Re: אויף וואס מאכט איר קידוש יעדע וואך?
אבער הצד השוה שבהן נישט קיין טרוקענע וויין.
וועט עטס דאך אוודאי אלע מיינען אז איך בין אויך פון די אידן וואס מוטשען זיך צו פארשטיין צו די טעם פון וויין, ניין וועל איך דיר זאגן. איך גלייך גאר שטארק א פיינע פלעשעל טרוקענע וויין, און איך בין מקפיד צו קויפן יעדע וואך בלי שום אויסנאם א פיין פלעשעל יין אדום לכבוד שבת. און איצטערט בעפאר אלע טענות הייבן זיך אהן אנטקעגען מיר לאמיר אביסל צולייגן מיין שיטה הקדושה.
קידוש דארף ווערן געמאכט אויף א משקה וואס מען האט הנאה דערפון. עס איז נישט שייך אפילו אויף א טויזענט דאלערדיגע וויין עס צו ענדזשוין ביי קידוש. נישט קיין חילוק ווי שטארק מען גלייכט וויין איז עס אומגעשמאק ביי קידוש, ווייל וויין קומט צו טרונקען בנחת נישט א טרונק אראפ מיט איין גאלפ. ווען איך זעה א איד אריינקומען אין וויין געשעפט און בעהט א וויין וואס זאל זיך גרינג אראפ גליטשען, וויל זיך אים זאגען, ר'איד אז איר זוכט עפעס וואס שלינגט זיך גרינג דאן קויפט אייך מאראנצען זאפט, וויין טרונקט מען נישט צו שלינגען.
צירוק צו קידוש, ווען איינער טרונקט אראפ א בעכער וויין נישט נאר וואס ער קען נישט שפירען דעם גוטן טעם פון די וויין, נאר ער פיעלט נאר די ביטערקייט, און ספעציעל ווען עס ליגט נאך אין א זילבערנע בעכער וואס איז פגום די וויין און מאכט עס טעיסטן ממש שלעכט, איז ער עובר בעל תשחית פארן טרונקען א טייערע וויין אריין אין זיין האלדז דרעין!
עס איז קיין שום מעלה נישט להלכה זיך צו שטיפען דאס אראפ צו טרונקען.
ועוד מיר אלע ווייסן אז אין די צייטן פון די גמרא פלעגט מען מוזג זיין די וויין מיט צוויי מאהל אזוי פיל וואסער, און מיר האבן נאך אלס א זכר דערצו היינטצוטאגס ווען מען גיסט אריין די טראפקעלע וואסער פון אויסשווענקען אין די באטעל. פארוואס טוט מען דאס נישט מער? מאנכע גיבן אהן אז אונזערע טרויבן זענען אנדערש ודוק. די תירוץ איז אז פאר יארן האט מען נישט געטרינקען און געוויסט וואס טריקענע וויין איז, אדרבה פרעגט אייך אליינס נאך ביי אייערע טאטעס און זיידעס און זיי וועלן דאס ענטפערן בפה מלא אז זיי ווייסן נישט ווי אזוי מטרונקט עס ווייל און זייערע צייטן איז נישט געוועהן אזא דערהער. קומט אויס אז די טרוקענע וויין וואס מיר פארמאגן מוזן ווערן גע'מוזג'גט מיט צוויי מאהל אזוי פיל וואסער להתחדש ימינו כקדם און אז נישט איז די וויין נישט כשר לקידוש!