איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

שוין ווידער אן ארטיקל איבער די "תחיית המתים" קאמפיין אויף אייוועלט?.. וויפיל איז דער שיעור?? וויפיל נאך ארטיקלען גייען מיר באקומען??!!

האלט א מינוט בארואיגט אייך, דאס מאל איז עס נישט איבער דעם קאמפיין, עס איז מענין לענין שלא באותו ענין.

די אומבאשרייבליכע ווארעמהארציגע קאמפיין וואס האט זיך נארוואס געענדיגט מיט גרויס סוקסעס ברויך נישט קיין ארטיקל און קיין שום ארטיקל וועט נישט קענען ארויסברענגען די שיינקייט פון כלל ישראל וואס האט זיך ארויסגעוויזן פון דעם קאמפיין.

אין בלויז 72 שעה איז געשאפן געווארן נאנט צו $300,000 דאלער דורך הונדערטער אידן וואס האבן זיך משתתף געווען מיט א ווארעם הארץ און מסירות נפש פאר א איד וואס זיי קענען ניטאמאל, זיי האבן נישט דאס מינדעסטע השגה ווער דאס איז. אזוי פיל האבן זיי געוויסט, "א איד איז בצער" וועלן מיר ווארפן געלט, שווערע טויזנטער דאלארן לזכותו אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדערלעך לזכותו.

די שיינקייט האט זיך נאכמער ארויסגעוויזן ווען – אנדערש ווי ביי געווענליכע קאמפיינס – הענגט מען צעטליך וואכן לאנג, ריזיגע פלאקאטן וואס קלערן אויף דעם עולם איבער די וויכטיגקייט פון דעם צוועק און מענטשן הייבן זיך אן צו גרייטן ביי זיך אין מח, "אקעי, פאר די קאמפיין גיי איך מוזן געבן געלט". איז דאסמאל דאס בכלל נישט געווען די קעיס, מען האט אנגעדרייט דעם עולם אז עפעס ערנסט גייט קומען, די נאכנאנדע שפעקולאציעס ארום דעם כינוס האבן זיך פארמירט ווי רינגען וואסער איבער א פארשטאפער סוער לאך אין ברען פון א רעגן שטורעם, ווען פרישע אשכולת זענען געעפענט געווארן ווי קאלטע באטלעך באדווייזער ביר (אדער עני מין ביר וואס דו גלייכסט..) ביי א שלום זכר פרייטאג צונאכטס.
רוב עולם (חוץ די וואס האבן דערוויסט פון פריער) האט נישט ערווארטעט אז עס גייט זיין א געלט קאמפיין צו ארויסהעלפן א איד אין נויט. און עס זענען געווען ניקס וואס זענען געווען 'דיסעפוינטעט' אז "דאס איז די גאנצע?" מ'האט גאנצעטע טעג איבערגעדרייט אייוועלט, אלע אלטע ניקס זענען צוריקגעקומען, מען האט זיך מכלומרשט געדארפט איינשרייבן צו כינוס. כ'האב געמיינט ס'קומט עפעס ווייס איך וואס, א נייע סייט, אדער עפעס אנדערש גאר דראמאטיש ניי קומט צו אייוועלט, און דא קומסטו בלויז מיר בעטן געלט?!
טראץ די דיסעפוינטמענט און אומערווארטעטע קאמפיין ביים עולם, דערצו אן קיין ריזיגע גראפישע רויט קאלירטע צעטלעך בעפאר האט גלייך אנגעהויבן אריינפליסן שווערע געלטער צום קאמפיין, דער עולם האט אויסגעמעקסט די קרעדיט קארדס עד פ"א אזש 'טשעיס' האט געעפענט אן אויספארשונג איבער פארדעכטיגע טרענסעקשאנס אין די ניו יארקער אומגעגענט.. ביז

מען האט באוויזן דאס אומגלויבליכע צו שאפן די ריזיגע סכומים פון שווערע געלטער.
די מידה פון הכרת הטוב האט אויך שטארק ארויסגעשיינט ווען הונדערעטער ניק'ס האבן ביים געבן די געלט זיך שטארק באדאנקט פאר די אקטיווע ניקס – איבערהויפט פאר די קאמפיין אנפירער הרב @לכאורה און הרב @וויכי און פאר די אלע ניקס וואס שפייזן דעם עולם מיט זאפטיגע ארטיקלן און גוטע נייעס אפדעיטס וואס קומט נישט אויס סתם אין א הייסן זומער'דיגן זונטאג צו שרייבן א תגובה, יעצט האט דער עולם אויסגענוצט די געלעגענהייט און זיך שטארק באדאנקט פאר די חשוב'ע ניקים.
ועל של עתה באתי.

יעצט ווען די נושא פון נישט האבן קינדער און צו האבן מיטלייד מיט קינדערלאזע פאמיליעס איז אויפ'ן ארענע, איז די פאסיגע צייט צו אדרעסירן די נושא פון "בא'רחמנות'ן קינדערלאזע" ובפניהם, וען זיי זעען אז מען שוינט זיי אז זיי האבן נישט קיין קינדער.
דיסקלעימער: איך האב ב"ה קינדערלעך היינט צוטאגס, איך האב פארט נישט געהאט גלייך נאך מיין חתונה דעריבער האב איך עס געשפירט אויף די אייגענע פלייש און ביין ווען מען ווערט "בא'רחמנות'ט" דורך ארומיגע משפחה און חברים.

איך מיין ח"ו נישט צו באשולדיגן קיינעם, מענטשן מיינען נאר גוטס, מענשטן ווילן באמת טון זאכן לזכות אז יענער זאל געהאלפן ווערן קינדער, מענטשן כאפן אבער נישט אז ווען זיי קומען זאגן פאר'ן מאן/פרוי געוויסע זאכן – אפילו ווען עס רעדט זיך פון סגולות וכד' - טוט עס וויי. מען ברויך אריינטראכטן בעפאר צו ס'איז נישט אפשר יצא שכרו בהפסידו און אנשטאט אריינברענגן א פרייליכקייט ביי די קינדערלאזע אין שטוב איז עס גורם א ווייטאג און אונמוט ח"ו.

מיין ב"ב איז אמאלא געגאנגען אין גאס קומט צו איר צו א חשוב'ע אידענע און זאגט איר "איך וויל דיר לאזן וויסן אז איך מאך אי"ה חתונה די אנדערע וואך, איך האב דיר ארויפגעלייגט אויף מיין ליסטע צו אינזין האבן אונטערן חופה..." וואס טראכט עטס, איז מיין ב"ב געווארן מחוזק דערפון אז זי איז די רחמנות'טע אז מען האט איר אינזינען ביי חופות ווייל זי האט נעעעעבעך נישט קיין קינדער? עס האט גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. ווילסט אינזין האבן א קינדערלאזע פארפאלק? זייער פיין, באמת א שיינע זאך, זאלס פועלן אלעס גוטס אבער "זאג עס נישט פאר די קינדערלאזע" בפניהם.

א ידיד מיינער האט מיר אמאל קאנפראנטירט אין פנים אריין "דו האסט שוין קינדער?" ניין! איז געווען מיין ענטפער, פון פארלוירענקייט זאג ער מיר "יוי, ביסט א רחמנות, כ'האב געמיינט דו האסט שוין לאנג א קינד". א צווייטער האט מיר איינמאל געפרעגט "זאג נאר, דו האסט שוין א קינד?" מיין ענטפער איר ווידעראמאל געווען ניין. ער איז געווארן פארלוירן און אנגעהויבן קוקן אויפ'ן הימל און ערד שעפשענדיג א תפלה צום קל חי אז די ערד זאל זיך עפענען און אים איינשלינגען וויבאלד ער האט געכאפט אז ער האט ארויפגעטרען אויף א 'פאנגעס נעגל..' מיט זיין פראגע. נישט האבנדיג וואס צו רעאגירן פרעג איך אים "דו האסט מיר אפשר א קינד?" אויף וואס זיין פראגע איז געווען א שטילע ניין.

אן אנדערע געשיכטע האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי צוויי אידן, צווישן זי א קינדערלאזער שמועסן צווישן זיך איבער וואו מענטשן פאר'ן אויף וואקאציע אין די זומער וואכן, דער וואס האט נישט געהאט קיין קינדער (ער האט שוין ב"ה) האט זיך אנגערופן אז ער איז געווען אין ניו העמפשיר און עס איז זייער שיין געוועזן, פרעגט אים דער אנדערע, "האסט מיטגענומען אלע דיינע קינדער? וויפיל האט עס געקאסט?" דער קינדערלאזער אינגערמאן גיט א קוק אראפ אויף דער ערד און ענטפערט ניין, איך האב זיי נישט מיטגענומען. ווען יענער איז אוועקגעגאנגען זיך איך געזאגט פאר דעם פרעגער דו ווייסט אז ער האט נאך נישט קיין קינדער, זאגט ער מיר אה כ'האב טאקע געוואוסט, כ'האב געדענקט אז ער האט נישט, כ'האב פארגעסן.
עס איז נארמאל אז א מענטש זאל פארגעסן. פארט אבער ווען דו רעדסט מיט א מענטש וואס דו ווייסט אז ער האט נאך נישט קיין קינד אדער אז ער האט זיך געמוטשעט און דו ביסט נישט זיכער אויף "100 פראצענט" מאך זיכער נישט צו רעדן צו אים פון די נושא פון קינדער, פרעג אים נישט אויב ער האט שוין ביז ווילאנג דו געדענקסט נישט אויף זיכער אז ער איז שוין ב"ה געהאלפן געווארן. ענדערש ווארט אויף א צווייטע געלעגענהייט אדער פרעד יענעמס א קרוב צי ער האט שוין א קינד ווי איידער צו רעדן פון די נושא פון קינדער ווען דו ביסט מסופק אפילו נאר א ספק ספיקא צי יענער האט שוין קינדער און דאס גורם זיין צער.

דערנאך איז דא די באקאנטע אנגעווייטאגטע נושא פון געבן 'קווארטער' פאר קינדערלאזע קאפלס וואס ע"פ רוב זענען זיי מוחל די כיבוד וואס מען טראגט זיי אזוי הארציג אן. עס איז בלוז אומבאקוועם פאר זיי אז די אלע באטייליגטע ביים ברית גייען זיך אונטערשישקענען אז זיי האבן נאך נישט קיין קינדער. און ווען זיי זאגן עס אפ האט מען טענות "פארוואס נעמסטו עס נישט? עס איז א סגולה בדוק ומנוסה”.

ווען עס קומט צו גיין צו שמחות פון א אינגערע שוועסטער אדער ברודער וואס דעמאלט איז עס איבערהויפט שווער צו צוזען ווי די וואס האבן חתונה געהאט נאך מיר האבן שוין קינדער און אונז ווארט מיר נאך זאגן מענטשן – אין א פראוו צו מחזק זיין - "וואס מאכסטו דיך נאריש?, קיינער קוקט דיר נישט אן אלס רחמנות, ס'איז סתם א איינרעדעניש". איר פארשטייט אליינס אז דאס טוט גארנישט אויף צו בארואיגן דעם פארפאלק.
איינמאל איז מיר אויסגעקומען זיך צו באטייליגן ביי א בוני עולם מסיבה, מען האט צוזאמגערופן חברים די גאנצע עידזש און מ'האט געמאכט א מסיבה צו אויפטרייבן געלט פאר בוני עולם, טראץ דעם וואס איך האב געוואוסט אז עס שוין דא גוטע בשורות ב"ה בין איך געווען מסופק צי איך זאל גיין וויבאלד אין בין נישט געווען אין די מוד פון די רחמנות בליקן אז נעעעבעך ער האט נאך נישט קיין קינדער.

למעשה בין איך יא געגאנגען. ווי פארשטענדליך איז די גאנצע זאל געווען טונקל מיט בלוי און פינקע לעקטערס צו מאכן די מצב ווי מער ספוקי. עס האט דארט אויפגעטרעטן א אינגערמאן וואס האט געווארן העכער 10 יאר פאר קינדער, ער האט דערציילט זיין געשיכטע ווי אזוי בוני עולם האט אים געהאלפן ביז די פרייליכע ענדע, ווען ער האט געענדיגט האט מען שטארק געקלאטשט פארשטייט זיך.

ארויסגייענדיג פונעם זאל האב איך באגעגענט א חבר, וואס איז געווען עמו אנכי בצרה, ער האט מיטגעהאלטן מיין מצב, איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער האט מיר "בא'רחמנות'ט" דורכאויס די גאנצע דינער אז איך ווארט נאך אויף א ישועה, בין איך צוגעגאנגען צו אין און געאגט אז איך שטעל מיך פאר אז די האסט מיך שטארק געשוינט דורכאויס דעם דינער און ספעציעל ביי די דרשה פונעם געוועזענעם קינדערלאזן אינגערמאן, דעריבער וויל איך דיר מעלדן אז דו דארפסט שוין נישט רחמנות האבן אויף מיר ב"ה. האט דער אינגערמאן מיר געזאגט "יא, איך האב שטארק רחמנות געהאט אויף דיר בשעת די גאנצע דינער, שכח פאר'ן מיר מודיע זיין די גוטע בשורה".

מען קען נאך מאריך זיין אין נושא מיט פילע מעשיות אבער ווען דו האסט א חבר אדער א משפחה מיטגליד וואס ווארט נאך אויף זיין ישועה און איז שטענדיג מתפלל "איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערליך" מאך זיכער אים נישט צו בא'רחמנות'ן אז ער זאל מיטאלטן ווי שטארק די שוינסט אים. שיק אים נישט קיין ערבות וואסער, זיי אים נישט מכבד מיט קווארטער, זאם אים נישט אז עס איז א סגולה צו איבערדריקן דעם ספר מלוא העומר וכו' וכו. קענסט זיין זיכער אז ער ווייסט און פרובירט אלע סגולות, דיינע ווערטער קען צומאל גורם זיין אומזיסטע טרערן און צער פאר צובראכענע אידן. ווילסט טון עפעס לזכות פון יענעם זאג " דו" תהלים, זאג " דו" פרק שירה 40 טעג, זיי " דו" מנדב צו דריקן די ספר מלוא העומר.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז קיינער זאל נישט וויסן פון קיין צער און יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט בני חיי ומזוני וסייעתא דשמיא.
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אזוי גערעכט.

הלוואי זאלן מיר האבן די ריכטיגע דעת וויסן וויזוי צו באהאנדלען יעדע אזא סיטואציע, זאלן זיי פון איין זייט שפירן אז אונז פילט מיטלייד און מיר פארגעסן נישט פון זייער פעקל, אבער פון די צווייטע זייט זאל זיי עס נישט באדערן און וויי טוהן ח"ו.

ויה"ר שלא ייצא מכשול מתחת ידינו.
כ'מיין ס'נישטא קיין לעזונג דערצו, נאר אז דער גרויסער באשעפער זאל זיי שוין אלע אויפרעכטן בקרוב ממש מיט זרע של קיימא און לעכטיגע דורות!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

גענאגלט.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

Wow Wow!
אזוי גערעכט, אזוי גוט געזאגט, און די 'טשערי אן טאפ' איז דעם געלונגענעם פעדער!

זאל דער אייבערשטער יעדן אויפרעכטן. סיי די וואס האבן נאכנישט קיין קינדערלעך און סיי די וואס האבן נאכנישט קיין שכל...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4361
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

זייער שטארק!

שוין אויך מיטגעהאלטן אפאר מעשיות, מענטשן מיינען נישט קיין שלעכט אבער מענטשן ווערן אזוי וויי געטון.

די זעלבע ביי ניחום אבלים פון א טראגעדיע, איינער אוועק אינגערהייט וכו'

מען דארף שטארק אכטונג געבן
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הערליך און הייליג גערעכט.
געלונגען און גוט געשריבן.
כ'האב זיך געטראפן מיט אן אפן מויל.

ווייסט וואס עולם הפוך איז פארקערטערהייט? כופה מלוע - דו באצוואונגסט די מיילער!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

פרישע קוגל האט געשריבן: Wow Wow!
אזוי גערעכט, אזוי גוט געזאגט, און די 'טשערי אן טאפ' איז דעם געלונגענעם פעדער!

זאל דער אייבערשטער יעדן אויפרעכטן. סיי די וואס האבן נאכנישט קיין קינדערלעך און סיי די וואס האבן נאכנישט קיין שכל...

:lol::lol:

עולם הפוך. א גלאט אויסגעשארפטן פעדער'ל
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

א חבר מיינער וואס איז געווען אין די זעלבע סיטואציע ווי מיר האט מיר געשיקט א טייער ווארט אין איש:

אז קווארטער ביי א ברית זאל העלפן איז נישט פארהאן קיין שום מקור, עס איז בלויז די זכות פון די "בושות וחרפות" וואס דאס פארפאלק גייט דורך וואס קען אויפטון אז מען זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער...
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

יישר כח פאר אלע באדאנקערס, כ"א בניק הטוב יבורך.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

שטארקע ארטיקל!

ברענגסט משלים פון א עולם הפוך,

דיין פעדער איז שוין גאניש הפוך
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איך בעט די געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מצלמה האט געשריבן: גענאגלט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

עולם הפוך האט געשריבן: יעצט ווען די נושא פון נישט האבן קינדער און צו האבן מיטלייד מיט קינדערלאזע פאמיליעס איז אויפ'ן ארענע, איז די פאסיגע צייט צו אדרעסירן די נושא פון "בא'רחמנות'ן קינדערלאזע" ובפניהם, וען זיי זעען אז מען שוינט זיי אז זיי האבן נישט קיין קינדער.
דיסקלעימער: איך האב ב"ה קינדערלעך היינט צוטאגס, איך האב פארט נישט געהאט גלייך נאך מיין חתונה דעריבער האב איך עס געשפירט אויף די אייגענע פלייש און ביין ווען מען ווערט "בא'רחמנות'ט" דורך ארומיגע משפחה און חברים.

איך מיין ח"ו נישט צו באשולדיגן קיינעם, מענטשן מיינען נאר גוטס, מענשטן ווילן באמת טון זאכן לזכות אז יענער זאל געהאלפן ווערן קינדער, מענטשן כאפן אבער נישט אז ווען זיי קומען זאגן פאר'ן מאן/פרוי געוויסע זאכן – אפילו ווען עס רעדט זיך פון סגולות וכד' - טוט עס וויי. מען ברויך אריינטראכטן בעפאר צו ס'איז נישט אפשר יצא שכרו בהפסידו און אנשטאט אריינברענגן א פרייליכקייט ביי די קינדערלאזע אין שטוב איז עס גורם א ווייטאג און אונמוט ח"ו.

מיין ב"ב איז אמאלא געגאנגען אין גאס קומט צו איר צו א חשוב'ע אידענע און זאגט איר "איך וויל דיר לאזן וויסן אז איך מאך אי"ה חתונה די אנדערע וואך, איך האב דיר ארויפגעלייגט אויף מיין ליסטע צו אינזין האבן אונטערן חופה..." וואס טראכט עטס, איז מיין ב"ב געווארן מחוזק דערפון אז זי איז די רחמנות'טע אז מען האט איר אינזינען ביי חופות ווייל זי האט נעעעעבעך נישט קיין קינדער? עס האט גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. ווילסט אינזין האבן א קינדערלאזע פארפאלק? זייער פיין, באמת א שיינע זאך, זאלס פועלן אלעס גוטס אבער "זאג עס נישט פאר די קינדערלאזע" בפניהם.
.

;l;p-
גא''מ.
הונדערט פראצענט אמת.

ווען מ'מאכט א שמחה נישט פארגעסן צו קוועטשן שטארק די האנט, זאל ער וויסן אז כ'פארגעס נישט פון איהם...

מענטשן מיינען, וואס גייען זיי האבן דערפון אז זיין גייען אינזין האבן אונטער די חופה און קיינער גייט נישט וויסן, ער'ט נאך האבן קינדער און נישט וויסן אז א חלק פון די קרעדיט קומט זיך מיר...

קענסט מיך אינזין האבן אונטער די חופה, ביי די שבת ליכט, אין מקוה, קענסט דרוקן פאר מיר ספרים און טרינקן ערבות. המתפלל בעד חבירו אין צריך להזכיר שמו, דארפסט אפילו נישט פרעגן מיין מאמעס נאמען...

דער אויבערשטער ווייסט און וועט דיר באצאלן דערפאר
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: איך בעט דיר געב מיר ערליכע קינדערלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

יעך בין אויך געווען אין די שיך, ב"ה עס איז מיר שנעל אדורך(5 יאר....),
איך פיל אז איך קען נישט אריינרעדן, אין דו נושא, וויבאלד איך האב עס גענומען, הודו לשם, זייער גרינג,

אבער איין זאך, די קוואטער ביזנעס איז זייער נישט און פלאץ אזוי ווי פריער ארויסגעברענגט,
איך בין געווען אפאר מאל קוואטער, ווילאנג איך האב געזאגט פאר מיין אש"ח, די "קוואטער גמ"ח" האט זיך צוגעמאכט,

מ'קען אסאך מאריך זיין, אבער מיין צוגאנג אין די נושא איז געווען, אידן מיינען און ווילן נאר די גוטס, זיי ווייסן נישט לגבי מיין מצב, און איך ווייס נישט לגבי זיין אדער אן אנדערענס מצב,

דער עיקר איז אידן מיינען און ווילן נאר די גוטס

וכל זה דוקא לענ"ד
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”