זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

משה צימערינג האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער לאמיר גיין א טריט צוריק למען שלימת האשכול
ווער איז דער ראש ישיבה (איך זעה טענענבוים)
מי זה ואיזהו? וואו לעבט ער?
וואו איז ער היינט?
וואו באלאנגט ער?
א בילד אויב שייך?
....?
........?
ועוד?

הרה"ג ר' מאיר יודא טענענבוים שליט"א
ער וואוינט היינט און שוין די לעצטע 30-40 יאר אין קרית יואל אויף סאטמאר דרייוו ווי ער פירט אן מיט זיין ביהמ"ד
ער באלאנגט צו קהלת טשאטה (אפילירט מיט קהלת חרדים/בני יואל)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מי יודע האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער לאמיר גיין א טריט צוריק למען שלימת האשכול
ווער איז דער ראש ישיבה (איך זעה טענענבוים)
מי זה ואיזהו? וואו לעבט ער?
וואו איז ער היינט?
וואו באלאנגט ער?
א בילד אויב שייך?
....?
........?
ועוד?

הרה"ג ר' מאיר יודא טענענבוים שליט"א
ער וואוינט היינט און שוין די לעצטע 30-40 יאר אין קרית יואל אויף סאטמאר דרייוו ווי ער פירט אן מיט זיין ביהמ"ד
ער באלאנגט צו קהלת טשאטה (אפילירט מיט קהלת חרדים/בני יואל)

וואו האט ער געוואוינט פארדעם?
פון וואו שטאמט ער?
זעט אויס צו האבן א אינטערעסאנטע בעקגראונד
ווארט מיר אז רבניש זאל אריין קומען זאפטיג
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

משה צימערינג האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער לאמיר גיין א טריט צוריק למען שלימת האשכול
ווער איז דער ראש ישיבה (איך זעה טענענבוים)
מי זה ואיזהו? וואו לעבט ער?
וואו איז ער היינט?
וואו באלאנגט ער?
א בילד אויב שייך?
....?
........?
ועוד?

דער ראש ישיבה איז הגאון הגדול רבי מאיר יהודא טענענבוים שליט״א - כהיום אבדק״ק טשאטה יע״א, בן הרב הצדיק רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל אבדק״ק מילדוי. וחתן הגאון הצדיק רבי נתן יוסף מייזעלס זצ״ל - ר״י סאטמאר ואבדק״ק אבני שלמה.

ער׳יז מרבני עיר קרית יואל, היינט שטארק אידענטעפעצירט אלס ידיד נפשו של כ״ק האדמו״ר מהרי״י מסאטמאר שליט״א.

זיין ביהמ״ד וכולל אברכים געפינט זיך אויף 9 סאטמאר דרייוו.
אטעטשמענטס
D7BE27A8-80DE-4712-90F9-3A7C56D782F3.jpeg
D7BE27A8-80DE-4712-90F9-3A7C56D782F3.jpeg (194.58 KiB) געזען 179 מאל
0BDA15AA-1DD1-4989-B7B2-55A71186C1A9.jpeg
0BDA15AA-1DD1-4989-B7B2-55A71186C1A9.jpeg (122.24 KiB) געזען 1604 מאל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

משה צימערינג האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער לאמיר גיין א טריט צוריק למען שלימת האשכול
ווער איז דער ראש ישיבה (איך זעה טענענבוים)
מי זה ואיזהו? וואו לעבט ער?
וואו איז ער היינט?
וואו באלאנגט ער?
א בילד אויב שייך?
....?
........?
ועוד?

הרה"ג ר' מאיר יודא טענענבוים שליט"א
ער וואוינט היינט און שוין די לעצטע 30-40 יאר אין קרית יואל אויף סאטמאר דרייוו ווי ער פירט אן מיט זיין ביהמ"ד
ער באלאנגט צו קהלת טשאטה (אפילירט מיט קהלת חרדים/בני יואל)

וואו האט ער געוואוינט פארדעם?
פון וואו שטאמט ער?
זעט אויס צו האבן א אינטערעסאנטע בעקגראונד
ווארט מיר אז רבניש זאל אריין קומען זאפטיג

פאר קרית יואל איז געווענליך וויליאמסבורג, ווארשיינליך א תלמיד פון סענדז סט.
א זון פון מילדויער רב, דא האסטו די גאנצע בעקראונד

viewtopic.php?f=31&t=38915&hilit=%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%93%D7%95%D7%99+%D7%A8%D7%91

רבניש האקט!
דעם שם הוי"ה זיי מסדר דארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער טשאטער רב זז״ג איז פון די ערשטע תלמידים פון די טאהש׳ער ישיבה, וואוינענדיג אין מאנטריאל קאנאדע.

דער טאהשער רבי זי״ע האט געהאט א אויסטערלישע שעצונג צום ראש ישיבה, ער פלעגט אים מקרב זיין און מחבב זיין מער ווי אנדערע.

פון ווי דער ראש ישיבה האט קונה געווען א גרויס חלק פון זיין ברייטקייט פזרנות און צדקה וחסד. ער שלעפט זיך ארום אין די שולן, און שטעלט צאם ריזן סכומים א יאר פאר צדקה.

דאס אהבה און קירבות האט אנגעהאלטן אלע יארן, די ישיבה בראש מיטן ראש ישיבה פלעגן צו פארן יאר יערליך, איינמאל צו צוויי מאל א יאר פאר א שבת, צו וויילן במחיצות הרה״ק מטאהש זצ״ל.

אנהייב זומער שנת תשנ״א. איז פארגעקומען א גרויסע חתונה בבית טאהש - טשאטה.
ווען דער טשאטער רב וראש ישיבה, האט זיך משדך געווען מיט הגה״צ רבי אברהם הכהן כ״ץ שליט״א - אבדק״ק משכנות לאביר יעקב - טאהש מאנסי.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געטראפן דעם בילד אין אן אנדער אשכול
אטעטשמענטס
DSCN0745 - פסח שני.JPG
DSCN0745 - פסח שני.JPG (63.82 KiB) געזען 1524 מאל
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: געטראפן דעם בילד אין אן אנדער אשכול

אזא בילד ציפט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: געטראפן דעם בילד אין אן אנדער אשכול

דער בילד האט גארנישט מיט דעם אשכול עכט
ברענג בילדער פון די ישיבה
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רבניש האט געשריבן: דער בילד האט גארנישט מיט דעם אשכול עכט

פארוואס זאגסטו אזוי, דאס איז א בילד פונעם ראש ישיבה, איינער האט דא געבעטן
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

א מצות באקן מיט די כתה פונעם ראש ישיבה פאר פסח תש״ס

אוי איז געווען א מצב של שמחה דעי מצות באקן. דער ראש ישיבה מיטן גרויסן האנט זייגער אויף זיינע עלענבויגן (חלילה נישט אנצוהאבן דעם נארמאלן וועג. א האנט זייגער..)

געקוקט אויפן זייגער, און געטריבן צו א זריזות...

דעי צאמקלאפן מיט די הענט מיט א פרייד. נאך יעדן מיירע וואס איז געלונגען.
אההה... ברוך השם... ברוך השם... הערליכע מצות.. אההה... אההה. לשם מצות מצוה...

(בילד געכאפט אין אנדערע אומשטענדן פון וועלטליכע פראספעקטיון.!ווען בילדער איז נאך געווען חזיר טרייף... געקענט נאר עפארדן א דיספאוזבל קאמארע... מעהאבמיר נישט געוויסט צו דאס בילד איז געלונגן מסתם ביז ל״ג בעומר צייט...)
אטעטשמענטס
8893D1B8-373B-4409-BC96-7ACC0E64039A.jpeg
8893D1B8-373B-4409-BC96-7ACC0E64039A.jpeg (711.18 KiB) געזען 1483 מאל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

וואו איז די זייגער?
פוצה פה ומצפצף
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

רבניש האט געשריבן:
דאס אהבה און קירבות האט אנגעהאלטן אלע יארן, די ישיבה בראש מיטן ראש ישיבה פלעגן צו פארן יאר יערליך, איינמאל צו צוויי מאל א יאר פאר א שבת, צו וויילן במחיצות הרה״ק מטאהש זצ״ל.

געדענק מיר ווען די טשאטה ישיבה איז געפארן קיין טאהש, ס'איז געווען סוף זומער זמן (כ'געדענק נישט וועלכע יאר). פארן פארן האט דער ראש ישיבה זז"ג געהאלטן א דרשה איבער א באזוך צו א צדיק און וואס מען קען זיך אפלערנען, נאך שבת איז די גאנצע ישיבה אין א רייע דורך געגאנגען דעם טאהש'ער רבי זצ"ל און ער האט יעדן בחור געזאגט עפעס, די בחורים האבן דעמאלט געשמועסט א פלא ווי ער האט פאר יעדן בחור געזאגט עפעס וואס פאסט זיך פאר דעם בחור. אסאך בחורים זענען דעמאלט צוגעצויגן געווארן צום טאהש'ער רבין זצ"ל, מען איז פארבליבן אויף די ימים נוראים. דאכטציך מיר אז ר' פייוול קליין מיט נאך א פאר זענען דעמאלט פארבליבן אין טאהש ישיבה (אדער מיש איך צוזאמען די יארן, קען מען מיר פארריכטן)
לעצט פארראכטן דורך נארפאקטן אום מיטוואך יולי 14, 2021 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע:אין א וועלט פון שקר

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

סאיז געווען עטליכע יאר ווען די ישיבה איז געפארן אויף טאהש
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

נארפאקטן האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
דאס אהבה און קירבות האט אנגעהאלטן אלע יארן, די ישיבה בראש מיטן ראש ישיבה פלעגן צו פארן יאר יערליך, איינמאל צו צוויי מאל א יאר פאר א שבת, צו וויילן במחיצות הרה״ק מטאהש זצ״ל.

געדענק מיר ווען די טשאטה ישיבה איז געפארן קיין טאהש, ס'איז געווען סוף זומער זמן (כ'געדענק נישט וועלכע יאר). פארן פארן האט דער ראש ישיבה זז"ג געהאלטן א דרשה איבער א באזוך צו א צדיק און וואס מען קען זיך אפלערנען, נאך שבת איז די גאנצע ישיבה אין א רייע דורך געגאנגען דעם טאהש'ער רבי זצ"ל און ער האט יעדן בחור געזאגט עפעס, די בחורים האבן דעמאלט געשמועסט א פלא ווי ער האט פאר יעדן בחור געזאגט עפעס וואס פאסט זיך פאר דעם בחור. אסאך בחורים זענען דעמאלט צוגעצויגן געווארן צום טאהש'ער רבין זצ"ל, מען איז פארבליבן אויף די ימים נוראים. דאכטציך מיר אז ר' פייוול קליין מיט נאך א פאר זענען דעמאלט פארבליבן אין טאהש ישיבה (אדער מיש איך צוזאמען די יארן, קען מען מיר פארריכטן)

יא, זעמער געווען דארט מיט די גאנצע ישיבה שבת פאר סליחות. א' סליחות.

ר' אברהם יושע קליין פון וואשינגטאנוויל זז"ג האט געדרייווט די באס. מען האט אויפגעהאלטען ביים גרעניץ ביז מען האט ארויס געגעבן די ב......... און באצאלט די שטראפע.
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

blue moon האט געשריבן:

יא יא געדענק מיר
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע:אין א וועלט פון שקר

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

נארפאקטן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
נארפאקטן האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
דאס אהבה און קירבות האט אנגעהאלטן אלע יארן, די ישיבה בראש מיטן ראש ישיבה פלעגן צו פארן יאר יערליך, איינמאל צו צוויי מאל א יאר פאר א שבת, צו וויילן במחיצות הרה״ק מטאהש זצ״ל.

געדענק מיר ווען די טשאטה ישיבה איז געפארן קיין טאהש, ס'איז געווען סוף זומער זמן (כ'געדענק נישט וועלכע יאר). פארן פארן האט דער ראש ישיבה זז"ג געהאלטן א דרשה איבער א באזוך צו א צדיק און וואס מען קען זיך אפלערנען, נאך שבת איז די גאנצע ישיבה אין א רייע דורך געגאנגען דעם טאהש'ער רבי זצ"ל און ער האט יעדן בחור געזאגט עפעס, די בחורים האבן דעמאלט געשמועסט א פלא ווי ער האט פאר יעדן בחור געזאגט עפעס וואס פאסט זיך פאר דעם בחור. אסאך בחורים זענען דעמאלט צוגעצויגן געווארן צום טאהש'ער רבין זצ"ל, מען איז פארבליבן אויף די ימים נוראים. דאכטציך מיר אז ר' פייוול קליין מיט נאך א פאר זענען דעמאלט פארבליבן אין טאהש ישיבה (אדער מיש איך צוזאמען די יארן, קען מען מיר פארריכטן)

יא, זעמער געווען דארט מיט די גאנצע ישיבה שבת פאר סליחות. א' סליחות.

ר' אברהם יושע קליין פון וואשינגטאנוויל זז"ג האט געדרייווט די באס. מען האט אויפגעהאלטען ביים גרעניץ ביז מען האט ארויס געגעבן די ב......... און באצאלט די שטראפע.

יא יא געדענק מיר

וועלעכע יאר ?
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

אלול תשנ"ד
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

רבניש האט געשריבן: א מצות באקן מיט די כתה פונעם ראש ישיבה פאר פסח תש״ס

אוי איז געווען א מצב של שמחה דעי מצות באקן. דער ראש ישיבה מיטן גרויסן האנט זייגער אויף זיינע עלענבויגן (חלילה נישט אנצוהאבן דעם נארמאלן וועג. א האנט זייגער..)

געקוקט אויפן זייגער, און געטריבן צו א זריזות...

דעי צאמקלאפן מיט די הענט מיט א פרייד. נאך יעדן מיירע וואס איז געלונגען.
אההה... ברוך השם... ברוך השם... הערליכע מצות.. אההה... אההה. לשם מצות מצוה...

(בילד געכאפט אין אנדערע אומשטענדן פון וועלטליכע פראספעקטיון.!ווען בילדער איז נאך געווען חזיר טרייף... געקענט נאר עפארדן א דיספאוזבל קאמארע... מעהאבמיר נישט געוויסט צו דאס בילד איז געלונגן מסתם ביז ל״ג בעומר צייט...)

דער בחור אויפן בילד איז א רבניש קינד א נעפיו פונעם רב זז"ג, ה"ה הר"ר משה נח טעננענבוים שליט"א בן אבדק"ק טארנא שליט"א.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יציב פתגם האט געשריבן: איז דאס די איבערבלייבעניש פון די ישיבה בנין?
https://www.zillow.com/homedetails/172- ... 8712_zpid/

1e070700198e0362601f95cd221c16c5-cc_ft_768.jpg

די טרעפ איז נישט געווען דירעקט צום בנין, דער בנין הישיבה איז געווען אביסל אריינציר, בעסער געזאגט, ארויפציר, א שטיקל בערגעל, אזא שטאק העכער פונעם ראוד, די מיטעלסטע טרעפ האט ארויפגעטראגן פונעם שטח נעבן די ראוד צום אויבערשטן חלק שטח, וואס פון דארט האט דער באזוכער געהאט איינע פון די אריינגענג צום בנין, נעבן היכל קאלער.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

די הויפט אריינגאנג האט מען למעשה גענוצט ביים גרינעם דעכל פון די דרייווועי, ווי מ׳זעט אינעם בילד, לינקס איז געווען די ספרים צימער פונעם ראש ישיבה, און העכער דעם זיין שבת דירה, ווי די רביצין מיט די קינדער זענען ארויסגעקומען יעדן איינציגסטע שבת, זיין שווער איר פאטער הגה״צ ר׳ נתן יוסף מייזלס פלעגט וויילן דארטן אין די זומער חדשים א וואך צוויי, די בחורים האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אריינצוכאפן פארשידענע אינטרעסאנטע שמועסן מיט אים.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

פונעם ספרים שטוב איז אויך געווען א טיר ארויסצוגיין צום היכל קאלער, וואס מ׳האט דעמאלט אויך גענוצט פארן פארלערנען צימער, און בעיקר די שבת׳דיגע סעודות איז דא געפראוועט געווארן מיט גרויס ווארעמקייט, ווואס האט נאכגעפאלגט מיט פילע שיעורי תורה אין גרויסן היכל ביהמ״ד סיי פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה, סיי שבת אינדערפרי, און אין די זומער׳דיגע שבת נאכמיטאג׳ס, און ווינטער אום מוצש״ק, מ׳האט באמת געהאט א תענוג שבת, ס׳איז געווען אנגעפילט מיט רוחניות, דער ראש ישיבה האט שטענדיג געשפרודלט באומר הבא מן החדש, ס׳האט זיך געגאסן פון אים כסדר הערליכע געדאנקען און רעיונות אויף די סדרה, חידות און שמעתות, באגדה והלכה.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אינעם האלל איז געווען די פובליק טעלעפאנען, דערנעבן איז געווען די טרעפ ארויף צום דארמאטארי, ווי ס׳זענען געשלאפן 4 בחורים אין א צימער, ס׳איז געווען אסאך צימערן, אונטן איז געווען די וואש מאשינען, אה שיעור נישט פארגעסן די טרעפ אראפ צו די מקוה, דאכט זיך מיט א סיין פון א נדבן יצחק פריעד אפשר, שאוערס האט נישט געארבייט נאר דינסטאג און פרייטאג… מ׳האט פשוט נישט געטארט גיין אין שאוער אנדערע טעג, דאן אויך נאר מיט כשר זייף בלויז, די איבריג ליידיגע בעיסמענט שטאק האט געדינט די מערכה צו מאכן סיינס וכו׳ בעידן חדוותא.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אנטקעגן איבער דעם צימער פונעם ראש ישיבה נעבן די הויפט אריינגאנג, מ׳זעט עס אינעם בילד אויף די רעכטע זייט די גרויסע ווינדאויס באדעקט מיט פלעסטיק, דארט איז געווען די ישיבה קטנה ביהמ״ד, שפעטער איז דאס געווען די לאנטש רום, מיט אזא ספעציעלע פענסטער צום ריזיגער קאך צו טיילן דאס עסן, דער קאך איז א פרשה פאר זיך, די בחורים זענען געווען ממונים ארויסצוהעלפן פארן קעכער, די קאך איז געווען עכט גרויס, ס׳האט געקענט זיין גוט אפגעטיילט עקסטער מילכיג און פליישיג, ס׳האט פארמאגט ריזיגע פרידזשידער׳ס, מ׳האט געדארפט סטארעדזשן דארט אסאך עסן צוליב וואס עס געפינט זיך אזוי ווייט, די ישיבה גדולה האט געהאט זייער לאנטש רום ביים אנדערן זייט בנין, נעבן דעם גרויסן היכל ביהמ״ד, מיט נאך אזא ספעציעלע פענסטער צום קאך צו טיילן דאס עסן.
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום מיטוואך יולי 14, 2021 11:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

רעכטס פונעם בנין איז געווען סטאנציאנירט נאך אזא קלענערע בנין, ס׳איז געווען מחובר, דארט איז געווען די דארמאטארי פון די ישיבה קטנה בשנת תשנ״ב-תשנ״ג, ווען הר״ר ישעי׳ יעקב שטויבער איז געווען מנהל, יענע יאר איז געווען 120 בחורים אין טשאטה בס״ה, בערך 70-80 אין ישיבה גדולה 2-3 כיתות, און 50-40 אין ישיבה קטנה 2 כיתות, ס׳איז געווען א ערנסטע ישיבה בימים ההם.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אגב, מ׳האט זיך שרעקליך געפלאגט מיט געלט, בחורים זענען געגאנגען אין דע ווינטער אין קאלטע מקואות גאנץ אפט, יעדעס מאל ווען די אויל איז אויסגעגאנגען האט גענומען לכה״פ א וואך ביז מ׳האט עס צוריק אנגעפילט, מסתם האט מען געדארפט באצאלן די פאריגע ביל קודם… מ׳איז ארום געגאנגען מיט סוועטערס, מ׳האט אנגעצינדן היטערס.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”