נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך ווייס נישט ווער דו ביזט אבער איך בין דיר מכיר טובה. האסט מיר מחייה געווען.

דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן מיט אלעס גיטס. זאלסט נישט דארפן וויסן פון קיין עגמת נפש

Screenshot_20210630-193012.png
Screenshot_20210630-193012.png (293.97 KiB) געזען 3929 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א גרויסן שכח פאר דער גרויסער אידישער עסקן ב"א פאר סווייפן 72 דאללער.

א איד וואס איז דא צו העלפן אידן ווי נאר ער קען. ווען עס איז גרינג צו ווען עס איז שווער.

ביודעי ומכירי

זאלסט וויסן נאר פון שמחות
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום מיטוואך יוני 30, 2021 7:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קארגע 262 נויטיג.

עני יוניט טו די רעסקיו? יעדעס דאללער קאונט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

שכח ממוצע פאר דיין נדבה. זאלסט באקומען מכל טוב וטוב

נאך 250 דאללער צו גיין. ווער רופט זיך אן?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איפכא האט געסווייפט 18 דאללער. איטס ריפרעשינג

דער חותך חיים לכל חי"י זאל דיר צוטיילן א געשמאקער לעבן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ווער איז נעקסט?

239 צו גיין
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך דארף אנגרייטן א קאנצעסיע רעדע? די מצב קוקט אויס שמאל...

בלויז 239 אין די נעקסטע 3 שעה. ווער קומט אריין קלאר מיט די נעקסטע ביישטייערונג?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פינעוו חברה א 50ציגער און אונז זעמיר דארט!

ווער גייט פתיחה?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

200 דאללער צו גיין!!!!

ווער געבט א באוסט?????
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

100 דאללער טיילט אונז אפ פון נקדימון 2024

ווער קומט אריין?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אוי וויי עס ווערט ערנסט! מען בעט דער עולם זאל אויפהערן געבן עיסעפ!
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

נקדימון האט געשריבן: פרעזידענט ביידען באקט א מעשה. ביידען האלט אינאיין פארציילן א מעשה איבער א שמועס וואס ער האט געהאט מיט אן עמטרעק באן קאנדאקטער... אין פאקט האט שוין יענער נישט געלעבט כאטש א יאר צייט פאר די פריסטע וואס די שמועס האט געקענט פארקומען

וואסזשע ווילסטו?
ווייסטו דען נישט אז אלצהיימר מאכט מענטשען פארגעסען דע צייט?
סאיז געווען זעקס יאר פריער די מעשה.. קענסט דען אויפווייזען אז נישט????
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טאמער האבעך פארגעסן זיך צו באדאנקן פאר איינעם זאל ער מיר ביטע אנמערקן אין אישי.

יישר כח.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל - ג פינחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

יישר כח כולל פאר דיין שיינע נדבה. זאלסט באקומען פון אלעם גיטן.

אייגנטלעך אפשר טוסטו עפעס אז לכאורה זאל זיך אינטעריאגן מיט די נסיעה דערציילונג? מיר האבן שוין געלערנט דיינע געשמאקע חזרות מיט ערשטע און צווייטע חברותא...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צוריק אויפפרישן א שטיל ווינקל ווי איך וועל שרייבן זאכן וואס איך טרעף אינטערעסאנט. נייעסלעך, אנאליזן, און צומאל אבעזערוואציעס, קורצע אדער לענגערע.

איך וועל פרובירן צו האלטן מיין אבזערוואציעס באזונדער פון די נייעס אז עס זאל נישט פארדעקן וואס איז נייעס און וואס איז אבזערוואציע.

געוויס איז דאס מער הנאה ווי א שעבוד און איך וועל זיך נישט אראפבינדן, נאר שרייבן ווען עס איז מיר באקוועם.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7390
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

פארוואס ליגט נישט די אשכול צווישן די נייעס אשכולות?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאר שווערע פראטעסטן קומט פאר די וואכן אין טביליסי הויפטשטאט פון גרוזיע, א לאנד נעבן רוסלאנד, און די פראטעסטן איז ערווארטעט צו ווערן נאך שטארקער. די ארטיגע פארלאמענט האט פריער ענדגילטיג באשטעטיגט א געזעץ וואס ווערט באטראכט צו זיין דיקטאטוריש געשטימט

אין קורצן וואס די נייע "דרויסענדיגע אגענטן" געזעץ איז
נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 6:00 pm
גרויסע פראטעסטן קומט פאר אין טביליסי, הויפטשטאט אין גרוזיע קעגן די פירענדע רוסיש פריינטליכע "גרוזיע טרוים" פארטיי. נאך וואס זיי ווילן פאראויס גיין מיט שטימען אויף די "דרויסענדיגע אגענטן" געזעץ. א געזעץ ווי ארגענעזאציעס דארף ווערן רעגיסטרירט אלץ אויסלענדישע אגענטן טאמער מער פון צוואנציג פראצענט שטיצע קומט פון אויסלאנד
20240514_102157.jpg
20240514_102157.jpg (265.99 KiB) געזען 2504 מאל
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3752
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:08 am
צוריק אויפפרישן א שטיל ווינקל ווי איך וועל שרייבן זאכן וואס איך טרעף אינטערעסאנט. נייעסלעך, אנאליזן, און צומאל אבעזערוואציעס, קורצע אדער לענגערע.

איך וועל פרובירן צו האלטן מיין אבזערוואציעס באזונדער פון די נייעס אז עס זאל נישט פארדעקן וואס איז נייעס און וואס איז אבזערוואציע.

געוויס איז דאס מער הנאה ווי א שעבוד און איך וועל זיך נישט אראפבינדן, נאר שרייבן ווען עס איז מיר באקוועם.
א ריזיגע שכח. We are looking fwd!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א שטיקל אפהאנדלונג איבער וואס עס קאכט זיך אין די קרעמלין די טעג וועט שפעטער ארויפגיין.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסישער אויסערן מיניסטער לאווראוו: רוסלאנד און כינע שפילן די וויכטיגסטע ראלע מיט העלפן האלטן די וועלט אין באלאנס.

(נאך א מזל)
20240514_104851.jpg
20240514_104851.jpg (110.49 KiB) געזען 2388 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17701
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די פאליטישע גאס איז אויף מיט די נייעס אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין בשעת ער איז פארמישט אין א פארצויגענע קריג אין אוקריינע, האט באזייטיגט זיין לאנג יעריגער בּיזעם פריינט סערגעי שייגאו פון זיין פּאָסטן אלץ קריגס מיניסטער און געשטעלט אנדרעי בעלאסאוו אן עקאנאמיסט אן קיין מיליטערישע ערפארונג, אלץ דער נייער קריגס מיניסטער.

אויב דאס איז נישט גענוג חידוש איז די נייע פאזיציע פון שייגאו און ווער עס האט געדארפט אפטרעטן לכבוד דעם, נאך אסאך א גרעסערע חידוש.


ביז יעצטיגער קריגס מיניסטער סערגעי שייגאו
20240512_143802.jpg
20240512_143802.jpg (187.74 KiB) געזען 2226 מאל


וואס זענען פוטינס מאטיוון און וואס מיינט דאס אויף ווייטער?

דאס אז פוטין האט באזייטיגט שייגאו איז א שטיקל חידוש. פארוואס איך זאג א שטיקל חידוש און נישט קיין ריזיגע חידוש איז וויבאלד בעצם איז געווען ערווארטעט אז פוטין איינמאל ער הייבט אן זיין נייע קאדענץ נאכן זיך דערקלערן זיגער אין די פארלאפענע וואלן ווי ער האט געזיגט מיט א לענדסלייד, אז ער זאל אויפשאקלען זיין קאבינעט און געוויסע מיניסטארן וועלן ווערן ווערן ארומגעריקט אדער ערזעצט. און אזוי אויך איז נישט קיין חידוש - בעצם - אז שייגאו נאך זיצן 12 יאר אויפן אמט און נאכדערצו נאך נישט זיין גאר סוקסעספול דורכאויס די ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע, איז פארשטענדליך אז זיין צייט צו גיין פון אמט איז שוין לאנג אנגעקומען. דאס הייסט אין בעק פונעם מיינד איז געווען אזא געדאנק אז שייגאו גייט גיין איין טאג.

פון די אנדערע זייט איז פרעזידענט פוטין גאר געטריי צו זיינע לויאליסטן און וועט פארקוקען אויף קאמפאטענץ מיט די פרייז פון לויאליטעט. פאר דעם איז שייגאו געווען דארט יארן און וואלט געקענט בלייבן זיצן נאך לענגער.

סא, קיין ריזיגע חידוש איז עס נישט אבער דאך א שטיקל חידוש אז פוטין האט אים ארויסגעריקט פון אמט.


זענען פאליטישע געפעכטן פארמישט אין די באשלוס?

עטליכע וואכן צוריק איז דעפיוטי קריגס מיניסטער טימאר איוואנאוו געווארן ארעסטירט אויף קארופציע און מעגליך "פארראט". איוואנאוו איז געווען שייגאו'ס שיק אינגל און געהאלפן שייגא מיט זיינע טונקעלע געלטער געשעפטן וואס קען נישט ווערן געטון אין די עפענטליכקייט.

איוואנאוו'ס ארעסט האט געגעבן אנצוהערן אז שייגאו'ס איינפלוס איז שוין נישט שפיץ. און מעגליך זיין צייט איז נאנט. יעצט אז שייגאו איז ארויס איז צו ערווארטן אז נאך שייגאו לויאליסטן וועלן זיך טרעפן אינדרויסן אין די קומענדיגע שטיק צייט.

אפילו נישט שייגאו לויאליסטן, איך ערווארט אז א שיינע צאל חברה גייען זיך אינדרויסן און דער נייער קריגס מיניסטער בעלאסאוו וועט פרובירן צו באזייטיגן קארופטירטע און ביוראקראטישע זעצערס וואס שטערן די פליסיגקייט און פלעקסעביליטי פון די קריגס מיניסטעריום.

עס איז שטארק מעגליך אז דאס ארויסריקן שייגאו פון אמט איז אויך פארבינדן מיט די נאכאנאנדע מאכט געראנגל וואס קומט פאר אין דיקטאטורישע רעזשימען און ספעציפיש וויאזוי פוטינס צירקל אפערירט. די שטילע קאמפן צווישן די עליטיסטן.
לאמיר אויסטון די פשוט'ע ברילן און לאמיר אנטון ברילן צו באאבאכטן א מאפיא פאמיליע. פוטין קאנטראלירט די עליטע דורך "צוטייל און הערש" טאקטיק. "דיווייד ענד רול" איז נישט קיין נייע מיטל. פוטין האט אלע יארן קאנטראלירט זיינע נאנטסטע מיט די מהלך. דער ביים שיסל צוטיילט די וואס זענען אינטער אים. די גרויסע קעפ דערקוטשענען זיך איינער דער צווייטער און קיינער שלאפט נישט רואיג און קיינער איז נישט געניג זיכער מיט זיך. קיינער איז נישט פאראייניגט צו מסדר זיין די ביג באס. דער ביג באס פארמאגט די אלטימעט מאכט און ווען איינער איז צו שטארק איבער דער אנדערע און דער צווייטער שפירט זיך באדרויעט קומט דער "באס" און גלייכט עס אויס. יעדער מוז צוקומען צו די ביג באס. יעדער פרובירט צו ווייזן לויאליטעט צום באס מיט ווייזן ווי נאנט און געטריי ער איז איבער דער אפאנענט.
קריגס מיניסטער סערגעי שייגאו איז זיך נישט דורכגעקומען מיט סערגעי כעמעזאוו דער פירער פון די מאכטפולע ראסטעק אימפעריע וואס איז די גרעסטע אינדוסטריאלע סעקטאר פאר די רוסישע קריגס מאשין. און אזוי אויך מיטן דעפיוטי פרעמיער מיניסטער דעניס מאנטיוראוו וואס איז דער אינדוסטריע מיניסטער. זיי האבן א גרויסער איינפלוס און מאכט אין די רעגירונג, ספעציפיש יעצט ווען די ראסטעק אימפעריע שפילט א קריטישער ראלע אין סופלייען די רוסישער קריגס מאשין. שייגאו מיט די קריגס מיניסטעריום אלץ קליענט און כעמעזאוו אלץ פארקויפער האבן זיך נישט געזען אויג אויף אויג און זאכן זענען נישט געפארן געשמירט.



פוטין האט למעשה נישט געווארפן שייגאו ווי א הינט. פוטין האט באזייטיגט שייגאו מיט זיידענע הענטשוך און ארויסבאגלייט שייגאו פארהעלטנמעסיג בדרך כבוד. קודם ער האט אים נאך געלאזט אנפירן די גרויסע פאראדע פאריגער וואך, וואס קומט פאר יערליך מאי דעם 9'טען צו אפצייכענען די זיג אנטקעגן די פאשיסטישער אקס אין 1945. און בעיקר אז פוטין האט צוגעטיילט פאר שייגאו א צווייטער מאכטפולע פאזיציע. די פאזיציע צו פירן די זיכערהייַט קאנסיל. א פאזיציע וואס איז ביז יעצט געפירט געווארן דורך ניקאליי פעטראשעוו.

די פאזיציע איז דורכאויס די לעצטערע יארן געווען גאר מאכטפול און געװיסע קלערן אז מיט די פאזיציע איז גאר שייגאו געהויבן געווארן אין ראנג.

למעשה איז עס נישט אזוי. די פאזיציע איז נישט קיין גאר גרויסע מאכט אויף די ביכער. די מאכטפולקייט פון די פאזיציע איז געווען אז ניקאליי פעטראשעוו איז געזיצן פאר 15-20 יאר אויף די פאזיציע.

דער מיליטאנטישער פעטראשעוו, קען מען זאגן איז פון, צו גאר די מאכטפולסטע פיגור אין רוסלאנד נאך פרעזידענט פוטין. עכ"פ ביז נעכטן.

פעטראשעוו האט יארן לאנג געדינט אלץ די שפיאנאזש שעף פון די רוסישער ענקעוועדא אגענטור ווי ער האט אנגעקניפט באציאונגען מיט דער געוועזענער ענקעוועדא אגענט וולאדימיר פוטין.

יעצט אלץ שעף פון די זיכערהייט קאונסיל, טראץ וואס די פאזיציע איז נישט ווער ווייסט וואס עפעס מעכטיג, האט פעטראשעוו פאקטיש געטון פיל מער פון וויפיל די פאזיציע דעסקריפציע שטעלט פאר.

פעטראשעוו האט געדינט אלץ נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער און דירעקטאר פון נעשאנעל אינטעלידזשעס ביינעזאם. פאזיציעס וואס עקזיסטירט נישט געהעריג און רוסלאנד. דאס האט געגעבן פעטראשעוו אויסטערלישע מאכט און גאר שטארקע איינפלוס איבער פוטין און צו פארומען פוטינס געדאנקענגאנג. דייקא מער צו די מיליטאנטישע און ראדיקאלער זייט.

פוטין איז נישט דער צדיק, זאל מען זיך נישט איינרעדן אין ווילדסטע חלום. דער מערדער פוטין לעבט שוין יארן אין זיין אייגן באבל. אבער פון פוטינס לאנגווייליגע היסטאריע לעקציעס, פאר דער וואס הערט זיינע רעדעס, זעט מען אז פוטין מיט זיין פארדרייטע היסטאריע געשיכטעס האלט שוין לאנג אז אוקריינע טאר נישט עקזיסטירן און אנדערע פארדרייטע פאקטן. אבער די מער עקסטרעמיסטישע קאנספיראציעס איבער די מערב וועלט וואס ארבעט באהאלטענערהייט צו אונטערדרוקן רוסלאנד און וויאזוי די בייזוויליגע פלענער פון די מערב וועלט שונאים ארבעט קעגן מאמע רוסלאנד ווי מען סודות'ט זיך פון איין אדמיניסטראציע צו די קומענדיגע און יעדער מערב וועלט פירער ארבעט ווייטער אויף די טייוולאנישע פלענער... דאס איז מער פעטראשעוו סטיל. די געדאנקענגאנג לויפט אין פעטראשעוו און דאס האט אן קיין ספק געהאט אן איינפלוס אויף פוטין דורכאויס די לעצטערע יארן, לויט מומחים איבער די נושא.

געוועזענער שעף פון די זיכערהייַט קאנסיל ניקאליי פעטראשעוו
20240514_122633.jpg
20240514_122633.jpg (274.95 KiB) געזען 2226 מאל

צו וועט שייגאו ערפילן די אומאפיציעלע פונקציעס פון פעטראשעוו יעצט אז שייגאו איז שעף פון די זיכערהייט קאנסיל?

עס בלייבט איבער צו זען אבער איז בכלל נישט מוכרח. די זיכערהייט קאנסיל איז מעגליך א שיינע וועג צו האלטן שייגאו נעבן זיך אנשטאט ווארפן צו די הינט אבער נאכאלץ אראפגענומען פון זיין איינפלוס.

די פראגע איז ווי גייט פעטראשעוו פון דא און ווייטער?


פעטראשעוו פונקט ווי שייגאו איז א ידיד פון פוטין. עס איז אבער דא א שטיקל חילוק צווישן זיי.

שייגאו איז באמת א נאטירליכע פריינט צו פוטין. זיי וועלן שפאנצירן צוזאמען, גיין אין די סיבירישע וועלדער אויפן יאגד צוזאמען און קלויבן טרויבן אינאיינעם.

פעטראשעוו איז א פריינט צו פוטין בעיקר ווייל די פונקציעס וואס פעטראשעוו האט געטון האט אים געברענגט גאר נאנט מיט דארפן רעדן צו פוטין יעדען טאג. לכאורה מער פון סיי וועמען אין רוסלאנד. טא, יעצט אז די פונקציעס ווערן אוועקגעלייגט אין א זייט, מעגליך ער וועט צוביסלעכווייז נאטירלעך ווערן מער און מער אפגעריקט פון פוטין.

פארט, איז שווער צו זען אז פעטראשעוו נאך צוואנציג יאר זאל ווערן א גארנישט. וועלכע פאזיציע גייט פעטראשעוו באקומען? עס איז דערווייל נישט קלאר. צו ער גייט אוועקשטעלן א נייע סארט פאזיציע פאר אים צו אן עקזיסטירנדע פאזיציע. שווער צו גלייבן אז פוטין וועט אים געבן א סענאט זיץ צו א צווייטער לאנגווייליגע פאזיציע וואס דינט צו פענסיאנירן בדרך כבוד. אפי' פוטין וועט צוטיילן פעטראשעוו א קלענערע פאזיציע איז עס בכלל נישט מוכרח אז פעטראשעוו איז אראפ פון די מאפע.

אין רוסלאנד, אנדערש ווי אין אמעריקע, איז די אפיציעלע טיטל פון א פּאָסטן בכלל נישט אייביג געבינדן מיט די פליכטן און אויפגאבעס וואס די ארבעט דעסקריפציע שטעלט פאר. ער קען זיין א מיניסטער פאר אינפראסטרוקטור און נאכאלץ קענען שפילן א ראלע איבער אויסערליכע איינגעלעגענהייטן מיט א דירעקטע פארבינדונג איבער די קריג און איבער די מערב וועלט.

נאך א שטיקל חילוק פון שייגאו און פעטראשעוו איז אין די פערסאנאליטעט. שייגאו איז א פארעווער זכר. א פאליטישען און נישט קיין עקסטרעמער. ער האט נישט קיין גאר שטארקע מיינונגען און אפי' ווען יא לייגט ער עס תיכף און א זייט אויב פוטין קלערט אנדערש.

זאל ווען אנקומען א מצב, אז א שלום אפמאך איז אויפ'ן טיש צווישן אוקריינע און רוסלאנד און פוטין קלערט אז עס לוינט זיך צו איינגיין פאר פאליטישע סיבות צו אנדערע סיבות, שייגאו וועט עס נישט בלאקירן. צו שייגאו וועט שטיפן צו אפשטעלן די קריג יעצט מיט זיין נייער פאזיציע? ווארשיינליך נישט. אבער זאל אזא פאל פאסירן וועט ער עס נישט צושטערן.

אנדערש איז פעטראשעוו. זיין מיליטאנטישע בליק וואלט עס צושטערט אויף וויפיל ער איז ביכולת. זיין איינפלוס אויף פוטין איז מער שעדליך ווי שייגאו.

ווער נעמט איבער שייגאו אלץ דער נייער קריגס מיניסטער?

פוטין האט געשטעלט אנדרעי בעלאסאוו אויפן אמט. בעלאסאוו איז אן אומבאקאנטן נאמען און ווייניג האבן אמאל געהערט דעם נאמען בכלל. בעלאסאוו האט זעראָ מיליטערישע ערפארונג און איז אן עקאנאמיסט פון פאך אויס דינענדיג אלץ אן עקאנאמישער ראטגעבער אין רוסלאנד.

דער נאמען איז זיכער נישט געווען אויפן ליסטע ביי אנאליסטן און ביי די המון עם אלץ א קאנדידאט צו ערזעצן שייגאו. במילא איז עס א חידוש.

,דער נייער קריגס מיניסטער אנדרעי בעלאסאוו
20240514_122649.jpg
20240514_122649.jpg (52.35 KiB) געזען 2226 מאל

די ערשטע פראגע איז וואס מיינט דאס פאר די קריג און די צווייטע פראגע איז וואס איז פשט פון אזא מאדנע געדאנק פון נעמען איינעם אן מיליטערישע ערפארונג אויף אזא וויכטיגער פאזיציע.


די קורצע ענטפער איז אז, די שריט טוט פארציילן אז פוטין גרייט זיך צו ממשיך זיין די קריג פאר נאך גאר א לאנגער צייט. פוטין האט איינגעזען אז זיג קען נאר צושטאנד קומען ווען די עקאנאמיע קען סוסטעינען די אינוואזיע און דייקא מיט אינאוואציעס און פרישע חידושים. טראנספארמאציע. און דאס קען נאר געשען ווען די רוסישער עקאנאמיע ווערט געטריבן אויף געזונטע פיס ווי אין א קריגס צושטאנד און דאס קען דייקא אן ערפארענער עקאנאמיסט בעסער אהער שטעלן.

די לשון וואס פעסקאוו קרעמלין האט געזאגט איז אז "פוטין זיכט אינאוואציעס" און די חידושים קען בעלאסאוו ענדערש ווי שייגאו.

לאמיר נישט פארגעסן, אמת, בעלאסאוו פארמאגט נישט קיין מיליטערישע ערפארונג, אבער אזוי איז סערגעי שייגאו און אזוי איז געווען שייגאו'ס פארגייער סערדיוקאוו. און אזוי איז עס לכאורה אין אסאך מערב וועלט לענדער אויך אז דער קריגס מיניסטער האט לאו דווקא מיליטערישע עקספיריענס בעפאר אנהייבן די פאזיציע, און איז נישט קיין תנאי פאר די פאזיציע.

נאכמער, די פאזיציע פון קריגס מיניסטער אין פרידנס צייטן, און נאכמער ספעציפיש אין קריגס צייטן איז נישט צו פירן סטראטעגיע און מיליטערישע אפעראציעס. דאס פאלט דירעקט אויפ'ן פעלד מארשאל וואס ער איז דירעקט פארבינדן מיטן פרעזידענט. אין אונזער פאל איז עס וואלארי געראסימאוו.

די ארבעט פונעם קריגס מיניסטער איז צו זיכער מאכן אז די קריגס מאשין האט די נויטיגע פאנדן און רעסארסן. סיי עקוויפמענט און סיי די מאנסקראפט. א טיכטיגער אדמיניסטראטאר וואס דארף זען אז אלע באדערפענישן פון די קריגס מאשין איז צוגעשטעלט געניג, גרינג און פלינק. בעלאסאוו דארף זיך נישט ארום דרייען אויפגעריסטעד מיט מונדירן. ער דארף זיין א טיכטיגער אויפזעהער און פארוואלטער.

שייגאו האט טאקע פארבעסערט א צאל זאכן אין די ארמיי דורכאויס זיין קאדענץ אבער עס איז נאך דא אסאך ארבעט אז די רוסישע קריגס מאשין זאל ארויפגיין א גיער. פראדוצירן אסאך מער. אינאוואציעס און חידושים אין וואפנס. אויסראטן קארופציע וואס פלאגט די רוסישע ביוראקראטיע ווי שווערע געלטער גייט אין מיסט.

פוטין וויל זען ווי זיינע 150 ביליאן מיליטערישע שפענדונג גייט. און באקומען דאס בעסטע פארן רובל וואס ער שפענדט.

צו מאכן א קלינאפ און אויסראטן אפאר פארשימלטע ניסלעך איז - אפי' אויב בעלאסאוו איז נאר א צייטווייליגער קריגס מיניסטער - אלץ א דרויסנדיגער קען ער עס גרינגער טון.

דייקא פאר דאס איז בעלאסאוו ווארשיינליך בעסער ווי שייגאוַ דירעקט א פרעמדער אן זיין פארקניפט און פארזינקען מיט קארופציע און חשבונות מיט א גראדקייט קען בעסער עטשיעווען דאס וואס שייגאו האט נישט געקענט/געוואלט.

בעלאסאוו קאנדידאטור איז א חידוש אבער א [שטיקל] לאגישער אויסוואל.

בעלאסאוו מיט גיטע עקענאמישע ערפארונג, פארשטאנד פון יארן לאנג וויאזוי די רעגירונג אפערירט און מיט פוטינס וויזיע צו פארוואנדלען די עקאנאמיע צו שטארקער דינען די קריגס מאשין, מאכט אים א בעסערע אויסוואל ווי שייגאו.

בעלאסאוו ווי ווייט איך ליין איז דירעקט א הייסער חסיד פון דראון אינאוואציעס און אנדערע עלעקטראנישע חידושים און ספעציפיש צו עקספענדן און דרייוון די רוסישע עקאנאמיע אינדערהיים ווי איידער זיין אנגעוואנדן אויף די מערב וועלט. אינטערסאנט וועט זיין צו בעלאסאוו וועט קענען באווייזן צו איינשפאנען די פאלק צו שטיפן די קריגס מאשין. אין אוקריינע ווערט הונדערטער סארט געדאנקען געפירט דורך די המון עם. פון צענדליגער סארטן דראונס, וואפן און אנדערע הילף.

רוסלאנד האט זיך דערווייל שווער אדאפטירט דערצו. זיי זענען נישט דארט. כמעט אלעס ווערט געפירט דורך די אפיציעלע ראסטעק וואס באקומט די קאנטראקטן און נישט פריוואטע אייגענטומער צו קאלידזש סטודענטן. לעצטנס איז רוסלאנד אביסל בעסער אין די הינזיכט און פארשידענע סארטן דראונס קומט פון די פריוואטע סעקטאר. עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי בעלאסאוו וועט קענען מאנעווירן די נושא מיט האלטן ראסטעק נאנט און נאכאלץ אריינברענגן די פריוואטע סעקטאר אינעם גרעסערן בילד.

וואס מיינט די גאנצע טויש פאר דער רוסישער פעלד מארשאל געראסימאוו?

די יעצטיגע סטעיטמענט פון די קרעמלין איז אז געראסימאוו בלייבט אויף זיין פאזיציע. דאס אז די קרעמלין זאגט יא מאכט מיר טאקע טראכטן אז געראסימאוו גייט פליען...

געווענליך גייט די קריגס מיניסטער און פעלד מארשאל פאזיציעס ביינעזאם און ווערן אויפגענומען אינאיינעם. טא, הגם פאר דערווייל איז געראסימאוו געבליבן אויף זיין פאזיציע איז זייער מעגליך אז איינמאל בעלאסאוו וועט זיך איינגלידערן אויף זיין נייע פאזיציע, וועט ער מאכן טוישונגען אין די מיליטערישע ראנגען. עס וועט נישט זיין סורפרייזינג טאמער געראסימאוו וועט עווענטועל ווערן באזייטיגט.

נישט אז איינמאל די צוויי גייען מיינט עס אז רוסלאנד איז סוקסעספול. עס איז אבער זייער שווער צו טרעפן ערגערע מענטשן ווי שייגאו און געראסימאוו פאר די פאזיציעס. ספעציפיש געראסימאוו, במילא ווער עס ערזעצט זיי איז שוין בעסער פאר רוסלאנד. צו עס איז דומין, לאפין, טאפלינסקי, צו גאר דער גלות ליידענדער גענעראל סאראווייקין (וואס איז פארטריבן געווארן נאך וואס ער איז געווען נאנט מיטן וואגנער פירער יעווגעני פריגאזין וואס האט דורכגעפירט א ווידערשטאנד קעגן די מיליטער - אין מיינע אויגן פוטינס בעסטע אויסוואל).


פארשטייט זיך דאס איז פון די ערשטע טאג ווי נישט אלעס איז קלאר און זאכן קענען זיך טוישן ווען מער אינפארמאציע ווערט באקאנט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווערד אן עקטערע אשכול... אולי
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10321
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מאסיווע ארבעט.
תולעת שני
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

@נקדימון מוראדיג ארבייט, אפשר א געדאנק אז ווען דו שרייבסט זאלסטו שרייבן מיט בלויע אותיות א שטייגער ווי אבימלך און הכל הבל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין קורצן נקדימון: דער מצב טויגט נישט, פוטין ווערט עפישענט, נעמט אויף די ריכטיגע חברה....


הערליכע ארטיקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”