נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מיין רייזע קיין פלארידא

זיצענדיג ביים וואסער האב איך געטראכט צו מיר אזוי
די לעצטע פאר חדשים איז מיר אויסגעקומען צו העלפן אסאך מענטשן סיי דא אויף אייוועלט און סיי ביי מיר אין שטאט וואס ווילן גיין קיין פלארידא אבער ווייסן נישט קיין פלעצער ווי צו איינשטיין אדער גיין עסן אדער פארברענגן וואס ווען ווי איז מיאמי גוט צו איינשטיין אדער די געגענטער ארום זענען בעסער ..........
סוא אלזא גיי איך יעצט באשרייבן מיין נסיעה קיין פלארידא
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א דריי חדשים פארדעם מיטן אוועקלייגן געלט פאר א טריפ צו מיאמי איך האב געהאט א גאול וויפיל געלט איך וויל ספענדן אן ניצן קרעדיט קארדס וואס איך האלט נישט דערפון
און אויך האב איך שוין דעמאלטס געטשעקט פרייזן פאר טיקעטס ווען סאיז נאך ביליג
איך בוק מיינע טיקעטס דורך די וועבסייט פונעם עירליין סאיז מיר אויסגעקומען די זעלבע ווי אלע ספעשיל רעיטס און וועבסייטס פלאס איך האב פארדינט אז איך האב מיר געקענט ארום שפילן נאכן בוקן מיט די דעיטס וואס איך האב דריי מאל געטוישט און נאך פארדינט א דאלער ריפאנד
איינמאל מהאט שוין געהאט די טיקטס איז מען געגאנגן זיכן א האטעל ווי צו זיין
איך גיי דירעקט נישט אין קיין ווילאס אין מיאמי ווייל איך גיי נאר מיט מיין ווייב איך וויל נישט צאלן פאר קיין ווילא וואס האט פיר בעדרומס און דריי ביה"כ
סקומט מיר אויס פראקטישער צו זיין אין א האטעל נאכדערצו יעצט ווען די האטעלן זענען גאנץ ביליג און ווילאס זענען גאר טייער
יעצט אזוי איך בין נישט געגאנגן קיין מיאמי נאר אין פארט לארידעל
סאיז מער אויסגעהאלטן פאר א קאפל דארט צו גיין סאיז רואיג און בכלל די וואסערן דארטן זענען ליידיגער סאיז דא דארט גאנצעטע שטחים ליידיג ביים וואסער ווי מקען גיין
ביים בוקן מיין האטעל האב איך געזיכט סזאל זיין ביים וואסער אבער האבן אינדערזייט א ליידיגע גרויסע פלאץ ווי איך ווייס אז דארט קען איך גיין
געווענליך האבן די האטעלן דארט א פריוואטע ביטש וואס נאר די מענטשן פון די האטעל מעגן דארט זיין
און אויך איז דא דארט פאבליק ביטשעס ווי די עולם גייט
און נאכדעם איז דא צווישן צוויי האטעלן וואס איז קיינעמס נישט די האטעלס און נישט קיין פאבליק ביטש וואס דאס זיך איך
איך האב געוויסט פון איין פלאץ אז דארט איז ליידיג וויבאלד פאריאר בין איך דארט געווען אבער איך האב געוואלט גיין מער היי סטענדערט אויך
די פלאץ הייסט OCEAN B HOTEL
בילדער
סאיז א ביליגע האטעל יעצט ביליגער מיט כמעט א טויזענטער און סאיז אויפן ביטש און סאיז דא דארט א ליידיגע פלאץ צווישן די האטעל און א אנדערע האטעל ווי איך בין למעשה געווען ווי מוועט שוין זעהן

יעצט סאיז דא דארט אסאך האטעלן ביים וואסער איינס בעסער פונעם אנדערן פיר סטארס פינף סטארס נייע אלטע מיט באלקעניס און אן
למעשה האב איך אפגעמאכט אנהייב צו גיין אין א נייע האטעל וואס הייסט קאנרעד האטעל א פינף שטערן האטעל סאיז געווען גאנץ ביליג אזוי איז געווען די פלאן מגייט אהין
למעשה בין איך געגאנגן אויף גוגל מעפס און געסירטש פאר די פלאץ צו זעהן אויב סאיז דא דארט אויך א ליידיגע פלאץ ווי צו זיין האב איך געזעהן אזוי (גוט צו וויסן)
אין פארט לארידעל איז נאר דא פיר האטעלן וואס זענען ממש אויפן ביטש צוליב די ברייטקייט פון די ביטש דארט נאכדם אלע אנדערע זענען ביים וואסער אבער מדארף אריבער גיין די גאס צו אנקומען דארט וואס מייט צו זאגן אז די ביטש איז דארט גאנץ שמאל וואס מאכט אז אלע פרייוועט ביטשס זענען זייער ברייט און סאיז כמעט נישט דא דארט ליידיג ווי צו גיין נאר אויב מוואקט אזא גוטע פינף מינוט וואס איך האב נישט געהאלטן ביים טוהן
די פיר האטעלן אויפן ביטש זענען פון אינטן ארויף
לאגא מאר ריזארט
מעריעט הארבער ספא און ריזארט
אוישען בי
און גאנץ ארויף ביי די עק פארט לארידעל איז דא א האטעל וואס הייסט פעליקאן גרענד ביטש ריזארט

סאיז דא צווישן מעיריעט און אושען בי נאך א האטעל אבער סאיז נישט ממש אויפן ביטש סהייסט בעסט וועסטערן

אלע אנדערע זענען אנטקעגן איבער די וואסער
פון אינטן ארויף
Bahia mar
Courtyard by marriot
Marriot beachplace towers
The ritz
Silver seas
Merriweather
The westin
W fort
Hilton
The ocean resort
Corad
The atlantic
Sea club
Premiere
Sonesta
איך האף כהאב אויסגערעכנט אלע
למעשה לאגא מאר איז נישט געווען קיין אפשען צוליב סאיז גאנץ אלט און אושען בי אויך נישט ווי געשריבן אונז ווילן מער שענער און די האטעל גאנץ ארויף אויך נישט וועגן סאיז אונגאנצן אוועק פונעם געגענט
איז געבליבן די מעירעט האטעל וואס גאנץ טייער אבער סהאט זיך געלוינט די געלט סיי אלטס די שיינקייט באקוועמקייט און אויך זיי האבן דארט א ריזיגע ליידיגע שטח און בכלל זייער פרייוועט ביטש איז ריזיג און ליידיג ווייל מזיצט זייער אויסגעשפרייט
למעשה האב איך געטוישט פון קאנרעד צו דארט און איך האב גענומען א רום וואס הייסט ווינט דריפט
א פיינע רום גרויסע רום אויפן פערצענטן שטאק קעגן וואסער א ריזיגע פארטש וואס גייט פונעם בעט רום ביזן ליוונג רום און די וויא איז מוראדיג
סהאט אפגעקאסט א שיינעם סכום אבער סאיז מיר נישט אנגעגאנגן ווייל איך האב געדארפט א וואקעישן און כדי צו אנקומען דערצו דארף מען טאקע האבן געלט אבער סטאר נישט זיין קיין אפהאלט

אפאר בילדער:


fllsb-view-0077-hor-clsc.jpg
fllsb-view-0077-hor-clsc.jpg (85.29 KiB) געזען 6206 מאל

fllsb-exterior-0189-hor-clsc.jpg
fllsb-exterior-0189-hor-clsc.jpg (53.62 KiB) געזען 6206 מאל

fllsb-exterior-0187-hor-clsc.jpg
fllsb-exterior-0187-hor-clsc.jpg (70.41 KiB) געזען 6206 מאל





ארויסגעפארן זעמיר זינטאג פרשת בא פאר א פינף טעג ביז דאנארשטאג אנקומענדיג אין עירפארט איז שוין געווען דארט קאוועדיג מהאט געהאלטן און איין אפשטיפן די פלייט מיט נאך א שעה און נאך א שעה ענדליך אנשטאטס ניינע איז מען ארויסגעפארן נאך צוועלף
אויפן פליגער זענען די פלייט אטענדענס ארומגעגאנגן מיט אפעראציע כאלאטלעך מאסקעס און גרויסע גלעזער און געמאכט זעכער אז יעדער האט די מאסק ביז די אויגן
סאיז געווען א פילע פליגער די עולם אנטלויפט פון דא צוליב די פילע לאקדאונס האט יעדער צווייטער געהאט א קליינע הינטעלע און מיין ווייב האט כסדר אויפגעטאנצן פאר שרעק
ענדליך נאכן לאנדן האבן מיר גענומען אלע פעקלעך און געריפן א ליפט טעקסי וואס זאל אונז טראגן צום האטעל ענדליך מיר זעצן זיך אריין אין טעקסי זעהן מיר זיך מיט א שווארצע דרייווערטע וואס האט אנגעפאנגן צו פרעגן שאלות אויף די תורה זי איז געווען א שווארצע מיסיאנער זעהט אויז אז שווארצע קענען בעסער איבער רעדן זי האט געדרשנט אגאנצע וועג קשיות מיט קשיות כהאב מיר שוין געוואלט זעהן אינדרויסן אפילו ווען מאיז אנגעקומען האט זי ווייטער גערעדט און געפלוידערט און רעדט נאך יעצט אויב איינער זעהט א שחורה רעדן און פרעגן קשיות אויף די תורה זאל ער וויסן סאיז מיין דרייווערטע
ברוך השם מגייט אריין אין האטעל מטשעקט אריין און מזאגט אונז אז מיר זענען אויפן פערצענטן שטאק איך האב מיר אזוי געפרייט ווייל איך האב א גאנצען צייט געוואלט זיין ווי העכער אבער מיין ווייבס ציינער האבן זיך צוריק אנגעפאנגן צו שאקלן שוין נאכן זיך שאקלן אויפן עירפלען אויפן וועג ארויף און אראפ אבער כהאב איר איבערגערעדט און געווארן פריילעך
מעפענט די טיר פון די רום און ס'אנטפלעקט זיך א רום גרעסער ווי מיין הויז א ריזיגע ליוונג רום און א ריזיגע בעדרום און א דאפאלטע פארטש צום ים האטלאנטיק כהאב אויסגעשריגן Wow באשעפער סאיז הערליך דיין בריאה מענטשן פון אינטען האבן ארויפגעקוקט אבער זיי האבן געכאפט א קענדי אין קאפ
נאכן זיך מסדר זיין און זיך ארומקוקן אויף די פלאץ האט זיך די הינגער געשטארקט כהאב נישט געהעריג געגעסן פרישטאג און לאנטש וואס געווענליך גייט עס צוזאמען ביי מיר איז מען געגאנגן און אנגעפאנגן מיט די רעסטאראונטס ווי מגייט באשטעלן עסן
סאיז דא דארט א הכשר OBR וואס איז אזויווי MK אין קאנאדא א טראפ בעסער פון OU אזוי זאגט מען
אין פארט לארידעל האליוואד און מיאמי ניצן זיי די הכשר פאר אלע רעסטאראונטס האב איך געזעהן דארט איין רעסטאראונט וואס האט זייער הכשר אבער איז נישט פת ישראל און חלב ישראל וואס אגב איך האב געהאט מזל מיט זיי איין טאג האב זיי געקאלט אזא גוטע פאר מאל צו באשטעלן פרישטאג נאך פארן וויסן אז זיי זענען נישט פת און חלב ישראל און זיי האבן נישט אויפגעהויבן אונז האבן זיך געווינדערט וואס גייט פאר ביז שפעטער האט אונז איינער געזאגט דערוועגן און אז מהיט אונז פון הימל
למעשה איז דא דארט אפאר גוטע פלעצער ווי צו עסן
CAFÉ NOIR
FRESKO
YUM BERRY
MOZORT
KC SUPERMARKET
KINGDOM SUPERMARKET
איין פלאץ האט מיר געבאדערט אז זיי זענען געווארן א פליישיגע פלאץ דעס איז די פרענדשיפ חב"ד שיל ספלעגט זיין מילכיג און בשעתן דאווענען האט די ווייב געקענט עסן פרישטאג
ביי זיי האב איך אויסגעטרייט זייערע עסן די צוויי גראסעריס האבן אויך דארט א טעיק אוט מילעכיג און פליישיג איך עס נאר מילעכיג אין די פרעמד
YUM BERRY און CAFÉ NOIR זענען עפארדעבאל פרייזן מאוזארט איז טייער און סאיז שוין אין מיאמי אויף קאלינס עוועניא
KINGDOM SUPERMARKET און CAFÉ NOIR זענען אין AVANTURE לעבן די גרויסע באקאנטע מאלל
נארמאלערהייט האב איך באשטעלט עסן צו מיין האטעל און זיי האבן עס דעליווערט אבער שפעטער אין וואך איז געווארן מיאמי פארפלייצט מיט ישיבישע האבן זיי שוין נישט דעליווערט זענען מיר געגאנגן עסן ביי זיי
איינמאל ביי CAFÉ NOIR און איינמאל ביי FRESKO ביי ביידע נישט קיין חילוק צו מדארף רעזאוועיזשן צו נישט איז אייביג פיל
ביי פרעסקא און מאוזארט דארף מען נישט קיין רעזאוואציע אבער ביי קאפעי נאור דארף מען יא
פאריאר בין איך געווען ביי מאוזארט אין מיאמי סוא דעי יאר האט מען געטרייט נייע פלעצער אבער מאיז אויך דארט געווען שפעטער פאר א פרישטאג לאנטש
נאך א גוטע נאכטמאל איז מען צוריק ארויס שפאצירן זיי האבן דארט הערליכע שפאציר פלעציר און ווי צו פארברענגן ביינאכט סאיז לעכטיג מיט לייטס און שיינע קליינע פייער
ווער סהאט אביסעל איבריג געלט און וויל א פיינע וואקעישן אין פארט לארידעל זאל גיין דארט

צופרי האט מען געדאווענט ווי דאווענט מען אין אין פארט לארידעל
סאיז דא דארט נאר איין מנין אין די חב"ד סענטער אויף 3500 נארט אושען בלוואד
אין האליוואד איז דא מער
Young Israel of Hollywood
Hollywood community synagogue Chabad
Aventura Chabad
Hollywood shtiebel

פיין געדאווענט גוט געגעסן וואס טוט מען יעצט וואס זענען די אטראקציעס אין פארט לארידעל אדער האליוואד

המשך יבוא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאר עני אינפאו קען מען מיך מוטשענען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יישר כח! וועט מיר מן הסתם צוניצקומען אין די פיוטשער.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ווארט מיר אויפן המשך...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, זייער אינפארמאטיוו, ביטע זיי ממשיך.

אגב וויפיל האסטו געצאלט א נאכט דארט אין האטעל?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הר גריזים האט געשריבן: ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, זייער אינפארמאטיוו, ביטע זיי ממשיך.

אגב וויפיל האסטו געצאלט א נאכט דארט אין האטעל?

גאנץ אסאך
$650
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

נארמי איך האף די ביסט סעיף דערצייל עפעס וועגן די צוזאמגעפאלענע בנין האסט עפעס געזעהן?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

העלאו האט געשריבן: נארמי איך האף די ביסט סעיף דערצייל עפעס וועגן די צוזאמגעפאלענע בנין האסט עפעס געזעהן?

ניין כבין דארט געווען ווינטער איין זאך
צווייטענס איך פלעג אייביג שטיין ווייט פון קאנדאו סטייל הייזער אין פלארידא
דריטענס כגיי נאר אין פארט לארידעיל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

נארמאליזעם האט געשריבן: פאר עני אינפאו קען מען מיך מוטשענען

די עולם ווארט פאר די המשך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די פעליקאן גרענד ביטש ריזארט איז דאך נענטער צום שול. וואס האט דיר געשטערט פון די געגענט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

זייער אינטערעסאנט, ווארט מיר פארן המשך, וועלכע יאר שרייבסטע פרשת בא פאריאר איז נאך געווען לאקדאנס? צוויי יאר צוריק איז מען נאך נישט געגאנגען מיט מאסקעס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט, ווארט מיר פארן המשך, וועלכע יאר שרייבסטע פרשת בא פאריאר איז נאך געווען לאקדאנס? צוויי יאר צוריק איז מען נאך נישט געגאנגען מיט מאסקעס.

אי"ה גייט מען עס בקרוב ווייטער באשרייבן
סאיז געווען פאריאר בשעת די לאקדאון
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן: נארמי איך האף די ביסט סעיף דערצייל עפעס וועגן די צוזאמגעפאלענע בנין האסט עפעס געזעהן?

ניין כבין דארט געווען ווינטער איין זאך
צווייטענס איך פלעג אייביג שטיין ווייט פון קאנדאו סטייל הייזער אין פלארידא
דריטענס כגיי נאר אין פארט לארידעיל

;l;p-;l;p-

איר זענט א קלוגער איד

1 שמירת עינים איז דארטן אסאך גרינגער, סאיז בכלל אן עלטערער עלעמענט

2 פארקינג איז גרינגער

3 האטעלס זענען ביליגער

4 סאיז נישטא די הו הא וואס קאלינס עוועניו ברענגט מיט זיך, סאיז א ריכטיגע וועקעישאן

5 די חב"ד ביהמ"ד און מקוה דארטן זענען א ברכה צו מאכן

ועל כולם קענסט ציפארן וואו דו ווילסט, דארפסט נישט בפועל איינשטיין דארטן (סאיז ממש נאנט צו מיאמי סייווי)

פארט לאדערדעיל איט איז..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מסתמא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן: נארמי איך האף די ביסט סעיף דערצייל עפעס וועגן די צוזאמגעפאלענע בנין האסט עפעס געזעהן?

ניין כבין דארט געווען ווינטער איין זאך
צווייטענס איך פלעג אייביג שטיין ווייט פון קאנדאו סטייל הייזער אין פלארידא
דריטענס כגיי נאר אין פארט לארידעיל

;l;p-;l;p-

איר זענט א קלוגער איד

1 שמירת עינים איז דארטן אסאך גרינגער, סאיז בכלל אן עלטערער עלעמענט

2 פארקינג איז גרינגער

3 האטעלס זענען ביליגער

4 סאיז נישטא די הו הא וואס קאלינס עוועניו ברענגט מיט זיך, סאיז א ריכטיגע וועקעישאן

5 די חב"ד ביהמ"ד און מקוה דארטן זענען א ברכה צו מאכן

ועל כולם קענסט ציפארן וואו דו ווילסט, דארפסט נישט בפועל איינשטיין דארטן (סאיז ממש נאנט צו מיאמי סייווי)

פארט לאדערדעיל איט איז..

וואוו שכח פאר דעי קאמפלימענט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

אין נארט מיאמי איז די עסן אויסוואל אסאאאך מער

ווי ווייט זענען זיי?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מאנסי יוד האט געשריבן: אין נארט מיאמי איז די עסן אויסוואל אסאאאך מער

ווי ווייט זענען זיי?

פון ווי?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

פארט לארעלדעיל פון נארט מיאמי
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11508
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מאנסי יוד האט געשריבן: פארט לארעלדעיל פון נארט מיאמי

בערך 35 מינוט.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נארמאליזעם האט געשריבן: פיין געדאווענט גוט געגעסן וואס טוט מען יעצט וואס זענען די אטראקציעס אין פארט לארידעל אדער האליוואד

המשך יבוא

שכח נארמי פאר דיין אינפא, עס יעצט אפגעליינט, קען בעז"ה שטארק צוניצקומען.

איך מיין אז א ווילא איז נישט טייערער פון וויפיל דו האסט געצאלט א נאכט אין האטעל, האסט טאקע נישט די הערליכן ים אויסקוק, אבער מ'האט ענדערשער די פרייוועסי וואס מ'קען נישט האבן אין קיין האטעל, (עקסטער פארנעם איך נישט די קארפעטס וואס כמעט אלע האטעלס האבן)

אונז ווארט מיר נאך מיט געדולד פאר דיין המשך יבא...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מאנסי יוד האט געשריבן: אין נארט מיאמי איז די עסן אויסוואל אסאאאך מער

ווי ווייט זענען זיי?

פון נארט מיאמי דארף מען פארן 10 מינוט צו די רעסטעראנטן און פון פארט לאדערדעיל איז 20 מינוט צו האליוואד ווי ס'דא א שיינע אויסוואל ווי צו עסן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דריידל האט געשריבן: פון נארט מיאמי דארף מען פארן 10 מינוט צו די רעסטעראנטן און פון פארט לאדערדעיל איז 20 מינוט צו האליוואד ווי ס'דא א שיינע אויסוואל ווי צו עסן



פון פארט לאדערדעיל האט מיר גענומען בערך 10 מינוט ביז די רעסטעראנטן פון האליוואד
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נארמאליזעם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן: פון נארט מיאמי דארף מען פארן 10 מינוט צו די רעסטעראנטן און פון פארט לאדערדעיל איז 20 מינוט צו האליוואד ווי ס'דא א שיינע אויסוואל ווי צו עסן



פון פארט לאדערדעיל האט מיר גענומען בערך 10 מינוט ביז די רעסטעראנטן פון האליוואד

אקעי, ווענציך ווי. פון חב"ד געדויערט כאטש 20 מינוט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

@נארמי
אז די ביסט יא דא, זאלסטי וויסן אז דער עולם לעכצט נאך די המשך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דריידל האט געשריבן: @נארמי
אז די ביסט יא דא, זאלסטי וויסן אז דער עולם לעכצט נאך די המשך

כווייס איך אויך
וואס זאל איך טוהן אז סאיז נישטא ווי צו גיין דארט




עהההההה כגיי עס נאך באשרייבן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

נארמאליזעם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן: @נארמי
אז די ביסט יא דא, זאלסטי וויסן אז דער עולם לעכצט נאך די המשך

כווייס איך אויך
וואס זאל איך טוהן אז סאיז נישטא ווי צו גיין דארט




עהההההה כגיי עס נאך באשרייבן

די מעלה איז מדארף נישט גיין דארט מקען רוהיג זיצן ביים וואסער אן זען זאכענעס
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”