זכרונות - נאָסטאַלגיע: ישיבה ומתיבתא ״נטע שורק״ ד׳טשאטה

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שיר דברי האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן: פון וועליכע ביז וועליכע יאר איז די ישיבה געשטאנען?

נתייסד בשנת תשמ״ח בוויליאמסבורג

עד?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

איש חמודות האט געשריבן: אינעם סוירקל קוקט אויס ווי יצחק וויינשטאק

tshath03.jpg



נארפאקטן האט געשריבן: אויף די אויבערשטע בילד, גאנץ אינטער די צובראכענע גלאץ קוקט אויס ווי ישראל גליק?

וואו זעהסטו דא ישראל גליק?

גערעכט:smile:
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

ווער געדענקט די שאלות וואס מען הענגן אויפן וואנט און די בחורים האבן אריינגעשיקט תשובות וואס מען האט אויך געהאנגן אויפן וואנט, און אזוי איז אנגעגאנען גאנצעטע קאנטריווערסיעס איבער פארשידענע נושאים בהלכה, איך געדענקט למשל א גאנצע געטואכץ איבער די נושא אויב א באלב אין א לעדל שבת איז אסור משום מוקצה מחמת חסרון כיס אדער מוקצה מחמת איסור.

ווי אזוי האט געהייסן די גאנצע מערכה (נישט שאלות ותשובות)
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

sheetrock האט געשריבן:
שיר דברי האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן: פון וועליכע ביז וועליכע יאר איז די ישיבה געשטאנען?

נתייסד בשנת תשמ״ח בוויליאמסבורג

עד?

איני יודע איזה שנה נסגר, ההתייסדות אני זוכר.
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

תשנ"ד איז עס לכאורה נאך געשטאנען
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

די ישיבה איז געגרינדעט געווארן שנת תשמ״ח (ווען דער ראש ישיבה האט איבערגעלאזט זיין פאזיציע פון די מתיבתא אין קרית יואל, ווי ער האט געדינט אלס ר״מ פון גלייך נאך זיין חתונה אין די אנהייב ל׳ יארן נאך אין סענדז סטריט.) די ערשטע סטאנציע איז געווען אין פשעווארסקער ביהמ״ד, וואס איז געשטאנען אויף דעווישזאן עוועניא.

פון דארט איז עס אריבער בערך א יאר שפעטער, קיין פּאַמאָנע גלילות מאנסי. אינעם שטח וואס האט באלאנגט פאר רבי בעריש ספינקער ז״ל.

דערנאך לקראת זמן החורף שנת תשנ״א (כמדומה) איז אפגעקויפט געווארן דער בנין הישיבה והשטח אין פארקסוויל נ.י. דאן איז די ישיבה געשטאנען בשיא תקופתו מיט אן ערך פון 120 בחורים. פאר אפאר יאר.

בערך שנת תשנ״ז ווען די ישיבה איז עפעס איינגעשרינקן, איז עס אריבער קיין גלילות קרית יואל. דאן האט דער געגענט געהייסן ״שכונת ראפשיץ״ ע״ש רבי חיים רובין שליט״א - ראפשיצער רבי. וואס פלעגט דארט וואוינען, און געהאט זיין שיינעם ביהמ״ד, און די ראפשיצער שמחה זאל.

די ישיבה האט זיך באזעצט אינעם ראפשיצער בנין וואס איז געשטאנען ליידיג, נאכדעם וואס רבי חיים רובין האט זיך געצויגן קיין בארא פארק.

די ישיבה איז דארט אנגעגאנגען שוין מער בזעיר אנפין, געמישט מיט א כולל אברכים, דער זמן הקיץ פון תש״ס איז געווען דער לעצטער זמן פון די ישיבה.
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

סיון תשנ״א, איז פארגעקומען א גרויסע ״חנוכת הבית״ פארן בנין אין פארקסוויל נ.י. מיט א ״הכנסת ספר תורה״ געשריבן דורך הרבני ר׳ יעקב יואל באנדא ז״ל - פון די גרויסע טשאטער חסידים.

עס איז פארגעקומען מיט גרויס פּאראדע אנגעהויבן מיטן הכנס״ת אין קרית יואל ארויס פון שטוב פון ר׳ יעקב יואל ע״ה.

דערנאך איז דער עולם געפארן מיט קארס / באסעס קיין פארקסוויל. דארט איז פארגעקומען די ריקודים אינעם היכל הישיבה. דערנאך די סעודה לגמרה של תורה אינאיינעם מיטן ״חנוכת הבית״

עס איז אויך פארגעקומען במשך השנים פון תשנ״ג - תשנ״ד - נ״ה אפאר שיינע שמחות בבית הראש ישיבה, רב ור״מ טשאטה שליט״א. מיט גרויס פּאראדע. צוגעשטעלט מיט אלע קליפערלעך פון א גרויסע רעבישע הויף, שיינע לעקטראנישע שמחה טאוועלן, קרוינען, פידלעך, און אויך ספעציעלע נייע קאמפאזירטע ניגונים. ווי הונדערטער געסט זענען געקומען צופארן לעשות את השבת מיטן ר״י.

אויך פלעגן דארט פארקומען גרויסע כ״א כסליו - כ״ו אב מסיבות. מיט הונדערטער באטייליגטע. ובראשם רבנים.
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע:אין א וועלט פון שקר

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

פארקסוויל האט מען פארשפארט ווינטער תשנ"ח לפ"ק צוליב די בנין פראבלעמען
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אפשר קאן עס איינער ביטע איבערלייגן אין א נארמאלן פארמאט?
אטעטשמענטס
tshath part 3.zip
(96.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 134 מאל
tshath part 4.zip
(138.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 91 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

Kollel האט געשריבן: אפשר קאן עס איינער ביטע איבערלייגן אין א נארמאלן פארמאט?

קוקט אויס ווי זושא פעדער
אטעטשמענטס
8ED855DA-788C-4926-B625-FE269D8CDAB1.jpeg
8ED855DA-788C-4926-B625-FE269D8CDAB1.jpeg (271.61 KiB) געזען 1627 מאל
814F6485-E98B-455A-B33F-23EFA41204D2.jpeg
814F6485-E98B-455A-B33F-23EFA41204D2.jpeg (359.6 KiB) געזען 1627 מאל
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

דעי בילדער זענען געליגן אין סורפסייד פלארידא?
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

בן מנחם האט געשריבן: דעי בילדער זענען געליגן אין סורפסייד פלארידא?

ווער ווייסט?
אפשר די בחורים וואס זענען געפארן קיין פלארידא אויף שבת להסתופף בצלא קדישא פון כ"ק הגה"צ הרמ"א פריינד זצ"ל בשנת תשנ"ו האבן עס מיטגעטראגן מיט זיך, און יעצט האט מען עס געטראפן צווישן די ברוכווארג.
אדער גאר איז געווען א חלום ווי די בילדער ליגן און מ'האט געוויסט ווי אויפצוגראבן.
און די היינטיגע טעג וואס מ'זעהט אזא מין התגלות השכינה און השגחה פרטית אין יעדע ריר קען מען גארנישט וויסן
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

נארפאקטן האט געשריבן: ווער געדענקט די שאלות וואס מען הענגן אויפן וואנט און די בחורים האבן אריינגעשיקט תשובות וואס מען האט אויך געהאנגן אויפן וואנט, און אזוי איז אנגעגאנען גאנצעטע קאנטריווערסיעס איבער פארשידענע נושאים בהלכה, איך געדענקט למשל א גאנצע געטואכץ איבער די נושא אויב א באלב אין א לעדל שבת איז אסור משום מוקצה מחמת חסרון כיס אדער מוקצה מחמת איסור.
ווי אזוי האט געהייסן די גאנצע מערכה (נישט שאלות ותשובות)

שאילתות דבי מדרשא
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

זושא פעדער

(דער ראש ישיבה זאל נאר נישט געוואר ווערן אז עס איז דא א קאמערא אין ישיבה, מען וועט דארפן אריינשיקן די געווענליכע בחורים דעלעגאציע)
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

געדענק מיר די הכנסת ספר תורה, אוי איז דאס געווען א מעמד
די גאנצע טאנזמאן ראוד ביז די ליובאוויטשער קאנטרי איז געווען באהאנגען מיט סיינס, די באסעס האבן אראפגעלייגט די מענטשן אינטן ביי די קאנטרי און די באגלייטן איז געווען ביז ארויף
כדענק עס איז געווען א בהלה אינמיטן אז מען זאל אויפהערן די מוזיק אין בית המדרש ווייל פון אינטן (ביי די אינדאר פול) האט אויסגעזען ווי די פלאר האלט ביים איינברעכן.
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

די אייגנארטיגקייט פון די ישיבה איז געווען אז סאיז געווען געפירט דורך דער ראש הישיבה, די הנהלה און צוזאמענהאנג מיט די בחורים, די בחורים האבן נושא בעול געווען אין יעדן פרט אין די ישיבה. בגשמיות ווי אויך ברוחניות, אלעס אין די ישיבה איז געווען צוגעשטעלט דורך די בחורים און ווען מען האט געדארפט האט די הנהלה גשמיות צוגעלייגט א האנט.

די פארקסוויל עסטעיט האט געדארפט אסאך בוי ארבייט און מעינטענעניס, אלעס איז געווען א בחורים אינטערנעמונג.

די מקווה (זעכציג אלפים) האט א בחור צוזאמענגשטעלט, די מקווה פלאמבינג איז מעינטעינג געווארן דורך א בחור, די עס זאל און פארלערנען שטובער פאר די ישיבה קטנה איז בכלל נישט געווען גרייט פאר א ישיבה, עס האט געהאט רויטער ווענט, און אלטע צופאלענע דראפ סילינג מיט טינקעלע לעקטער. איין וואך איז די ישיבה אהיים געפארן און א פאר בחורים זענען געבליבן דארט, מען האט אראפגעריסן די אלטע דאך, געצויגן פרישע לעקטער, געפעינט (א גאנץ שבת און זונטאג האט די פנים און הענט גקראצט פון די דראפסילינג פייבער איבערבלייבעניש)

די קאווע שטיבל, די גראסערי, די לאנדרי ראום איז געווען געפירט ביי די בחורים

די קאך איז געווען א שותפות מיטן קעכער און בחורים

שפעטער האט מען דארפט לייגן פארקעי און סקרעיפן ביי די שבת עס זאל און די נייע פארלערנען צימער נעבן די קאווע שטיבל, די בחורים

די רמב"ם עירוב געבויט ביי די בחורים

די נייע ארון קודש, די שענדעליער די נייע באלעמער

און נאך און נאך

איך האלט אז דאס איז געווען די שליסל ווי אזוי א ישיבה מיט אזויפיל פארשידענארטיגע בחורים האט זיך אזוי געהאלטן צוזאמען געשמאלצן און יעדער האט זיך געפונען דאס פלאץ.

די בחורים זענען געווען Emotionally Invested אין די ישיבה, עס איז געווען זייערס.

כבין נייגעריג אויב היינט וואלט געקענט זיין אזא מין מיקסטשער ישיבה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

פּשׁי... זכרונות פרישן זיך מיר אויף...

איך, אלס איינער וואס האט אריינגעוואנדערט אין איינע מיינע ישיבה סטאנציעס אויך אין די ישיבה ״נטע שורק״ פאר א קורץ שטיקל צייט, שוין ממש ביים לעצטן יאר ווען עס האבן זיך שוין פארמאכט אירע טויערן.

שפיר איך אז רעדענדיג פון די טעכנישע אספעקטן פונעם טשאטער ישיבה.

קען מען נישט ארויסלאזן צו רעדן איבער דעם ראש ישיבה שליט״א זעלבסט...
וואס איז א אויסנאם מהות!

א מהות פון משונה׳דיגע שעפּערישע כוחות, מיט א אייזערנעם גייסט!
א מהות וואס באזיצט אין זיך א אומאפּשטעלבּארע (איבּער)פלוס פון גוטע ענערגיע... עס קען שלעפן גאר שווערע לאַסטן.

אלעס און צוגאב צו זיין גאר זעלטענעם טיפן מח וואס איז ממש נישטא קיין סך בדורינו (גלייבט מיר - איך האב מיר געדרייט ביי אסאך אסאך סארטן איבער מיינע בחורישע יארן, חסידיש - ליטוויש צוגלייך) אלס א מהות וואס באזיצט ממש אלע כשרונות. פון חריפות, בקיאות, עמקות. א סיני, און א עוקר הרים.

א מהות מיט א אויסנאם כח אין השפעה - משפיע צו זיין זיינע שאיפות און רצוניות אויף זיין סביבה וואס פאסירט אטאמאטיק אן קיין באזונדערע שווערע ארבייט. זיין כח פון אריינברענגן א קנאת סופרים א ווילן צו זיין א יודע ספר.

דא וועל איך וועל מיך אבער באציען צום ראש ישיבה׳ס טיפּ, כדרכי, צו א זייטיגע שביל.

וואס פאר מיר פערזענדליך איז דאס געווען א שטארקע אבּזערוואציע.
דהיינו דעם ראש ישיבה׳ס כח השמחה - זיין פרייליכקייט, זיין גוטמוּטיגקייט סיי ווען, צו סתם ביים באגעגנען א מענטש. צו זיצענדיג ביי א שמחה, צו ווען מעטרעפט אים ביי זיינע טעגליכע געלט גיין׳ס אין ביהמ״ד. ווער רעד נאך בשעתן טון א מצוה, דער מצב וואס פארמירט זיך ארום אים בשעת מעשה איז אלע געלטער.

זיין פּאזעטיווען מהלך המחשבה וואס שיקט ארום גוטע סיגנאלן פארן גאנצן ארום. (עס קען זיין אז די וואס קענען דעם ראש ישיבה׳ס נאמען נאר פון געוויסע צייטן אין די גאס אדער פון זיין קנאות עלעמענט אין אים. קומט עס פאר זייער פליאה׳דיג. אבער לעולם יענע זייט איז ווייט נישט זיין מהות!)

עס קומט מיר דעם ראש ישיבה׳ס משונה׳דיגע כח פון גוטמוּטיגקייט און אסאך פארמען אין זכרון.

זיין לייכטן שמייכל און גוטן ספּיריט טוט זיך פון אים קיינמאל נישט אפּ - בכל מעמד ומצב ממש. טראץ וואס צרות און שוועריגקייטן איז נישט געווען א פרעמדער גאסט ביי אים אין שטוב...

איך וועל פראבירן אראפצומאלן דעם גוטן ענערגיע מיט איין סארט עקספערימענט וואס איך האב בייגעוואוינט, און עס איז מיר אריין אין די ביינער.

ווי דערמאנט אויבן, האב איך דארט געלערנט שוין ממש ביים אונטערגאנג פון די ישיבה, עס איז געווען א קנאפע צאל פון בחורים. פון די דרייצן ביז צו די צוואנציג. עפעס א שארית הפליטה מצב.. צומאל האט זיך געקענט מאכן אין א רעגענדיגע זונטאג האט מען געדארפט ווארטן אויף א צענטן צו שחרית ביז אזוי שפעיט ווי 11:30 ביז איינע פון די פארשלאפענע בחורים האבן זיך אנגעריקט...

א צווייטער ראש ישיבה זעהנדיג זיין האראוואניע אויף אזא מצב, וואלט געווען דערביטערט, דערשלאגן, כעס׳יג... אבער נישט דער טשאטער ראש ישיבה.!

ער איז געזיצן מיט די וועלטס רואיגקייט, אויף זיין פלאץ ביים שטענדער אויסגעדרייט צו מזרח פון 9:00 אזייגער (די זמן תפלה) איינגעהילט אין טלית ותפילין, און האט זיך געשאקלט ווי א יונג בחורל מיט א הילעכיגן קול מיט זיינע בטעמטע תניעות און געלערנט. א ריטב״א, א פני ישועה, א רמב״ן על התורה. און צומאל א שווערע פארפּלאנטערטע טיפע סוגיא אין חידושי סגיות ״נטע שורק״

יעדע שטיק צייט האט ער זיך געגעבן אזא כאפ אויף, זיך אויסגעדרייט מיט אזא סארט גוטמוּטיגע שמייכל. ממש איך האב עס דאן נישט געקענט פארשטיין. און מיט אזא תנועה של שאלה (נישט אויסגערעד מיט תפילין) געפרעגט מיט די פינגערס... אכט... ניין...?? ווי האלט מען.. שוין דא צעהן..??!

דער זייגער האט זיך געריקט.. ער האט געזען אז מנין איז נאכאלץ נישטא, איז ער צוריק אריינגעשווימען אינעם ים התורה והעבודה, מיט אזא נעימות׳דיגן קול, כווייס נישט עס פּאַסט צו זאגן... אבער. עס איז ממש געווען א פארגעניגן אז דער מנין שפעטיגט, פשוט צו קענען זיצן און הערן דעם קול מתוק וואס קומט ארויס פון א שלות הנפש, זיך צושפרייטן אינעם ליידיגן חלל...

ווען דער צענטער שלעפער איז ענדליך אנגעקומען האט זיך באוויזן אויפן ראש ישיבה אזא סארט שמייכל פון נצחון אויף זיין געזוכט... א צווייטער וואלט ווען זיכער געמאכט א טענטראם איבער דאס ערשיינונג 11:30 אבער נישט דער טשאטער ר״י..!

ער האט געגעבן אז לייכטן מאך מיט די הענט....
ווי איינער זאגט.... נו.. ני... שוין.!

גלייך איז ער אריין מיט אזא פרייליכע התלהבות אינעם ״ידיד נפש... אההה... אההה... אב הרחמן... ירוץ עבדיך כמו איל...״ הודו לה׳ כי טוב כי לעולם חסדו.

בכלל איז דאס דאווענען פונעם ראש ישיבה, מיט א זעלטענע ברען, מיט א קאכדיגן התלהבות מיט זיינע תניעות, ממש מתוק מדבש!

צומאל האט מען געוויסט פון זאכן וואס פּלאגט דעם ראש ישיבה די צו יענע צרה. מען האט געמיינט יעצט ברעכט ער איין... עריז פארשפארט...

ווע וואס... דער טיר פונעם חדר פרטי האט זיך מיטאמאל געגעבן א פּראַל אויף... מזעהט דעם ראש ישיבה מיטן גרויסן הוט אריינגעטינקן אינעם שטערן.. א שמייכל פון ימין ביז שמאל... ער גיט מיט די צוויי הענט א מאך ארויף די ארבעל פונעם בעקיטשע די ברייטע זוימען פונעם העמעד ווערן באוויזן.... און לויפנדיג צו זיין פלאץ אין ביהמ״ד זינגט ער שוין מיט הויעכע טענער דעם גמרא ניגון...

אההה... ייייאאא.... הוווווואאא.... ייייאאא אהההה...

זעצט זיך אוועק ווי א יונג בחורל ביי די גמרא. פאר פיר שעה רצופות..מיטן זעלבן פרישקייט ווי ביים אריינקומען... פאר א וויילע פלעגט פליצלונג ווערן שטיל... מעהאט געגעבן א קוק זעהט מען דעם ראש ישיבה שליט״א פארטיפט אין א מהרש״א אדער א רי״ף...

עס שווימט מיר אויף אין זכרון די שיעור כללי׳ס יעדע סוף וואך אויפן שיעור עיון, וואס פלעגט נעמען לאנגע שעות מיט א זעלטענע עמקות אוי געוואלדיגן חריפות. (ערגעץ ליגן זיי אפגעשריבן.. עס איז געווען צומאל וואס ער פלעגט אזוי אוועקפארן ווייט ווייט, אז איך האב פשוט אראפגעלייגט דעם פעדער, שוין נישט געקענט מיטהאלטן.) זיין כח הסברה איז אויך געווען (איז) עפעס אינדרויסן פון די וועלט. אין מיינע צייטן איז געווען דארט די כולל יונגעלייט צווישן זיי שטארקע חריפים ער פלעגט זיך מפלפל זיין מיט זיי אינמיטן שיעור מען האט געטאפט דעם רותחא דאורייתא אין די לופט.

עס ליגט מיר אין זכרון זיינע הערליכע ״ערב שבת שמוסן״ וואס ער פלעגט געבן פרייטאג פארן דאווענען, ווי ער האט מקיף געווען סיי ספרי ראשונים, ווי דער אלשיך הק׳, של״ה הק׳, רבינו בחיי, צאמגעפלאכטן מיט אלע ספרי חסידות ממש!!

ער פלעגט צאמגעווארפן אינעם שמועס שטיקלעך פון אלע סדרות נישט נאר שטיקלעך פון יענע וואך. מיט א גאונות ובקיאות עד להפליא.

עס האט זיך געגאסן ממש ווי פון א קוואל מים חיים הערליכע פערל רייד, חיזוק. אמונה. טייטשן. סיפורי צדיקים. און אלעס אלעס איז געווען אומפארגעקוקט!! ער האט געגעבן א ווינק מען זאל צאמרוקן א חי״ת ער האט זיך געגעבן א זעץ אוועק מיטן אפענעם קאפטן ווען דער גארטל שלעפט זיך אויף דער ערד.. אנידערגעשטעלט דעם טאשן זייגער׳ל אויפן טיש... געבעטן א חומש... און ויסעו... ארובות השמים נפתחו...!

אמאל אמאל. אינמיטן דעם שמועס פלעגט ער בעטן מזאל אים ברענגן דעם ספר נאכצוקוקן דעם לשון פון אינווייניג, ער פלעגט זיך געבן א ריק אראפ די ברילן אויפן שפיץ נאז (כדרכו) און איז אוועקגעפלויגן ערגעץ ווייט בים החסידות און געמישט בלעטל נאך בלעטל ביז ער האט זיך געכאפט אז ער האלט אינמיטן פארלערנען...

דער שמועס האט אזוי אנגעהאלטן אן דעם אז איינער זאל וועלן קוקן אויפן זייגער... פאר אן ערך פון צוויי שעה.. די בחורים פלעגן זיצן מיט אפענע מויל און אויערן און אויסהערן די דברי אלוקים חיים וואס האט גערינען..!

דעם ראש ישיבה׳ס געטריישאפט צו זיינע תלמידים זעהט זיך נאך אן עד היום, אזויפיל יארן שפעטער קען מען זעהן ווי די תלמידים וועלן גיין אין פייער פאר אים. די פלא איז, אז דווקא די וואס פלעגן כאפן צומאל (מאר ״אפט״ ווי ״צומאל״..) א גוטן פסק - אדער אפילו עפעס מער... זיי זענען די וואס וועלן טון אלעס אין די וועלט פאר אים!!

דעם ״הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות״
איז אויך א סדר היום ביים ראש ישיבה, זיין אויפנאמע פאר א תלמיד אדער סתם א מענטש איז מיט א אויסנאמליכע פנים יפות... ווען אימער איך טרעף אים נאר דעם ״אהההה... שלום עליכם.... פּשּׁי... געב א קוק ערעב... *** איז דא... וואס מאכסטו? אההה... וואס מאכן די קינדער? (ער דענקט די נעמען אויך). און עריז גרייט צו פארברענגן אפילו זיין צייט איז באמת טייער.

כאב נאר אנגערירט אפס קצהו, זעהנדיג דעם נייעם אשכול האבן זיך מיינע נאסטאלגישע זכרונות ארויסגעגליטשט...

אבל ועוד חזון בעז״ה
ווען די צייט וועט ערלויבן.


נ.ב.
מיינע זכרונות רירן בכלל נישט צו צו די גאללערייכע תקופה פון די עקזיסטענץ פון די ישיבה וואס איך האב מיטגעהאלטן נאר זייענדיג א קינד.
נאר זאגאר דעם מהות פונעם ראש ישיבה שליט״א ה׳ יארך ימיו ושנותיו בטוב, וויאזוי איך האב דאס מיטגעלעבט זייענדיג במחיצתו אין מיין קורצע תקופה.
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

רבניש, געוואלדיג! נאכאמזל איך האב מיך נישט אינטערגענומען צו באשרייבן די ראש ישיבה, איך וואלט נישט געקענט מאכן אזא גוטן ארבייט.

איך אויך האב מיך געדרייט אין פארשידענע חסידישע און ליטווישע ישיבות, איך האב אזא מין טיפ ראש הישיבה ווי דער טשאטה ראש ישיבה זז"ג נישט געזען. די כוחות הנפש, די התלהבות דקדושה, די ברען, די שמחת התורה זיינע איז געווען קאנטעידזשעס, די געוואלדיגע נאנטקייט צו בחורים פון אלע מדריגות, און ווי די זאגסט, ווי מער די האסט געכאפט פון אים אין ישיבה אלס נענטער ביזטו געבליבן מיט אים ווען די ביסט ארויס.

אויב די ביזט געווען הערשט אין די שפעטערע יארן האסטו זיכער פארפאסט די הייסע "סוגיא" סעזאן אין ישיבה, ווען די ישיבה איז געפארן אויף רעדער, וואלסט געהאט א שווערע ארבייט דאס אראפצולייגן אין ווערטער דא.
לעצט פארראכטן דורך נארפאקטן אום מיטוואך יולי 14, 2021 3:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פארוואס האט א זעלטן רייכע ישיבה געמוזט פארשלאסן ווערן?
על "טעם וריח" אין להתווכח
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

תשס האט זיך קווינס געעפענט...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

רבני'ש דיין פעדער רינט שמאלץ. ס'איז געוואלדיג.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

טעם וריח האט געשריבן: פארוואס האט א זעלטן רייכע ישיבה געמוזט פארשלאסן ווערן?


פאר-א-יאר ערגעץ סוף זוממער איז פאר געקומען א כינוס כללי. די איטליכע הונדערט באטייליגטע האבן אלע געפרעגט די זעלבע קשיא.
מעשה שטן............
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...

נעע עס האט גארנישט געהאט מיט דעם, תש״ס איז שוין דע ישיבה לאנג נישט געווען א ישיבה צום טיש.

דער ענטפער בדרך הטבע איז ווי יעדע זאך אין אונזער יוניווערס

עס הייסט ״מזל!״

אזא תופס ישיבה איז כמעט נישט בנמצא

און אין דער אלטער היים אין אונגארן זענען געווען אזאנע תופסי ישיבה אין די מאסן און זייער ישיבה האט פארמאגט קנאפע 40 בחורים
אויב איז געווען 60 פאר אפאר זמנים איז עס שוין געווען א אויסטערלישע גרויסע מספר

אין די היינטיגע וועלט פון ״סיסטעמאטישקייט״ איז עס זייער א שווערע זאך צו קענען אנגיין.

גענוג ישיבות וואס זענען געווען גוטע ישיבות זענען היינט צוטאג פארשלאסן.

בורשטין
גאלאנטע
יאוואזשנא, פראבירט יעצט א קאמבעק צום וויפילטן מאל...
מאנטעווידעא
נייטרא מאונט קיסקא אמאל געווען פון דע שטערקסטע ישיבות...
אפילו די גרויסע צעהלים האלט ביים דריטן רונדע...

עס איז נישט קיין גרינגע פעלד ווען רוב עלטערן זוכן צו שיקן צום ״סיסטעם״ דער בחור זאל אריינגיין אין א ראבאטישן מעכאניקעריי מבואו ועד צאתו...

זיי ווילן נישט אז זייער קינד זאל מיטמאכן א צובראכענעם סינק פאר נטילת ידים... איז עס גוט פאר א מענטש צום וואקסן? אבסעלוטלי נישט! מווערט אויפגעברענגט אז אלעס מוז גיין דיין וועג אבער אן א קריץ... איז דאס א אנגרייטונג צום לאנג לעבן אין וואס א מענטש דארף אריינגיין גלייך נאך די ישיבה יארן? זיכער אז נישט!

אבער ווער קען טוישן א וועלט...
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

רבניש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן: תשס האט זיך קווינס געעפענט...


איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער לאמיר גיין א טריט צוריק למען שלימת האשכול
ווער איז דער ראש ישיבה (איך זעה טענענבוים)
מי זה ואיזהו? וואו לעבט ער?
וואו איז ער היינט?
וואו באלאנגט ער?
א בילד אויב שייך?
....?
........?
ועוד?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
מצה מעהל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: ישיבה נטע שורק ד'טשאטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה מעהל »

ביטע נישט פארפירן די אשכול פונעם קעפל . דאָס איז אן א אריכות פון א שמועס ביטע לאזן אין די אשכולות געאייגענט פאר די שמועס
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”