ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אידישע וועלט
Site Admin
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2007 3:43 pm

ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע וועלט »

אין ווייטערדיגע שריט צו מסדר זיין דעם היכל הנגינה און שטעלן דבר דבר על אופניו, ווערט אצינד געעפנט א צווייטן און שפאגל נייעם פארום מיטן נאמען 'תורת הנגינה און כלי שיר'.

נגינה איז טאקע עפעס וואס ציט און רעדט צו יעדן, עס ווערט דיסקוטירט דורך אלעמען צוגלייך און באהאנדלט איבער גאנץ היכל הנגינה, אבער פון די אנדערע זייט איז מוזיק א טיפזיניגע חכמה וואס מ'קען גרונטליך אפלערנען און פארשטיין, און איז איינגטליך פון די זיבן גרעסטע חכמות וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.

אויסערדעם וואס נגינה איז א טיפע און קאמפליצירטע חכמה פאר זיך, איז פארהאן א באזונדערע חכמה וויאזוי ארויסצוברענגען נגינה ריכטיג מיט פארשידענע אינסטרומענטן, און דערנאך איז דא א שפראך מיט וואס דאס ווערט געשריבן, און דאס זענען די מוזיקאלישע נאטן.

א געוואלד מיט אינפארמאציע, רייכע לעקציעס, און אינפארמאטיווע אפהאנדלונגען אין תורת הנגינה זענען שוין געשריבן געווארן אין די ראמען פון אידישע וועלט, אבער זייענדיג א קליינע צאל אשכולות זענען זיי גענצליך פארוואסערט געווארן צווישן צענדליגע אנדערע, און עס איז א גאנצע אפקומעניש צו אפירזוכן און געפונען דעם מיעוט הכמות, טראץ איר ריבוי האיכות.

און אזוי אויך זענען פארהאן אומצאליגע אשכולות וועלכע געבן זיך אפ מיט עצות און הילף פאר די וואס שפילן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן, און אויך זיי ליגן באגראבן ערגעצוואו צווישן פילצאליגע אנדערע מינדערוויכטיגע שמועסרייען ארום מוזיק.

דעריבער איז נישט מער ווי פאסיג אז דער נייער און צווייטער פארום אונטער היכל הנגינה זאל זיין א פלאץ וואו אלע שיעורים און שמועסן ארום תורת הנגינה זאלן זיך געפונען תחת קורת גג אחד, און אזוי אויך טיפס און הילף בנוגע אלע סארטן כלי שיר.

עס איז צו האפן אז דער נייער ווינקל וועט ערליך דינען איר צוועק, ברענגענדיג קלארקייט פאר די עוסקים בתורת הנגינה און געבנדיג נויטיגע הילף פאר די מנגנים בכלי שיר, און מיר זאלן שוין טאקע בקרוב זוכה זיין צו הערן די שירת הלויים על דוכנם בב"א!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

WOW אייוועלט ווי קיינמאל ביפאר!!
לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעילא ולעילא »

אה. התחדשות
אוועטאר
ספרעי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:58 am

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרעי »

!Wow

גוטע איידיע דאס.
זאכן ווערן בעסער פון מינוט צו מינוט!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אלץ איינער וואס שפילט אויף צוויי אינסטרומענטן איז אזאנס גאר וויכטיג פאר מיר שכח סטאווי אין וויכי פאר די שווערע ארבעט צו פארשענערן די היכל הנגינה
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

דער הימלישע איד האט געשריבן: אלץ איינער וואס שפילט אויף צווייאינסטרומענטן איז אזאנס גאר וויכטיג פאר מיר שכח סטאווי אין וויכי פאר די שווערע ארבעט צו פארשענערן די היכל הנגינה


אז כמעג פרעגן וועלעכע צוויי?
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

דער הימלישע איד האט געשריבן: שכח סטאווי אין וויכי פאר די שווערע ארבעט צו פארשענערן די היכל הנגינה


;l;p-
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
רופט/טעקסט ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע זוממער פרייזן
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן: שכח סטאווי אין וויכי פאר די שווערע ארבעט צו פארשענערן די היכל הנגינה


;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”