מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
האנט באגאזש
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 10:21 am
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנט באגאזש »

היינט קומט פאר א שבע ברכות צוגעשטעלט דורך מצילי אש לכבוד די שמחה בבית הרב יחזקאל ווייס רב דמצלי אש
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש שבע ברכות - א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

ערשטע בילדער פון שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מצילי אש לכבוד השמחה בבית הרה"ג רב ומייסד מצילי אש, בנישואי בנו החתן מנשה ני"ו, בהשתתפות פון די מעמבערס און געציילטע נאנטע עסקנים, ובראשות גדולי רבני העיר שליט"א
כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א
גאבד סאטמאר.JPG
גאבד סאטמאר.JPG (321.11 KiB) געזען 9544 מאל
הגה"צ אבד"ק סאטמאר שליט"א
אבד סאטמאר.JPG
אבד סאטמאר.JPG (311.88 KiB) געזען 9544 מאל
הגה"צ אבד"ק פאפא שליט"א און הגה"צ אב"ד קאפיש שליט"א
אבד פאפא.JPG
אבד פאפא.JPG (344.92 KiB) געזען 9544 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש שבע ברכות - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

הרבנים הצדיקים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א
רבי אהרן מענדל.JPG
רבי אהרן מענדל.JPG (345.52 KiB) געזען 9545 מאל
הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, הגה"צ דומ"ץ וויען אברכים שליט"א, הגה"צ דומ"ץ בעלזא שליט"א
רבי יעקב יוסף.JPG
רבי יעקב יוסף.JPG (383.72 KiB) געזען 9545 מאל
הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א
רבי חיים מאיר.JPG
רבי חיים מאיר.JPG (381.24 KiB) געזען 9545 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש שבע ברכות - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א
סקווירא מאנסי.JPG
סקווירא מאנסי.JPG (276.98 KiB) געזען 9545 מאל
הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א
דומץ באבוב.JPG
דומץ באבוב.JPG (393.91 KiB) געזען 9545 מאל
הגה"צ אב"ד דעלאטין שליט"א
אבד דעלאטין.JPG
אבד דעלאטין.JPG (380.22 KiB) געזען 9545 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש שבע ברכות - ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

הרה"ג ר' יחזקאל ווייס ביים אויפטרעטן
ר' יחזקאל.JPG
ר' יחזקאל.JPG (239.27 KiB) געזען 8778 מאל
מו"ה אברהם מאיר פאללמאן הי"ו קארדינעטער פון הצלה אין וויליאמסבורג נואם הכבוד
ראמ פאללמאן.JPG
ראמ פאללמאן.JPG (238.44 KiB) געזען 8778 מאל
מו"ה מרדכי פאללמאן הי"ו ביים פארשטעלן א סקיצע פון די מצילי אש טראק וואס ווערט די טעג עקוויפטעט צו קענען דינען די מאנסי אידנטום אין פאל פון נויט
מצילי אש טראק.JPG
מצילי אש טראק.JPG (170.9 KiB) געזען 8778 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

סמאוק דיטעקטערס.pdf
(236.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 24 מאל
סמאוק דיטעקטערס.jpg
סמאוק דיטעקטערס.jpg (233.77 KiB) געזען 8247 מאל
בנוגע טוישן די באטארי פון די הערינג עידס זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע דאקטער...
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש טרעינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

ערשטע גרופע פון מצילי אש אין פייער טרעינונג אקדעמיע מיט די נויטיגע שוץ קליידער


Training.jpg
Training.jpg (365.17 KiB) געזען 7664 מאל
בילד
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2842
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: מצילי אש טרעינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

פייער פייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:37 pm
ערשטע גרופע פון מצילי אש אין פייער טרעינונג אקדעמיע מיט די נויטיגע שוץ קליידער



Training.jpg
מצילי אש האט אפגעקויפט די טראק?

אדער איינער האט סתם געעדיט א בילד און ארויפגעלייגט דארט מצילי אש ד׳ראקלענד?
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מצילי אש טרעינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

פייער פייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:37 pm
ערשטע גרופע פון מצילי אש אין פייער טרעינונג אקדעמיע מיט די נויטיגע שוץ קליידער



Training.jpg
א נייע טראק?

ווער האט עס מנדב געווען?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: מצילי אש טרעינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בוק קיפפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:27 pm
פייער פייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:37 pm
ערשטע גרופע פון מצילי אש אין פייער טרעינונג אקדעמיע מיט די נויטיגע שוץ קליידער



Training.jpg
מצילי אש האט אפגעקויפט די טראק?

אדער איינער האט סתם געעדיט א בילד און ארויפגעלייגט דארט מצילי אש ד׳ראקלענד?
אין דער מאנסי אשכול האט מען אויסגעשמועסט אז עס איז סתם געעדיט. דאס איז דער טראק פון דער טרעינינג סענטער.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

Matzilei Aish Chanukah.jpg
Matzilei Aish Chanukah.jpg (305.19 KiB) געזען 5546 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

טרעינונג.jpg
טרעינונג.jpg (255.67 KiB) געזען 5483 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

אין די טעג ווערט פארשפרייט דורך חברה מצילי אש, די הלכות פון א פייער אום שבת, זאל זיך נישט מאכן

דיני כיבוי דליקה בשבת_Page_1.jpg
דיני כיבוי דליקה בשבת_Page_1.jpg (355.41 KiB) געזען 4713 מאל
דאונלאודען
בילד
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

עני אפדעיד מיט די נייע פייער קאמישינער
דארף ווערן איינגעשוואירן ? ווען ?
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

אין די מאנסי אשכול איז פארגעקומען א שמועס בנוגע מצילי אש, ס'איז געגאנגען מענין לענין, און יעצט פיל איך אז ס'האט נישט מיט מאנסי בכלל, במילא לייג איך מיין המשך צום שמועס דא, איך האף מ'וועט הנאה האבן, ביטע פארשטיין איך קען באשטיין מסביר צו זיין יעדע ענין בנוגע מצילי אש, אלעס וואס איך קען מסביר זיין, אבער ס'נעמט מיר צייט צו שרייבן, במילא קען נעמען לאנג ביז איך ענפער בס"ד.
אינבי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:34 am
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 5:12 pm
אינבי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:16 am
פייער פייטער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:29 pm
ב"ה באקומען אפעטיט צו שרייבן, פארגאנגענע וואך פרשת ויגש האט מען ארויסגעגעבן די קארטלעך בנוגע הלכות דליקה בשבת, ווי געברענגט דא .

די וואך שבת אליינס האט שוין די קארטל אפגעהאלטן צוויי פייערס, איינס איז געווען די אויבנדערמאנטע פייער ווען א ווייער פון א האט פלעיט האט געברענט, די מעמבער איז צוגעקומען צו מיר פארציילן אז א דאנק די קארטל האט ער געוויסט ווי אזוי זיך צו פירן על פי הלכה.

בנוסף לזה האב איך נעכטן געהערט פון א מלמד, אז א אינגל אין חדר האט אים פארציילט אז די וואך פרייטאג צונאכטס האט זיין טאטע אהיימגעברענגט די קארטל פון ביהמ"ד אין פארגעלערנט די הלכות ביים סעודה, סוף סעודה איז א לעכט אראפגעפאלן פון די לייכטער [ארויף אויף די קארטל ארויף] און א דאנק די צעטל האבן זיי געוויסט אז די הלכה איז אז מ'דארף עס אויפהייבן.

חז"ל זאגן אונז שוין אין הדליקה מצויה אלא במקום שיש חילול שבת, ומכלל לאו אתה שומע הן, שמירת שבת ראטעוועט פון פייער בעז"ה.
א מעמבער האט געדארפט צוקומען צום קארטל?

יא,
די סיבה דערפון איז וויבאלד מצילי אש לויפט נאך נישט אום שבת, דאס מיינט אז אויב וועט מען רופן די טעלעפאון נאמבער פון בערך צעהן מינוט פארן שקיעה ביז עטליכע מינוט נאכן זמן, וועט מען אנקומען צו א מעסעדזש אז די ארגאנאזעישן איז פארמאכט, ווי אויך האט קיין איין מעמבער נישט קיין ראדיו אום שבת. די מעשה איז געווען אז איינער איז געקומען קלאפן ביי א מעמבער אינדערהיים. און דאס איז געווען די צווייטע פייער וואס א מצילי אש מעמבער לעשט אויס אום שבת, די ערשטע איז געווען מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק אום שבועות. די מציאות איז אז מ'לערנט נאכנישט אויפיציעל קיין הלכות שבת, ווייל לעת עתה איז עס נאכנישט נוגע, [למעשה עטליכע מאל ביי מיטינגס האט שוין די רב הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א גערעדט בנוגע אזעלכע סארט שאלות וואס ס'קען געשעהן ביי יעדעם אינדערהיים, אדער ביי א שכן וכדו'], די אינדערמאן די מעמבער האט באקומען די קארטל אין עס אדורך געלערנט, און פון דעם האט ער ארויסגענומען אז ער מעג ארויסציען די פלאג פונעם וואנט, נאכדעם איז ער מיך געקומען פרעגן אויב ער האט טאקע גוט געטוען, און מיר געזאגט אז א דאנק דעם קארטל האט ער געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן.

צו פארשטיין זיין שאלה אויב ער האט גוט געטון, יעדע הצלה מעמבער [וואס איז א ירא שמים] וועט אלץ האבן מחשבות האב איך טאקע געדארפט מחלל שבת זיין.. איך האב נישט געקענט טוען פארקערט... הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א זאגט אז דאס איז זיין ארבעט אין הצלה, אין חברים, און יעצט אין מצילי אש, צו מאכן די הלכות שבת פראקטיש אז מ'זאל נישט האבן קיין געוויסנביסן נאכן טוען א פעולה, וויסנדיג אז מ'האט זיך געפירט על פי הלכה [און ווי ר' יחזקאל זאגט: יעדע הצלה מעמבער איז א רב אויפן צענע, מ'באקומט נישט קיין שישי אין קיין סידור קידושין, אבער מ'דארף פסק'נען הלכות שבת], על כל פנים די מעמבער האט גענומען זיין שלות הנפש דורך די קארטל.
כהער, פארוואס טאקע איז עס נאכנישט אפן שבת דעמאלטס איז דאך ווען מען דארף עס
צו פארשטיין דאס דארף מסביר זיין עטליכע הקדמות, קודם כל די מאטא פון מצילי אש איז זייער קלאר: די פייער סערוויס און אונזער קאמיוניטי זאל ווערן געפירט דורך שומרי תורה', דאס הייסט אז ס'איז נישט קיין קאמפיין פון מחאה, ס'איז נישט קיין מלחמה מיט די יעצטיגע דעפארטמענט, ס'איז אוועק שטעלן א סיסטעם פון פייער סעיפטי דורך היימישע אינגעלייט שומרי תורה ומצות.
אביסל מער מסביר צו זיין, דא אין מאנסי זענען דא פילע ארגאנעזאציעס וואס געבן זיך אפ צו ראטעווען מענטשן אלס EMS, דאס הייסט אז בנוסף צו הצלה זענען דא פילע אלגעמיינע ארגאנעזאציעס וואס טוען די זעלבע זאך ווי הצלה בנוגע ראטעווען מענטשן, אבער די ארגאנעזאציעס גייען נישט על פי הלכה, [און במילא טאר א איד נישט האבן קיין שייכות מיט אלע ארגאנעזאציעס, שוין א מחאה אריינגעכאפט...], על כל פנים לאמיר זיך אויס'משל'ען ווי אזוי וואלט ווען אויסגעקוקט די היימישע אידענטום ווען ס'ווען נישט דא קיין הצלה ארגאנעזאציע? אונזער גאנצע אויסקוק אויף א EMS וואלט געווען א גוי'שע, אונז וואלטן נישט פארשטאנען אז ס'קען זיין אזא זאך א מ'רופט אן EMS און ס'קומען נאר מענער... אונז וואלטן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז ס'איז דא אזא זאך ווי מ'טוט עפעס וואס איז נישט ווי די ביכער אבער ס'ראטעוועט מענטשן, אונז וואלטן געהאלטן אז כדאי צו זיין אן EMT און ראטעווען אידן דארף מען מחלל שבת זיין, דאס הייסט אז בנוסף צו די זכות וואס שטייט צו די מייסד פון הצלה אלץ זיין כוונה צו פארשנעלערן ריספאנס טיים, איז אינאיינוועגס אויך דא די זכות פון האבן ארגאנעזאציעס וואס גייען על פי תורה, און שטעלן פאר אז ערליכע אידן קענען אויך [אדער גאר בעסער] באהאנדלן חולים, אן דארפן עפעס מגרע זיין פון שמירת התורה והמצוות, וואס דאס איז א געוואלדיגע קידוש השם.

לענינינו, אין די פייער סיסטעם הערשט אבער יא די געדאנק אז מ'קען נישט ראטעווען קיין הייזער, מ'קען נישט האבן קיין פייער קאמפאני וואס זאל זיין עפעקטיוו אנדעם וואס מ'מאכט פשרות מיט די תורה, אזא זאך ווערט שוין פארקויפט פאר אונז פאר יארן, אין מ'קען זאגן אז אונז האבן עס געגלייבט למחצה ולשליש, און בנוסף לזה די פייער דעפארטמענט האט געטוען ככל העולה על רוחם אן זיך צו רעכענען מיט אונזערע צרכים, מיר האט אן עסקן פארציילט אז ער האט גע'שדל'ט אז די פייער דעפארטמענט זאל באקומען די 'פליי קארס', שוין אזוי פרי ווי 2010, דאס הייסט גאנצע דרייצן יאר צוריק, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן, ס'נישט לעגאל און אלע מינע תירוצים, אלע תירוצים האבן אנגעהאלטן ביז מצילי אש האט אנגעהויבן אויסצוכאפן קאלס, דאן אין בלויז דריי חדשים איז אלעס געווארן לעגאל, און די קארס זענען געווען אויפן ראוד, [און אגב איך ווייס פון מערערע זאכן וואס די פייער דעפארטמענט טוט נישט לעגאל, ווי למשל די פארגאנגענע זונטאג נאכט איז געווען אן אויווען פייער וואס מצילי אש איז אנגעקומען פאר די פייער דעפארטמענט... און די פייער דעפארטמענט האט זיך באלד אויסגעדרייט ווי נאר ער האט געזעהן דארט א מצילי אש מעמבער, אן דעם וואס ער זאל בכלל זעהן די דירה ווי די פייער איז געווען, און נאך פילע דגמאות וואס איך האלט אלץ מיט].

על על פנים ווען עס ברענט א פייער און מ'האט נישט קיין וואסער, איז נישט קיין עצה צו לעשן לכל הפחות מיט אויל... ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, די זעלבע זאך איז דא, אפילו די פייער דעפארטמענט איז מחלל שבת ווען מ'רופט זיי, איז אבער נישט די עצה צו לויפן אום שבת כדי זיי אראפצוהאלטן, מ'זאגט נישט חטא בשביל שיזכה חבירך.

יעצט לאמיר צונעמען די סארט קאלס וואס קענען אלץ אריינקומען צו די פייער דעפארטמענט, און עס צוטיילן בנוגע שמירת שבת,

רוב רובו קאלס זענען אטאמאטישע אלארעם'ס, לדוגמא אויף די וועבסייט פון קאנטראל 44 ווערט געברענגט אלע קאלס פון די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה, און יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות האב איך געגעפנט די סייט, און די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה איז פופצן פון דריי-און-צוואנציג קאלס אלארעם'ס, און אן אריינצוגיין אויב אן אלארעם הייסט א ספק פיקוח נפש, על כל פנים מצילי אש קען - לעת עתה - גארנישט טוען אז די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט זאל נישט קומען צו אזעלכע קאלס, אדער על כל פנים זאלן האבן גוי וואס זאל זיך אפגעבן מיט די סארט ארבעט, די איינציגסטע עצה וואס מ'קען טוען לעת עתה איז מוחה זיין ווען מ'זעט אזא זאך. די וואך פרייטאג צונאכט פרשת ויחי איז געווען אן אלארעם אין די סטאניסלאווער בית המדרש, ווי ס'איז אנגעקומען צוויי טראקס פול מיט אידן מיט פיאות און קאפלעך, און סתם געשטאנען און ארומגעשמועסט, און ב"ה איז פארגעקומען דארט א מאסיווער מחאה, צענדליגע אידן האבן מוחה געווען בכל עוז על פי הוראתו פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א. [די איינציגסטע זאך וואס האט זיי געמאכט ריספאנדן שנעל צו קאלס איז געווען ווען זיי האבן פארשטאנען אז די עולם וויל נישט הערן קיין סיבה פארוואס זיי זענען נישט אנגעוקמען צו קיין קאל אין צייט, נאר די עולם וויל זען שנעלע ריספאנס, און ווען זיי האבן קאמפעטישן ארבעטן זיי פיין].

בנוסף לזה זענען דא צענדליגע קאלס וואס זענען קלענערע פייערס, חברים גיבט זיך שוין אפ לאנגע יארן מיט אזעלכע פייערס, אבער היות זיי האבן קיינמאל געצילט צו ווערן אן עמפטליכע פייער קאמפאני, דערפאר האבן זיי דאס קיינמאל נישט דערציילט, און הגם יעדע קליינע פייער דארף פארלאשן ווערן, ווייל אויב נישט ווערט ער א גרויסע, איז אבער נאכאלץ נישט דאס קיין סיבה אז מצילי אש זאל דערפאר לויפן אין שבת לעת עתה, כל זמן ס'ווערט מסודר על פי תורה דורך די חברים ארגאנעזאציע.

און אין פאל וואס ס'ברענט אן ערנסטער פייער, וואס הגם מצילי אש איז שוין געלערנט פאר כמעט יעדע סארט פייער וואס קען זיך מאכן, על כל פנים מצילי אש איז שוין היינט מער געלערנט ווי די אלגעמיינע עקסטיערער פייער פייטער, אבער האט נאכנישט די מצילי אש די נויטיגע עקוויפמענט צו קענען זיין די פיקוח נפש ארגאנעזאציע צו קענען לויפן אויף קאלס אום שבת.

איז לעת עתה איז די הוראה פון אונזערע רבנים אז מצילי אש זאל נאכנישט פונקצנירן אום שבת, און דערפאר איז די מצילי אש נאמבער נאכנישט אקטיוו אום שבת, ווען מצילי אש וועט ווערן די נאמבער וואס אפערירט פאר פיקוח נפש קאלס וועט מצילי אש פונקצנירן אויך אום שבת, על פי הוראת הרבנים שליט"א.

אגב מצילי אש האט שוין געהאלפן בנוגע די שמירת שבת פון די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט, ווייל היות מצילי אש גייט אן האבן זיי א פרעשור פון די ציבור, און במילא שניידן זיי נישט די גראז פון זייער שטח, און רייכערן נישט ארום זייער פראפעטי, פראבירן אז די שכנים זאלן נישט מיטהאלטן זייערע פארטיס, און הגם אז אויף דאס אלעס קומט זיך זיי קרעדיט, איז אבער דא די באקאנטע פראבלעם, אז אונז זענען נישט בעל הבית אויף די תורה, און במילא קענען אונז נישט מאכן קיין פשרות, און אונז קענען זיך נישט באגענוגן מיט פינף-און-זיבעציג פראצענט שמירת שבת, און פופציג פראצענט צניעות, ווייל אפילו איין פרוי ביי א פארטי מיט הוללות איז צופיל, וד"ל.


כ'האף אז איך האב מיר גענוג מסביר געווען, אויב איז עפעס נישט פארשטענדליך ביטע איבער פרעגן און איך וועל פראבירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלי, בס"ד.
לעצט פארראכטן דורך פייער פייטער אום זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
יואל ווערצבערגער
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:38 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווערצבערגער »

פייער פייטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:00 pm
אין די מאנסי אשכול איז פארגעקומען א שמועס בנוגע מצילי אש, ס'איז געגאנגען מענין לענין, און יעצט פיל איך אז ס'האט נישט מיט מאנסי בכלל, במילא לייג איך מיין המשך צום שמועס דא, איך האף מ'וועט הנאה האבן, ביטע פארשטיין איך קען באשטיין מסביר צו זיין יעדע ענין בנוגע מצילי אש, אלעס וואס איך קען מסביר זיין, אבער ס'נעמט מיר צייט צו שרייבן, במילא קען נעמען לאנג ביז איך ענפער בס"ד.
אינבי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:34 am
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 5:12 pm
אינבי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:16 am
פייער פייטער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:29 pm
ב"ה באקומען אפעטיט צו שרייבן, פארגאנגענע וואך פרשת ויגש האט מען ארויסגעגעבן די קארטלעך בנוגע הלכות דליקה בשבת, ווי געברענגט דא .

די וואך שבת אליינס האט שוין די קארטל אפגעהאלטן צוויי פייערס, איינס איז געווען די אויבנדערמאנטע פייער ווען א ווייער פון א האט פלעיט האט געברענט, די מעמבער איז צוגעקומען צו מיר פארציילן אז א דאנק די קארטל האט ער געוויסט ווי אזוי זיך צו פירן על פי הלכה.

בנוסף לזה האב איך נעכטן געהערט פון א מלמד, אז א אינגל אין חדר האט אים פארציילט אז די וואך פרייטאג צונאכטס האט זיין טאטע אהיימגעברענגט די קארטל פון ביהמ"ד אין פארגעלערנט די הלכות ביים סעודה, סוף סעודה איז א לעכט אראפגעפאלן פון די לייכטער [ארויף אויף די קארטל ארויף] און א דאנק די צעטל האבן זיי געוויסט אז די הלכה איז אז מ'דארף עס אויפהייבן.

חז"ל זאגן אונז שוין אין הדליקה מצויה אלא במקום שיש חילול שבת, ומכלל לאו אתה שומע הן, שמירת שבת ראטעוועט פון פייער בעז"ה.
א מעמבער האט געדארפט צוקומען צום קארטל?

יא,
די סיבה דערפון איז וויבאלד מצילי אש לויפט נאך נישט אום שבת, דאס מיינט אז אויב וועט מען רופן די טעלעפאון נאמבער פון בערך צעהן מינוט פארן שקיעה ביז עטליכע מינוט נאכן זמן, וועט מען אנקומען צו א מעסעדזש אז די ארגאנאזעישן איז פארמאכט, ווי אויך האט קיין איין מעמבער נישט קיין ראדיו אום שבת. די מעשה איז געווען אז איינער איז געקומען קלאפן ביי א מעמבער אינדערהיים. און דאס איז געווען די צווייטע פייער וואס א מצילי אש מעמבער לעשט אויס אום שבת, די ערשטע איז געווען מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק אום שבועות. די מציאות איז אז מ'לערנט נאכנישט אויפיציעל קיין הלכות שבת, ווייל לעת עתה איז עס נאכנישט נוגע, [למעשה עטליכע מאל ביי מיטינגס האט שוין די רב הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א גערעדט בנוגע אזעלכע סארט שאלות וואס ס'קען געשעהן ביי יעדעם אינדערהיים, אדער ביי א שכן וכדו'], די אינדערמאן די מעמבער האט באקומען די קארטל אין עס אדורך געלערנט, און פון דעם האט ער ארויסגענומען אז ער מעג ארויסציען די פלאג פונעם וואנט, נאכדעם איז ער מיך געקומען פרעגן אויב ער האט טאקע גוט געטוען, און מיר געזאגט אז א דאנק דעם קארטל האט ער געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן.

צו פארשטיין זיין שאלה אויב ער האט גוט געטון, יעדע הצלה מעמבער [וואס איז א ירא שמים] וועט אלץ האבן מחשבות האב איך טאקע געדארפט מחלל שבת זיין.. איך האב נישט געקענט טוען פארקערט... הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א זאגט אז דאס איז זיין ארבעט אין הצלה, אין חברים, און יעצט אין מצילי אש, צו מאכן די הלכות שבת פראקטיש אז מ'זאל נישט האבן קיין געוויסנביסן נאכן טוען א פעולה, וויסנדיג אז מ'האט זיך געפירט על פי הלכה [און ווי ר' יחזקאל זאגט: יעדע הצלה מעמבער איז א רב אויפן צענע, מ'באקומט נישט קיין שישי אין קיין סידור קידושין, אבער מ'דארף פסק'נען הלכות שבת], על כל פנים די מעמבער האט גענומען זיין שלות הנפש דורך די קארטל.
כהער, פארוואס טאקע איז עס נאכנישט אפן שבת דעמאלטס איז דאך ווען מען דארף עס
צו פארשטיין דאס דארף מסביר זיין עטליכע הקדמות, קודם כל די מאטא פון מצילי אש איז זייער קלאר: די פייער סערוויס און אונזער קאמיוניטי זאל ווערן געפירט דורך שומרי תורה', דאס הייסט אז ס'איז נישט קיין קאמפיין פון מחאה, ס'איז נישט קיין מלחמה מיט די יעצטיגע דעפארטמענט, ס'איז אוועק שטעלן א סיסטעם פון פייער סעיפטי דורך היימישע אינגעלייט שומרי תורה ומצות.
אביסל מער מסביר צו זיין, דא אין מאנסי זענען דא פילע ארגאנעזאציעס וואס געבן זיך אפ צו ראטעווען מענטשן אלס EMS, דאס הייסט אז בנוסף צו הצלה זענען דא פילע אלגעמיינע ארגאנעזאציעס וואס טוען די זעלבע זאך ווי הצלה בנוגע ראטעווען מענטשן, אבער די ארגאנעזאציעס גייען נישט על פי הלכה, [און במילא טאר א איד נישט האבן קיין שייכות מיט אלע ארגאנעזאציעס, שוין א מחאה אריינגעכאפט...], על כל פנים לאמיר זיך אויס'משל'ען ווי אזוי וואלט ווען אויסגעקוקט די היימישע אידענטום ווען ס'ווען נישט דא קיין הצלה ארגאנעזאציע? אונזער גאנצע אויסקוק אויף א EMS וואלט געווען א גוי'שע, אונז וואלטן נישט פארשטאנען אז ס'קען זיין אזא זאך א מ'רופט אן EMS און ס'קומען נאר מענער... אונז וואלטן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז ס'איז דא אזא זאך ווי מ'טוט עפעס וואס איז נישט ווי די ביכער אבער ס'ראטעוועט מענטשן, אונז וואלטן געהאלטן אז כדאי צו זיין אן EMT און ראטעווען אידן דארף מען מחלל שבת זיין, דאס הייסט אז בנוסף צו די זכות וואס שטייט צו די מייסד פון הצלה אלץ זיין כוונה צו פארשנעלערן ריספאנס טיים, איז אינאיינוועגס אויך דא די זכות פון האבן ארגאנעזאציעס וואס גייען על פי תורה, און שטעלן פאר אז ערליכע אידן קענען אויך [אדער גאר בעסער] באהאנדלן חולים, אן דארפן עפעס מגרע זיין פון שמירת התורה והמצוות, וואס דאס איז א געוואלדיגע קידוש השם.

לענינינו, אין די פייער סיסטעם הערשט אבער יא די געדאנק אז מ'קען נישט ראטעווען קיין הייזער, מ'קען נישט האבן קיין פייער קאמפאני וואס זאל זיין עפעקטיוו אנדעם וואס מ'מאכט פשרות מיט די תורה, אזא זאך ווערט שוין פארקויפט פאר אונז פאר יארן, אין מ'קען זאגן אז אונז האבן עס געגלייבט למחצה ולשליש, און בנוסף לזה די פייער דעפארטמענט האט געטוען ככל העולה על רוחם אן זיך צו רעכענען מיט אונזערע צרכים, מיר האט אן עסקן פארציילט אז ער האט גע'שדל'ט אז די פייער דעפארטמענט זאל באקומען די 'פליי קארס', שוין אזוי פרי ווי 2010, דאס הייסט גאנצע דרייצן יאר צוריק, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן, ס'נישט לעגאל און אלע מינע תירוצים, אלע תירוצים האבן אנגעהאלטן ביז מצילי אש האט אנגעהויבן אויסצוכאפן קאלס, דאן אין בלויז דריי חדשים איז אלעס געווארן לעגאל, און די קארס זענען געווען אויפן ראוד, [און אגב איך ווייס פון מערערע זאכן וואס די פייער דעפארטמענט טוט נישט לעגאל, ווי למשל די פארגאנגענע זונטאג נאכט איז געווען אן אויווען פייער וואס מצילי אש איז אנגעקומען פאר די פייער דעפארטמענט... און די פייער דעפארטמענט האט זיך באלד אויסגעדרייט ווי נאר ער האט געזעהן דארט א מצילי אש מעמבער, אן דעם וואס ער זאל בכלל זעהן די דירה ווי די פייער איז געווען, און נאך פילע דגמאות וואס איך האלט אלץ מיט].

על על פנים ווען עס ברענט א פייער און מ'האט נישט קיין וואסער, איז נישט קיין עצה צו לעשן לכל הפחות מיט אויל... ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, די זעלבע זאך איז דא, אפילו די פייער דעפארטמענט איז מחלל שבת ווען מ'רופט זיי, איז אבער נישט די עצה צו לויפן אום שבת כדי זיי אראפצוהאלטן, מ'זאגט נישט חטא בשביל שיזכה חבירך.

יעצט לאמיר צונעמען די סארט קאלס וואס קענען אלץ אריינקומען צו די פייער דעפארטמענט, און עס צוטיילן בנוגע שמירת שבת,

רוב רובו קאלס זענען אטאמאטישע אלארעם'ס, לדוגמא אויף די וועבסייט פון קאנטראל 44 ווערט געברענגט אלע קאלס פון די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה, און יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות האב איך געגעפנט די סייט, און די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה איז פופצן פון דריי-און-צוואנציג קאלס אלארעם'ס, און אן אריינצוגיין אויב אן אלארעם הייסט א ספק פיקוח נפש, על כל פנים מצילי אש קען - לעת עתה - גארנישט טוען אז די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט זאל נישט קומען צו אזעלכע קאלס, אדער על כל פנים זאלן האבן גוי וואס זאל זיך אפגעבן מיט די סארט ארבעט, די איינציגסטע עצה וואס מ'קען טוען לעת עתה איז מוחה זיין ווען מ'זעט אזא זאך. די וואך פרייטאג צונאכט פרשת ויחי איז געווען אן אלארעם אין די סטאניסלאווער בית המדרש, ווי ס'איז אנגעקומען צוויי טראקס פול מיט אידן מיט פיאות און קאפלעך, און סתם געשטאנען און ארומגעשמועסט, און ב"ה איז פארגעקומען דארט א מאסיווער מחאה, צענדליגע אידן האבן מוחה געווען בכל עוז על פי הוראתו פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א. [די איינציגסטע זאך וואס האט זיי געמאכט ריספאנדן שנעל צו קאלס איז געווען ווען זיי האבן פארשטאנען אז די עולם וויל נישט הערן קיין סיבה פארוואס זיי זענען נישט אנגעוקמען צו קיין קאל אין צייט, נאר די עולם וויל זען שנעלע ריספאנס, און ווען זיי האבן קאמפעטישן ארבעטן זיי פיין].

בנוסף לזה זענען דא צענדליגע קאלס וואס זענען קלענערע פייערס, חברים גיבט זיך שוין אפ לאנגע יארן מיט אזעלכע פייערס, אבער היות זיי האבן קיינמאל געצילט צו ווערן אן עמפטליכע פייער קאמפאני, דערפאר האבן זיי דאס קיינמאל נישט דערציילט, און הגם יעדע קליינע פייער דארף פארלאשן ווערן, ווייל אויב נישט ווערט ער א גרויסע, איז אבער נאכאלץ נישט דאס קיין סיבה אז מצילי אש זאל דערפאר לויפן אין שבת לעת עתה, כל זמן ס'ווערט מסודר על פי תורה דורך די חברים ארגאנעזאציע.

און אין פאל וואס ס'ברענט אן ערנסטער פייער, וואס הגם מצילי אש איז שוין געלערנט פאר כמעט יעדע סארט פייער וואס קען זיך מאכן, על כל פנים מצילי אש איז שוין היינט מער געלערנט ווי די אלגעמיינע עקסטיערער פייער פייטער, אבער האט נאכנישט די מצילי אש די נויטיגע עקוויפמענט צו קענען זיין די פיקוח נפש ארגאנעזאציע צו קענען לויפן אויף קאלס אום שבת.

איז לעת עתה איז די הוראה פון אונזערע רבנים אז מצילי אש זאל נאכנישט פונקצנירן אום שבת, און דערפאר איז די מצילי אש נאמבער נאכנישט אקטיוו אום שבת, ווען מצילי אש וועט ווערן די נאמבער וואס אפערירט פאר פיקוח נפש קאלס וועט מצילי אש פונקצנירן אויך אום שבת, על פי הוראת הרבנים שליט"א.

אגב מצילי אש האט שוין געהאלפן בנוגע די שמירת שבת פון די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט, ווייל היות מצילי אש גייט אן האבן זיי א פרעשור פון די ציבור, און במילא שניידן זיי נישט די גראז פון זייער שטח, און רייכערן נישט ארום זייער פראפעטי, פראבירן אז די שכנים זאלן נישט מיטהאלטן זייערע פארטיס, און הגם אז אויף דאס אלעס קומט זיך זיי קרעדיט, איז אבער דא די באקאנטע פראבלעם, אז אונז זענען נישט בעל הבית אויף די תורה, און במילא קענען אונז נישט מאכן קיין פשרות, און אונז קענען זיך נישט באגענוגן מיט פינף-און-זיבעציג פראצענט שמירת שבת, און פופציג פראצענט צניעות, ווייל אפילו איין פרוי ביי א פארטי מיט הוללות איז צופיל, ודי.


כ'האף אז איך האב מיר גענוג מסביר געווען, אויב איז עפעס נישט פארשטענדליך ביטע איבער פרעגן און איך וועל פראבירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלי, בס"ד.
זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט, תחזקנה ידיכם, יהדות מאנסי שטייט אדאנק די וואס היטן די שטאט פון חילול שבת, מיר דאווענען פאר אייער הצלחה!!
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

נייע מעגנעטס ווערן די טעג פארשפרייט דורך מצילי אש
Magenet.jpg
Magenet.jpg (370.95 KiB) געזען 3017 מאל
בילד
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

פייער פייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
נייע מעגנעטס ווערן די טעג פארשפרייט דורך מצילי אש
Magenet.jpg
ווי קען מען עס באקומען?
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

פייער פייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
נייע מעגנעטס ווערן די טעג פארשפרייט דורך מצילי אש
Magenet.jpg
געוואלדיג!
ווי קעמענעס באקומען
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

דעת בעל הבית האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:05 am
פייער פייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
נייע מעגנעטס ווערן די טעג פארשפרייט דורך מצילי אש
Magenet.jpg
געוואלדיג!
ווי קעמענעס באקומען
בלאט פלעק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:46 pm
פייער פייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
נייע מעגנעטס ווערן די טעג פארשפרייט דורך מצילי אש
Magenet.jpg
ווי קען מען עס באקומען?
לעת עתה קען מען מיר רופן [איך וויל נישט ארויסלייגן מיין נאמבער אויפן פובליק פארום, אבער ווער ס'ווייסט מיין נאמבער קען מיר גערן רופן], אדער קען מען רופן צו ר' יחזקאל אינדערהיים, [און אין פאל וואס קיינער הייבט נישט אויף זאגט די מעסעדזש מאשין מיין נאמבער].

ווי אויך האט מען עס אויסגעטיילט פאר די מעמבערס, איז אויב קענסטו א מעמבער קענסטו אים בעטן, און אין פאל ער האט נישט וועט ער באקומען נאך, בס"ד.
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש אין צאנז'ע חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין מאנסי האלט אפ א פראגראם במשך די ימי השובבי"ם פון חסד פראיעקטן, יעדע וואך א צווייטע ארגאנעזאציע, די וואך איז פארגעשטעלט געווארן מצילי אש ד'ראקלענד, ווי א מצילי אש מעמבער איז אריבער געקומען און גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון פייער סעיפטי, און עטליכע סעיפטי פונקטען, פארגעשטעלט די פראיעקט פאר די קינדער, און ארויסגעברענגט די וויטיגקייט פון שמירת שבת אין אלע סארט ארגאנעזאציעס.
IMG_2726.JPG
IMG_2726.JPG (357.68 KiB) געזען 1944 מאל
IMG_2722.JPG
IMG_2722.JPG (363.23 KiB) געזען 1944 מאל
IMG_2720.JPG
IMG_2720.JPG (328.27 KiB) געזען 1944 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש אין צאנז'ע חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

IMG_2734.JPG
IMG_2734.JPG (356.74 KiB) געזען 1944 מאל
IMG_2728.JPG
IMG_2728.JPG (268.23 KiB) געזען 1944 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

דברי אבד סאטמאר ווימסב''ג.jpg
דברי אבד סאטמאר ווימסב''ג.jpg (332.02 KiB) געזען 1340 מאל
בילד
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך וויל פשוט שערן מיין עקספיריענס מיט מצילי אש.

אפאר טעג צוריק האט פלוצלונג די ווייער פון מיין בעטי קראקער, ש'מער ש'ווייניגער אנגעהויבן צו ברענען. מיין אשת חיל האט שנעל ארויס געשלעפט די ווייער פון די פלאג, און עס האט זיך ב"ה אויסגעלאשן. פרעגט זי מיר, וואס יעצט? דארף מען מורא האבן אז עס איז דא פייער אין די וואנט?
פון ווי זאל איך וויסן? זאג איך איר געב א רוף מצילי אש, און פרעג.

נעמט נישט מער ווי א מינוט, און א געשמאקע יונגערמאן, אן קיין לעלא'ס און בליצערס, מיט אן פייער עקסטינגווישער אין די האנט באווייזט זיך ביים טיר, ער עפענט אויף די פלאג, און בליקט זיך גוט ארום, און זאגט אז עס איז ב"ה סעיף. ער האט פונקליך מסביר געווען וואס די סכנה איז, און ווי אזוי מען קוקט אויב עס איז סעיף. וכאשר בא, כן הלך. ממש א מחי'. געשיקט אין פראפעשענעל.

בעיסיקלי, א בעטי קראקער איז א היבשע טראבעל מעיקער, און מען דארף האלטן אן אויג צו די ווייער ווערט צו הייס. אויב יא, איז צייט צו קויפן א נייע. די וועג צו וויסן אויב עס איז דא פייער און די וואנט, איז קודם צו פילן צו די וואנט איז ווארעם, און דערנאך קען מען קוקן ווי די קאליר פון די קאנעקשענס אויף די אוטלעט פון אינעווייניג. אויב אלעס איז שיין גאלד/זילבער, איז פשט אז די פייער איז נישט געגאנגן אין די וואנט ב"ה.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

היימישער הייקער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:14 pm
איך וויל פשוט שערן מיין עקספיריענס מיט מצילי אש.

אפאר טעג צוריק האט פלוצלונג די ווייער פון מיין בעטי קראקער, ש'מער ש'ווייניגער אנגעהויבן צו ברענען. מיין אשת חיל האט שנעל ארויס געשלעפט די ווייער פון די פלאג, און עס האט זיך ב"ה אויסגעלאשן. פרעגט זי מיר, וואס יעצט? דארף מען מורא האבן אז עס איז דא פייער אין די וואנט?
פון ווי זאל איך וויסן? זאג איך איר געב א רוף מצילי אש, און פרעג.

נעמט נישט מער ווי א מינוט, און א געשמאקע יונגערמאן, אן קיין לעלא'ס און בליצערס, מיט אן פייער עקסטינגווישער אין די האנט באווייזט זיך ביים טיר, ער עפענט אויף די פלאג, און בליקט זיך גוט ארום, און זאגט אז עס איז ב"ה סעיף. ער האט פונקליך מסביר געווען וואס די סכנה איז, און ווי אזוי מען קוקט אויב עס איז סעיף. וכאשר בא, כן הלך. ממש א מחי'. געשיקט אין פראפעשענעל.

בעיסיקלי, א בעטי קראקער איז א היבשע טראבעל מעיקער, און מען דארף האלטן אן אויג צו די ווייער ווערט צו הייס. אויב יא, איז צייט צו קויפן א נייע. די וועג צו וויסן אויב עס איז דא פייער און די וואנט, איז קודם צו פילן צו די וואנט איז ווארעם, און דערנאך קען מען קוקן ווי די קאליר פון די קאנעקשענס אויף די אוטלעט פון אינעווייניג. אויב אלעס איז שיין גאלד/זילבער, איז פשט אז די פייער איז נישט געגאנגן אין די וואנט ב"ה.
אויב וואלט געווען א א "ערענסטע פארדאכט" פאר א עלעקטעריק וואנט פייער וואלט געווען א רשלנות פון שיקן א איינצעלע מעמעבער אן לעלוס וכו'.

זיי האבן מן הסתם שוין אויפן קאל געהערט אז דאס איז ב"ה גארנישט, געשיקט א מעמבער צו בארואיגען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”