עדיטאריעל: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

עדיטאריעל: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א מאסיווע 18 שטאקיגע געביידע איז געפאלן אין ניו יארק.

עטליכע קינדער פעלן נאך, מ'זוכט זיי אויף.

לאמיר האפן אז דא גייט זיך נישט איבערשפילן א פלארידע טראגעדיע.

נאכנישט באריכטעט מער פרטים.
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דינסטאג יוני 29, 2021 2:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מער פרטים שוין ארויסגעקומען:

יצחק זיצט אויף זיין פלאץ אין ישיבה, ער קען נישט טרעפן זיין זיברע פען, ער וויל שרייבן דעם שיעור אבער ער טרעפט עס נישט.

ער זוכט אין אלע זיינע וועסטל טאשן, ער זעט זיין צינדער, זיין גארטל, זיין סלינקי, זיין קוואדער, זיין קעמעל, אבער נישט זיין פען...

ס'איז זייער א טיפע שיער, דער מגיד שיעור רעדט עפעס פון שור הנסקל, כופר נפש, כופרא כפרא, שור המועד, אבער אן זיין פען קען ער נישט שרייבן און נישט קאנצענטרירן.

מען האלט נאך אנהייב פונעם שיעור, און זיין קאפ איז שוין נישטא... ער שוועבט ארום אין אנדערע וועלטן.

מיין טאטע האט מיך נעכטן געזאגט אז די פעלדמאן שידוך קאכט זיך, א גוטע מיידל, עפעס געלט איז אויך דא דארט, א שיינע משפחה, איך גיי קענען בלייבן וואוינען אין בארא פארק, וואס דארף איך מער פון דעם?...

ער הייבט אן שפינען זיינע מחשבות, אט אט רופט מען מיך שוין אהיים, איך גיי מיך זעצן צום באשוי, וואס גייט מען רעדן דארט? פון ישיבה, מסתמא וועט זי זיין נייגעריג וואס מען האט אלץ אונטערגעצינדן אין קעמפ...

נאכדעם גייט מען טרונקן לחיים, אוי גייען מיינע חבירים מיך באזינגען, איך קען שוין קוים ווארטן. כ'מיין אז איר פעטער איז א מחותן מיט יאסי'ס קאזין, איך בין נייגעריג אויב ער ווייסט שוין....

איין מינוט, וואו קויפט מען ציגארעטלעך? איך וועל מוזן באשטעלן ביי נחמן ער זאל מיר איבערלאזן אפאר קארטענס, איך מוז דאך טיילן פאר האלב כלל ישראל, יעדער איז דאך מיין פרענד...

נאכדעם גייט מען מאכן א תנאים, מסתמא אין אנשי ספרד, לאמיר זען וועם איך גיי אלץ האבן דארט... ס'גייט זיין הויעך יום טוב. לאמיך אנהויבן מאכן א ליסטע וועמען איך מוז לאדענען צום תנאים, אויש, כ'האב דאך נישט מיין צוביסענע פען...

וואס קומט נעקסט? תורת הבית. יא דאס איז א מאוסט! זיי אדווערטייזן יעדע בין הזמנים וואס מ'לערט דארט אלס אויס. חתן שיעורים איז עקסטער אדער תורת הבית טוט עס שוין אויך? נישט זיכער. כ'גיי פרעגן מיין טאטע...

העי, א שטריימל? קרויס איז די זאך, גראדע האט מיללער דערלאנגט א גוטס פאר חיים מוישי, עמער מוזן זען וויפיל מיין טאטע וועט האלטן ביים צאלן.

פאר בדחן מוז איך נעמען מאטי, נישטא עפעס בעסערס... ער גייט מיך אויסגראמען אויף בכל צער וצער און שופר. ער מוז זאגן די משל מיט די צען פייגלעך, מיין כלה גייט עס לאווען.

יושע בערקוי אדער שמילי אונגאר? שמילי איז צו טייער, וועל איך מוזן נעמען יושע. איך גיי קאלן גראד פאר די באשוי ווייל טאמער ער איז נישט עוועלעבל איז דערנאך מיט א זינגער.

יאסי שטענדיג אדער לוי לעסאן, איינער פון זיי וועט שוין לכאורה זיין אוועלעבעל.

וואס האב איך אויסגעלאזט? א טלית בייטל פון מפואר. ציצית מיט דאבל פרינדזשעס. נייע גלעזער מיט דאבל ברידזש פרעים. געענדיגט מיט די רימלעז צייטן. א פעקעדזש פון ריינהאלדס. ווייסע זאקן, און מ'זעמער מסודר.

די זאל פון די חתונה וועל איך לאזן די מחותנים מחליט זיין. ס'מוז זיין וואלק-אין, פארקעי פלאר, און ס'זאל זיך קענען גוט טאנצן. מ'דארף פילן ווי די שטאק ווארפט זיך.

די אינטרא וועט מען נעמען מיט די פאם-פאם-פא-רא-ראם. ועוד הפעם. נאכדעם טא-רא-רא-רעי-רי-רע-וואופ"... ס'גייט ראקן... יושע בערקוי וועט מוזן אריינקומען מיט די אה-הא-אה-הא....

א דירה לאקעישען קען איך באשטיין אויף 46 סט. אבער היינט קען מען נישט וויסן מיט די דירות קריזיס.

איין מינוט, א 1 בעדרום אדער א 2 בעדרום? ס'לוינט זיך אלץ בעסער א 2 בעדרום, אזוי דארף מען נישט מופן א יאר נאך די חתונה...

עניוועי, פלאן איך צו מופן קיין לינדען א יאר נאך די חתונה. ווי נאר די צווייטע בעבי ווערט געבוירן. איך בין פרא לינדען, איך גיי קיין לינדען!

און פארדעם זאגט דער ריטב"א אז דאס וויל רש"י ארויסברענגען.... די שיעור איז פארטיג!!

יצחק איז ארויס פון שיעור מיט מחשבות און געביידעס געבויעט גג על גג. און צו זיין גוט מזל איז אלעס געפארן אין זיין ריכטונג...

ער איז געווארן א חתן צו פעלדמאן, מזל טוב!

געטיילט צוגערעטליך און געלאדענט צום תנאים.

געגאנגען צו תורת הבית און באשטעלט יושע בערקוי.

א מפואר טלית בייטל און קרויס שטריימל.

יאסי שטענדיג איז דער שפילער און מאטי אלס בדחן.

די משל מיט די פייגל און א 2 בעדרום דירה אויף 46.

ער שפאצירט אין גאס מיט זיין מלכות'דיג שטריימל אין שול, און דער שומר באגלייט אים כחתן יוצא מחופתו.

אלעס איז געשמאק, אלעס איז קאללל, אלעס פארט א מחיה, און זיינע חלומות ווערן מקויים איינס נאכ'ן צווייטן.

און ער בויעט ווייטער בנינים... מ'גייט האבן בעביס, קודם א אינגעל נאכדעם א מיידל, און זי איז מסכים בלב שלם, אן קיין ברעיק...

די זכר וועט זיין אין שטיבל און די ברית ביים רבי'ן. די פדיון הבן אין פעראדייס און די כהן וועט זיין פעטער גמליאל.

און נאך די בעבי גייט מען מופן קיין לינדען....

אבער פלוצלינג, טטטטררררראאאאאאאאאאךךךךךךךך..............

די גאנצע געביידע פאלט צוזאם, און עס בלייבט נישט קיין זכר פון אלע חלומות און דמיונות.
18 שטאק איז צעפאלן, יעדן טאג נאך א שטאק.

נישט קיין קינד, נישט קיין אינגעל, און נישט קיין מיידל, נישט קיין זכר און נישט קיין ברית. נישט קיין פדיון הבן און נישט קיין כהן. נישט קיין לינדען. גארנישט.

עס גייט אדורך א חודש נאך א חודש, און גארנישט רוקט זיך נישט. אלעס גייט בארג אראפ.

די דמיונות און בנינים וואס זענען אזוי גוט געפארן און זיך געבויעט וויייטער פאר 22 יאר, האט אנגעהויבן צוזאמצופאלן. אזוי שנעל און פלוצלינג. אזוי טראגיש און אזוי אומגליקליך.

אבער עטליכע קינדער פעלן נאך. די געביידעס פון דמיונות זענען שוין געפאלן, אבער די קינדער מוז מען טרעפן!!




טייערע ברידער, אחינו בני ישראל, די געביידע איז געפאלן, און מיר דארפן זוכן די קינדער!!

די גוטע נייעס איז אז מיר דארפן נישט אנטון קיין העלמעטס, קיין שמעק-הונט, קיין טשערי לייטס און קיין וויכטיג מאכערס...

אבער יא אפאר דאללער!!!

וויכטיג מאכער דער גאווערנאר פון אייוועלט האט שוין דערקלערט א סטעיט אוו עמרדזשערנסי.
מען טוט אן חתימות און מען ציט ארויף אווערטארס.

מען שמייסט ארטיקלען און מען שפאנט איין אינטערנאציאנאלע טימעס פון אלע עקן וועלט.

מען לאזט אריין יעדע סארט רעטונגס גרופע וואס וויל קומען העלפן, בשעת די משפחות שטייען אין די זייט און קוועלען פאר נחת.

און דער עיקר איז, מען גייט בעזרת ה' טרעפן לעבעדיגע געזונטע קינדער!!!!
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דינסטאג יוני 29, 2021 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן: א מאסיווע 18 שטאקיגע געביידע איז געפאלן אין ניו יארק.

עטליכע קינדער פעלן נאך, מ'זוכט זיי אויף.

לאמיר האפן אז דא גייט זיך נישט איבערשפילן א פלארידע טראגעדיע.

נאכנישט באריכטעט מער פרטים.

אסדר האסט מיר אריינגעווארפן אין א פאניק
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שרייב צו צום קעפל
"עדיטאריעל"
מצא טוב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא טוב »

יוי

האסטו מיר דערשראקן,

אויב דאס זאל אפילו ברענגען איין פעני (סענט בלע"ז) פאר קאמפיין, האט זיך עס געלוינט
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

שקויך פארן מיך אנציען מיינע שוין אזוי אויכעט צושפילטע נערוון. זיי מוחל און טויש די קעפל מיט דיין ערשטע תגובה.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

האסט מיר פארכאפט מיין אטעם
מיר האפן ס'וועט זיך גוט אויסלאזן בעז"ה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

קארן האט געשריבן: שקויך פארן מיך אנציען מיינע שוין אזוי אויכעט צושפילטע נערוון. זיי מוחל און טויש די קעפל מיט דיין ערשטע תגובה.

זייער געכאפט
איך האב גלייך פארשטאנען אז ס'האט מיטן קאמפיין...
ס'איז זייער גוט, און כ'מיין אז מ'דארף גארנישט טוישן
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

קארן האט געשריבן: שקויך פארן מיך אנציען מיינע שוין אזוי אויכעט צושפילטע נערוון. זיי מוחל און טויש די קעפל מיט דיין ערשטע תגובה.

גייסט כאפן געהארגעטע שלעק

:i:i:i:i:i

איך האלט נאך פארן צוריק כאפן מיין אטעם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פארפעלט א הארץ קלאפ!

טויש נישט גארנישט און ווארפטס אריין אפאר טאלער
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

מען מאכט דא פורים פונעם ציבור
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

נאר צו פרי צו מאכן אזא וויץ, די וואנד איז נאך אפען.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

סיי וועלכע אשכול אדער תגובה אין די לעצטע 24 שעה און אין די נעקסטע 24 שעה דארף אויטאמאטיש באצייכנט ווערן ווי א קאמפיין רילעטעד שטיקל. Unless proven otherwise
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נ'יאפטשיק האט געשריבן: נאר צו פרי צו מאכן אזא וויץ, די וואנד איז נאך אפען.

האסט א נקודה!!

אבער פון די צווייטע זייט איז דאס נישט קיין וויץ ארטיקל. ס'איז א ווירקליכער טראגעדיע און מיר קענען אים יעצט העלפן.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

דא איז שוין ערגער פון די ראבער קאלס
Love to work
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:35 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Love to work »

האסטו מיר דערשראקן,
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אן אנדערס מאל וואלטסטו מיר ווען געהאט דערשראקן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11471
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן: אן אנדערס מאל וואלטסטו מיר ווען געהאט דערשראקן.

:P
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נ'יאפטשיק האט געשריבן: נאר צו פרי צו מאכן אזא וויץ, די וואנד איז נאך אפען.

האסט א נקודה!!

אבער פון די צווייטע זייט איז דאס נישט קיין וויץ ארטיקל. ס'איז א ווירקליכער טראגעדיע און מיר קענען אים יעצט העלפן.

דו נוצט אויס א טראגעדיע צו העלפן א צווייטן מיט א אנדערע טראגעדיע? נישט שיין. יעדעמס נערוון זענען צושפילט, די וואונד איז נאך אפן, עס פעלט נישט אויס.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דער איז קוקו אכצן שטאק הויעך. ברויך ערענסטע עקספענסיוו טעראפי.
לייגט אריין אין טשערעדי.

נעקסט קומט א מעשה פון פארכאפטע קינדער אין א שמאלע טיפע הייל.....
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום דינסטאג יוני 29, 2021 2:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: עדיטאריעל: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קעפל געטוישט - יעצט וויל איך זען געלט פון אלע שוואכע הערצער!!!!
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קארן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נ'יאפטשיק האט געשריבן: נאר צו פרי צו מאכן אזא וויץ, די וואנד איז נאך אפען.

האסט א נקודה!!

אבער פון די צווייטע זייט איז דאס נישט קיין וויץ ארטיקל. ס'איז א ווירקליכער טראגעדיע און מיר קענען אים יעצט העלפן.

דו נוצט אויס א טראגעדיע צו העלפן א צווייטן מיט א אנדערע טראגעדיע? נישט שיין. יעדעמס נערוון זענען צושפילט, די וואונד איז נאך אפן, עס פעלט נישט אויס.

האסט נישט געזען קיין איין ארטיקל אז די מירון טראגעדיע שפילט זיך איבער יעדעס מאל 45 בחורים האבן נישט קיין ישיבה?... מאי שנא?
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: עדיטאריעל: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

האסט מיך דערמאנט פון
גמליאל .
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נ'יאפטשיק האט געשריבן: נאר צו פרי צו מאכן אזא וויץ, די וואנד איז נאך אפען.

האסט א נקודה!!

אבער פון די צווייטע זייט איז דאס נישט קיין וויץ ארטיקל. ס'איז א ווירקליכער טראגעדיע און מיר קענען אים יעצט העלפן.

דו נוצט אויס א טראגעדיע צו העלפן א צווייטן מיט א אנדערע טראגעדיע? נישט שיין. יעדעמס נערוון זענען צושפילט, די וואונד איז נאך אפן, עס פעלט נישט אויס.

האסט נישט געזען קיין איין ארטיקל אז די מירון טראגעדיע שפילט זיך איבער יעדעס מאל 45 בחורים האבן נישט קיין ישיבה?... מאי שנא?

לייג עס און די קרעטשמע, וועל איך כאטש פארשטיין אז סאיז נישט קיין נייעס....
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שוידערליך: א געביידע טראסקעט אין ניו יארק, עטליכע קינדער פעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אסדר לסעודתא האט געשריבן: האסט נישט געזען קיין איין ארטיקל אז די מירון טראגעדיע שפילט זיך איבער יעדעס מאל 45 בחורים האבן נישט קיין ישיבה?... מאי שנא?

איך האב גראדע נישט געזעהן, אבער איך האב שוין א געדאנק פאר אן ארטיקל...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”