגעליפטערט פון יעדן געפיל.

נחום קרעכצעט באגלייט מיט א ביטערליך געוויין, יאסקע שטייט מיט א אפענע מויל און גלייבט נישט וואס ער זעהט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזעהן עפעס א געפיל ביי נחומ׳ן אויסער זיין טרויעריגע געזיכט וואס איז אייביג געווען אויפן זעלבן לעוול...

״נחום - גייט ער צו צו איהם - דייגע בלב איש יוסקיחנה לאחרים, לאמיר הערן וואס דריקט דיר!״
ער מאכט איהם אבער אוועק מיט די הענט, און שטופט איהם לייכט אוועק. כליפ כליפ כליפ, אוי אויא אוי.....
״נאחעם זאג מיר וואס גייט פאר, א קנעידאלע ארויף א קנעידאלע אראפ מ׳דארף נישט אזוי אויסגיין!״
ניין ניין״ - זאגט ער צווישן די כליפערייען - דו וועסט נישט פארשטיין!
- וואס נישט פארשטיין?
- דו וועסט נישט פארשטיין!
- נחום אונז זענען שוין יארן אינאיינעם, וואס גייט פאר מיט דיר היינט?!

נחום עפנט דאס מויל, און מיטאמאל איז דא א אנדער נחום, זיין גאנצע זאק פון צרות איז ארויס געקומען, ער׳ט נישט אויפגעהערט וויינען ווען בין כליפע לכליפע פארציילט ער פאר יוסקע כל עושר גדולתו ותפארתו, די שטעט און פאלאצן, די באדינערס און גראפן, ביזנעסער און זיין משפחה און קינדער, אוי יאסקע וואס פארשטייסטו מיום הולדתך ביסטו א גאסן יונג האסט נאך אין דיין לעבן קיין שטקיל פלייש נישט טועם געווען, דיין גליקליכסטע איז א קנעידל פון די באבע עטקע!

יאסקע זיצט פארטראכט, ער טראכט און ער טראכט און ער ווערט פארגאפט, ער האט קיינמאל נישט געוויסט פון די אלע ענינים, נישט פון קאר נישט פון דיין בנינים, נישט געטראכט פון קינדער און נישט פון קיין רינדער! ער ווערט פארטרויערט און אט אט זעהט זיך אן א טרערעלע ביי יאסקע!

נחום וויינט יאסקע וויינט, נחום קרעכצט יאסקע קרעכצט, נחום לאזט א טרער יאסקע לאזט א טרער, נחום לאזט א ארויס א טיפן זיפץ יאסקע לאזט אויך ארויס א טיפן זיפץ....

״יאסקע - שטעלט זיך נחום אפ - הער אויף מיט דיינע ציבאלע טרערן! אז דו קענסט נישט טרייסטן זיצט דיר שטיל! אדו קענסט נישט פילן מיין צער לאז מיר לפחות זיך אויסגעבן אליין! וואס האקסטו מיר אין קאפ מיט דיינע פאלשע וויינערייען און קרעכצערייען״.

יאסקע הייבט אויף צוויי פארטרערטע אויגן, און מיט א וואונדער פרעגט ער: ״פארוואס פאלטיר ביי ס׳איז פאלשע טרערן?, פארוואס זאגסטו איך פיל נישט דיין צער? אמת ס׳איז מיר קיינמאל בייגעפאלן צו זיצן ברומו של עולם, אמת איך האב קיינמאל קיין צייט געהאט צו זיך אפשטעלן און טראכטן וואס מיינט לעבן א וועלט, אמת אין מיינע קליינע השגות עקזיסטירן נישט מער פון א פארשימלטן ברויט און א קאדאטשקע פאר א קנעידל, אבער דו האסט מיר יעצט אויפגעשאקלט, מיין הארץ ציפט אויף וואס דו האסט פארלוירן, מיין הארץ איז צעבראכן אויף וואס איך האב קיינמאל געהאט, א טרער גייט פאר מיינע ביטערע יארן, און טרער לאזט זיך פאר דיינע גוטע יארן וואס איז מער נישטא. נאחעם! נישטא נאך איינער וואס פארשטייט דיר אזוי גוט ווי איך יאסקע! נישטא נאך איינער וואס דראפעט זיך צוזאם מיט דיר מצאת החמה עד צאת הנשמה, צערך צערי, דמעתך דמעתי, וקנעידאלך קנעידאליתי״...

נחום שטעלט זיך אויף און שיסט אויס אין א ביטערליך געוויין, ער וויינט און וויינט און וויינט און קען זיך נישט בארואיגן, ער האט אפיר געלאזט דעם שליסל פון די מחשבות און זיי זענען שטערעקער פון זיין אפגעשוואכטן מח, אנשטאט זיצן ברומו של עולם זיצט ער דא ווי א שנארער נתון לטובתם פון די ירושלימער קינדערלאך וואס ווארפן איהם אפאר עצמות, אנשטאט זיין מנגידי העולם איז ער יעצט יאסקעס א חבר, אנשטאט צו שארן קניידלעך און אנפילן די בענק מיט גרינס, עסט ער דא באבע עטקעס קנעידלאך מיט אביסל פירות און גרינס. און על כולם קומט נאך דער שויטע יאסקע און שטעלט זיך אריין דא שוה בשוה אין זיין מצב, איך וויין ער וויינט, איך בין בצער ער איז אויך בצער...

״איי איי איי יאסקע יאסקע, דו וועסט מיין צער נישט באגרייפן, דמעות תנין דמעותך און פראביר בכלל נישט ארינגיין אין מיינע שיך, בעוד דיינע גליקן זענען געווען ביים טרעפן א אפגעשמוצטן צורעסענעם הויזן און דו האסט זיך געפרייט כמוצא שלל רב, זענען מיינע גליקן געווען גאר עפעס העכערס, כל זמן דו האסט קיין פלייש נישט געגעסן וועסטו נישט קענען וויינען אויף א טעם וואס דו האסט קיין אנונג וואס דאס איז, כל זמן דו האסט אין קיין קאר נישט געזעצן, אין קיין שיף נישט געשווימען און קיין באן נישט גענומען, קענסטו נישט פארשטיין וואס די ווייטאג איז צו זיצן בין הקעץ און שימלען. כל זמן דו האסט אויף קיין נארמאלן בעט נישט געשלאפן, וועסטו נישט פארטיין וואס איז די פיין פון אביון וואס האט דאס פאלוירן!״

״יאסקע יאסקע, צערך אינו צערי, דמעתך אינן דמעתי, קרעכץ נישט מיט מיר, וויין נישט מיט מיר, שטעל זיך נישט צו צו מיר!״

***



ותאמר אל יעקב הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי, ויחר אף יעקב ברחל ויאמר התחת אלקים אנכי אשר מנע ממך פרי בטן, ותאמר הנה אמתי בלהה בא אליה ותלד על ברכי ואבנה גם אנכי ממנה.


קומט א פרוי צו איר מאן, און וויינט זיך אויס: ״מאן לעבן, מיין שוועסטער איז צו דיר חתונה געהאט, זי איז ארום גענומען מיט 4 טייערע זיסע לעכטיגע קינדער, זיי דריייען זיך מיר א גאנצן טאג צווישן די פיס, דאס הארץ ציפט מיר און רייסט מיר יעדן טאג פון פריש, ווען לאה איז פארנומען אפווישן די אויסגעגאסענע מילך וואס דער קליינער לוי האט אויסגעגאסן, שטיי איך און רייניג אפ דעם ריינעם קלינעם טיש וואס קיין שמוץ האט דארט נאכנישט געזעהן אנצוהאלטן מער פון 5 מינוט. ווען זי גייט ארויס מיט די קינדערליך לראות בגנים וללקוט שושנים, בלייב איך פארשפארט אין געצעלט באין מעש. איך בעט דיר הבה לי בנים, טוה עפעס, מאך עפעס, דאווען פאר מיר, רייס איין פאר מיר, וכי כך עשה אביך לאמך והלא התפלל עליה (רש״י) ״.

ווי ס׳ווערט געברענגט האט רחל חתונה געהאט ביי די 22, לפי די מפרשים איז אריבער בלויז 1 יאהר+! און לפי אנדערע מפרשים 2 יאהר! א פרוי וויינט הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי!!! איך בין געשטארבן ביי די 23!!!

אבער ויחר אף יעקב ברחל ויאמר התחת אלוקים אני, שרייט דער מדרש וכי כך עונין את המעוקות?! האט זי דען געמיינט צו באשטעלן א ארדער ביי יעקב אבינו?!, האט זי דען געמיינט צו זאגן אז יעקב אבינו האט א סטארעזש פון קינדער און ער זאל איר ארויס געבן איינס?!
שטייט א צעבראכענע פרוי און וויינט זיך אויס, איך וויל קינדער ואם אין מתה אנכי, שרייבט דער רמב״ן שרעקעדיגע ווערטער: אמרה רחל ליעקב שיתן לה בנים שיתפלל עליה עד שיתן לה בנים על כל פנים ואם אין שתמית עצמה בצער, באקום איך קינדער איז גוט, אניש נעם איך זיך דאס לעבן!. אנשטאט צו געבן חיזוק והדרכה בארואיגן און דאווענען פאר איר, ענטפערט ער איר אפ: התחת אלוקים אני?!

נראה בדרך אפשר, רחל איז נישט געקומען בעטן יעקב ' תןלי בנים' געב מיר קינדער, זי זאגט איהם ׳הבה'לי בנים, ווי מיר טרעפן איז הבה א לשון וואס מ׳נוצט ווען איך און די גייען צוזאם, ׳הבה נתחכמה לו׳ פרעה מיט זיינע שרים האבן צוזאם געטראכט עצות, אזוי אויך ׳הבו לכם׳ אנשים ביי די שרי המאות והאלפים.
----
הוספה
און אזוי שרייבט רש״י אויפן פסוק ויאמרו הבה נבנה לנו עיר ומגדל. וז״ל: כל הבה – לשון הזמנה הוא, שמכינים עצמן ומתחבריםלמלאכה, או לעצה, או למשא.
----
רחל וויינט צו יעקב 'הבה' לי בנים איך גיי אריבער דאס שווערסטע אין לעבן, מיין פיין און צער איז עד אין לשער, ׳הבה׳ קום און זיי דו א חלק פון מיין צער, שפיר אביסל און פיהל מיט מיט די שטערבליכע פיין.

זאגט איר יעקב אבינו: התחת אלקים אני! בין איך דען גאט?! איז דען מעליך בכלל איך זאל אפילו אביסל פארשטיין און מיטפיהלן וואס דו גייסט אריבער?!, איך וועל זיין א ירוחם ומודה, איך האלט שוין ביי הפעם אודה, זאל די ערד זיך עפענען און צושקלאן די וועלט מסוף העולם ועד קצהו קען נישט א בשר ודם זיך ״משתתף״ זיין מיט א צער פון א זאך וואס ער איז נישט אריבער. איך האב קיינמאל געווען אין דיין מצב, פיר לעכטיגע קינדערליך טאנצן מיר ארום איך קען נישט אריינגיין און פארשטיין בכלל די צער און פיין פון א הולך ערירי, נאר אונזער גרויסער רחמנות׳דיגער באשעפער קען פארשטיין און זיך משתתף זיין אין דיין צער!

ס׳איז דאך נישט צום באגרייפן, שטייט דא א איד וואס איז אריבער צרות און מיטמאכענישן אין לעבן, געוואוינט מיט א ברודער עשו, אנטלאפן כל עוד נשמתו בו, אפילו א אלטער בחור איז ער געווען, אפגעזעצן ווייט אין א ישיבה 14 יאר, קוים מיט די נשמה געלאנדעט אין חרן ביים פעטער לבן, ברכוש רב יצאתי משם רק נשאר המקל, געוואלט בויען זיין הייפעלע געטראפן זיין באשערטע נאר ביי 77, האט זיך אנגעריקט דארט א לבן און איהם דערגאנגען די יארן מיט זיינע שקרים.
מצד שני שטייט א פרוי זי האט געלעבט אלע אירע יארן ביים טאטן, געהאט א באדינערן בלהה וואס האט אייביג געווען גרייט צו העלפן, איר טאטע איז געווען מעיער פון שטאט, דערצו ורחל היתה יפת תואר, קוים געבוירן האבן שוין די שכנים געלייגט א אויג אז הקטנה לקטן, אין די צייט וואס איר שוועסטער האט אפגעבויכעט אירע יארן ועיני לאה רכות שלא יפול בגורלו של אותו רשע איז זי שוין געווען פארזיכערט מיט איר שידוך, אויב יעקב איז געווען אלטער 'בחור' איז רחל געווען קוים געבוירן ווען זי האט חתונה געהאט, ביי די 22 האט זי שוין געשטאנען אונטערן חופה. גייט נישט אריבער צופיל צייט פון די חתונה, און זי וויינט הבה לי בנים, און דאך זאגט איר יעקב״ ניין איני משתתף בצערך! איך קען דיין צער נישט פארשטיין, איך קען דיין צער נישט באגרייפן. מיט אלע צרות וואס איך בין אריבער, מיט אלע מיטמאכנישן קען איך נישט בכלל אריינגיין און פילן דיין צער.

צו אביסל פארשטיין, א אנגעפאשעטער עושר שפרייזט אריבער די גאסן און דער גאסן יונג בעט זיך ביין איהם 'איך בין הונגעריג', זאגט ער איהם: ״ביסט הונגעריג? עס ברויט!״, ״איך האב אבער נישט ברויט...״ ״האסט נישט ברויט? עס קעיק!"
ביים עושר ווען ער הערט ״איך בין הונגעריג איך האב נישט קיין ברויט״ מיינט דאס ביי איהם ״עס קעיק״, אבער ביים גאסן יונג ווען ער זאגט ״איך בין הונגעריג איך האב נישט קיין ברויט״ מיינט דאס איך גיי שטארבן!, זייער שפראך איז בכלל נישט די זעלבע שפראך. ווי די גמרא זאגט אז רבי יוחנן איז געגאנגען מנחם אבל זיין אבלים ומרי הנפש האט ער מיטגענומען א ביינדל פון זיין צענטן קינד וואס ער האט באגראבן און געזאגט ״דין גרמא דעשיראה ביר״ דאס איז די ביין פון מיין צענטן זון. ווערט געברענגט אז רבי יונן האט געזאגט פארן אבל, די וואס קומען אריין מנחם אבל זיין און טרייסטן זיי פארשטייען נישט דיין צער זייער טרייסט איז נישט קיין טרייסט, זיי פארשטייען נישט בכלל וואס דו גייסט אריבער, אבער איך בין שוין ליידער אריבער 10 מאל דעם עמק הבכא, און די צענטע איז געווען אויף א טראגישע אופן וואס ער איז אריינגעפאלן אין יורה רותחת און ס׳איז פון איהם גארנישט געבליגן אויסער דער ביינדל, איך קען דיר מנחם זיין! איך קען דיר טרייסטן!

די באגריפן פון איינעם וואס גייט אריבער דעם צער פון נישט האבן קינדער, זענען גאר אנדערע פון דער וואס האט יא זוכה געווען צו האלזן א קינד.
ווען ביי מיר מיינט א שלאפלאזע נאכט אז די בעיבי האט בויך שמערצן, איז דאס ׳איך האב נישט קיין ברויט עס קעיק׳, אבער ביי דער וואס האט נעבעך נישט זוכה געווען צו האלדזן א קינד מיינט א שלאפלאזע נאכט ״איך גיי שטארבן!״
ווען ביי מיר מיינט אז איבערשלאפן אין שפיטאל איז אויפן ערגסטן פאל אפוויינען ביים בעטל פון קינד ער זאל געזינט ווערן, איז דאס ׳עס קעיק׳, אבער ביי איהם מיינט דאס ״איך גיי שטארבן!״
ווען איך קום אהיים און ס׳איז איבערגעדרייט מיט א מעס פון אלע שפילערייען וואס די קינדער די ׳מחוצפים׳ ווילן נישט פאלגן מאמי צוזמענעמען, מיינט דאס ביי מיר ״עס קעיק״, אבער ביי איהם אהיים קומען צו א ליידיגע הויז מיינט ״איך גיי שטארבן!!!!״

רחל הערט וואס יעקב זאגט איר, אין זי זאגט יא גערעכט מיין טייערע מאן, מיין צער קענסטו נישט פארשטיין, מיין פיין איז נישט אין דיינע השגות אבער איין זאך קענסטו מיר יא העלפן, ווען די באבע שרה איז געווען אין זעלבן מצב האט זי אריינגענומען איר שפחה אלס א סגולה, ותאמר שרי אל אברם הנה נא עצרני ה׳ מלדת בא נא אל שפחתי אולי אבנה ממנה, בזכות שאכניס צרתי לתוך ביתי (רש״י), לאמיר אויך מאכן די סגולה: הנה אמתי בלהה בא אליה ותלד על ברכי ואבנה גם אנכי ממנה.

מחר טייערע! ניין און נאכאמאל ניין: איני משתתף בצערך! איך וועל דאס קיינמאל פארשטיין, ווען איך האב געליינט דיין ארטיקל האט מיר די הארץ געריסן, איך בין געווען צוריסן, געוואלט מגיב זיין אבער נישט געהאט וואס צו שרייבן, איך האב געשריבן און געמעקט, און געמעקט און געשריבן, אבער נישט געהאט די גאטס צו דריקן דעם שיק קנעפל, חיזוק זאל איך איהם געבן?! וואס קען איך בכלל אים געם אריינרעדן? עצות דארף ער דען פון מיר? מה לי ולו ווען איך האב קיין אנונג וואס ער גייט אריבער?

טייערע חברים וידידים, מיר זענען געווען גרייט צו אריבער שווימען דעם ים און ארויפקריכן אין הימל ווען ער האט געוויינט צו אונז ׳ואם אין מת אנכי!״, אונז האבן איהם פארטיילט זכותים און מעשים טובים לזכותו, מיר האבן צאמגענומען משמורת תפלה, יעצט בעט ער זיך איך וויל טון די סגולה אז איך זאל זוכה זיין ״אבנה ממנה״! לאמיר אריינשפרינגען און טון יותר מכפי יכלתינו למעלה מדרך הטבע, און איהם ברענגען זיין ישועה למעלה מדרך הטבע!

---

מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער - פי די עף
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יולי 01, 2021 10:12 pm, פארראכטן געווארן 11 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

Wow wow wow
איינס געוואלדיג
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס;l;p-
אזוי ריכטיג ארויסברענגען וואס אונז אלע שפירן

געוואלדיג.

גיי מיר בל"נ משתתף זיין אויף דיין פעידזש, אלץ הערכה פאר דעם ארטיקל, און פאר א זכות פאר הרב 'מחר'.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איינס: האסט מיר טאטאל צעפראסקעט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

איך האב נישט קיין ווערטער. דו האסט מיר געמאכט וויינען!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:-e;/:-e;/:-e;/:-e;/
כ'האב נישט קיין ווערטער
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אנאנימוס, ממעל תתברך בשפע ברכות וכל טוב פאר דיין ברייטהארציגע נדבה!

Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.21 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.21 AM.png (37.09 KiB) געזען 3193 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח בפה מלא פאר ענק אלעמען,
איך ברויך טאקע די גרינע, אבער מח״ר דארף גרינע פון א אנדער מין....
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ווואאאףףף דאס איז אן ארטיקל, ציפעדיג. און די קאפעל, קנאקעדיג.


וויפל גיי איך גיבן? איך ווער ווארעמער און הייסער פון מינוט צי מינוט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע:בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס איך כליפע.... אזוי גוט ארויסצוברענגן!
גא''מ לאיינס איך קען מיר נישט משתתף זיין אין דיין פיין,
איך קען אין וועל בעז''ה בעטן און מתפלל זיין,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איינס. אזא ארטיקל וואלט געפאסט פאר איינס...
באקימסט פין מיר מיט גאטס הילף.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

מיט מיין מויל ברייט אפן. מיינע אויגן פארגלייזט. מיינע גלידער ציטערן. מיין פנים נאס. און מיינע באקן רויט. זיץ איך און איך וויין אויף א מענטש וואס איך קען אים נישט פארשטיין.

איינס. דו האסט מיך צומאלן מיט די ארטיקל....
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איינס מורעדיג געשריבען, אבער אזוי אמת, וועסט טאקע ב"ה קיינמאל נישט קענען פארשטיין וואס מיר גייען דורך..
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שר התורה האט געשריבן: איינס איך כליפע.... אזוי גוט ארויסצוברענגן!
גא''מ לאיינס איך קען מיר נישט משתתף זיין אין דיין פיין,
איך קען אין וועל בעז''ה בעטן און מתפלל זיין,


יישר כח שר התורה, פארן 'משתתף' זיין און העלפן מחר מיט די סגולה!

מן השמים תתברך בכפליים וכפלי כפליים, עקסטער פאר יעדע נתינה וואס דו האסט געגעבן פארן קאמפיין, און א ברכה מיוחדת פארן נדבה אונטער מיין פעידזש

Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.24 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.24 AM.png (37.1 KiB) געזען 3192 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע חברים און ידידים:
יעצט איז נישט קיין צייט זיך משתתף צו זיין מיט מחר'ס צער! דאס קענען אונז סיי ווי נישט!

יעצט איז צייט זיך משתתף זיין יותר מכפי היכולת מיט איהם העלפן מיט "בניית" המקוה און פון דעם "אבנה ממנה" בעזר יוצר כל יצור!

רופט זיך אן ווארעם און נאך ווארעמער כי גודל המצוה רבה היא!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בעל מדרגה האט געשריבן:



ממדריגה למדריגה תעלנו!, עדי נזכה אנצוקומען צום ציל און צום גאול! און פון דעם צום עכטן גאול בעזר יוצר כל יצור.

יישר כך בעל מדריגה פארן נדבה, יעמוד לזכותך ולזכות כל יוצ"ח!


Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.27 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.27 AM.png (25.34 KiB) געזען 3191 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ליקעריש האט געשריבן:

ליקעריש
ח"י בני ומזוני ושפע ברכה!
זאל זיך ליקערן שמחות ביי דיר און גאנץ כלל ישראל


Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.34 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.34 AM.png (24.53 KiB) געזען 3190 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איינס, אחד היה איינס, צו פארשטיין אז פארשטייט נישט איז א גרויסע השגה. צו קענען מאכען א צווייטען פארשטיין, דארף שוין זיין יוצאין מן הלב.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:

לכאורה טיילט קניעדלאך פאר די גאנצע משפחה....

לכאורה ס׳איז מיר א שטאלץ צו זיין דיין פריינד!, גייען מיר אויף א קנעידל טאנץ?
דיין זכות איז עד אין לשער, סאך סאך מער ווערד פון יאסקעס קנעידאלע!

Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.37 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.37 AM.png (28.07 KiB) געזען 3189 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טאטע העלף האט געשריבן:

טאטע העלף! כפשוטו ומשמעו!

דיין נדבה איז א דירעקטע רוף צום טאטן: העלף!!!!!
זאל ער טאקע העלפן, וועט ער טאקע העלפן!


Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.40 AM.png
Screen Shot 2021-06-28 at 10.15.40 AM.png (26.33 KiB) געזען 3188 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פאר א תגובה העכער 1000 פאריכט איך מיין תגובה 1000 מאל....

קומטס אריין אין די מאסן פאריכ...בויען א עתיד פאר אונזער טייערע חבר
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 27, 2021 10:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

איינס האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:



ממדריגה למדריגה תעלנו!, עדי נזכה אנצוקומען צום ציל און צום גאול! און פון דעם צום עכטן גאול בעזר יוצר כל יצור.

יישר כך בעל מדריגה פארן נדבה, יעמוד לזכותך ולזכות כל יוצ"ח!


אמן.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יעצט געליינט די ארטיקל, איך האב נישט קיין ווערטער.

אבער וואס יא, איך קען געבן א צווייטע מאל אויף דיין פעידזש ארויסציווייזן ווי שטארק עס האט מיר איבערגענומען.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: מחר, איך בין זיך נישט משתתף אין דיין צער! - איינס אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל ליינען אזא לאנגע ארטיקל. אבער איין שורה האט בע"כ געצויגן דעם נעקסטן, און איין פאראגראף ס'קומענדיגס, ביז איך האב מיך געטראפן אינגאנצן איבערגענומען פון געפילן ביי די לעצטע שורה.
און לכבוד דעם וועל איך מיך אויך צושטעלן צום קניידל-טאנץ אויף דיין פעידזש
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”