סגולות: מקורם טעמם וענינם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

עס איז דא הונדערטער סגולות מפי ספרים וסופרים, ווען מען קוקט אריין טרעפט מען א סגולה פאר יראת שמים, אנטקעגן מחשבות זרות, א סגולה פאר עשירות, פרנסה, גוטע קינדער אא"וו.

האט דען איינער א הוה אמינא אז א סגולה איז מער ווי א תפלה ? נו אוודאי דארף מען סייעתא דשמייא, אנדעם העלפט נישט קיין שום סגולה, אבער די אלע סגולות פאר פארשידענע ענינים ווערט געברענגט פון הייליגע צדיקים מפי קבלה.

איך זע נישט ווי אזוי עס קען זיין צדדים לכאן ולכאן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע האט געשריבן: און איך קען נישט גלייבן אז ענק מאכן אזוי אוועק א פשוט'ע תפלה בכוונה. דאס העלפט אפילו אין ווייניגער פון פערציג טעג.


ביסטאך מתוק מאשקע, אזאנס? אזא שכל הישר, דאס פאסט דאך פאר פריעריגע, אה.. דערקענט זיך אויף אייך א טעם זקנים.

מאשקע נהניתי, וועסט זיכער פרעגן פארוואס? ווייל איר רעדט ווי א אידיש קינד ברויך צו רעדן, מיר ווייסן דאך אין אלע דורות ווען אימער א איד האט געהאט וואספארא ענין וואס ער האט זיך גענויטיגט אין א ישועה, האט ער גענומען דעם תהלימ'ל אין די האנט אריין, און געגאסן בדמעות שליש, אדער האט ער זיך סתם אויסגערעדט דאס הארץ פארן כל יכול, ווייל דאס איז דאך וואס מיר זענען באפוילן געווארן דורך משה רבינו אין משנה תורה, בצר לך ומצאוך, ושבת עד ה' אלקיך, מצות תפלה בעת צרה איז א מצוה עשה דאורייתא, מ'קען אפשר דן זיין דערין, צי אויב א איד איז עוסק אין סגולות, און איז מבטל מצות תפלה, אין א צייט וואס ער נויטיגט זיך אין א ישועה, [און ווען נויטיגט מען זיך נישט], קען זיין אז דאס גייט גאר אריין בגדר מבטל מצות עשה דאורייתא.

איך וועל נאך מוסיף זיין לדבריך, היינט קען זיך טרעפן מען זאל אפילו תהלים אויך זאגן נאר אלס א סגולה, כאפסט? ווייל תהלים איז א סגולה פאר א ישועה, אבער נישט אז מ'רעדט צום אייבערשטען און מ'בעט דעם טאטן, טאטע העלף מיר...

אוודאי איז אלע זאכן גאר גרויסע געהויבענע זאכן, ח"ו איך מאך גארנישט אוועק, ס'איז מפי ספרים מפורשים, מקובל מאבות אבותינו, דור אחר דור, עד משה רבינו, אוודאי אוודאי ווייס מיר דאך, אבער מאכן עיקרים טפלים און טפלים עיקרים? אתמהה..

נאכאמאל מאשקע, ס'האט מיר געפריידיגט אז יאך בין נישט דער איינציגסטער צוריקגעבליבענער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה, ענדליך! דו האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט!
An article a day keeps the babies away
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

מאשקע האט געשריבן: אה, ענדליך! דו האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט!

בכלל נישט, און דו מאשקע האסט בכלל נישט רעספאנדעד צו דעם וואס איזאק און איך האבן דא מגיב געווען, מיטן אויסרייד אז דו ווילסט עס נישט פארוואנדלען אין א וויכוח, אבער יעצט ביסטו צוריק... סאו לאמיך פרובירן נאכאמאל.

עטץ רעדטס דען דא צו מענטשן וואס מאכן פון סגולות א עיקר און תפילות א טפל ?? ווייז מיר אן איינער וואס האלט אזוי!!

וואס ווילסטו פאר א גוט יאר ? דא רעד זיך פון צובראכענע נשמות וואס גיסן זיך שוין אויס זייער הארץ לאנגע יארן ביים דאווענען זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט קינדער, זיי דאווענען און זאגן תהילים בכוונה יעדן טאג, תפילה איז ביי זיי דער עיקר !! אבער זיי כאפן זיך אן אין יעדע סגולה ווי א דערטרונקענער אין שטרוי, און וואס ווייסטו ? אפשר די סגולה בצירוף מיט זייער דאווענען מיט טרערן יעדן טאג האט געמאכט א רושם אין הימל, דו ווייסט וויזוי די זאכן ארבעטן אין הימל ??

וואס פארדרייסטו דא דעם שמיטשיק אז זיי מאכן תפילה פאר א טפל, זאג דאס פאר די עלטערע בחורים וואס וויינען זיך אויס ביים ציון יעדע וואך און בעטן ביים דאווענען צובראכענערהייט, די זעלבע בחורים מאכן אלע מיני סגולות וואס נאר מעגליך וואס דו מאכסט חוזק דערפון, און זיי זויגן דאס נישט אויס פון די פינגערס, די אלע זאכן ווערט געברענגט, זיי מאכן תפילה א טפל ????? YOU GOTA BE KIDDING ME!!!

צו וועם רעדסטו דא ???? צו מענטשן וואס ליידן אויף די ביטערע מחלה און זייער משפחה וויינט זיך אויס די אויגן פארן אויבירשטן יעדן טאג און אויך זאגן זיי פרק שירה פערציג טאג ווייל דאס קען מעגליך צוהעלפן ?????? זיי מיינסטו ????

עס איז דא איין אידיש קינד וואס האלט אז א סגולה איז דער עיקר ??? סארי ראנג עדרעס.
ווילסט דא פארציילן פארן עולם אז תפלה קען זיכער העלפן ? שקויעך פאר די נייעס, תזכה למצוות, מען רעדט בכלל נישט פון דעם, רעדט צו דער זאך ביטע.


יא, און ווי איזאק (ווי איז ער לעצטענס ?) האט ערווענט, מאך זיכער מאשקע נישט צו זאגן פרשת המן גימל בשלח, ווייל דאס א סגולה פאר פרנסה.

מענטשן פרובירן אלע מיני וועגן געהאלפן צו געהאלפן ווערן, און דו מאכסט שפאס דערפון.

DO ME A FAVOR
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

זייער א שארפער דיסקאשן דא... ובא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם... ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

איך וועל זיך נישט באציען ספעציפיש צום פרק שירה, ווייל דאס איז עפעס א לעצטערע פובליצירטע סגולה וואס איך ווייס נאך נישט וויאזוי מ'עסט דאס, איך וועל זיך בעיקר אפשטעלן אויף סגולות אלגעמיין.

"ויצעקו אל ה' בצר להם וממצוקתיהם יושיעם" איז אלץ געווען די עצה פון א איד בעת צרה. אידן אין אלע דורות האבן געוואוסט אז דאס תהלימ'ל איז דער איינציגסטער מקום מנוס ופליטה פאר אלע ענגשאפטן און צו יעדער צייט. ס'נישט דא אין פלאץ מעתיק צו זיין פון די ספרי קודש דאס גרויסע חשיבות פון די פסוקי תהלים וועלכע איז פערפאסט געווארן מיט רוח הקודש דורך דעם נעים זמירות ישראל אדונינו דוד מלך ישראל חי וקים, וואס כידוע צדיקים האבן געזאגט אז דוד המלך האט ברוח קדשו אריין געלייגט אין די פרקי תהלים אלע סארט געברויכן פון אלע סארט אידן עד ביאת הגואל. ווען נאר א איד וועט זיך שפירן געענגט פון סיי וועלכע צרה אדער בקשה, דארף ער נאר איין זאך טוהן: "נעמען דאס תהלימ'ל אין דער האנט אריין און דארטן וועט ער זיך שוין באגעגענען מיט אלע זיינע הצטרכות'ן". די פסוקים רעדן צו יעדן סארט מענטש, פון יעדן סארט מצב און פון יעדע סארט בקשה. אני הגבר קען אויף מיר מעיד זיין, אז וויפיל מאל איך נעם נאר דאס תהלימ'ל אין דער האנט אריין (ליידער נישט קיין סאך...) שפיר ווי אט ממש די ווערטער וואס איך זאג יעצט האב איך געוואלט בעטן פונעם רבונו של עולם. מ'קען זיצן און דערציילן טעג און וואכן, חדשים און יארן, שמיטת און יובלות ולעולמי עולמים, פון די גרויסע מופתים, ניסים און ישועת השי"ת, הן נסים וישועת ברוחניות והן ניסים וישועת בגשמיות, וואס מ'זעט אלץ ביי די פרקי תהלים.

ליידער, ליידער, לעבן מיר היינט אין א דור וואס איז ערום ויחף פון צדיקי אמת, ס'איז ממש אין א בחינה פון החושך כיסה את פני האדמה, און אויב א איד געפונט זיך אין אן עת צרה שפירט ער ווי ער איז ממש אליין, ער האט זיך נישט צו וועם צו ווענדן, און אויב זוכט ער א צדיק אמת וועלכער זאל זיין אין די בחינה פון דובר אמת בלבבו צדיק גוזר והקב"ה מקיים וכו' וכו' איז דאס נאר אפצוגעפונען אויפן בעסטן פאל אחד במדינה ושנים בכל העולם כולו (לשון גוזמא נקט). אויב איז אין די אמאליגע צייטן געווען איינגעפירט אז ווען א צרה אדער אן ענגשאפט האט ארומגענומען א איד איז ער באלד געלאפן זוכן א חכם שיבקש עליו רחמים, וועט ער דאס היינט צו טאגס פאר א רפואה (תרתי משמע...) נישט טרעפן. עס איז טיילמאל אויסצוגיין פאר צער פשוט פאר דעם אליין, אז ס'נישט דא צו וועם צו רעדן.

אני כשלעצמי ווען איך טרעף אן איד אין אזא מצב, צייג איך אים צו די ווערטער פון מיין באליבטן רבי'ן זצוק"ל (אין א בחינה פון א תלמיד מפי ספריו, א שטייגער ווי ער זעלבסט האט געזאגט אויף זיך בשייכות צום חתם סופר) וואו ער זאגט און זאגט צענדליגער מאל דאס באקאנטע ווארט זיינע אויף די גמרא אז "בעיקבתא דמשיחא אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים", און וואס איז געווען אמאל אויף וועמען דען האבן זיך אידן אמאל פארלאזט אויב נישט אויף אבינו שבשמים? איז ער דאס מסביר מיט די באקאנטע מעשה פונעם ישמח משה מיטן רבין פון לובלין אשר אין כאן מקומו להאריך, אבער דער שפיץ דערפון איז אז דער רבי פון לובלין האט געפרעגט דעם ישמח משה וואס פשט אין די גמרא "הבא לטהר 'מסייעין' אותו", וואס איז דער לשון רבים 'מסייעין?' האט ער דאכט זיך באלד דערויף אליין געענפערט אז די 'מסייעין' זענען די צדיקים, צדיקים זענען די וואס העלפן דעם איד אנצוקומען צום רבונו של עולם. דאס איז פשט אין די גמרא אין לנו להישען און דאס האבן די חכמינו ז"ל געוואלט מרמז פאר אונזער ארעם דור, אז בעיקבתא דמשיחא ווען ס'וועט זיין א זמן פון העדר הצדיקים, זאל מען וויסן און געדענקען אז אין לנו להשען "אלא" על אבינו שבשמים. ער פלעגט דאס איבערזאגן און איבערזאגן טויזנט אין איין מאל אז אין אונזער נאקעטער דור, ווען מ'זעמער אן צדיקים, איז פיל פיל גרינגער און נענטער פאר א פשוטן איד אנצוקומען צום רבונו של עולם ווי אין די פריערדיגע דורות. "אני בעל הבירה", איז דא פון אים א באקאנטע תורה וואו ער האט דאס פארטייטש אז בעיקבתא דמשיחא ווען אידן וועלן זיין אנע צדיקים, וועלכע זענען דאך די בעלי הבירה נאנט צו ברענגען אידישע הערצער לאבינו שבשמים, דעמאלט אין די תקופה זאגט דער באשעפער "אני בעל הבירה", איך בין אליין סיי בורא ומנהיג און סיי דער בעל הבירה, און דער כח וואס אידן האבן אמאל געהאט דורך די צדיקים קען היינט צוטאגס יעדער איד האבן גלייך צום רבונו של עולם. (איר זאלט מיר אנטשולדיגן אז איך האב זיך אזוי צולאזט מיט די תורה'ס פון רבי'ן, אבער וואס זאל איך טוהן? ער איז מיין פעיווארעט רבי און וויפיל מאל איך קוק אדער איך לערן זיינע רעיונות כאפ איך א פריש התפעלות. איר פארשטייט מיך, יא?).

איז צו וואס וויל איך נאר צוקומען? יא וועגן סגולות. אין מיינע אויגן זענען די סגולות געווארן היינט זייער פאפיולער פשוט ווייל מיר לעבן נעבעך אין אזא מצב וואס מ'ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טאן, מ'ווייסט זיך נישט וואו צו ווענדן, ס'פעלן די צדיקים 'המסייעין', דעריבער כאפן זיך אידן אן אויף יעדע קלייניקייט בעת צרם. אנגעהויבן האבן זיך טאקע די זאכן בלויז אלס א טפל, כלומר אידן האבן זיך אויסגעוויינט און אויסגערעדט כבן המתחטא ומתבקש ביים סידור אדער ביים תהלימ'ל, זיי האבן געוואוסט אז דאס און נאר דאס איז דער איינציגסטער וועג המקובל לנו מאבותינו אנצוקומען צו א ישועה, און צו דער זייט האבן זיי אויך צוגעניצט א סגולה המקובלת מפי ספרים וסופרים. ברבות הימים, ווען דאס דור איז ליידער געפאלן נאך טיפער און וגברו הצרות ל"ע, יעדן טאג מיט פרישע צרות און פרישע פרשות מבהילות, זענען די מענטשן ליידער געווארן אזוי פאר'צרה'ט און אזוי פארפארעט אז מ'האט אנגעהויבן צו מישן יוצרות און געמאכט פאר א טפל עיקר און פאר עיקר טפל, און מ'האט זיך גענומען בלויז צו די סגולות.

איך וועל געבן א ביישפיל מיט פרשת המן:
דאס גאנצע פארוואנדלען פרשת המן און אזא פאלקס-סגולה ביום ג' בשלח, נעמט זיך פון דעם וואס היינט צו טאגס ווען ס'איז ליידער א מצב פון עמך ישראל צריכין פרנסה, אידן מוטשענען זיך אוועק פאר טריקן שטיקל ברויט, ס'איז ממש א מצב פון והיוקר יעמיר און אידן גייען פשוט אויס נאך א ישועה אין פרנסה, מ'האט זיך נישט צו וועמען ווענדן, דעריבער איז געווארן א גאנצער מצב ביום ג' בשלח אין זאגן פרשת המן. מ'האט געמאכט דערפון אזא תורה שלימה אזש ס'דא אפילו אידן וואס מג' בשלח לג' בשלח ווייסן זיי ניטאמאל אז ס'פאראן אזא תפילה ווי "פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון"...

נאכמער, דער גאנצער ענין פון זאגן פרשת המן איז במקורו מיוסד געווארן אלס א 'תפילה' פאר פרנסה, און כלל נישט אלס סגולה. דער טור ובית יוסף ברענגען אין אורח חיים סי' אל"ף אז 'וטוב' לומר פרשת המן בכל יום, און ווי דער ב"י איז דאס מסביר בטוב וטעם אז דאס איז גוט כדי 'שיאמין' אז מ'זאל גלייבן באמונה אז פרנסה גיבט דער אויבערשטער, קומט דער פרישה און צייכנט אן א ירושלמי וואס דריקט זיך אויס דאס לשון אז 'מובטח', איז געקומען איינער און האט צוגעשטעלט בשם רבינו בחיי (אזוי מיין איך, כ'דענק אויסנווענדיג דער מקור) אז דאס איז א סגולה לומר בכל יום, איז געקומען א דריטער און האט געפונען א שבט מוסר וואס זאגט אז מ'זאל עס זאגן שנים מקרא ואחד תרגום, איז געקומען א פערטער און האט צוגעלייגט אז אויב מ'זאגט עס ביום ג' בשלח איז ממש בדוק ומנוסה, און פון דארט און ווייטער איז די באן געפארן צו א מצב פון זיך אנכאפן אין די בלויזע סגולה. (אגב, דאכט זיך אז דער מנחת אלעזר האלט גאר אז להלכה 'טאר' מען דאס נישט זאגן יעדן טאג).

אמת, זילבערנע בעכער מיט איזאק זענען הונדערט פראצענט גערעכט! די אידן וועלכע ניצן צו ערשט דעם תהלימ'ל און גיסן זיך אויס זייער צובראכן הארץ און בעטן זיך צו השי"ת בעת צרתם און דערויף נעמען זיי זיך נאך צו דער זייט 'אויך' א סגולה, מה טוב ומה נעים, מ'דארף נאר וויסן אז דער עיקר איז די תפלה לה', וויאזוי די ישועה וועט קומען, צי דורך א סגולה צי דורך אן אנדער וועג, דאס געווענד זיך שוין אין די עצם תפלה. עס איז אמאל פאראן א בחינה אז די תפלה איז נתקבל געווארן לרחמים און מ'פירט דעם מענטש פון אויבן אז ער זאל דערנאך טוהן די און די סגולה, און אזוי ארום פירט דער מסבב כל הסיבות אז זיין בקשה זאל ערפילט ווערן. אבער מאשקע און בני היכלא רעדן פון די סארט מענטשן וואס מחמת רוב דוחקם וצערם זענען זיי מעלים עין מן העיקר, זיי זענען פשוט נישט משים על הלב אז דער עיקר וואס פארלאנגט זיך פון א מענטש בעת צר זענען תפלות ותחנונים באגלייט מיט אן אמונה שלימה, און אנשטאט דעם האבן זיי דאס פארטוישט מיט כל מיני סגולות און זיי זענען זיך סומך אז בלויז דאס און נאר דאס וועט העלפן. לכאורה צו די סארט מענטשן האבן זיך בני היכלא און באצויגן, ואלו ואלו דברי ... חיים.

ר' חנניא בן עקשיא אומר וכו' יגדיל תורה ויאדיר...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זארעך, א טייערער שיעור געגעבן, יישר כח.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

זארעך, אט אזוי, הערליך הערליך הערליך הערליך, איך בין געווען עקסטרעם מיט מיין תגובה אפצושלאגן א נאסע שמאטע פון סארקאזים און חוזק מאכן פון מענטשן וואס מוזן זיך נעבעך קלאמערן צו סגולות.

אבער איך בין נישט מחולק מיט דיר, האסט עס אראפגעלייגט זייער באלאנסירט, איך כשלעצמי האב איך ניטאמאל געוואלט אדרעסירן די אנדערע זייט פון די מטבע וואס מאכט אויס א זייער קליינע פראצענט (פון מענטשן וואס זענען עכט אין א צרה) פארן אויבן דערמאנטן טעם.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע:אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

זארעך כ'קען שוין זאגן קדיש?

זייער א שיינע שיעור נהנתי מאוד
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

זארעך, א יישר כוח.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נאך א שמועס מיט עטליכע אין אישית, בין איך דא מגלה דעתי ברבים, אז איך האלט גענוי אזוי ווי זארעכפעפער.

און עס ווענדט זיך וואס מ'האט שוין פרובירט בעפאר מ'האט זיך גענומען צו די סגולות.

ובזה אני יוצא.
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

זרח זאלסט נישט מיינען איך האב נישט געליינט, און אויך זאלסטו נישט לאזן זיך פארפירן פון די יעניגע וואס ווילן דיר דעם קאפ פארדרייען און איינריידן געוויסע זאכענעס, כאילו ווי גלייך, איך האב נישט הנאה געהאט פון איטליכע בוכשטאב...

ניין חביבי יקירי, געליינט האב איך, פארגעניגן האב איך געטאן געניסן, און וואס נאך? אה יא, אוודאי ביסט דאך קאשער גערעכט... אלו ואלו.

וואס איין זארעך קען אלץ צוזאמברענגען, כמה וכמה רוחות לפונדק א'.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע:נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

יישר כח זארעך זייער גוט ארויסגעברענגט!!!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' זארעכ, זייער גוט אראפגעלייגט, אבער זיי מסביר פארוואס האבען אונזערע עלטערען נישטעוסק געווען מיט די זאכען? און אפילו
די צדיקים צי וועמען מען איז געגאנגען האבען אויך נישט געטוהן די זאכען.

איך טראכט צירוק אפילו נאר ביז צי מיינע ערשטע יאהרען נאך מיין חתונה, וויא האט מען געהערט פון 40 טעג שירה, וויא האט מען געהערט פון 40 פרויען נעמען חלה, וויא האט מען געהערט פון ח"י ראטעל, וויא האט מען געהערט פון זאגען נשמת מיט מנין, וויא האט מען געהערט פון תהילים החיד"א[עס איז אפילו נישט קלאר וואס דער חיד"א האט געמיינט],... ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
גיטס א פרעג פון ענקערע טאטעס און זיידעס.
אסאך פון זיי האבען אפילו נישט געהערט פון א טייל פון די סגולות.
טרעפטס מיר אפילו איין עלטערע יוד וואס האט אפילו געוויסט אז עס עקזעסטירט אפילו א סגולה פון ח"י ראטל ביז די לעצטע פאר יאהר.

ווילסט זאגען אז היינט איז ערגער פון וואס יודען האבען געליטן און די צווייטע וועלט מלחמה?
אדער דאס גאנצע ענין פון סגולות, האבען זיי פארגעסען?
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ס'מיר באמת א פארגעניגן צו זען אז דער עולם דא האט זיך אנגערופן ווארעם צו מיינע דיבורים. גלייבט מיר אז בשעת'ן באשאפן דעם ארטיקל, האב איך מיר אליין געגלייבט וואס אלץ דאס קען אויסמאכן...

ר' שמחה, שאלה גדולה שאלתם! אייערע פראגעס זענען נוקב ויורד לחדרי בטן. און אז איר זענט גאר דער שואל, איז דאך דאס שוין אין א בחינה פון חצי תשובה. אייערע דיבורים ליינען זיך מיט אינטערעסע, ובבחי' כתלמיד הדן.

עס איז פאראן א וועלטס טייטש "שאל אביך" - א בלויזע שאלה און פראגע וואס דיין טאטע שטעלט דיר, "ויגדך" - דאס זעלבסט וועט דיר שוין אלעס זאגן. "זקינך" - ווען דו קומסט נאר אין בארירונג מיט דיין זיידן, אפילו אומגעפרעגט, בלויז צו כאפן א שמועסל מיט אים, "ויאמרו לך" - דאס אליין וועט דיר שוין אלעס זאגן. דער אופן וויאזוי א טאטע פרעגט א שאלה און האלט פאטר א קינד, אויב איז דאס קינד א מבין זאגט אים שוין די בלויזע פראגע זעלבסט וואס דער ריכטיגער וועג איז, און וויאזוי ער דארף זיך צו פירן. ביי א זיידן איז דאס שוין מיט א טריט ווייטער, ער דארף דיר אפילו נישט פארהאלטן, דו דארפסט בלויז קומען אין בארירונג מיט אים, דו דארפסט בלויז נהנה פון זיין שיחת זקינים, און דאס זעלבסט "ויאמרו לך" - וועט דיר שוין אלעס זאגן, און וועט דיר שוין באלייכטן דיינע אויגן וויאזוי זיך צו פירן. אייער פראגע זעלבסט, ר' שמחה, וועלכע איז אין א בחינה פון "שאל אביך", איז שוין "ויגדך!", ס'זאגט שוין אלעס... און דעריבער גלייב איך אז דער תירוץ דערפאר איז נישט אזוי פשוט און איינפאך.

אין דער אמת אריין איז דער ענין אביסל א סענסעטיווער ענין, ווייל ס'דא ליידער זייער אסאך פאר'צרה'טע אידן ה"י וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די סגולות, און ביי די אידן, אויב רירט מען זיי אן די נושא, איז דאס ממש ווי געגאסן זאלץ אויף אן אפענעם וואונד, ס'קען ביי זיי אסאך מאל אויסנעמען ווי א צרה על גבי צרה. דעריבער, בעת מ'בהאנדלט די ענינים דארף קענען גיין צווישן די טראפן...

ואקדמות מילין: היות דער ענין איז נישט אויפגעברענגט געווארן דורך סתם איינעם, נאר דורך אזא איד ווי ר' שמחה, דעריבער האלט איך אז עס איז ווערט אן אויסשמועס. "זקינך ויאמרו לך", מיר זענען פארט אינגעלייט און מיר פארשטייען נאכנישט אלצדינג, און עס פארלאנגט זיך פון אונז אויסצושמועסן און הערן וואס אידן פון א דור פריער האבן צו זאגן איבער די ענינים. אבער, צוליב די לעצטעריגע אומאיינגעמליכקייטן וואס עס האבן זיך אפגעשפילט צווישן אונזערע פיר ווענט, וויל איך פארדעם קלארשטעלן א וויכטיגער ענין:

"היימישע קרעטשמע" איז מער ווייניגער געשטעלט אויף א פלאץ וואו אינגעלייט שמועסן זיך אויס ענינים איינער מיטן אנדערן. זה בונה וזה סותר, זה מוציא וזה מכניס. פארשטייט זיך אז כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות, און דעריבער איז געווארן א רוטינע זאך אז ביי צענדליגע און צענדליגע ענינים ואשכולות ווערן די נושאים ואשכולות פארוואנדלט אין א בחינה פון וויכוחים. פארשטייט זיך אז הייסע וויכוחים און היציגע דעבאטעס קענען טייל מאל צוברענגען אז די דעבאטירער שפרינגען ארויס פון די כלים און דאס ברענגט צו ווייטאגליכע נאכפאלגן, אמאל שארפע אויסדריקן, אמאל שארפע באליידיגונגען און צומאל אפילו צו א מחלוקה'לע רח"ל, און אין זעלטענע פעלער האט דאס שוין אפילו געברענגט צו פערזענדליכע אטאקעס. פרעגט זיך צי ביידע צדדים: "הזאת מבוגרים?" פארשטייען דען נישט ערוואקסענע מענטשן ביידע זייטן פון די מטבע? פארשטייען דען נישט מענטשן דעם כשם שאין וכו'? אדרבה, דאס איז דאך דער ציל פונעם גאנצן וויכוח אז יבוא בעל הסברה ויאמר דעתו, און זאל דער צווייטער צד ארויפקומען און זיך מתווכח זיין און ערקלערן און לאזן הערן זיין מיינונג, ועל פי שני הסברות יקום דבר. אזוי, און נאר אזוי, קען מען צוקומען צו פארשטיין דעם ריכטיגן אויסגאנג פון א וויכוח. און דאס זעלביגע פרעגט זיך אויף פארקערט אויך, יעדער פארשטייט אז ביי א היציגער וויכוח פארן טיילמאל אויסדריקן שארפער ווי נארמאל, איז וואס? דארף מען שוין וועגן דעם ארויסגיין פון די כלים און ווערן טיף באליידיגט כאילו יענער וואלט אריינגעשמועסן אין דיר פערזענליך? אויב די אויסדריקן און די ווערטליך וועלכע לויפן בשעת'ן וויכוח זענען אויף אן איינגעהאלטענעם אופן, ס'הייסט ס'איז נישט בבחי' שנאה גאות וחוצפה, דארף מען זיך נאכנישט צוקראצן, נאך אלעם איז דאך דאס א וויכוח וכך הוא דרכם של המתווכחים, נישט אזוי? דעריבער, איידער איך לאז זיך אריין אין די ענינים זאל יעדער גוט אריינקלערן אז מ'מיינט נישט דא קיינעם און גארנישט, ס'נישט מער ווי א פרידליכער וויכוח. [ביטע נישט דעבאטירן אין דעם אשכול די ספעציפישע נושא. איך האב דאס נאר גענוצט אלס אן הקדמה, בכדי מ'זאל פארשטיין פארוואס איך האב זיך אריינגעלאזט אין א לאנגס און א ברייטס על אף וואס... אז איינער האלט אנדערשט בנושא הוויכוחים, זאל ער עפענען אן אשכול (פארשטייט זיך אויב ס'איז ברשות המנהלים) איבער די "גבולות הדיון", און דארט דעבאטירן דעם אופן וויאזוי עס דארף געפירט ווערן א וויכוח. יישר כח פאר אייער פארשטענדענישן].

ר' שמחה, ווי אויבן געשריבן איז דער ענין זייער א האקעלער ענין, דעריבער, אויב וועט איר גוט מערקן, האב איך דאס שוין האלב-וועגס פארענטפערט אין מיין ערשטע תגובה. בשעת'ן שרייבן מיין ערשטע תגובה האב איך געשפירט אז איך קען נישט גיין אפילו מער ווי איין טריט ווייטער... יעצט, נאך אייער פראגע, בצירוף מיט מיין קליינע הקדמה'לע, שפיר איך אז ס'דא א מקום לאוזן קשבת, ס'איז צוריק צו די אלטע גוטע צייטן ווי מ'קען אין "היימישע קרעטשמע" דעבאטירן אויף א פרידלעכן אויפן אפילו ענינים העומדים ברומו של עולם.

מיין תגובה אויבן איז געווען אין א בחינה פון א 'לימוד זכות' אויף די אידן וועלכע זענען נעבעך אריינגעפאלן אין די בלויזע סגולות עפאכע...

די סיבה פארוואס די סגולות זענען געווארן היינטיגע צייטן אזוי 'בעסט סעלער', איז ליידער אזוי ווי איך האב אויבן ערקלערט. מענטשן שפירן זיך ערום ויחף, נאקעט און צעבראכן, מ'האט זיך נישט אויף וואס ארויפצוכאפן; קיין צדיקי אמת צו וועמען צו ווענדן איז נישט פארהאן, דעריבער כאפן זיך די צעבראכענע מענטשן אן אויף יעדן בענדל וואס קומט זיי נאר אונטער. בימים ההם, פאר די צווייטע וועלט קריג, ווען צדיקי אמת האבן זיך נאך געוואלגערט צווישן כלל ישראל, האבן אידן מקיים געווען כפשוטו דעם מאמר חז"ל פון "ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים". פארשטייט זיך אז יעדער צדיק האט זיך געהאט זיין דרך ואופן וויאזוי ער האט מבקש רחמים געווען און געפועלט ישועות, איינער דורך א קמייע, דער צווייטער דורך רעצעפטן (ראדאשיץ), דער דריטער דורך תפילה, דער פערדער דורך געלט (ר"ר הערש), יעדער צדיק וצדיק לפי בחינתו. בזמן הזה, ווען דאס דור איז ליידער אויסגעטריקנט, אידן וואלגערן זיך פאר צרות אין די גאסן ה"י און זיי זעהן נישט פאר זייערע 'פליישיגע' אויגן דעם גרויסן אור פון א צדיק וואס זאל זיי העלפן, האבן זיי זיך צוגעכאפט צו די עצה פון סגולות. מהאי טעמא וועט איר אויך טרעפן זייער אסאך אידן וועלכע לויפן נאך די אלע 'כאכאמים און חכמה ליינער'ס', אזוי צו זאגן כאילו זיי זענען די אויף וועלכע חז"ל האט געזאגט דעם "ילך אצל חכם"... אמת, רוב צדיקי אמת האבן זיך נישט באנוצט מיט קיין סגולות, אבער לעומת זה האבן זיי דאך קלאר און דייטליך אנגעוויזן ברוח קדשם פאר די באטרעפנדע וואס יא צו טאן.

עס איז ליידער אסאך מאל אזוי ווייטאגליך צוצוקוקן ווי פאר'צרה'טע אידן נעבעך האבן פשוט, מחמת רוב צערם ודוחקם, פארגעסן פונעם עיקר. און ווען איך זאג "רוב צערם ודוחקם", מיין איך נישט בדייקא א פיזישער דוחק פון א מחלה רח"ל וכדומה, נאר אפילו א גייסטישער דוחק א שטייגער ווי אן ענגשאפט אין מסחר ופרנסה וכדומה. אויב האבן זיך צדיקים אמאל געמוטשעט צו פארענטפערן דעם הארבן תיקוני זוהר פון "צווחין ככלבין הב הב" אז אידן האבן אינזין ימים נוראים בלויז די פרנסה, וואלטן זיי דאס היינט צוטאגס אויסגעדרייט אויף דעם טאש-מעסערל סגולה, וואס איז שוין היינט צוטאגס כמעט פארוואנדלט געווארן אין א דאורייתא. איך שטיי און כ'שטוין אסאך מאל, אינגעלייט וועלכע מוטשענען זיך ארום פאר פרנסה דורכאויס דעם קיילעכיגן יאר און ווען עס קומט צוגיין די הייליגע טעג זענען זיי פארנומען א גאנצן דאווענען מיט זייטיגע ענינים (גראדע נישט קיין שלעכטע). אן עלי' וועט ער זיך איינהאנדלען פאר אלע געלטער, ווייל ס'איז א סגולה פאר דעם; האניג וועט ער עסן דייקא דעם 'דבש חי', ווייל ס'איז א סגולה פאר יענץ; לדוד מזמור וועט ער זינגען, ווייל ס'איז א סגולה פאר א דריטע זאך; און אזוי ווייטער און ווייטער. נו, איז נאך אפילו א פלא א דאס מעסער'ל ערב ראש השנה איז ביי אים ממש ביהרוג ואל יעבור? און יא, ער וועט אפילו מקפיד זיין דאס צו האבן אין טאש איינגעוויקלט א גאנצן ימים נוראים. ר' איד! די טעג זענען אלע טויערן אפן, די טעג ווארט דער רבונו של עולם פון דיר 'אויך' א פשוטע תפלה 'לעני', היינט איז א טאג וואס עס איז 'דרשו את ה' בהמצאו', קומסטו מיר מיט זייטיגע סגולות? איז דאס דער אפטייטש פונעם 'דרשו?' (פארשטייט זיך אז איך רעד שוין נאך דעם וואס צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז דער "הב הב" דארף אין אונזער דור נישט קיין תירוץ, און דער 'דרשו' קען זיך באציען אויף דעם אויך). פון וואס קומען די אלע זאכן אויב נישט פון צעבראכנקייט און פארלוירנקייט, אזש אז צרות הראשונות משכחות את האחרונות?

דער עלטערער דור, וועלכע האבן נאך די זכי' געהאט צו הערן מיט זייערע אויערן און צו זעהן מיט זייערע אויגן צדיקי אמת, ווייסן און פארשטייען אליין וואס א איד האט צו צוטאן בשעת עס באפאלט אים א צרה ל"ע. זיי ווייסן בעסער דעם אפטייטש פון אמונה. זיי פארשטייען בעסער דעם דערהער פון בטחון. און איך רעד שוין נישט פון די "זקיניך ויאמרו לך", פון די אלטע אידן, כלומר אונזערע זיידעס, וואס ווען זיי רעדן בלויז פון דער ביטערער וועלט קריג איז דאך דאס בלויז איין שטיק אמונה, איי... איי... איי... שטיקער אמונה גיסט זיך פון זיי. אודאי איז אין זייערע אויגן דער גאנצער ענין פון סגולות ווי עפעס אזא פרענקישע מעשוגאס... דאס טונקלקייט און אויסגעטריקנקייט האט מעביר געווען דאס אינגווארג מדעתם ומדעת קונם, און אריינגעפירט אין א מצב פון פארדרייען די יוצרות.

וואלטן ווען די מענטשן זיך ריכטיג מתבונן געווען, און צוגעלייגט אן אויער וואס די אלטע האבן צו זאגן, און וואלטן ווען די מענטשן אביסל מער עוסק געווען 'בלימוד' אין די ספרי קודש פון די צדיקי אמת, וועלכע באלייכטן דעם וועג פאר יעדן מענטש און יעדן מצב, וואלטן זיי זיך גאר אנדערשט באנומען בשעת עס באטרעפט זיי א פראבלעם. נאר וואס דען? דאס אליין געהער זיך שוין אויך אן צום תוקף הגלות. ס'איז א צרה בתוך צרה, אז אינאיינעם מיט די צרה זעלבסט ווערט גאר אוועק גע'גנב'ט דער ריכטיגער דעת פונעם מענטש אז ער זאל פארגעסן וויאזוי א איד ברויך זיך אומצוגיין אין אזעלכע מצבים.

הוי... רבוש"ע, טאטעניו געטרייער, קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער. שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות, און שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות...

איזאק, ידיד נפש...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכ, זארעכ.
איך ליין דיין תגובה נאכאמאל און נאכאמאל, און עס טרערט די אויגען.
זארעכ, היינט איז שוין ביי מיר א יום המעונן.

זארעכ, האסט עס גאר גוט מסביר געווען, נחמתני בני נחמתני
the SCY is the limit
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

און נאכדעם מאכט ער זיך תאמיש אז ער דארף זיך פארשטעקן פאר מיינע געשרייבעכצער...

דו ביסט גין גאלד, ווי נעם איך אזא פעדער אזוי שיין מסביר צו זיין אן ענין, אוי געוואלד ביסטו גוט, איך קען פשוט נישט צולייגן קיין איין ווארט דא, האסט עס צולייגט אויף פיץ פיצלעך אז א בלינדער קען דאס לעזן, אויך וועגן דער ציל פון "היימישע קרעטשמע" האסטו שיין צולייגט באריכות, איך האב דאס געשריבן בקיצור מיט "נאסע פיאות" (אשכול)

ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח ישר כוח
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב שוין געשיקט א וויילע צירוק אן אישית פאר זארעכ אז איך ווארט מיט א בענקשאפט אויף זיינע תגובות

ר' זילבערנעבעכער, וויפיל פלאטץ האסטו נאך דארט און דיין תגובה?
איך וויל צישטעלען מיינע שעכוח'ס
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ברוך זרח ששיכן שלום במחנינו.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ובא הזרח ויזרח תגובתו.

זייער שיין, יישר כחכם. הערליך ארויס געברעגנט, אזוי האבעך ליב, קורץ און שארף.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך דאנק אייך ר' שמחה פאר אייער קשיא, נישט נאר וואס אזוי ארום, האב איך געקריגן געוואלדיגע שמחה, איינזעענדיג אז דער אלטער ארגינעלער דרך איז טאקע אזוי געווען, ווי זארעך האט שוין צולייגט דער שאל אביך אזוי שיין, נאר אויך, ווייל אדאנק אייך, האט זארעך געהאט די געלעגנהייט זיך בעסער צו ערקלערן דבריו הראשונים מיט מער טעם וביותר ביאור, אז די זאך איז ארויסגעקומען קלארער עשרת מונים..

יישר כח
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

בענין הדיון:
אמאל האבן אידן געשמועסט אין ביהמ"ד פון הייליגען שינאווער רב זי"ע (הדברי יחזקאל) דער עולם האט געזאגט אז דער רבי האט רוח הקודש
איין חכם רופט זיך אן "קען זיין... אבער ווער עס גלייבט נישט דער איז נישט קיין אפיקורס..." מדי דברו בו, פראלט זיך אויף די טיר און דער הייליגער שינאווער קומט אריין אין שול... יעדער איז פארשטייט זיך שטיל געווארן אבער דער רבי געט א פרעג וואס האט מען גערעדט... ביז איינער געט איבער פארן רבי'ן דעם שמועס... רופט זיך אן דער הייליגער שיניאווער רב "אמת... קען זיין... אבער ווער עס זאגט אנדערש ווי "אידן זאגן" דער איז אן אפיקורס...
א זאך וואס איז נישט כנגד התורה און "אידן זאגן" אז ס'העלפט לוינט זיך נישט צו האקן דערויף
און יעצט א שטיקל ביאור:
ווען א איד זאגט פערציג טעג "פרק שירה" לשם סגולה
1. ער איז מאמת אויף זיך אז לא בחיל ולא בכח, נאר דער רבש"ע קען אים העלפן ווייל אין עוד מלבדו.
2. ער פארשטייט אז ער האט נישט קיין זכות ליוושע, נאר ער בעט ביים חנון ורחום א מתנת חנם
3. ער זאגט למעשה די הייליגע ווערטער פון "פרק שירה" וואס ס'איז כמבואר בחז"ל העכער פון תהילים (וואס תהילים אליין איז כגובה השמים גבהו - און לאמיר נישט פארגעסן די לצנות וואס די "לומדים" פלעגן חוזק מאכן פון די "תהילים זאגער'ס" בשעתם, און טעמם ונימוקם פון די לומדים - וואס זענען אגב געווען גדולי עולם - איז טיילווייז ארויסגעשריבן אין דעם אשכול - ווייל ביז די חסידים פלעגט נישט תהילים זיין רגיל בפי המון עם)
4. און ווען ער איז דאס מפרסם איז ער מחזק נאך אידן מיט די אלע אויבן דערמאנטע זאכן האט ער שוין דעם זכות הרבים אויך.
5. אזאך וואס ווערט נתקבל ביי "כלל ישראל" איז א בחינה פון "רוח הקודש" (כל זמן סאיז נישט כנגד התורה) כידוע.
6. אמת כל זמן ס'איז געווען צדיקים, כל זמן מ'האט געהאט "ווי צו גיין" האט עס נישט אויס געפעלט (און דעמאלט זענען אויך געווען די חכמים וואס האבן געזאגט די אויבןדערמאנטע טענות לגבי "גיין צו ערליכע אידן" ווי זי פלעגן זאגן מיט חוזק.. "איך גיי גראד צום רבש"ע.. איך וויל נישט פארלירן מיין בטחון אין השי"ת מיטן טראכטן אז דער צדיק וועט מיר העלפען... וכו' וכו') אבער למעשה היינט איז שוין גארנישט דא ליידער, אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים קוקן מיר אין חז"ל פאר אן עצה צו וויסן וואסערע דיבורים דער רבש"ע האט ליב
7. און ווער ס'זאגט טאקע "פרק שירה" פלעין אזוי "בדרך סגולה בלבד" אן סומך זיין בטחונו במי שאמר והיה העולם, דאס איז טאקע נישט ריכטיג
8. אויב פאר איינעם העלפט עס נישט, טאר ער נישט פארלירן די אמונה נאר גלייבן אז דער באשעפער ווייסט בעסער פון אים, און דאס איז פונקט ווי אסאך מאל ווען ס'איז נסתרים דרכי ד' און דעמאלט זאגט שוין דער פסוק "צדיקים ילכו בם ורשעים וגו'

און איך מיין קיינעם נישט פערזענליך נאר להאיר את העיניים צו ברענגען דעם צווייטן זייט פון די מטבע
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א גאר ווארימער תגובה האמיר דא אריינגעווישט, יש"כ דע פאקט. לאמיר עס נאכאיינמאל איבערליינען צו דערווארעמען די ביינער.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

הרב די פעקט, יישר כח פארן אריינווארפן דא אייערע דיבורים. זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די צווייטע זייט פון די מטבע.

אויב האט איר אן אינטערעסע, בין איך שטארק אינטערסירט אריינצוגיין אין א שמועס מיט אייך איבער די עניני 'סגולות' בכלל.

ס'טיישט אזוי. ס'דא זאכן וואס מ'געפון מיר נאך אין די גמרא, אזוי ווי די גמרא רעכנט אויס דארט אין הוריות צענדליגע עניני רפואה וכדומה, אז אויב מ'טוט דאס און דאס איז דאס גוט פאר דאס און דאס. אויך איז פאראן גמרא'ס א שטייגער ווי די גמרא פון הרוצה שיתקיים בו נכסיו אדער הרוצה להחכים, אדער א שטייגער ווי די גמרא זאגט חש בראשו יעסוק אא"וו. וואס די אלע זאכן זענען זעלבסט פארשטענדליך ממקור קדוש יהלכון. דערנאך איז פאראן סגולות וואס מ'טרעפט אין די ראשונים, א שטייגער ווי די סגולה פון רמב"ן צו זאגן די צען פסוקים (וועלכע איז היינט געדרוקט אין די מוצאי שבת זמירות), אדער א שטייגער ווי די סגולה פון רבינו בחיי צו ניצן פאר א מקשה לילד א געוויסער שטיין וכו'. דערויף איז פאראן סגולה'ס המקובלת לנו מפי חכמי הקבלה, פון די גורי האר"י, א שטייגער ווי צו זאגן פר' וישלח יעדן מוצאי שבת וכו' וכו'.

ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פון צווישן די אלע אויבנדערמאנטע סגולות איז פאראן עטליכע סוגים, ולא ראי זה כראי זה.

קודם איז פאראן סגולות אין חז"ל וועלכע זענען פשוט פראקטישע סגולות לרפואה וכו'. וואס לפי ווי עס קוקט אויס זענען זייער אסאך פון די סגולות פשוט סגולות טבעיים, והיות שנשתנו הגופים מחמת חולשת הדור זענען די אלע שוין נישט אזוי אקטועל אין אונזער דור.

דערנאך איז פאראן סגולות, וואס חז"ל האבן מעיד געווען דערויף אז אויב מ'טוט דאס און דאס וועט מען מצליח זיין מיט דעם און דעם, ווי הרוצה שיתקיים אדער הרוצה להחכים אדער חש בראשו.

דערנאך איז פאראן סגולות טבעיים, המקובלת מפי חז"ל והראשונים, וועלכע זענען נאך עד היום אנגענומען אז ס'העלפט.

אויך איז פאראן סגולות המקובלת לנו מפי צדיקי אמת, א שטייגער ווי דאס מעסער'ל ערב ראש השנה וכו' וכו'.

אבער מער פון אלעם זענען אנגענומען און באקאנט די סגולות וועלכע זענען פארבינדן מיט תפלה'ס, א שטייגער ווי די פסוקי הרמב"ן, פר' וישלח, פרק שירה און פר' המן וכו' וכו'.

וויל איך אויסשמועסן:
וואס איז טאקע פשט אז אויב, למשל, איך בין נויטיג אין א ישועה און איך זאג פרק שירה העלפט דאס. וארחיב את השאלה, ווען א מענטש איז אין אן ענגן מצב, ווייסן מיר אז ס'דא ראשונים וואס האלטן אז דאן איז דער חיוב תפלה מדאורייתא. וואס הייסט תפלה? פשוט און גראד זיך בעטן צום אויבערשטן בתפילה ובתחנונים. מקובל ביי אונז מדור דור איז, אז די דברי תפלה שתיקנו לנו האנשי כנסת הגדולה און די פסוקי תהלים פון דוד מלך ישראל חי וקים, זענען אלעמאל געווען דער ערשטער אדרעס פאר די דברי תפלה ותחנונים. אידן האבן אלעמאל געניצט די דיבורים, מקיים צו זיין דעם חיוב דאורייתא פון תפילה. און כידוע האבן מיר א כלל אז ווען א איד איז מתפלל בכוונה רצוי', איז חזקה שאין תפלתו חוזרות ריקם. אידן זענען ביי דעם געהאלפן געווארן און געזען ביי דעם אויסטערלישע ישועות נפלאות.

איז מיין אויסשמועס, וואס איז פשט אין די איבעריגע סגולות וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן? איז דאס פשט, למשל, אז פרק שירה דארף איבערנעמען דאס פלאץ פון תהלים, צי איז פשט אז נאך תהלים אויב מ'וועט זאגן פרק שירה וועלן די פסוקי תהלים גרינגער אנקומען למקומו הראוי?

וביתר ביאור מיין איך צו פרעגן: ס'אמאל פארהאן אז א מענטש, טראץ וואס ער זאגט דברי תפלה ותחנונים איז אבער אמאל פאראן אז ס'דא א מקום למקטריגים וועלכע שטערן די תפילה'ס זיי זאלן אנקומען למקומם הראוי. דעריבער פרעג איך, צי די סגולות התלויים באמירה זענען פשוט ווי מ'זאגט אן עצה טובה, אז אפילו לו יצוייר ס'דא מקטריגים וועלכע שטערן די פסוקי תהלים זאלן אנקומען צום ריכטיגן מקום איז אבער פאראן אן עצה טובה אז מ'זאל זאגן די און די פסוקים וכדומה, און זיי וועלן שוין מאכן דעם דזשאב אז די פסוקי תהלים זאלן אנקומען וואו ס'ברויך?

דאס זעלביגע איז מיין פראגע למשל מיט די אנדערע סגולות אויך. איך האב נאר אנגעכאפט אלס ביישפיל דעם ענין פון פרק שירה.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

זארעך, אין אנדערע ווערטער, זאגסטו אזוי, סגולות איז ריזיגע זאכן לעד אין שיעור וערך, סיי מיט אלע סגולות אויף עניני רפואה און מיחושים ווי דו האסט שיין מבאר געווען, און סיי מיט פרק שירה מיט אירע הונדערטער כחות פון אמונה בטחון וכו' וואס די פאקט האט מאריך געווען דערין, און ס'איז זייער חשוב'ע זאכן, וואס קיינער זאל ח"ו נישט אוועקמאכן במחי יד.
נאר דא איז די רעדע געווען, ווען א מענטש קומט אונטער א צרה, בצר הגיע אתכם, ותקעתם בחצוצרות, וואס דאן איז נישט קיין צייט פון סגולות אליינס, נאר דער עיקר וואס מ'דארף אין אזא צייט טון איז אזוי ווי די תורה האט געהייסן, און וויאזוי אידן האבן געטון אין אלע דורות תפלה, תהלים, ועכשיו מקרוב באו וואס זענען שטארק אויך עוסק אין סגולות אין אזא צייט, און נאך עכשיו איז דא אזוינע ליידער מכובד הגלות ווי דו האסט שוין מאריך געווען אויבן, וואס טוען שוין נאר אין סגולות, ועל זה אנו דנין?

האב איך ארויס דיין דעת אינעם נושא?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דעתי? איך האב בכלל געזאגט א מיינונג? איך בין א יושב ודן כתלמיד הדן לפני רבו.

אז מיר האבן דא געהערט א שטיקל ביאור פון הרב די פאקט איבער דעם ענין סגולות, האב איך געפונען א מקום אויסצושמועסן די דברים העומדים ברומו של עולם. כלומר, מהו הענין של סגולות?

סגולות איז אזאך וואס ס'איז מקובלת לנו דור אחר דור, ס'קלאר און איך מאך דאס ח"ו נישט אוועק. איך פרעג נאר וואס פשט דערפון איז. אויב ווייסן מיר אז דאס ערשטע ביי יעדע זאך, אפי' שלא בשעת צרה, איז תפלה, דאן וואס איז פשט פון א סגולה? איז דאס במקום תפילה ממש, ס'הייסט אנשטאט תהלים זאל מען זאגן די סגולה, אדער איז דאס פשוט א סגולה להכרית כל מריע, און אויב איז דא א פאל וואס די תפילות פון די פרקי תהלים וכדומה ווערן געשטערט דאן האבן די סגולות א כח צו פארשטערן די מריעים אין ארויפצוטראגן די פריער געזאגטע תפלות למקומם הראוי?
אין אנדערע ווערטער: איז סגולות אזאך פאר זיך, אדער איז דאס א שליסל צו עפענען די תפילות ופרקי תהלים?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”