אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מיט א קנאפע קארגע פאר יאר איז פארגעקומען די אומגלויבליכע געשיכטע'לע...

א שטורעם ווינט'ל האט געבודזשעוועט העכערן חסידישע וועלטל, און אריינגעשטורעמט א געוויסע שטערן פון עפעס א עולם הדמיון... די שטערן איז צושפרייט געווארן אין די חסידישע וועלט ווי א שטורעם ווינט, און פארפלייצט די עולם הנגינה מיט א רוח שאינה מצויה...

הערשי וויינבערגער.

מאנכע טענה'ן אז לכבוד זיין אייגענע ברית האט ער שוין קאמפאוזט א ניגון... אבער דאס איז זיכער אז גאר יונג האט ער אנגעהויבן מיט מלאכת הקאמפעזיציע, און אפי' א ניין יעריגע ניגון זאנס איז ארויף על שולחן מלכים.

ער איז טאקע א יונגערמאנטשיקל, אדער ווי יענער האט איהם אנגערופן "א קליין טושטשיק"... ער איז טאקע א רך בשנים, אבער אב בחכמת הנגינה, מיט א ערוואקסענע בליק און טאלאנט אין אהערשטעלן העליכע ניגונים איינס ביי צענדליגע...

ער האט אנגעהויבן אויפן זעלבן פלאץ ווי יעדער גרינער טרייעט אנצופאנגען... אן קיין פראטעקציע וכדו'.. מ'לויפט נאך א זינגער און נאך איינס, מ'קויפט זיך אפ בושות...
ביז ווען ס'געשעהן וזרח הנמ"ש.. נפתלי משה שניטצלער, דער וועלטס גוטע שמעקער אין נגינה, האט איינגעזעהן אז דא ליגט א בריליאנט וואס מ'דארף עס נישט צופיל אויספיצן און ס'וועט זיך נעמען שיינען און לייכטן... און דא רעדט מען פון א באמבע וואס האלט אט אט ביים פלאצן.

אנגעהויבן האט ער מיט א ניגון אונטער א ניק נאמען אויף די 'צדיקים' סידי פון פארקאש, און א לידעלע אויף 'שלום' לעמער'ס. נאכדעם האט לוי כהן גענומען פון איהם עטליכע אינטרעסאנטע שטיקלעך.
אבער די אויפרייס איז זיכער געשעהן ביי שמואלי אונגאר'ן, ווען יעדער האט אויפגעהויבן די ברעמען הערנדיג אז שמואלי נעמט פונעם פרישן יונגען אומבאקאנטן יונגערמאן '5' ניגונים...
און ווי זאגט נאך די וועלט: ווי זאגט נאך די וועלט די רעשט איז היסטאריע/היסטעריע.

הערשי איז היינט צוטאגס ארויפגעשפרינגען צו די העכסטע שטאפל און עולם ההלחנה, ער ווערט היינט אנגערופן פון די ערשטע שורה, און עטליכע וועלן זיך דערווייגן צו זאגן - ווען די ארומיגע באשטיינערן איהם פארן חוצפה - אז ער איז דער קאמפואזער נומ. 1...

פון זיין קל מסתתר, וועמען. דורכאויס זיין דאווענען, לעשות, און נאך צענדליגע. האט שוין זיין היטס-פאבריק ארויסגעגעבן אין זיינע קארגע פאר יאר אויפן פעלד, צענדליגע היט'ס. היינט צוטאגס זעהט מען נישט כמעט א סידי אן איינס צו עטליכע ניגונים פון איהמ'ן.

אלע זינגערס למיניהם, פון די גרעסטע, א שטייגער ווי מרדכי, אברהמ'ל, און שוועקי. ביז די קלענסטע, יעדער וויל קויפן ביי איהם סחורה, און ארויסגעבן נאך א הערשי יצירה.
ער האט שוין באוויזן אין זיין קאריער צו קאמפאוזן ניגונים פון אלע סארטן, פון די חסידישע פעלד, ווי יונגערליך, שבת'דיג און נאך. און אפי' ליטווישע און ספארדישע זינגערס קויפן ביי איהם ניגונים, אויף זייער סטייל.
און כאטש וואס מ'האט שוין אויפגעכאפט מער ווייניגער די גאנג און סטייל פון זיינע ניגונים, קומט ער אויף יעדע שטיק צייט מיט א פרישע מהלך אינגאנצן, וואס קיינער קען זיך נישט פארשטעלן אז דאס איז 'נאך א ניגון' פון הערשי'ן, א שטייגער ווי קדשנו פון צאן קדשים-יונגערליך, שאו שערים פון שמואלי'ן, ליכטיג און ווארעם פון בעני, מוציא אסורים פון מענדי ווייס, וכו' וכו'

הערשי האט א גוטע שמעק צו די היינטיגע יונגט, ער קומט'עך פון דארט... און שטעלט צו שטאף פאר די בחורים און יונגעלייט, הארציג צו לעבעדיג, צו אויפהייבן די געמיטער פון די יונגע עוילעם. אבער נישט נאר די יונגע...

הערשי איז היינט צוטאגס שוין מער ווי א קאמפאוזער. ער איז אויך א פראדוסער. יונגערליך, שבת'דיג, און נאך פון די שניטצלער פאבריק, גייען אריבער זיינע גאלדענע הענט, און אינאיינעם מיט נפתלי משה'ס טאלאנט, וואס כמעט און לא זז ידו מתחת מוחו, שפראצט ארויס פון 'יענע' סטודיו א קוואל פון ניגונים להנאת ההיימישע עוילעם.

הערשי האט א טעם זקנים אין נגינה, ער שפאצירט ארום אין דעם פעלד ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. או ביי די כשרונות פארמעסט אויף קול מבשר האט מען געקענט מיטהאלטן זיין כוח ההסברה, און זיין טיפע פארשטאנד און נגינה, ווי ער איז אייביג אריינגעקומען מיט א מורא'דיגע קלארקייט און צונומען יעדע ניגון מיט א טיפקייט בצריך עיון גדול..

א גימטריא'לע מוז מען דאך צולייגן... 'הערשי וויינבערגער' באטרעפט אקוראט און פונקט'ליך: יֹדֵעַ נַגֵּן וְגִבּוֹר חַיִל וְאִישׁ מִלְחָמָה וּנְבוֹן דָּבָר (שמואל א' ט"ז י"ח)

- - -

אצינד, ווי גרויס איז די שמחה, אז לכבוד שבת נחמו פרעזענטירט אייוועלט דעם נייעם הערליכן סידי:

[align=center]פענסטער'ל[/align]
די סידי ערהאלט אין זיך 17 ניגונים, כמנין טו"ב – גוטע ניגונים. און דאס איז שוין נאכן ארויסשמאגלען עטליכע וואס האבן נישט אריינגעפיט...
אינעם סידי איז אריינגעלייגט אסאך הארעוואניע, צייט און מוח, צו אהערשטעלן א דבר השלם ושלוה. און אלעס כדי איר זאלט הנאה האבן, דערפאר ווערט יעדער געבעטן עס צו פארשפרייטן וכו'

און דא דארף מען באדאנקען נאך א פרישע שטערן, ידידינו @ מתמיד, וואס ער איז געווען דער רוח החיים אין סטודיו.. פונעם געדאנק, און דורכאויס די גאנצע וועג האט ער צוגעשטיפט, געהאלפן, געמאכט און געטוהן אלעס ס'זאל ארויסקומען א הערליכע ארבעט. די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט דא איז אומבאשרייבליך.

אזוי אויך מוז מען באדאנקען ידידינו @ מקוה איד, וואס נישט די ערשטע מאל וואס ער שטייט צו אונזער רעכטע האנט, אין אלע מינ'ע הילף, שאפן קראצן און רויבן... און מיט זיין ברייטע פארשטאנד איז מען זוכה לברך על המוגמר.

א ספעציעלן דאנק קומט זיך פאר אונזער באליבטער טייערער מנהל (ערשטע מאל וואס מ'זעהט אזא טיטל: 'באליבטער מנהל'...), ידידנו @ וויכטיג מאכער, ווואס איז געשטאנען צו הילף על כל צעד ושעל בלב ונפש חפיצה.

און אחרון חביב, ווי אייביג, פאר ידידינו דער וועלט בארומטער @ איינס, וואס כמעשהו בראשונה ובשניה וכו' האט ער אהערגעשטעלט די הערליכע בוקלעט פארן סידי, און דאס איז נאר א פארט פון די גאנצע ארבעט וואס ער האט איינגעפלאנצט אינעם סידי, אזוי ווי אלע אנדערע, מרישא לסיפא, מתחילה ועד סוף, פון אנפאנג ביזן ענדע, על כל תג ותג, אזוי ווי נאר ער און זיינע גרויסארטיגע טאלאנטן קענען.

נאט אייך דעם הערליכן סידי, און דער באשעפער זאל שוין עפענען די פענסטערל אין הימל, און אננעמען אלע תפילות און טרערן פון די אידישע פאלק, און אויסשרייען "נחמו נחמו עמי" בב"א.

Hershy Wienberger - Fensterl.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl.jpg (272.41 KiB) געזען 3616 מאל
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4890
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

לעצט פארראכטן דורך Masmid אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl.jpg (272.41 KiB) געזען 3570 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl2.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl2.jpg (284.16 KiB) געזען 3570 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl3.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl3.jpg (514.31 KiB) געזען 3570 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl4.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl4.jpg (539.7 KiB) געזען 3568 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl5.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl5.jpg (530.42 KiB) געזען 3568 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl6.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl6.jpg (525.96 KiB) געזען 3090 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 5:11 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl7.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl7.jpg (516.47 KiB) געזען 3563 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl8.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl8.jpg (608.16 KiB) געזען 3563 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl9.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl9.jpg (477.5 KiB) געזען 3563 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl10.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl10.jpg (499.37 KiB) געזען 3587 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl12.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl12.jpg (637 KiB) געזען 3587 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl11.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl11.jpg (564.63 KiB) געזען 3587 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl14.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl14.jpg (569.57 KiB) געזען 2858 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl13.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl13.jpg (679.97 KiB) געזען 2858 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl15.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl15.jpg (726.39 KiB) געזען 2858 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך יולי 21, 2021 10:31 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl17.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl17.jpg (620.98 KiB) געזען 3580 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl16.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl16.jpg (487.92 KiB) געזען 3580 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl18.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl18.jpg (481.33 KiB) געזען 3580 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 20, 2021 2:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Hershy Wienberger - Fensterl20.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl20.jpg (289.01 KiB) געזען 3575 מאל


Hershy Wienberger - Fensterl19.jpg
Hershy Wienberger - Fensterl19.jpg (493.53 KiB) געזען 3575 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7812
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נעקסט טיים זאגט מיך פארדעם אז מ'שרייבט אריין מיין נאמען

-c:o
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מקווה איד האט געשריבן: נעקסט טיים זאגט מיך פארדעם אז מ'שרייבט אריין מיין נאמען

-c:o

העלאו!
שרייב צוריק וואס דו האסט פארמעקט: "די חברה שלאפן נישט וכו'". וגם אתה הגדול בתוכם...
פאר וועם ס'קומט'צעך קומט'צעך..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מאאאאאאאאססססססססייייייוווווווווווו
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

ע'טס זענט נישט נארמאל !

אזאנא צדיקים !

א ריזיגן ייש"כ בשם כל ישראל !
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7812
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פון זיין קל מסתתר, וועמען. דורכאויס זיין דאווענען, לעשות, און נאך צענדליגע. האט שוין זיין היטס-פאבריק ארויסגעגעבן אין זיינע קארגע פאר יאר אויפן פעלד, צענדליגע היט'ס. היינט צוטאגס זעהט מען נישט כמעט א סידי אן איינס צו עטליכע ניגונים פון איהמ'ן.

זייער ליב די אויסדריק
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צודרייט וואס דא גייט פאר.

נמ״ש, איינס, עטס ווייסטס וואו די באקס גרינע ליגט? נעמט עטליכע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ליכטיג און ווארעם איז הערשי׳ס? וואוו, סורפרייז.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

WOW אויף דעם האב איך געווארט...
מעכטיג און הערליך!!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4890
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

רבותי! ווען טאלאנט מאכט הויעך וואלטן די חברה געווען אפאר הונדרעט פיס הויעך!
וואס איך האב דא מיטגעהאלטן העלפענדיג אביסל פון די זייט איז עפעס ארויס פון אלע גלייזן!
כ'האב פשוט נישט די ווערטער עס צו באשרייבן..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

wow wow
דאס איז אן ארבעט נישט צום גלייבן,
אין כלל פון העוסקים בצרכי ציבור באמונה,
והקב''ה ישלם שכרם ויסור מהם כל מחלה וכו' וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם עם כל ישראל אחיהם אמן.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

זיפ פייל בבקשה
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7812
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

באסעלע האט געשריבן: wow wow
דאס איז אן ארבעט נישט צום גלייבן,
אין כלל פון העוסקים בצרכי ציבור באמונה,
והקב''ה ישלם שכרם ויסור מהם כל מחלה וכו' וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם עם כל ישראל אחיהם אמן.

וכל העם אמרו יחדו אמן
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

איך ווער געוואר חידושים
נישט געוויסט ער האט געהאט א יד אין די ירח האיתנים ניגון וואס יואלי ברוין האט געזינגען ביים איבערן...
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4890
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'פענסטערל' - מניגוני ר' הערשי וויינבערגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

באסעלע האט געשריבן: איך ווער געוואר חידושים
נישט געוויסט ער האט געהאט א יד אין די ירח האיתנים ניגון וואס יואלי ברוין האט געזינגען ביים איבערן...

ס'איז זיין ניגון, ער האט עס קאמפאזירט פאר שמואלי אונגאר אויף אנדערע ווערטער איבער די ענין פון שול, און יואלי ברוין האט געשריבן אנדערע ווערטער אויף דעם פאר די פלעי
המאור שבה יחזירנו למוטב!
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”