עולם א וועלט (אינטערסאנטע פאקטן איבער די וועלט)
פון די באקאנטסטע פלאנעטן פון וואס מיר ווייסן שטארט ארויס איינס דערפון גאר שטארק צוליב דעם פאקט אז דארט איז יא דא א חיות און וואסער אזאך וואס אנדערע פלאנעטן האבן נישט
דער פלאנעט ווערט איז אונזער פלאנעט ווי מיר לעבן
ביז נישט לאנג צוריק האבן א גרויס חלק מענטשהייט געהאלטן אז די וועלט איז ווי א פלאכע טעלער ביז בערך 200 יאר צוריק האט מען זיך עס אליין איבערצייגט אז סאיז רינדעכיג
אלזא לאמיר אביסעל אריינבליקן אין אונזער וועלטעל
די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון זיבן קאנטענענטן
1 אייראפע
2 אזיע
3 אפריקא
4 אוסטראליע
5 דרום אמעריקא
6 צפון אמעריקא
7 אנטארטיקא
אסאך היינטיגע געאגראפערס האלטן אז סאיז נאר דא 6 און רעכענען אייראפע און אזיע אלטס איין גרויסע קאנטענעט
אזוי אויך האלטן געוויסע אז די וועלט האט אכט קאנטענענטן מיט איינס וואס איז פארשווינדן אינטערן פאסיפיק אקעאן און הייסט זילאנדע
ווי גרויס זענען זיי
1 אזיע 17.2 מיליאן סקווער מייל
2 אפריקא 11.6 מיליאן סקווער מייל
3 צפון אמעריקא 9.4 מיליאן סקווער מייל
4 דרום אמעריקא 6.9 מיליאן סקווער מייל
5 אנטארטיקא 5.5 מיליאן סקווער מייל
6 אייראפע 3.8 מיליאן סקווער מייל
אוסטראליע 3 מיליאן סקווער מייל
וויפיל לענדערזענען דא אין יעדע קאנטענעט
און אזוי אויך ווי גרויס זיי זענען אין שטח און אזוי אויך וויפיל איינואוינערזענען דארטן דא
1 אייראפע האט 51 לענדער און 444.7 מיליאן איינואווינער אראפ מיט איבער 12 פארצענט פון 513.5 מיליאן מענטשן א יאר פארדעם
2 אפריקא האט 54 לענדער און 1.34 ביליאן מענשטן וואוינען דארט
3 אויסטראליע איז איין גרויסע לאנד מיט 25.5 מיליאן מענשטן
4 אזיע האט 48 לענדער און 4.56 ביליאן מענטשן
5 צפון אמעריקא האט 23 לענדער און 579 מיליאן מענטשן
6 דרום אמעריקא האט 14 לענדער און 430 מיליאן מענשטן
7 אנטארטיקא נאר 4.490 טויזענט מענטשן וואוינען דארט און סאיז נישטא דארט קיין לאנד
אינטערסאנטע געזעצן פון לענדער איבער די וועלט
100 שענסטע פלעצער
פאר הערות קומט אין אישי