בלאט 1פון 2

Theranos - איינע פון די גרעסטע 'סקעמס' אין היסטאריע - אנגייענדע משפט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:58 am
דורך וואס עפעס?
אין 2016 איז פארגעקומען די אויפדעקונג איבער איינס פון די גרעסטע ביזנעס שווינדלערייען אין מען בעהט די עולם צו אופדעיטן די אשכול מיט די איצטיגע געריכטליכע אפהאנדלוגען

די סקעם איז היסטאריש סיי צוליב די ריזן סכום פון קרוב צו 10 billion און סיי צוליב די סכנה פונעם פראדוקט

די פירער פון Theranos איז געווען א פרוי מיטן נאמען Elizabeth Holmes, זי מיט איר שותף האבן פארקויפט פאר די גאנצע וועלט אז זיי געבן ארויס א מאשין וואס גייט קענען טעסטן בלוט סעמפעלס און א שנעלע צייט און אזוי ארום שפארן צייט אין געלט פון גיין צו בלוט לעבס

lab m.jpg
lab m.jpg (158.2 KiB) געזען 3484 מאל


די איידיע אויב וואלט עז געארבעט וואלט געקענט אפשפארן די גרעסטע לעב׳ס אין אמעריקא אין די גרעסטע אינוועסטארס זענען געווארן ווילד אין משקיע געווען ריזיגע נומבערס אין איר פירמע

נאך א שטיק צייט האט די באקאנטע Walgreens pharmacy זיך א געשלאסן מיט איר אין אנגעהויבן א טעסט פראגראם וואו מען האט גענומען בלוט סעמפעלס פון מענטשן אין קלאמפיש געניצט די נייע טעכנעלאגיע אויף צו באקומען די בלוט רעזולטאטען

walgreens.jpg
walgreens.jpg (61.32 KiB) געזען 3484 מאל


ביז זאכן האבן אנגעהויבן גיין בארג אראפ אין א רעפארטער פאר WSJ איז ארויסגעקומען אין מגלה געווען אז די פראדוקט ארבעט נאך בכלל נישט ... אין עס איז א סקעם

אין די טעג גייט ווייטער די געריכט פראצעדור וואו עס דראט פאר די גרינדעס לאנגע לארן טורמע אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז זיי האבן געוויסט אז זיי נערן אויס מענטשן]

Re: Theranos - איינער פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:59 am
דורך פעיק ניוז
אזוי אויך האט דער מאשין געזאלט געבן רעזולטאטן אויף גאר א סך זאכן מיט בלויז איין טראפן בלוט.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:00 pm
דורך ויתן לך
עס איז געווען לעצטענס באשריבן באריכות אין די מאמענט

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:02 pm
דורך אווער נייט קוגעל
ויתן לך האט געשריבן: עס איז געווען לעצטענס באשריבן באריכות אין די מאמענט


ווי אויך אין "דער בלאט"

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:03 pm
דורך וואס עפעס?
-

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:03 pm
דורך ר' זעקל
יעדע צווייטע אויסגאבע האט עס באשריבן.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:03 pm
דורך וואס עפעס?
-

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:04 pm
דורך לאשתמודעתא
נישט 10 מיליאן נאר 10 ביליאן.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:04 pm
דורך לפנות בוקר
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן: עס איז געווען לעצטענס באשריבן באריכות אין די מאמענט


ווי אויך אין "דער בלאט"


ווי אויך אין שפאקטיוו

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:12 pm
דורך פעיק ניוז
דזשעימס מעטיס איז געזעסן אויף דער קאמפאני'ס באורד.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:18 pm
דורך פעיק ניוז
לאשתמודעתא האט געשריבן: נישט 10 מיליאן נאר 10 ביליאן.

איר רעדט ווארשיינליך פון וויפיל די קאמפאני איז ווערד געווען. גע'גנב'עט אבער האט זיך אריבער זיבן הונדערט מיליאן דאלער. אזוי מיין איך.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:24 pm
דורך לאשתמודעתא
פעיק ניוז האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן: נישט 10 מיליאן נאר 10 ביליאן.

איר רעדט ווארשיינליך פון וויפיל די קאמפאני איז ווערד געווען. גע'גנב'עט אבער האט זיך אריבער זיבן הונדערט מיליאן דאלער. אזוי מיין איך.

לא ראי זה כראי זה ולא ראי זה כראי זה, הצד השווה שבהן איז אז עס איז אסאך געלט.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:52 pm
דורך ירקרקות
וואס איז פשט? עס איז נישטא קיין סערטיפיקעישאן סיסטעם פאר אזא סארט פראדוקט בעפאר עס גייט ארויס אויפ'ן מארקעט?

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:39 pm
דורך וואס עפעס?
וואס שיינט ארויס פון די מעשה איז וואו די גאנצע ביזנעס וועלט האט געציטערט אז דאס איז די נעקסטע פעיסבוק אין אינוועסטירער האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אזוינס צו פארפאסן און האבן בלינדערהייט אריינגעלייגט אין איר פירמע שווערע מיליאנען

די גרינדערן איז יעדער שני וחמישי ערשינען אויף די הויפט זייטלעך פון אמעריקא׳ס גרעסטע מאגעזינען , באצייכענדיג איר אלס אמעריקא׳ס רייכסטאג פרוי

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:43 pm
דורך פעיק ניוז
עס איז נאכנישט געווען אויף די מארקעט מיין איך. מען רעדט דא פון מענטשן וואס האבן אינוועסטירט.

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:58 pm
דורך בעריש'ל
עס רעדט זיך דא פון א טיפיקל מעשה וואס געשעהט אין ווילי טעגליך, קומט א בחור ״וואס ארבעט״ אבער האט נישט קיין זשאב, און פאלט אים איין א פאטענט, און ער גלייבט נישט די אלע אלט געזעסענע פוילע שטריקעס, ער זעהט שוין די מיליאנען, אפאר אידן אינוועסטן ווייל מען דארף העלפן אזא בחור, און נאכן אראפ פלאשן דאס געלט ווערט דער בחור נעבעך א צושאסענער.

זי האט געמיינט גוט

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:04 am
דורך Programming
וואס איז למעשה געווארן מיט די מאשין? קיינמאל נישט ארויסגעקומען גארנישט?

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:30 am
דורך Mezofzef
בעריש'ל האט געשריבן: עס רעדט זיך דא פון א טיפיקל מעשה וואס געשעהט אין ווילי טעגליך, קומט א בחור ״וואס ארבעט״ אבער האט נישט קיין זשאב, און פאלט אים איין א פאטענט, און ער גלייבט נישט די אלע אלט געזעסענע פוילע שטריקעס, ער זעהט שוין די מיליאנען, אפאר אידן אינוועסטן ווייל מען דארף העלפן אזא בחור, און נאכן אראפ פלאשן דאס געלט ווערט דער בחור נעבעך א צושאסענער.

זי האט געמיינט גוט

פון וואו ווייסטו וואס זי האט געמיינט?
פארוואס פלעגט זי משנה זיין איר קול וכו'?

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:55 am
דורך וואס עפעס?
Mezofzef האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן: עס רעדט זיך דא פון א טיפיקל מעשה וואס געשעהט אין ווילי טעגליך, קומט א בחור ״וואס ארבעט״ אבער האט נישט קיין זשאב, און פאלט אים איין א פאטענט, און ער גלייבט נישט די אלע אלט געזעסענע פוילע שטריקעס, ער זעהט שוין די מיליאנען, אפאר אידן אינוועסטן ווייל מען דארף העלפן אזא בחור, און נאכן אראפ פלאשן דאס געלט ווערט דער בחור נעבעך א צושאסענער.

זי האט געמיינט גוט

פון וואו ווייסטו וואס זי האט געמיינט?
פארוואס פלעגט זי משנה זיין איר קול וכו'?

# קאנספעראציע

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:13 am
דורך בניהו
בעריש'ל האט געשריבן: עס רעדט זיך דא פון א טיפיקל מעשה וואס געשעהט אין ווילי טעגליך, קומט א בחור ״וואס ארבעט״ אבער האט נישט קיין זשאב, און פאלט אים איין א פאטענט, און ער גלייבט נישט די אלע אלט געזעסענע פוילע שטריקעס, ער זעהט שוין די מיליאנען, אפאר אידן אינוועסטן ווייל מען דארף העלפן אזא בחור, און נאכן אראפ פלאשן דאס געלט ווערט דער בחור נעבעך א צושאסענער.

זי האט געמיינט גוט

העסט מיר זאגן אז ריזיגע פירמעס האבן אינוועסטירט אזאנע געלטער נאר פאר די סיבה? עפעס מאכט נישט קיין סענס

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:28 am
דורך מצה טאש
די עמי מאגאזין האט געהאט אן ארטיקל דערוועגן 2 וואכן צוריק. העכסט דראמאטיש

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 7:06 am
דורך וואס עפעס?
האט זיך די קעיס אמאל גענדיגט?

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 7:15 am
דורך הענדימען
וואס עפעס? האט געשריבן:
האט זיך די קעיס אמאל גענדיגט?
viewtopic.php?p=3241127&sid=fedb7a9b585 ... 8#p3241127

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 8:23 am
דורך בניהו
סיי די מעשה און די FTX מעשה מאכט וואונדערן, איז וואל סטריט אזוי נאריש? וויאזוי פאלן זיי אזוי שנעל מיט ריזיגע געלטער פאר די אלע סטארט אפ ביזנעסער?

Re: Theranos - איינס פון גרעסטע סקעם׳ס אין היסטאריע- אנגייענדיגע משפט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 9:21 am
דורך יער
בניהו האט געשריבן:
סיי די מעשה און די FTX מעשה מאכט וואונדערן, איז וואל סטריט אזוי נאריש? וויאזוי פאלן זיי אזוי שנעל מיט ריזיגע געלטער פאר די אלע סטארט אפ ביזנעסער?
וואס נאך עס מאכט וואונדערן איז פארוואס אין די צייט וואס ביי האלמס האט זיך דאס לאנד איבערקערט אפ סייד דאון און זי גייט יעצט זיצן אין טורמע פאר א שיינע תקופה - הערשט אבער א שא שטילקייט בנוגע די איצטיגע פרשה.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: