וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

ס'איז קריטיש וויכטיג און מחיוב אויסצולערנען מענטשן וואס צו טון ווען א קאר זעהט זיך אין וואסער.

1) די כלל איז זיך ארויסצוזעהן פון קאר די שנעלסטע וואס מען קען, אמאל קען זיין אז יעדע מילי-סעקונדע שנעלער ראטעוועט לעבענס, ווילאנג די קאר איז נאך גרינגער פון די וואסער שווימט עס נאך אביסל, און מ'דארף אויסנוצן יעדע סעקונדע שנעלער זיך ארויסזען דערפון. מענטשן רעדן זיך איין אז א קאר בלייבט שווימען וועגן די רעדלעך, און אז ס'בלייבט לופט אין קאר צו אטעמען אויב מ'מאכט צו די פענסטער, א קריטישע טעות וואס פיל אינם יהודים שטארבען צוליב דעם יערליך.

2) אז מען קען נאך עפענען די טיר פון קאר ווען די קאר איז נישט צו טיף אין וואסער, דארף מען שנעל אנטלויפן דורכן טיר.
אויב די קאר איז שוין טיף אריין אין וואסער אז א גרויס חלק פון טיר איז שוין באדעקט, דאן נישט פרובירן עפענען די טיר, ווייל ווען די טיר איז שוין באדעקט מיט וואסער איז די פרעשור פון וואסער צו שטארק דאס בייצוקומען. דאס איז די גרעסטע טעות וואס מענטשן מאכן מ'פרובירט אין די גורל'דיגסטע סעקונדעס צו שטופן די טיר, און די ביסל וואס עפנט זיך, איז גורם אז די וואסער שטראמט אריין אין די קאר, און פאראורזאכט עס זאל ווערן שווערער און שנעלער זינקען.

3) אז מען קען נישט עפענען די טיר, מוז מען זאפארט ארויסקריכן פון פענסטער, ארויסטאנצן, און אוועקשווימען ביז מען קומט אן צו א טריקן פלאץ [יא מ'דארף נאך היינט וויכטיג אויסלערנען די קינדער שווימען כתקנת חז"ל, איך בין זיך נוהג ווען איך גיב געלט פאר שווימען וואס די מוסד פאדערט, טראכט איך בעפאר לשם יחוד וכו' הריני מוכן ומזומן לקיים מצות חכמינו ז"ל להשיטו במים].

4) אויב די באטען צו עפענען די פענסטער ארבעט נישט, דארף מען נעמען א אייזערנעם חפץ און צוברעכן די פענסטער. א גוטע עצה איז צו נעמען די אויבערשטע אנלאנער פונעם דרייווער זיץ, וואס מען קען ארונטערהייבן, און דאס האט 2 אייזערנע לאנגע שפיצן.
מאנכע האלטן דירעקט אין קאר נאנט צום דרייווער אזא פענסטער-ברעכער אביעקט פאר נויטפעלער. [וואס קומט שוין אגב מיט א שארפע דזשילעט צו איבערשניידן דעם זיץ-גורטל אין פאל דאס ווערט פארהאנקערט און עפנט זיך נישט].

5) נישט פרובירן צו ברעכן די ווינדשילד, וויבאלד דאס איז אויסגעשטעלט אז ס'זאל זיך נישט לאזן צעברעכן, נאר צוברעכן די זייטיגע פענסטער רעכטס און לינקס. מען קען אויך פרובירן צו ברעכן דורכן זעצן מיט די שיך. מען פרובירט ערשט צו ברעכן די אויבערשטע טייל פון פענסטער.

6) ביי די סארט אויטאס וואס די אונטערשטע פענסטער עפענען זיך נאר האלבוועגס, דארף יעדער ארויסקריכן פון די פאדערשטע פענסטער.
פארשטייט זיך אז מ'האט קליינווארג דארף אן ערוואקסענער זיי ארויסשלעפען.

אנחנו אלה פה היום כולנו חיים
אטעטשמענטס
אייזענעס צו קראכן פענסטער.png
אייזענעס צו קראכן פענסטער.png (235.24 KiB) געזען 2414 מאל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שכח פאר די אנוויזונגען. מען זאל קיינמאל נישט דארפן צוקימען דערצו
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9022
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

נאך א וויכטיגע כלל אז מזאל נישט דארפן אנקומען בעז"ה אין אזא סיטואציע , אז די וואסער איז אזוי הויך אז מקען נישט זען די ליינס אויף די ראוד ובפרט אויף א גרעסערע שטח טאר מען נישט דארט אריינפארן
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7851
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

וואוו שכח, יעדער טראכט אייביג א צו מיר וועט דאס קיינמאל געשעהן, "און עס זאל טאקע נישט" אבער די אנווייזונגען איז אייביג גוט צו וויסן
א דאנק
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איז א נפק"מ אויב מען זאל לייגן די קאר אויף פארק בעפארן ארויסקריכן, און צו העלפט עפעס אז מען ברעיקט?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
מיכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

די הארץ באכעט מיר נאר פון ליינען די אנווייזונגען...
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פרישע קוגל האט געשריבן: שכח פאר די אנוויזונגען. מען זאל קיינמאל נישט דארפן צוקימען דערצו
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!

גוט געזאגט!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מקווה איד האט געשריבן: וואוו שכח, יעדער טראכט אייביג א צו מיר וועט דאס קיינמאל געשעהן, "און עס זאל טאקע נישט" אבער די אנווייזונגען איז אייביג גוט צו וויסן
א דאנק

4000׳סטע תגובה! מזל טוב!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הסופה צו די אנווייזונגען:

ווען די קאר איז אין וואסער און הייבט אן שווימען:
נישט ברעכן די פאדערשטע אדער זייטן פענסטער.

טעות גמור און אויך פאטאל.

די קאר וועגט אראפ אין פארנט.
מ׳זאל אלעס טאן צו אנקומען צום בעק ווינדאו, און דאס אויפברעכן.

פןן די בעק פענסטער קען מען לייכטער ארויסגיין. ווייל דארט איז מער העכערן וואסער.
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

די שמונה בגדים מאכט זייער שווער צו שווימען אויב נישט אוממעגליך
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!


אסאך האבן נישט געוויסט ווי ערענסט די רעגן גייט זיין
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הרב_שלום האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!


אסאך האבן נישט געוויסט ווי ערענסט די רעגן גייט זיין



און איך געדענק נישט מען זאל ווארענען עפעס וועגן פארן אויף די וועגן.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

און א פענסטער אויפן דאך קען זיין הצלת נפשות ממש אין אזא סיטואציע
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

shimon7323 האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!


אסאך האבן נישט געוויסט ווי ערענסט די רעגן גייט זיין



און איך געדענק נישט מען זאל ווארענען עפעס וועגן פארן אויף די וועגן.


וויפיל אלערטס האסטו געקריגן און זיך אויסגעלאכט? און זיך גערעגט?
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ממש אזוי האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!


אסאך האבן נישט געוויסט ווי ערענסט די רעגן גייט זיין



און איך געדענק נישט מען זאל ווארענען עפעס וועגן פארן אויף די וועגן.


וויפיל אלערטס האסטו געקריגן און זיך אויסגעלאכט? און זיך גערעגט?

דאס איז טאקע די חורבן פון שיקן יעדע 10 מינוט אלערטס פאר יעדע נארישע זאך. א בחינה פון וואלף וואלף...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טאקע וויכטיגע אנווייזונגען! מ'זאל קיינמאל דארפן צוקומען דערצו.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3294
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

loyodea האט געשריבן: ס'איז קריטיש וויכטיג און מחיוב אויסצולערנען מענטשן וואס צו טון ווען א קאר זעהט זיך אין וואסער.

1) די כלל איז זיך ארויסצוזעהן פון קאר די שנעלסטע וואס מען קען, אמאל קען זיין אז יעדע מילי-סעקונדע שנעלער ראטעוועט לעבענס, ווילאנג די קאר איז נאך גרינגער פון די וואסער שווימט עס נאך אביסל, און מ'דארף אויסנוצן יעדע סעקונדע שנעלער זיך ארויסזען דערפון. מענטשן רעדן זיך איין אז א קאר בלייבט שווימען וועגן די רעדלעך, און אז ס'בלייבט לופט אין קאר צו אטעמען אויב מ'מאכט צו די פענסטער, א קריטישע טעות וואס פיל אינם יהודים שטארבען צוליב דעם יערליך.

2) אז מען קען נאך עפענען די טיר פון קאר ווען די קאר איז נישט צו טיף אין וואסער, דארף מען שנעל אנטלויפן דורכן טיר.
אויב די קאר איז שוין טיף אריין אין וואסער אז א גרויס חלק פון טיר איז שוין באדעקט, דאן נישט פרובירן עפענען די טיר, ווייל ווען די טיר איז שוין באדעקט מיט וואסער איז די פרעשור פון וואסער צו שטארק דאס בייצוקומען. דאס איז די גרעסטע טעות וואס מענטשן מאכן מ'פרובירט אין די גורל'דיגסטע סעקונדעס צו שטופן די טיר, און די ביסל וואס עפנט זיך, איז גורם אז די וואסער שטראמט אריין אין די קאר, און פאראורזאכט עס זאל ווערן שווערער און שנעלער זינקען.

3) אז מען קען נישט עפענען די טיר, מוז מען זאפארט ארויסקריכן פון פענסטער, ארויסטאנצן, און אוועקשווימען ביז מען קומט אן צו א טריקן פלאץ [size=85][יא מ'דארף נאך היינט וויכטיג אויסלערנען די קינדער שווימע......

Wow very clear
על קול צרה שלא תבוא very important to know
Thanks
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

ממש אזוי האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: נאך א וויכטיגע זאך

אז מען הייסט בלייבן אינדערהיים, איז מען נישט קיין אויבער חכם, פארקיר דעם קאר, און לאז אנדערע זיך לערנען דרייווען אין אזא וועטער, און עס איז לאו דוקא ביי רעגן, שניי וועטער'ס איז דאס זעלביגע, מען מעלדט איבעראל עס קומט א שטורעם, בלייבט אינדערהיים, און געציל לעמאנזאפט וויל דייקא יעצט אויסשפיאנירן די גאסן, שלעפט זיך ארום מיט זיין קאר כאילו צו פראטעסטיר'ן דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן, והנה עטליכע מינוט/שעה שפעטער, העלאוי חברים? יא מיין קאר האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט צובראכענע פיס.

נקודה למחשבה, שניי רעדער מיט עס יו ווי איז געמאכט פאר עמערזשענסי, בכלל נישט קיין לכתחילה, עס איז א ריכטיגע בדיעבד, ממש ער מוז גיין אין שפיטאל אדער לויפן ראטעווען א איד, ברויך מען כאטש האבן די מינימום, אבער סתם זיך דרייען און פרייען אויף די גאסן ווייל איך וויל חול המועד האלטן?!


אסאך האבן נישט געוויסט ווי ערענסט די רעגן גייט זיין



און איך געדענק נישט מען זאל ווארענען עפעס וועגן פארן אויף די וועגן.


וויפיל אלערטס האסטו געקריגן און זיך אויסגעלאכט? און זיך גערעגט?

א וואך פארדעם איז אנגעקומען די זעלבע צאל אלערטס און סאיז געווען פלעין א פעסטע רעגן, דאס איז אן עולה צו שיקן יעדע שטות אן אלערט, לייג עס אוועק פאר עמערדשענסיס.

און צו דיר loyodea זייער שיין געשריבן און וויכטיג, טענק יו!
אוועטאר
דראטשאק
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 05, 2009 12:17 pm

Re: וויכטיגע אנווייזונגען וואס צו טון ווען א קאר איז אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דראטשאק »

נעם אין אכט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 03, 2021 3:04 am
און צו דיר loyodea זייער שיין געשריבן און וויכטיג, טענק יו!
----
קיינער דא האט נישט באמערקט דעם עקזיט טיר ''סאנראאף'' קען זיין א שנעלע שריט זיך צו טרעפן אינדרויסן פונעם אויטא [מוז זיין א פלינקע גוף און ברויך קענען טון מאנעווערס אפגעזען די צאל פונטן]

(צומאל ביי א חתונה פון קארן וואס קומען זיך צוזאם איז דער סאנראאף אויך אן אפציע

על כל צרה שלא תבוא!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”