מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

5 מאל
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2011 1:15 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 5 מאל »

Wow!!!!!
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: מצילי אש טרעינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

זאלציג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 6:28 pm
פייער פייטער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 5:52 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האלט ביי די לעצטע פאזעס פון פארענדיגן די ערשטע 'פייער-פייטער-וואן' קלאס, בייגעלייגט זענען בילדער פון אויפברעכן טירן און שטעלן אין קריכן לייטערס
IMG-20231220-WA0024.jpgIMG-20231220-WA0006.jpg
סתם פאר אינטרעסאנטקייט אפשר פארציילסטו מער וויאזוי ס'גייט צו די טרענונג?

יעדער טוט אלעס אדער מ'זעט נאר וויאזוי?........
און קורצן יעדער טוט אלעס.

דאס הייסט ס'איז א בוק וואס יעדער דארף אדורך ליינען, מ'דארף דאס האבן גליינט פארן course, און מאכן דעראויף צוויי סארטן quiz'ס, דערנאך הערט מען אויס א lecture און א קלאס סעטינג, וואס גייט איבער די chapter וואס מ'לערנט יעדעם טאג, און ווי אויך איז דא פאקטישע זאכן וואס מ'דארף טוען, קענען אנטוען אין אויסטוען די בגדים אין איין מינוט, מאכן אלע סארט קניפן, אויפברעכן א טיר, שטעלן א לייטער, קריכן אויף א לייטער, קריכן אויף א האק-ענד-לעדער, ארויסקומען פון א פענסטער ארויף אויף א לייטער, קריכן אויף א לייטער מיט א לייטער אויפן ריקן, אדורך גיין א וואנט, קריכן אין שמאלע פלעצער, וכהנה.

יעדער דארף דאס דורכגיין, און יעדער ווערט איבערגעקוקט אויב זיי קענען דאס טאקע אויספירן, און פאקטיש איז דא איין טאג וואס יעדער גייט דורך אזא בחינה כאילו און נאר אויב מ'קען טאקע אלעס באקומט מען די סערטיפיקעט.
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:49 pm
בלאט פלעק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:36 pm
דא סך הכל ווייל עס איז געשריבן געווארן דורך איינער וואס האט אן אגענדע צו אונטערברענגען אן ארגענעזאציע וואס איז מחלל שבת בפרהסיה ווערט עס אויס אמת?
קען זיין אז דאס איז די אגענדע, אבער איז זייער רחוק מן המציאות אז עס זאל אמאל געשעהן.
[די שמועס איז געווען אין די מאנסי נייעס אשכול, לדעתי געהערט עס אהער און במילא בין איך ממשיך דא]

מ'דארף פארשטיין וואס איז די ציל און אזוי ארום קענען פסק'נען וואס הייסט צו ס'איז רחוק מן המציאות אדער קרוב אל המציאות, איז לאמיר גיין צושטאטעלעך.

די פראבלעם: די פייער דעפארטמענט דארף האבן מעמבערס און כדאי צו האבן מעמבערס האבן זיי זיך ארויסגעשטעלט אלץ אידיש, נאר אנשטאט צו נעמען די תורה אלץ א וועג ווייזער וואס הייסט אידיש האבן זיי גענומען די אידישע קאלטור, דאס האט געמאכט אז היימישע בחור'לעך און אינגעלייטלעך זאלן דארט אריינגיין [לאו דוקא אלץ א פראבלעם, נאר זיי האבן נישט עומד געווען וואס גייט פאר], דאס האט געמאכט אז ס'זאל אויסקוקן היימישער און היימישער, ביז זיי האבן זיך געקענט אדווערטייזן אין אן היימישע אויסגאבע אז זיי זענען אידיש [זעה מער אנהויב פון די אשכול], וואס דאס האט געברענגט די שטורעם.

די מערכה: די מערכה איז סך הכל אויסצושרייען אז א מחלל שבת איז נישט קיין חלק פון מיין מחנה, און פאר פייערס וועל איך מיר בס"ד אליינס אן עצה געבן, מצילי אש איז א פאקט, און א פאקט וואס פילע האבן געזאגט ס'נישט מעגליך, קיינער האט נישט פאראויסגעזאגט אז אין ווינציגער ווי דריי יאר וועט שטיין אן ארגאנעזאציע וואס וועט האבן קרוב צו פערציג מעמבער און רעאגירן צו רוב רובו קאלס פון די מאנסי אומגעגענט.

ניין דאס איז נישט קיין טעות נאר א פאקט, איבער אכציג פראצענט פייער רילעטעט קאלס [ארויסגענומען די אוטאמעטיק אלארעם'ס פונעם חשבון], ווייסט נישט די ניין-וואן-וואן סיסטעם דערפון, איז דאס נישט קיין הצלחה? דאס איז א פאקט [יעדע 911 קאל איז פאבליק רעקארד, און איך צייל זיי, זיי האבן ווייניגער ווי איינס קעגן פיר פון אונזערע קאלס], די ארגאנעזאציע איז שוין אונטערגעברענגט געווארן.

די ציל איז אז די פייער דעפארטמענט זאל זיין ווי ספרינג-הילל קעגן הצלה, יעדער זאל וויסן א היימישע איד האט נישט מיט די ברוער פייער דעפארטמענט, איז דאס אויספירבאר, לכאורה יא, אינגאנצן זיכער נישט, ווייל ביי הצלה איז עס אויך נישט הונדערט פראצענט.

די מלחמה יעצט איז גייט דאס געשען אדער נישט, און דאס איז די מלחמה מיט די פיקטשערס, דאס הייסט ווי ווייט קען מען ארויסטראגן די מחלל שבת מחוץ למחנה און וויפיל איז ער יא עקסעפטעד ביי אונז, גייען אונז מצליח זיין אינגאנצען? אויב נעמט מען אריין אין חשבון טבע לכאורה נישט. הייסט געפוילט ביי איין אידיש נפש אז זיך צו דרייען מיט מחללי שבתות איז קיין מהלך, און דאס וועט מציל זיין אים און זיין אלע דורות א תועלת? אוודאי יא. דאס מיינט מ'דארף טוען און טוען און נישט אויפטוען, מ'קען נישט פארעכטן די וועלט, אבער יעדע משהו געטוען איז אויך אן אויפטיה.

און וואו געזאגט דאס אלעס איז נאר מיט די דרך הטבע אין די חשבון, איך מיין אז ווי מ'שטייט יעצט איז אויך נישט געווען אין פלאן על פי הטבע צוויי-א-האלב יאר צוריק, איז וועלן מיר זיך טרעפן אין צוויי-א-האלב יאר פון יעצט בס"ד.
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

היינט אין קול הציבור און אין לוח הציבור
חובת מחאה.jpg
חובת מחאה.jpg (174.07 KiB) געזען 49502 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

443 Calls.jpg
443 Calls.jpg (211.19 KiB) געזען 42549 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

התודה והברכה.jpg
התודה והברכה.jpg (170.84 KiB) געזען 42444 מאל
התודה והברכה.pdf
(23.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 13 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש שבת סיסטעם אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

שבת סיסטעם.jpg
שבת סיסטעם.jpg (303.22 KiB) געזען 32854 מאל
שבת סיסטעם.pdf
(106.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 19 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Jion success - דרשה בביהמ"ד ייטב לב סאטמאר מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

נעכטן איז פארגעקומען א דרשה אין ביהמ"ד סאטמאר - מהר"א - מאנסי בנוגע די שבת סיסטעם והמסתעף, דערביי האט ר' יחזקאל ווייס שליט"א געזאגט א סטעיטמענט אין די ענגלישע שפראך, בייגעלייגט איז די חלק אין ווידאוי, [ווען איך וועל באקומען די ראקארדינג וועל עס ארויפלייגן בס"ד].

Join success - and you will be successful

IMG_3937.JPG
IMG_3937.JPG (363.72 KiB) געזען 32775 מאל
IMG_3936.JPG
IMG_3936.JPG (291.5 KiB) געזען 32775 מאל
IMG_3934.JPG
IMG_3934.JPG (329.28 KiB) געזען 32775 מאל
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

הלכות שבת פאר מ'רופט מצילי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

ביים שיעור איז פארטיילט געווארן קאפיעס פון די פאלגענדע צעטל, הלכות פאר מ'רופט מצילי אש

הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_1.jpg
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_1.jpg (344.99 KiB) געזען 32300 מאל
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_2.jpg
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_2.jpg (371.01 KiB) געזען 32300 מאל
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש.pdf
(137.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 22 מאל
בילד
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

נאך א בילד.
אטעטשמענטס
Screenshot_20240506_010235.jpg
Screenshot_20240506_010235.jpg (186.01 KiB) געזען 29482 מאל
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

בילד
אוועטאר
עשתונותיו
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 8:54 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשתונותיו »

ב קדושים.JPG
ב קדושים.JPG (260.79 KiB) געזען 28198 מאל
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

שבת פרשת אחרי תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

כ"ק אדמו"ר מלויעב טשערנאבל פארשעי הרה"צ ר' ברוך בן ציון טווערסקי שליט"א האט די וואך שבת פאר קריאת התורה ארויף צום בימה און אויסגערופן: 'היות ס'האט זיך געגרינדעט א מצילי אש אין מאנסי, וואס זיי טוען אלעס על פי הלכה, במילא איז אסור צו רופן די ברוער פייער קאמפאני און מ'דארף רופן די מצילי אש אנשטאט דעם, מצילי אש'ס נאמבער איז 845.426.9111', אתה הראת לדעת...

שבת נאכמיטאג געווען אן Automatic Alarm אויף Sophia St און מאנסי, נאך עטליכע מינוט איז דארט געווען די פאליס, נאך צען מינוט וואס האט געקלינגען איז דארט געווען די ערשטע טראק [ווי שרייט ר' יחזקאל ביים שיעור אין ביהמ"ד סאטמאר, פיקוח נפש!!! סעיפטי!!!], און צען מינוט שפעטער די צווייטע טראק [און דאס איז געפערליכע עולה אפילו לפי די וואס ווילן שרייען אז אן Automatic Alarm איז פיקוח נפש אין מ'טאר נישט ווארטן קיין מינוט, און ס'דארף זיין דורך אידן. ווייל אויב קומט אן די פאליס און זעט אז ס'ברענט פאקטיש, וואלט ער שנעל גערופן פאר בעקאפ, און אז ער האט נישט גערופן, און די ערשטע טראק שטייט דארט שוין פאר עטליכע מינוט, היתכן ס'פארט ארויס א צווייטע טראק פון די גאראדזש].

די אינגערמאן וואס האט עס מיר פארציילט איז דארט געווען אין מוחה געווען אויף די חילול שבת, און די פאליס האט אים אפירגעהאלטן, די אינגערמאן האט געזאגט אז ער שעצט זייער די פייער דעפארטמענט, אבער דאס פארדעקט נישט די חלק וואס זיי זענען מחלל שבת, און ער בלייבט דא מוחה זיין כל עוד זיי זענען דא, וכן הוה.

זונטאג אינדערפרי איז אויסגעלייגט געווארן די פאלגנדע צעטל אין בתי מדרשים:

צוויי מעשיות.jpg
צוויי מעשיות.jpg (347.1 KiB) געזען 27673 מאל
ס'האט געהאט א צווייטע זייט [וואס איך האב נישט] וואס איז געשטאנען [בערך אזוי]: איז וואס זאגט איר מעג מען רופן ברוער אום שבת קודש? אויב ווייסט איר נישט דאן אדרבה פרעגט אייער מורה הוראה.
בילד
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

מצילי אש פיינעל‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

היינטיגן מיטוואך פרשת אמור איז אפגעהאלטן געווארן די 'פיינעל' פאר די ערשטע טייל פון די ערשטע 'מצילי אש ד'ראקלענד' קלאס, דאס איז די געשריבענע טעסט וואס נעמט אריין אלע לימודים וואס מ'האט געלערנט אין די פארגאנגענע אכט חדשים כדאי צו ווערן א 'פייער-פייטער-וואן', צוליב עטליכע סיבות האט מען צוטיילט די קלאס, און די ערשטע טייל פון די ערשטע גרופע מצילי אש מעמבערס האבן היינט גענומען די פיינעל, אין ב"ה געקענט מיט גרויס צעפרידנקייט.
לרגל די מאורע איז די רב הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א אראפגעקומען צום 'פייער אקעדעמי', מיטצוהאלטן פון דערנאנט די געוואלדיגע דערגרייכונג, און דערביי האט ער געשענקט פאר די אינסטראקטער א טשאקלעד פלעטער, זאגענדיג אז דאס איז אן איינגאבע פאר די צווייטע מצילי אש גרופע וואס ווערט יעצט צוזאמגעשטעלט, און ווערט בקרוב אנהייבן די פייער טרעינונג.
IMG_3627.JPG
IMG_3627.JPG (274.29 KiB) געזען 14279 מאל
IMG_3636.JPG
IMG_3636.JPG (252.38 KiB) געזען 14279 מאל
בילד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער וועג צוריק צו "אקטועלע" איז גאר א קורצע מיט ווייניג טראפיק, ביטע האלטן דאס פלאץ ריין פון מחלוקת, השמצות און זינלאזע צווישנרופן
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

לאגיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:28 pm
@פייער פייטער, וואס איז פשט פון די קללה אין דיין אונטערשריפט?
קודם וועל איך שטעלן א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מארקעטער, און איך פארשטיי נישט צו מארקעטן, איך [אדער א צווייטער, איך געדענק נישט] האב געבעטן איינער וואס טוט אין גרעפיקס אז ער זאל צושטעלן אן עד א איין ליינער מיט אונזער טעלעפאון נאמבער, אין דאס איז געלאפן אין די אויסגאבעס יענע וואך צוויי ווען ס'איז פארטיג געווארן, און איך האב עס אריינגעשטעלט אין מיין אונטערשריפט, יעצט לאחר המעשה זעה איך נישט קיין פראבלעם דערמיט און איך וועל פראבירן מסביר צו זיין.

די שוועריקייט מיט ארויסשטעלן אן עמערדזענסי נאמבער, און ס'זאל ווערן אנגענומען ביים ציבור איז זייער שווער מיט אסאך סיבות, און איך וועל פראבירן צו אויסרעכענען דאס וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט.

קודם כל רופן אן ארגאנעזאציע פאר הילף איז נישט ווי צו גיין איינקויפן אן אייטעם, אדער באשטעלן א סערוויס, וואס אין ערגסטן פאל אז מ'איז אריינגעפאלן קויפט מען א נייע, ווען מ'דארף הילף בפרט ביי זיך אינדערהיים דארף מען א טראסט אין די זאך וואס ווערט צוגעשטעלט, קיינער וויל נישט אריינעמען אינדערהיים א גרופע פון חוליגאנעס, אפילו ווען דאס מיינט ראטעווען זיין הויז, ווייל ער האט א חשש זיי וועלן נאר ערגער מאכן.

נאכדעם וואס מ'איבערצייגט שוין אז די זאך וואס די שטעלסט פאר איז א לעגיטימע זאך, מ'רעדט פון באזעסענע מענטשן, אינגעלייט בעלי אחריות זיי ווייסן וואס זיי האבן צוטוען, דארף מען נאך אלץ האבן די טראסט אז זיי קענען צושטעלן די סערוויס וואס זיי שטעלן דיר פאר, דאס הייסט איינער וואס זעהט זיין קאך ברענט, דארף ער זיין איבערצייגט אז יא מצילי אש וועט מיר דא קענען העלפן און עס לוינט מיר זיי צו רופן, כאטשיג אזוי ווי ס'לוינט צו רופן די אלגעמיינע נאמבער פון 911, אזוי ארום זאל ער כאטשיג רופן ביידע נאמבערס.

און אפילו זאל ער ווען האלטן אז מצילי אש קען אים העלפן אין די פאל, כדי ער זאל נאר רופן מצילי אש נעמט אז ער זאל האלטן אז מצילי אש וועט אנקומען שנעלער מאכן ווייניגער שאדן און קאפ וויי ווי די אנגענימענע נאמבער פון ביז היינט, און ער וועט גארנישט מרויח זיין צו רופן 911.

די אלע שטאפלען זענען אונז שוין פאראיבער ביים רוב ציבור, מענטשן האבן געזעהן אז היימישע אינגעלייגט קענען זיך אן עצה געבן מיט פייערס, אפילו גרעסערע ווי סתם אן אויווען פייערס, די שמועות גייען ארום פון מויל צו אויער, איינער וואס האט אזא הצלחה איז באלד מודיע פאר זיינע שכינים פריינט און משפחה, און מער און מער מענטשן ווערן באקוועם מיט די נאמבער.

איין שוועריקייט איז נאך יא דא, אפילו די מענטש וואס האט אפגעמאכט ביי זיך אז אין פאל פון נויט גייט ער רופן די נאמבער, איז אבער אין פאל פון נויט ארבעט נישט די קאפ פולקאם, חז"ל זאגן שוין ביי א פייער אדם בהול, דערפאר אפילו ווען ער זעהט דא אדער ערגעץ אנדערש די נאמבער, און ער קוקט און ער זעהט יא ס'איז א גרינגע נאמבער, אויב וועט ער עס נישט אריינלייגן אין זיין טעלעפאון, דאן 'ווען ס'פלאקערט - ביים שכן די גוי - גייסטו עס זיכן', במילא איז מיין עצה 'לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס', איך האב שוין געהאט אז מענטשן האבן מיר גערופן אויף מיין סעלפאון פרעגן די נאמבער ווען ס'האט געברענט, און מיין נאמבער איז נישט קיין נאמבער וואס ווערט אויפגעהויבן 24 שעה, איך האב עס פארלאשן ביים דאווענען און ווען איך בין אין קלאס מיט מיינע תלמידים ענפער איך נישט קיין טעלעפאון, דערפאר איז די עצה מאך זיכער אז ווען די גייסט עס דארפן זאלסטו עס האבן גלייך הענדי.

ביי די קאל אויף סאוט ריגארד האט גענומען איבער א מינוט וואס מ'האט געזיכט די מצילי אש נאמבער, זייער א טייערע מינוט געווען, ווי אויך איז געווען פאריגע וואך צוויי אזעלכע מעשיות.

איך האב שוין געהערט פון אנדערע בנוגע די נאמבער פון הצלה, אז די וואס מופן פון שטאט האבן א שוועריקייט צו געדענקן די נאמבער פון דאהי, גירסא דינקותא איז זייער א שטארקע זאך, אפט ווערט די נאמבער פון די שטיטשע אדער קרית יואל'ע הצלה גערופן פאר מאנסי קאלס, און די קאלס ווערן געטרענספערט, די צייט פון די טרענספער איז אסאך מאל קריטישע.

די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
בילד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm

ווי פארשלאפן האט געשריבן viewtopic.php?p=5123882#p5123882 עס איז פשוט דער כמו-זאגן "עס גייט ברענען".
Untitled.jpg
Untitled.jpg (75.55 KiB) געזען 1953 מאל
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:38 pm
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm
די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
ווי פארשלאפן האט געשריבן viewtopic.php?p=5123882#p5123882 עס איז פשוט דער כמו-זאגן "עס גייט ברענען".

Untitled.jpg
לגבי מארקעטינג איז עס אביסל צו לאנג.
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בלאט פלעק האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:45 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:38 pm
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm
די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
ווי פארשלאפן האט געשריבן viewtopic.php?p=5123882#p5123882 עס איז פשוט דער כמו-זאגן "עס גייט ברענען".

Untitled.jpg
לגבי מארקעטינג איז עס אביסל צו לאנג.
אפשר עטליעסט "ווען ס'פלאקערט ח"ו גייסטו עס זוכן"
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm
לאגיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:28 pm
@פייער פייטער, וואס איז פשט פון די קללה אין דיין אונטערשריפט?
קודם וועל איך שטעלן א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מארקעטער, און איך פארשטיי נישט צו מארקעטן, איך [אדער א צווייטער, איך געדענק נישט] האב געבעטן איינער וואס טוט אין גרעפיקס אז ער זאל צושטעלן אן עד א איין ליינער מיט אונזער טעלעפאון נאמבער, אין דאס איז געלאפן אין די אויסגאבעס יענע וואך צוויי ווען ס'איז פארטיג געווארן, און איך האב עס אריינגעשטעלט אין מיין אונטערשריפט, יעצט לאחר המעשה זעה איך נישט קיין פראבלעם דערמיט און איך וועל פראבירן מסביר צו זיין.

די שוועריקייט מיט ארויסשטעלן אן עמערדזענסי נאמבער, און ס'זאל ווערן אנגענומען ביים ציבור איז זייער שווער מיט אסאך סיבות, און איך וועל פראבירן צו אויסרעכענען דאס וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט.

קודם כל רופן אן ארגאנעזאציע פאר הילף איז נישט ווי צו גיין איינקויפן אן אייטעם, אדער באשטעלן א סערוויס, וואס אין ערגסטן פאל אז מ'איז אריינגעפאלן קויפט מען א נייע, ווען מ'דארף הילף בפרט ביי זיך אינדערהיים דארף מען א טראסט אין די זאך וואס ווערט צוגעשטעלט, קיינער וויל נישט אריינעמען אינדערהיים א גרופע פון חוליגאנעס, אפילו ווען דאס מיינט ראטעווען זיין הויז, ווייל ער האט א חשש זיי וועלן נאר ערגער מאכן.

נאכדעם וואס מ'איבערצייגט שוין אז די זאך וואס די שטעלסט פאר איז א לעגיטימע זאך, מ'רעדט פון באזעסענע מענטשן, אינגעלייט בעלי אחריות זיי ווייסן וואס זיי האבן צוטוען, דארף מען נאך אלץ האבן די טראסט אז זיי קענען צושטעלן די סערוויס וואס זיי שטעלן דיר פאר, דאס הייסט איינער וואס זעהט זיין קאך ברענט, דארף ער זיין איבערצייגט אז יא מצילי אש וועט מיר דא קענען העלפן און עס לוינט מיר זיי צו רופן, כאטשיג אזוי ווי ס'לוינט צו רופן די אלגעמיינע נאמבער פון 911, אזוי ארום זאל ער כאטשיג רופן ביידע נאמבערס.

און אפילו זאל ער ווען האלטן אז מצילי אש קען אים העלפן אין די פאל, כדי ער זאל נאר רופן מצילי אש נעמט אז ער זאל האלטן אז מצילי אש וועט אנקומען שנעלער מאכן ווייניגער שאדן און קאפ וויי ווי די אנגענימענע נאמבער פון ביז היינט, און ער וועט גארנישט מרויח זיין צו רופן 911.

די אלע שטאפלען זענען אונז שוין פאראיבער ביים רוב ציבור, מענטשן האבן געזעהן אז היימישע אינגעלייגט קענען זיך אן עצה געבן מיט פייערס, אפילו גרעסערע ווי סתם אן אויווען פייערס, די שמועות גייען ארום פון מויל צו אויער, איינער וואס האט אזא הצלחה איז באלד מודיע פאר זיינע שכינים פריינט און משפחה, און מער און מער מענטשן ווערן באקוועם מיט די נאמבער.

איין שוועריקייט איז נאך יא דא, אפילו די מענטש וואס האט אפגעמאכט ביי זיך אז אין פאל פון נויט גייט ער רופן די נאמבער, איז אבער אין פאל פון נויט ארבעט נישט די קאפ פולקאם, חז"ל זאגן שוין ביי א פייער אדם בהול, דערפאר אפילו ווען ער זעהט דא אדער ערגעץ אנדערש די נאמבער, און ער קוקט און ער זעהט יא ס'איז א גרינגע נאמבער, אויב וועט ער עס נישט אריינלייגן אין זיין טעלעפאון, דאן 'ווען ס'פלאקערט - ביים שכן די גוי - גייסטו עס זיכן', במילא איז מיין עצה 'לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס', איך האב שוין געהאט אז מענטשן האבן מיר גערופן אויף מיין סעלפאון פרעגן די נאמבער ווען ס'האט געברענט, און מיין נאמבער איז נישט קיין נאמבער וואס ווערט אויפגעהויבן 24 שעה, איך האב עס פארלאשן ביים דאווענען און ווען איך בין אין קלאס מיט מיינע תלמידים ענפער איך נישט קיין טעלעפאון, דערפאר איז די עצה מאך זיכער אז ווען די גייסט עס דארפן זאלסטו עס האבן גלייך הענדי.

ביי די קאל אויף סאוט ריגארד האט גענומען איבער א מינוט וואס מ'האט געזיכט די מצילי אש נאמבער, זייער א טייערע מינוט געווען, ווי אויך איז געווען פאריגע וואך צוויי אזעלכע מעשיות.

איך האב שוין געהערט פון אנדערע בנוגע די נאמבער פון הצלה, אז די וואס מופן פון שטאט האבן א שוועריקייט צו געדענקן די נאמבער פון דאהי, גירסא דינקותא איז זייער א שטארקע זאך, אפט ווערט די נאמבער פון די שטיטשע אדער קרית יואל'ע הצלה גערופן פאר מאנסי קאלס, און די קאלס ווערן געטרענספערט, די צייט פון די טרענספער איז אסאך מאל קריטישע.

די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
האבן ענק שוין געמאכט 'סטיקערס' אזוי ווי הצלה פלעגט אמאל טוהן אדער מאגנעטס?
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:56 pm
בלאט פלעק האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:45 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:38 pm
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm
די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
ווי פארשלאפן האט געשריבן viewtopic.php?p=5123882#p5123882 עס איז פשוט דער כמו-זאגן "עס גייט ברענען".

Untitled.jpg
לגבי מארקעטינג איז עס אביסל צו לאנג.
אפשר עטליעסט "ווען ס'פלאקערט ח"ו גייסטו עס זוכן"
אדער ״זיך עס נישט ווען ס׳פלאקערט שוין״
זאגסטו בכלל נישט אז סגייט ברענען ח״ו.
לעצט פארראכטן דורך יעקב לעהמאן אום דינסטאג מאי 28, 2024 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

Hershy21 האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm

זיין אונטערשריפט איז א מעגענעט וואס זיי טיילן
דאכצעך
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
העלפער
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

יעקב לעהמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:02 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:56 pm
בלאט פלעק האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:45 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:38 pm
פייער פייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:12 pm
די גאנצע זאך האב איך נאר געשריבן מסביר צו זיין די כוונה פון די עד אז עס איז נישט חלילה קיין קללה, און אדרבה אויב האסטו א בעסערע ליין ביטע זיי מיר מודיע, און [אויב איך וועל האבן די נויטיגע געלט דערפאר] וועל איך בס"ד בעטן די גראפיקער צו טוישן די נוסח.
ווי פארשלאפן האט געשריבן viewtopic.php?p=5123882#p5123882 עס איז פשוט דער כמו-זאגן "עס גייט ברענען".

Untitled.jpg
לגבי מארקעטינג איז עס אביסל צו לאנג.
אפשר עטליעסט "ווען ס'פלאקערט ח"ו גייסטו עס זוכן"
אדער ״זיך עס נישט ווען ס׳פלאקערט שוין״
זאגסטו בכלל נישט אז סגייט ברענען ח״ו.
אפשר פלעין "יעדע סעקונדע מאכט אויס" דארפסט נישט שרייבן גארנישט וועגן ברענען, מען ווייסט סייווי אז עס איז א עד פאר מצילי אש
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
פייער פייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:24 am

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער פייטער »

Hershy21 האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm

האבן ענק שוין געמאכט 'סטיקערס' אזוי ווי הצלה פלעגט אמאל טוהן אדער מאגנעטס?
דא האב איך שוין געשריבן אז ס'איז ערשינען, בס"ד האט מען פאריגע וואך געדריקט פרישע 5 טויזנט מעגענעטס, מ'קען עס באקומען ביי די מצילי אש מעמבערס

בילד
בילד
מיט א גוטע בליק
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2023 1:53 am

Re: מצילי אש ד'ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א גוטע בליק »

וואלט נישט געווען מער פראקטיש צו מאכן איין נומבער, ווי אין פאל פון נויט, קען מען זיך פארבינדן, סיי מיט הצלה, מצילי אש, און חבירים.
און נישט דארפן זוכן נומבערס.
איך מיין אז עס איז שוין היפש צייט עס צו טוהן.
מיט די היינטיגע וועלט דארף עס נישט צו זיין, צו שווער, אויסצופירן מכח אל הפועל.
טראכט גוט, וועט זיין גוט !
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”