בלאט 5פון 6

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:09 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן: וואס טוט זיך מיט בתי מדרשים אין פארט לארידעיל?
ס’איז מיר בעיקר נוגע לגבי שבת. כזוך איינצושטיין ערגעץ וואו מ'קען גיין צופיס צום בית המדרש

קודם געב א קוק וואס @דריידל האט דא אויבן געשריבן איבער שבת אין פארט לארידעיל
כוועל דיר צוצייגן נאך מארגן אי"ה

יישר כח. יעצט געזען טאקע אז ס'איז דא נאך א חב"ד שול מיט א גוטע פאר האטעלס זייער נאנט אין געגנט. אבער די ספעציפישע האטעל וואס הרב דריידל האט צוגעצייכנט (Residence Inn by Marriott) האט היפש אסאך שלעכטע רעוויוס אויף גוגל אלס אן אלטע און נישט קעיר גענומענע האטעל. אזוי קוקט מיר אויס, נישט אז כ'זוך עס גלייך אוועקצומאכן.

איך בין דארט געווען צוויי מאל, נישט קיין שלעכטע האטעל

גם אני מצטרף, געווען דארט אדאנק דריידל'ס תגובה דא און זייער הנאה געהאט, די וואסער וויו פונעם פארטש איז הערליך, וואלקינג דיסטענס צו חב"ד און מקווה, ים איז זייער נאנט, פליישיגס אין געגענט, און גראסערי און עטליכע מילכיגע רעסטאראנטן 25 מינוט אוועק, א רואיגע געלאסענע געגענט מיט כולו מעלות.

באגעגענט דארט א היימישע איד וואס איז שוין ארום 10 יאר אין דעם האטעל דורכאויס די ווינטער חדשים.

דא איז די אינפא נאכאמאל
RESIDENCE INN FORT LAUDERDALE INTRACOASTAL/IL LUGANO
Address: 3333 NE 32nd Ave, Fort Lauderdale, FL 33308
https://www.marriott.com/hotels/travel/ ... -il-lugano

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:29 pm
דורך טלית גדול
אפשר קענסטו זאגן מער ווי מ’קען עסן פליישיגס

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:56 pm
דורך יש תקוה
שכח פאר די ניצבארע אינפארמאציע. ווייסט עמיצער אויב עס איז נאך אלץ אזא גרויסע איבערפלאס ווי לעצטע שבת. אין ווי אזוי איז יעטץ פארט לארידעיל?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:40 am
דורך וואס עפעס?
נארמאליזעם האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן: א גאר קורצע ליסט פון פלעצער ווי מקען גיין א געהעריגע ליסטע וועט נאכקומען

https://www.miamiseaquarium.com/

https://www.junglequeen.com/

https://www.thrillermiami.com/

http://bayside/

שוין געמאכט דעם ליסטע?

נאכנישט
געווענליך ווען כוויל עפעס מאכן גוט, לייג איך אריין גאר אסאך דערין אז סזאל זיין מיט די גרעסטע סוקסעס מעגליך
אבער אויב די דארפסט קענסטו קומען בעטן

נארמי די ביזט ממש מחי׳ דעם עולם דא!!
ביטע זיי ממשיך מיט די פלעצער וואו מען גיין אין די געגענט

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: זונטאג יולי 17, 2022 11:40 am
דורך נארמאליזעם
הא באקומען אן נאטעפיקאציע?

מיסתם האסטו הנאה געהאט פון מיין באשרייבונג, יעצט איינמאל זייט מיר מהנה און לייגט אריין וויפיל איר קענט אינעם הויכן קאמפיין,

דאנעישאנס ווערן געדאפעלט
https://thechesedfund.com/paymedical/bills

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: דינסטאג יולי 19, 2022 1:45 am
דורך אך און וויי
נארמאליזעם האט געשריבן:
הא באקומען אן נאטעפיקאציע?

מיסתם האסטו הנאה געהאט פון מיין באשרייבונג, יעצט איינמאל זייט מיר מהנה און לייגט אריין וויפיל איר קענט אינעם הויכן קאמפיין,

דאנעישאנס ווערן געדאפעלט
https://thechesedfund.com/paymedical/bills
וועלכע אטראקציעס איז דארט דא פאר קינדער?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: דינסטאג יולי 19, 2022 1:48 am
דורך נארמאליזעם
אך און וויי האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
הא באקומען אן נאטעפיקאציע?

מיסתם האסטו הנאה געהאט פון מיין באשרייבונג, יעצט איינמאל זייט מיר מהנה און לייגט אריין וויפיל איר קענט אינעם הויכן קאמפיין,

דאנעישאנס ווערן געדאפעלט
https://thechesedfund.com/paymedical/bills
וועלכע אטראקציעס איז דארט דא פאר קינדער?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 1:55 pm
דורך אושפיזין
נארמי כ'האב געטרייט צו זוכן אויב די שרייבסט אויך וועגן גוטע רעסטעראנטס אין פארט לארערדעל נישט געטראפן.

איז דא עפעס רעסטעראנטס אין פארט לארערדאל אדער האליוואד אדער מ'דארף פארן ביז מיאמי

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 1:58 pm
דורך נארמאליזעם
אושפיזין האט געשריבן:
נארמי כ'האב געטרייט צו זוכן אויב די שרייבסט אויך וועגן גוטע רעסטעראנטס אין פארט לארערדעל נישט געטראפן.

איז דא עפעס רעסטעראנטס אין פארט לארערדאל אדער האליוואד אדער מ'דארף פארן ביז מיאמי
העי וואס וועט זיין מיט אוקריינע?

אין פארט לארידעיל איז דא א פליישיגע זאך, כהאב עס אויסגערעכנט, כווייס נישט ווי כשר סאיז.

אסאך פון די אנדערע וואס שטייט דא אויבן איז אין האליוואד

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:00 pm

כ'האב נישט געזען זאלסט שרייבן רעסטעראנטס אין האליוואד אויב די קענסט צוצייכענען.

--
כ'בין אויפן וועג קיין אוקריינא מ'מאכט א סטאפ אין פלארידא

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:35 pm

אין פארט לארידעל האליוואד און מיאמי ניצן זיי די הכשר פאר אלע רעסטאראונטס האב איך געזעהן דארט איין רעסטאראונט וואס האט זייער הכשר אבער איז נישט פת ישראל און חלב ישראל וואס אגב איך האב געהאט מזל מיט זיי איין טאג האב זיי געקאלט אזא גוטע פאר מאל צו באשטעלן פרישטאג נאך פארן וויסן אז זיי זענען נישט פת און חלב ישראל און זיי האבן נישט אויפגעהויבן אונז האבן זיך געווינדערט וואס גייט פאר ביז שפעטער האט אונז איינער געזאגט דערוועגן און אז מהיט אונז פון הימל
למעשה איז דא דארט אפאר גוטע פלעצער ווי צו עסן
CAFÉ NOIR
FRESKO
YUM BERRY
MOZORT
KC SUPERMARKET
KINGDOM SUPERMARKET
איין פלאץ האט מיר געבאדערט אז זיי זענען געווארן א פליישיגע פלאץ דעס איז די פרענדשיפ חב"ד שיל ספלעגט זיין מילכיג און בשעתן דאווענען האט די ווייב געקענט עסן פרישטאג
ביי זיי האב איך אויסגעטרייט זייערע עסן די צוויי גראסעריס האבן אויך דארט א טעיק אוט מילעכיג און פליישיג איך עס נאר מילעכיג אין די פרעמד
YUM BERRY און CAFÉ NOIR זענען עפארדעבאל פרייזן מאוזארט איז טייער און סאיז שוין אין מיאמי אויף קאלינס עוועניא
KINGDOM SUPERMARKET און CAFÉ NOIR זענען אין AVANTURE לעבן די גרויסע באקאנטע מאלל
נארמאלערהייט האב איך באשטעלט עסן צו מיין האטעל און זיי האבן עס דעליווערט אבער שפעטער אין וואך איז געווארן מיאמי פארפלייצט מיט ישיבישע האבן זיי שוין נישט דעליווערט זענען מיר געגאנגן עסן ביי זיי
איינמאל ביי CAFÉ NOIR און איינמאל ביי FRESKO ביי ביידע נישט קיין חילוק צו מדארף רעזאוועיזשן צו נישט איז אייביג פיל
ביי פרעסקא און מאוזארט דארף מען נישט קיין רעזאוואציע אבער ביי קאפעי נאור דארף מען יא
פאריאר בין איך געווען ביי מאוזארט אין מיאמי סוא דעי יאר האט מען געטרייט נייע פלעצער אבער מאיז אויך דארט געווען שפעטער פאר א פרישטאג לאנטש

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:38 pm
דורך נישט ווי יעדעם
וועלעכע הכשר ?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 2:52 pm
דורך בלייב געזונט
רוב פלעצער (אין אלע סטעיטס) האבן א לאקאלע הכשר, א שטייגער ווי לעיקוואד, אדער OU.

פון מיין עקספיריענס, גייט מען אריין אין קאך און מען בעט פאר די ראביי (משגיח), מען כאפט א שמועס מיט אים ארום און ארום און מען זעהט זיין ערנסקייט און וויסנשאפט, מען פרעגט אים צו אלעס איז פת ישראל און חלב ישראל, אדער פון ווי די פלייש קומט.
און אף על פי כן רוב מאל ענדיג איך מיט פיש און רויע וועדשטעבל

איך רעד דא פון אנדערע און מער פארשטופטע פלעצער, נישט פלארידע וואס איז אסאך מער אידיש, אבער דאס קען זיין גילטיג איבעראל.

נישט יעדע זאך וואס האט א סטעמפ כשר איז כשר, און אוודאי נישט לויט דיינע סטאנדארטן, ווען מען עסט פון אומגעווענליכע הכשרים דארף מען וויסן וואס איז אינוואלווד און וואס מען דארף זעהן צו עס איז גלייך מיט דיינע סטאנדארטן.

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 10:09 pm
דורך אושפיזין
נארמאליזעם האט געשריבן:

אין פארט לארידעל האליוואד און מיאמי ניצן זיי די הכשר פאר אלע רעסטאראונטס האב איך געזעהן דארט איין רעסטאראונט וואס האט זייער הכשר אבער איז נישט פת ישראל און חלב ישראל וואס אגב איך האב געהאט מזל מיט זיי איין טאג האב זיי געקאלט אזא גוטע פאר מאל צו באשטעלן פרישטאג נאך פארן וויסן אז זיי זענען נישט פת און חלב ישראל און זיי האבן נישט אויפגעהויבן אונז האבן זיך געווינדערט וואס גייט פאר ביז שפעטער האט אונז איינער געזאגט דערוועגן און אז מהיט אונז פון הימל
למעשה איז דא דארט אפאר גוטע פלעצער ווי צו עסן
CAFÉ NOIR
FRESKO
YUM BERRY
MOZORT
KC SUPERMARKET
KINGDOM SUPERMARKET
איין פלאץ האט מיר געבאדערט אז זיי זענען געווארן א פליישיגע פלאץ דעס איז די פרענדשיפ חב"ד שיל ספלעגט זיין מילכיג און בשעתן דאווענען האט די ווייב געקענט עסן פרישטאג
ביי זיי האב איך אויסגעטרייט זייערע עסן די צוויי גראסעריס האבן אויך דארט א טעיק אוט מילעכיג און פליישיג איך עס נאר מילעכיג אין די פרעמד
YUM BERRY און CAFÉ NOIR זענען עפארדעבאל פרייזן מאוזארט איז טייער און סאיז שוין אין מיאמי אויף קאלינס עוועניא
KINGDOM SUPERMARKET און CAFÉ NOIR זענען אין AVANTURE לעבן די גרויסע באקאנטע מאלל
נארמאלערהייט האב איך באשטעלט עסן צו מיין האטעל און זיי האבן עס דעליווערט אבער שפעטער אין וואך איז געווארן מיאמי פארפלייצט מיט ישיבישע האבן זיי שוין נישט דעליווערט זענען מיר געגאנגן עסן ביי זיי
איינמאל ביי CAFÉ NOIR און איינמאל ביי FRESKO ביי ביידע נישט קיין חילוק צו מדארף רעזאוועיזשן צו נישט איז אייביג פיל
ביי פרעסקא און מאוזארט דארף מען נישט קיין רעזאוואציע אבער ביי קאפעי נאור דארף מען יא
פאריאר בין איך געווען ביי מאוזארט אין מיאמי סוא דעי יאר האט מען געטרייט נייע פלעצער אבער מאיז אויך דארט געווען שפעטער פאר א פרישטאג לאנטש
שכח נארמי ביסט א צדיק.
כ'העל עס איבערגיין און זעהן וואס מ'גיי מיר טון

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 02, 2023 7:02 pm
דורך נארמאליזעם
ארויף לאור הסיזען

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 04, 2023 8:31 pm
דורך רייכער איד
שקויעך נארמי פאר אט די דאזיגע געהענגעל,
פלאנען מיר איה צו פארן (פליען) קיין פלארידע מיט די הויזגעזונד זז"ג, אסאך גוטע אינפו דא, א דאנק

וואס איז דא צי טון / זעהן / פארברענגען פאר א קאפעל אין די געגענט פון פט. לארידעל אין ארום?
פארן א דרייפערטעל שעה איז אויך גוט
א דאנק פון פאראויס

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:33 pm
דורך נאר אויף שימחות
CAN'T WAIT!!!!

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2023 1:34 pm
דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר
איך זעה אז עס איז דא צוויי חב"ד צענטערן אין פארט לארדערדעיל (אויב עס איז דא נאך בתי מדרשים אדער חב"ד צענטערן ביטע מיטיילן)
Chabad Lubavitch of Fort Lauderdale - 3500 N Ocean Blvd, Fort Lauderdale, FL 33308
Las Olas Chabad Jewish Center - 1302 E Las Olas Blvd, Fort Lauderdale, FL 33301

ווען זענען דא מנינים ביי ביידע, וועלכע האט א מקוה (פרייזן?) , פארקונג?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2023 2:24 pm
דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
איך זעה אז עס איז דא צוויי חב"ד צענטערן אין פארט לארדערדעיל (אויב עס איז דא נאך בתי מדרשים אדער חב"ד צענטערן ביטע מיטיילן)
Chabad Lubavitch of Fort Lauderdale - 3500 N Ocean Blvd, Fort Lauderdale, FL 33308
Las Olas Chabad Jewish Center - 1302 E Las Olas Blvd, Fort Lauderdale, FL 33301

ווען זענען דא מנינים ביי ביידע, וועלכע האט א מקוה (פרייזן?) , פארקונג?
דריידל האט געשריבן:
Ocean Blvd איז א שיינע שול, גענוג פארקינג מיט א מקוה און אייביג דא מנין.
Las Olas איז נישט אייביג דא מנין און פאר פארקינג דארף מען צאלן
דריידל האט געשריבן:
הרב רעב האט געשריבן:
איך בין לעצטענס געווען ביי Las Olas מען האט נישט געדארפט צאלן פאר פארקינג, עס האט נישט קיין מקוה, די לעצטע מנין איז 9:00
דארט איז דא א קליינע פארקינג לאט און אסאך מאל איז נישטא קיין אוועילעבל ספאט. חוץ מזה איז א פראבלעם צו ניצן די פארקינג לאט אלץ איכא דרכא אחרינא, וד"ל.
אויפן גאס דארף מען צאלן צו פארקן.

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:04 pm
דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר
נארמאליזעם האט געשריבן:
טלית גדול האט געשריבן:
Wow עני אנדערע שול אין די געגנט?
כווייס נישט צו זיי האבן א מנין שבת

איך בין געגאנגן אימנמיטן וואך אין די פרענדשיפ חב"ד סענטער בערך 15 מינוט וואק פון די האטעל
@נארמי, וואס איז די אדרעסס פון די פרענדשיפ חב"ד סענטער און וואס טוט זיך מיט מקוה און מנינים דארט?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 5:54 pm
דורך שקר
איינער ווייסט א גיטע דירה פאר א קאפעל מיט א קינד אין נארט מיאמי מיט א פאל פאר א וואך ?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2023 2:10 am
דורך Union
נארמאליזעם האט געשריבן:
אויב איינער דארף הילף מיט האטעלן אין מיאמי/האליוואד/פארט לארידעל
קען קומען אין אישי
@נארמי די תגובה איז נאך גילטיג?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 11:36 pm
דורך נארמאליזעם
פארט לארידעל תשפ"ג
(חלק א)

ברוך השם האמיר זוכה געווען נאכאמאל זיך אביסעל צו ווארעמען פון די קאנאדישע קעלט, גראדע איז נאכנישט אנגעקומען די שטארקע קעלט יעצט, כהאף אז סזאל טאקע נישט אנקומען.

ארויסגעפארן זעמיר פונעם טראדאו עירפארט יום א' פרשת וארא מיטן 1:20 פליגער יעדע זיץ איז געווען באזעצט, און געלאנדעט אינעם פארט לארידעל – האליוואד עירפארט אזוי נאכמיטאג שקיעה צייט (די וועג נעמט מיט א שעה לענגער ווי פון ניו יארק), גלייך ווען כבין אריינגעקומען אינעם טערמינעל האט זיך דערקענט א געוויסע שינוי פון פאריגע מאל וואס מאיז דארט געווען, זיי האבן אינגאנצן איבערגעמאכט די טערמינאל און עס הערליך שיין אוועקגעשטעלט, אבער איין זאך איז יא געבליבן כדי אריינצוקומען אינעם טערמינאל באקומסטו אזא כמו ברוך הבא פון די מענטשן וואס ווארטן ארויפצוגיין אויפן פליגער, געווענליך קומט מען אן צו א האלוועי וואס נעמט דיך ביז די פעקלעך אפטיילונג, דא קומסטו אריין צו די געיטס.
אזויווי מגייט דורך די אמעריקאנע גרעניץ נאך אין טראדאו עירפארט זענען מיר גלייך געלאפן כאפן די רענצלעך וואס האט טאקע געכאפט די אויבן אן און איז ארויסגעשפיגן געווארן די ערשטע, ברוך השם מהאט שוין אלע פעקלעך און רענצלעך, יעצט איז די צייט צו זיכן א וועג צום האטעל, די טעלעפאנען און אנדערע כלים האבן נאכנישט זיך געכאפט קוקט אויס אז מדארף טוישן סערוויס זיי זענען טיפיקל פראנצויזישע. ענדליך האט מען געטראפן א וועג דורכן נעמען א עירפארט טעקסי וואס האט אונז גענומען צום מעריאט האטעל (מער איבער די האטעל קוקט דא ), א וועג פון פופצן צוואנציג מינוט, און האט געקאסט א צוואנציגער.

ארויסקומענדיג פונעם טערמינאל האט מיר באגעגנט א גאנץ א געשמאקע וועטער, אזא וועטער וואס מפילט בשעתן ארויסקומען פון סווימינג פול..... כאפסט וואס כמיין?
לויט ווי כהאב פארשטאנען האב איך בשעתן קוקן די וועטער פאר יענע טעג געזען אז א וואך פארדעם דאנערשטאג דארף צו רעגענען, און לויט די לאגיק מיינט עס אז סקילט אביסעל אפ די וועטער וכך הוה....

אנקומענדיג אינעם האטעל בשעתן אריינטשעקן איז צוגעקומען איינע פון די ארבעטערס און זיך אנגערופן וועלקאם בעק... לויט ווי ער זאגט געדענקט ער אונז פון פאריגע מאל, יענער איז געווארן אונזער באשטימטע גיי אויב אונז דארפן עפעס הילף.

פארגעסן צו שרייבן פארן בוקן די האטעל האב איך געטשעקט די פרייזן און סאיז מיר געווארן נישט שווארץ אבער אזא כמו שווארץ, די נאמבערס פאר א פלענע רום צום וואסער איז געווען דאפעלט פון וויפיל סאיז געווען פאריגע מאל, האב איך אנגעהויבן צו קוקן אנדערע האטעלן אין די געגנט א גוטע פלאץ קלין שיין אבער פאר ביליגער, מיין אויגן איז געפאלן אויף די הילטאן האטעל וואס איז נעבן די קאנרעד האטעל און יענע אנדערע גאנצע רייע פון האטעלן (ווי געשריבן פאריגע מאל), זיי האבן עס איבערגעמאכט פאריאר גאר שיין און סאיז אויסגעקומען מיט כמעט טויזענט דאלער ביליגער, אבער איין זאך א די פענסטער איז נישט גלייך קעגן וואסער נאר אינדערזייט, אבער מבאקומט גאר אסאך אין די רום, למעשה האב איך איבערגעשטעקט די פרייזן אין מעיראט ווייל כהאב גאר שטארק געוואלט דארט גיין צוליב די פילע מעלות וואס כהאב שוין געשריבן אויבן, זעה איך דארט אז די רום קעגן די סיטי איז די זעלבע ווי די הילטאן רום, יעצט האט זיך אנגעהויבן א שטארקע חקירה צו זאל מען גיין אין די הילטאן ווי מבאקומט א ריזיגע רום פלאס נאך א לווינג רום אין א זייטיגע פענסטער צום וואסער אבער האט נישט קיין געהעריגע ביעטש און מדארף אריבערקראסן דערצו, אדער גיין פאר די זעלבע געלט צום מעריאט וואס באקומסט א קלענערע רום נישט קיין ביעטש וויא אבער באקומסט א ריזיגע ביעטש ווי די קענסט גיין און הערליכע גראונדס??? די חקירה האט זיך געצויגן ביז די ישועה איז געקומען פון א אנדערע פלאץ, נאך אזא טאג צוויי האב איך געגעבן אזא טשעק נאכאמאל אויף די מעיראט וועבסייט און סאיז מיר ווייס געווארן פאר די אויגן, די פרייז פאר א רום קעגן וואסער איז די זעלבע געווארן ווי די הילטאן רום, גלייך האט מען עס געבוקט און געבוקט טיקעטס קיין פארט לארידעל און דריי טעג שפעטער שטייען מיר דא ביים דעסק און מטשעקט אריין.

סהאט נאך גענומען אביסעל ביז מהאט באקומען די שליסל צום רום ווייל די באנק האט געמאכט פראבלעמען און פארדעכטיגט די אקטיוויטעטן פלאס כהאב פארגעסן צו אינקריסן מיין דעילי לימיט און ביז זיי האבן וועריפייט מיט קאודס צו מיינע טעלעפאונס וואס האבן נישט געהעריג געארבעט האט גענומען אזא דריי פערטל שעה, אבער מאיז געווען רואיג ברוך השם ווייל סאיז וואקאציע טיים.

נאך א קליינע קרישקעלע וואס מיר האבן געהאט איז געווען ווען מיר זענען ענדליך אנגעקומען צום רום און מיר זעהן דארט א צווייטע משפחה שטייט דארט און טרייט צו עפענען די טיר, צו אונזער ווינדער זאגן זיי אז זיי האבן באקומען די זעלבע רום אבער זייער שליסל גייט נישט האבן מיר געטרייט אונזער שליסל און יא מיר האבן עס...

די ערשטע זאך נאכן אויסטשעקן די רום און נאך אריינגעכאפט צו זעהן די וואסער האט זיך די הינגער געשטארקט און מהאט שנעל ארויסגענומען די אלטע ליסטע פון פלעצער ווי מקען באשטעלן עסן, די גורל איז געפאלן אויף יאם בערי זייערע פרייזן זענען זייער גוט און מאכן גאנץ פיינע עסן, מיר האבן זיי גענוצט פאר די טעגליכע פרישטאגס ווייל זיי האבן דעליווערט ביז פארט לארידעל, די אנדערע האבן נישט געהאט די אפציע.

נאכן זיך באזעטיגן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויסטשעקן די פלאץ אינמיטן האבן מיר געטראפן דארט צוויי אינגעלייט וואס האבן זיך דארט באקוועם געמאכט פאר די וואך אן די ווייבער, קוקט אויס ווי זיי האבן געליינט מיין ארטיקל ...

נאך א שטיק צייט האט מען זיך געלייגט שלאפן נישט פאר מהאט זעכער געמאכט אז די קינדער זענען מסודר, די נאכט איז צוגעפאלן גאר שנעל כ'רעדט מיר איין אז די זון גייט גאר שנעל אינטער שנעלער ווי אין ניו יארק, איז עס טאקע אזוי?

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2023 11:37 pm
דורך נארמאליזעם
די יעצטיגע באשרייבונג גייט זיין בעיקר איבער פלעצער ווי מאיז געגאנגן באזיכן....

Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:18 am
דורך איך בין זייער סיריעס
עני עקספיריענס מיט בעביסיטערס אין פארט-לאראדעל?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: