קינדער שטוב - וועכענטליכע קינדער אויסגאבע פון א בליק
איך האב עס דורכגעליינט דעם שבת. א חלק פון די חידושים וואס זענען מיר געפאלן:
די אפטיילונג וואס ביישרייבט סיפורי צדיקים, האט ער געמאכט ווי א נסיעה אויף מקומות הקדושים, אנגעהויבן פון עירפארט און אלעס ארום.
אנשטאט פשוט באשרייבן חיות יעדע וואך ווערט עס אראפגעלייגט ווי אן איטערוויו וואס ארי אבראמאוויטש האט מיט די חיות.. דעם וואך מיטן זיברא, גאנץ אינטערסאנט.
א קאמיקס ווי קינדער שיקן אריין א מעשה וואס איז געשען מיט זיך, און די מעלער מאלט די מעשה און מאלט נאך די בילד פונעם קינד וואס שיקט עס אריין. חידוש.
און נאך חידושים וואס איך געדענק נישט אויסעווייניג.
בלייבט נאר צו וואונטשן הצלחה אויף ווייטער.