סגולות: מקורם טעמם וענינם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע:ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר »

אן קיין הקדמות, ווייל איך בין פשוט נישט קיין שרייבער (ווי איר וועט זיך באלד איבערצייגן), וויל אויך עפעס צולייגן צו די עניני סגולות.

א. איך האב געהערט נאך פון די פריעריגע צדיקים זי"ע, אז כמעט אלע סגולות וועלכע ווערן געברענגט אין חז"ל און פון די ספרים הק', העלפט נישט פאר דעם היינטיגן דור וואס איז 'הסתר בתוך הסתר', אויסער צוויי סגולות וועלכע איז נאך געבליבן, א. מאכלי שבת, ב. לחש לעין הרע מהרחיד"א זצ"ל (המתחיל 'משביע אני עליכם כל מין עינא בישא' וכו').

ב. דאס ענין פון 'פערציג טעג', פון פרק שירה, נשמת, חלה, האט בכלל נישט קיין מקור, עס קומט בדרך כלל פון איינרעדענישע פרויען, אדער בעסער געזאגט פון אזעלכע ספרדי'שע 'באבאס', וואס ארץ ישראל איז פול מיט זיי, און ווי מען האט שוין פריער געשמועסט אז אין אזא ארימער דור ליידער וואס מיר געפינען זיך, מיט אזעלכע שוואכע מוחות, כאפט מען זיך אן אין יעדע קליין שטרוי, אז אולי ואולי דאס וועט העלפן.

אגב, לעצטנס ווערן געדרוקט אסאך קונטרסים פון פרק שירה, און אין די ההקדמות ברענגען זיי פון מאמרי חז"ל די גרויסקייט צו זאגן פרק שירה, אבער ווען איר וועט אריינקוקן אין די גמרות און די מדרשים וועט איר זעהן אז זיי רעדן נישט פון פרק שירה, נאר גאר פון שירת הים וועלכע מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען 'אז ישיר משה', נאר די מעתיקים לאזן אויס דירעקט די ווערטער פון שירת הים כדי מען זאל מיינען אז דאס גייט ארויף אויף פרק שירה.

ג. דער הויפט ציל וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען, איז דער ענין פון 'עיקר לטפל' ו'מטפל לעיקר', וואס מ'האט שוין פריער געשמועסט, דער הויפט סגולה פון אלע סגולות איז 'תפלה', ביי יעדע צרה ל"ע, צו אויף פרנסה געזונט וכדו' דאס ערשטע זאך איז געווען בקשות ותחנונים צום בוכ"ע, מען פלעגט זיך אויסוויינען ביי דעם תהלימ'ל, די ערליכע אידינע'ס פלעגן זיך אויסוויינען ביים קרבן מנחה סידור, אדער אויף אידיש ביי די תחינה אמהות, וכו'.

ווען מען קוקט אריין אין די פולע מאמרי חז"ל וועלכע רעדן די גרויסקייט פון דעם פשוט'ן דאווענען יעדן טאג, בפרט בציבור אין בית הכנסת, ווי אזוי די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואויגן און געמאסטן יעדעס ווארט באזונדער, וויפיל עולמות און היכולות שטייען אויף יעדן ווארט, בפרט אין די אלע ספרי תלמידי הבעש"ט הק' וואס זענען אנגעפולט מיט מורא'דיגע ווערטער וואס ווערט אלץ אפגעטוהן בשעת'ן דאווענען, ווי די חז"ל האבן אונז מבטיח געווען כל העונה אמן יהא שמיה רבא בכל כוחו קורעין לו גזר דינו, אין הקב"ה ממאס תפלת רבים, מתי עת רצון בשעה שישראל מתפללין, מען קען שרייבן גאנצע ספרים נאר פון דעם אלעם וואס מען קען אלץ זיך אויסבעטן ביים דאווענען, ביי פסוקי דזמרה וועלכע טוען פארשניידן און צושטערן די אלע מקטרגים, און ווער רעדט נאך פון די שמונה עשרה וואס אין יעדע ברכה און ברכה ליגט אזויפיל גוטס באהאלטן, בפרט ביי שומע תפלה.

אצינד, בשעת דער עולם האלט שוין אינמיטן פולן ברען פון דאווענען, מען האלט שוין ביי די שירה, זיצט זיך א איד און ער איז יעצט פארנומען מיט א וויכטיגע סגולה און זאגט זיך 'פרק שירה', און דערנאך כאפט ער אפ דאס גאנצע דאווענען מיט די אגב'דיגע שירת הים. א צווייטער גאר כאפט אפ די שמונה עשרה כדי ער זאל קענען אניאגן צו זאגן פרשת המן נאך איידער דער חזן וועט אנהייבן די הויכע שמונה עשרה, און חלילה נישט פארפעלן צו זאגן 'תפלת השל"ה' אינמיטן חזרת הש"ץ, זיך אויסבעטן אויף גוטע זיוויגים פאר זיינע קינדער, - די אלע זאכן זענען פשוט א געלעכטער ליידער.

דאס אלץ נעמט זיך פון די גרויסע פאמפע וואס מען האלט אין איין אדווערטייזן דאס גרויסקייט פון די נייע סגולות, ווי מענטשן ווערן כאילו כסדר געהאלפן, אנשטאט צו נוצן די סגולה וועלכע איז בדוק ומנוסה, צו דאווענען מיט אביסל מער כוונה, דאווענען צושטאט. לאמיר זאגן אפילו אז אין די אלע סגולות איז יא דא עפעס א ממשות, אבער ווי אזוי פארדרייט מען צו מאכן פון א טפל אן עיקר? דאס איז גלייך ווי יענער אנשטאט צו ארבעטן אויף פרנסה קויפט ער אגנאצן טאג לאטאריס אלץ סגולה אויף פרנסה, ווייל ער האט געהערט אז אסאך מענטשן זענען דערפון געהאלפן געווארן.

השי"ת זאל רחמנות האבן אויף אונז, און זאל אונז חונן דעת זיין, מיר זאלן גיין אין די וועגן פון אונזערע עלטערן און רבי'ס, און מיר זאל בקרוב אויסגעלייזט ווערן, אמן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' אשר
ישר כח פאר דיינע ווערטער וואס די האסט דא אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת.[ווער זאגט אז די קענסט נישט שרייבען?]
האסט זייער גיט ארויסגעברענקט און אסאך קלארער ארויסגעברענקט וואס א טייל דא האבען געוואלט זאגען.

איך בין אזוי אויפגעוואקסען. תפלה, ותחנונים, און איר זענט אויך אזוי אויפגעוואקסען אוויא עס זעהט זיך אויס פון אייער תגובה,

אבער ר' זארעכ האט שוין מלמד זכות געווען אויפען היינטיגע מצב.

לאמער כאטשיג בעטען פון רבוש"ע [מיט תפילה, אהן סגילות] אז עס זאלל שוין קומען אן עק צו יודישע צרות און מעזאל שוין זעהן דער 'כימי צאתך ממצרים אראנו נפלאות....
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ברוכים הבאים ר' אשר א גאסט מארץ הקודש. לויט ווי מיר האבן פארשטאנען פון אייך, אין אן אנדער אשכול, זענט איר אויך א איד מדור הקדום וועלכער האט נאך זוכה געווען צו זעהן אויגן וועלכע זענען געווען הייליג און אפגעהיטן, דעריבער איז אונז א גרויס כבוד אז איר טוט זיך צווישן אונז געפונען. און נאך גרעסער איז אונזער פרייד, אז איר זענט אונז מהנה מיט אייערע רעיונות און געדאנקען. ס'טראגט א ספעציעל חשיבות ביי אונז צו הערן און ליינען דברים שנאמרו בטעם זקנים איבערהויפט ווען ס'געגאסן מיט זעלטענעם כתב יופי.

ליינענדיג אייער תגובה האב איך זיך געוואונדערט: א איד פון ארץ הקודש זאל שרייבן און אויסלייגן דברים של טעם אין דער אידישער שפראך בעסער, געשאמקער און שענער, ווי די היזיגע אמעריקאנער אידן? זאת אומרת אז נישט בלויז איר זענט א אידיש רעדנדער, נאר איך וואלט געזאגט אז איר זענט א טאלאנטפולער אידישער שריפטשטעלער.

וואס שייך אייער תגובה איבער די ענינים, איז דאך באמת נישט שייך מוסיף צו זיין. איר האט צעלייגט דאס ענין בטוב טעם ודעת, באגלייט מיט א טעם זקנים. עס איז מיר א פרייד שכוונתי לדברי אידן מדור הקדום.

יישר כח, און מיר האפן צו הערן און לערנען פון אייערע רעיונות מער עפטערער.
אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 8:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניאור אייזיקאוויטש »

זארעכפעפער האט געשריבן: זייער א שארפער דיסקאשן דא... ובא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם... ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

איך וועל זיך נישט באציען ספעציפיש צום פרק שירה, ווייל דאס איז עפעס א לעצטערע פובליצירטע סגולה וואס איך ווייס נאך נישט וויאזוי מ'עסט דאס, איך וועל זיך בעיקר אפשטעלן אויף סגולות אלגעמיין.

"ויצעקו אל ה' בצר להם וממצוקתיהם יושיעם" איז אלץ געווען די עצה פון א איד בעת צרה. אידן אין אלע דורות האבן געוואוסט אז דאס תהלימ'ל איז דער איינציגסטער מקום מנוס ופליטה פאר אלע ענגשאפטן און צו יעדער צייט. ס'נישט דא אין פלאץ מעתיק צו זיין פון די ספרי קודש דאס גרויסע חשיבות פון די פסוקי תהלים וועלכע איז פערפאסט געווארן מיט רוח הקודש דורך דעם נעים זמירות ישראל אדונינו דוד מלך ישראל חי וקים, וואס כידוע צדיקים האבן געזאגט אז דוד המלך האט ברוח קדשו אריין געלייגט אין די פרקי תהלים אלע סארט געברויכן פון אלע סארט אידן עד ביאת הגואל. ווען נאר א איד וועט זיך שפירן געענגט פון סיי וועלכע צרה אדער בקשה, דארף ער נאר איין זאך טוהן: "נעמען דאס תהלימ'ל אין דער האנט אריין און דארטן וועט ער זיך שוין באגעגענען מיט אלע זיינע הצטרכות'ן". די פסוקים רעדן צו יעדן סארט מענטש, פון יעדן סארט מצב און פון יעדע סארט בקשה. אני הגבר קען אויף מיר מעיד זיין, אז וויפיל מאל איך נעם נאר דאס תהלימ'ל אין דער האנט אריין (ליידער נישט קיין סאך...) שפיר ווי אט ממש די ווערטער וואס איך זאג יעצט האב איך געוואלט בעטן פונעם רבונו של עולם. מ'קען זיצן און דערציילן טעג און וואכן, חדשים און יארן, שמיטת און יובלות ולעולמי עולמים, פון די גרויסע מופתים, ניסים און ישועת השי"ת, הן נסים וישועת ברוחניות והן ניסים וישועת בגשמיות, וואס מ'זעט אלץ ביי די פרקי תהלים.

ליידער, ליידער, לעבן מיר היינט אין א דור וואס איז ערום ויחף פון צדיקי אמת, ס'איז ממש אין א בחינה פון החושך כיסה את פני האדמה, און אויב א איד געפונט זיך אין אן עת צרה שפירט ער ווי ער איז ממש אליין, ער האט זיך נישט צו וועם צו ווענדן, און אויב זוכט ער א צדיק אמת וועלכער זאל זיין אין די בחינה פון דובר אמת בלבבו צדיק גוזר והקב"ה מקיים וכו' וכו' איז דאס נאר אפצוגעפונען אויפן בעסטן פאל אחד במדינה ושנים בכל העולם כולו (לשון גוזמא נקט). אויב איז אין די אמאליגע צייטן געווען איינגעפירט אז ווען א צרה אדער אן ענגשאפט האט ארומגענומען א איד איז ער באלד געלאפן זוכן א חכם שיבקש עליו רחמים, וועט ער דאס היינט צו טאגס פאר א רפואה (תרתי משמע...) נישט טרעפן. עס איז טיילמאל אויסצוגיין פאר צער פשוט פאר דעם אליין, אז ס'נישט דא צו וועם צו רעדן.

אני כשלעצמי ווען איך טרעף אן איד אין אזא מצב, צייג איך אים צו די ווערטער פון מיין באליבטן רבי'ן זצוק"ל (אין א בחינה פון א תלמיד מפי ספריו, א שטייגער ווי ער זעלבסט האט געזאגט אויף זיך בשייכות צום חתם סופר) וואו ער זאגט און זאגט צענדליגער מאל דאס באקאנטע ווארט זיינע אויף די גמרא אז "בעיקבתא דמשיחא אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים", און וואס איז געווען אמאל אויף וועמען דען האבן זיך אידן אמאל פארלאזט אויב נישט אויף אבינו שבשמים? איז ער דאס מסביר מיט די באקאנטע מעשה פונעם ישמח משה מיטן רבין פון לובלין אשר אין כאן מקומו להאריך, אבער דער שפיץ דערפון איז אז דער רבי פון לובלין האט געפרעגט דעם ישמח משה וואס פשט אין די גמרא "הבא לטהר 'מסייעין' אותו", וואס איז דער לשון רבים 'מסייעין?' האט ער דאכט זיך באלד דערויף אליין געענפערט אז די 'מסייעין' זענען די צדיקים, צדיקים זענען די וואס העלפן דעם איד אנצוקומען צום רבונו של עולם. דאס איז פשט אין די גמרא אין לנו להישען און דאס האבן די חכמינו ז"ל געוואלט מרמז פאר אונזער ארעם דור, אז בעיקבתא דמשיחא ווען ס'וועט זיין א זמן פון העדר הצדיקים, זאל מען וויסן און געדענקען אז אין לנו להשען "אלא" על אבינו שבשמים. ער פלעגט דאס איבערזאגן און איבערזאגן טויזנט אין איין מאל אז אין אונזער נאקעטער דור, ווען מ'זעמער אן צדיקים, איז פיל פיל גרינגער און נענטער פאר א פשוטן איד אנצוקומען צום רבונו של עולם ווי אין די פריערדיגע דורות. "אני בעל הבירה", איז דא פון אים א באקאנטע תורה וואו ער האט דאס פארטייטש אז בעיקבתא דמשיחא ווען אידן וועלן זיין אנע צדיקים, וועלכע זענען דאך די בעלי הבירה נאנט צו ברענגען אידישע הערצער לאבינו שבשמים, דעמאלט אין די תקופה זאגט דער באשעפער "אני בעל הבירה", איך בין אליין סיי בורא ומנהיג און סיי דער בעל הבירה, און דער כח וואס אידן האבן אמאל געהאט דורך די צדיקים קען היינט צוטאגס יעדער איד האבן גלייך צום רבונו של עולם. (איר זאלט מיר אנטשולדיגן אז איך האב זיך אזוי צולאזט מיט די תורה'ס פון רבי'ן, אבער וואס זאל איך טוהן? ער איז מיין פעיווארעט רבי און וויפיל מאל איך קוק אדער איך לערן זיינע רעיונות כאפ איך א פריש התפעלות. איר פארשטייט מיך, יא?).

איז צו וואס וויל איך נאר צוקומען? יא וועגן סגולות. אין מיינע אויגן זענען די סגולות געווארן היינט זייער פאפיולער פשוט ווייל מיר לעבן נעבעך אין אזא מצב וואס מ'ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טאן, מ'ווייסט זיך נישט וואו צו ווענדן, ס'פעלן די צדיקים 'המסייעין', דעריבער כאפן זיך אידן אן אויף יעדע קלייניקייט בעת צרם. אנגעהויבן האבן זיך טאקע די זאכן בלויז אלס א טפל, כלומר אידן האבן זיך אויסגעוויינט און אויסגערעדט כבן המתחטא ומתבקש ביים סידור אדער ביים תהלימ'ל, זיי האבן געוואוסט אז דאס און נאר דאס איז דער איינציגסטער וועג המקובל לנו מאבותינו אנצוקומען צו א ישועה, און צו דער זייט האבן זיי אויך צוגעניצט א סגולה המקובלת מפי ספרים וסופרים. ברבות הימים, ווען דאס דור איז ליידער געפאלן נאך טיפער און וגברו הצרות ל"ע, יעדן טאג מיט פרישע צרות און פרישע פרשות מבהילות, זענען די מענטשן ליידער געווארן אזוי פאר'צרה'ט און אזוי פארפארעט אז מ'האט אנגעהויבן צו מישן יוצרות און געמאכט פאר א טפל עיקר און פאר עיקר טפל, און מ'האט זיך גענומען בלויז צו די סגולות.

איך וועל געבן א ביישפיל מיט פרשת המן:
דאס גאנצע פארוואנדלען פרשת המן און אזא פאלקס-סגולה ביום ג' בשלח, נעמט זיך פון דעם וואס היינט צו טאגס ווען ס'איז ליידער א מצב פון עמך ישראל צריכין פרנסה, אידן מוטשענען זיך אוועק פאר טריקן שטיקל ברויט, ס'איז ממש א מצב פון והיוקר יעמיר און אידן גייען פשוט אויס נאך א ישועה אין פרנסה, מ'האט זיך נישט צו וועמען ווענדן, דעריבער איז געווארן א גאנצער מצב ביום ג' בשלח אין זאגן פרשת המן. מ'האט געמאכט דערפון אזא תורה שלימה אזש ס'דא אפילו אידן וואס מג' בשלח לג' בשלח ווייסן זיי ניטאמאל אז ס'פאראן אזא תפילה ווי "פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון"...

נאכמער, דער גאנצער ענין פון זאגן פרשת המן איז במקורו מיוסד געווארן אלס א 'תפילה' פאר פרנסה, און כלל נישט אלס סגולה. דער טור ובית יוסף ברענגען אין אורח חיים סי' אל"ף אז 'וטוב' לומר פרשת המן בכל יום, און ווי דער ב"י איז דאס מסביר בטוב וטעם אז דאס איז גוט כדי 'שיאמין' אז מ'זאל גלייבן באמונה אז פרנסה גיבט דער אויבערשטער, קומט דער פרישה און צייכנט אן א ירושלמי וואס דריקט זיך אויס דאס לשון אז 'מובטח', איז געקומען איינער און האט צוגעשטעלט בשם רבינו בחיי (אזוי מיין איך, כ'דענק אויסנווענדיג דער מקור) אז דאס איז א סגולה לומר בכל יום, איז געקומען א דריטער און האט געפונען א שבט מוסר וואס זאגט אז מ'זאל עס זאגן שנים מקרא ואחד תרגום, איז געקומען א פערטער און האט צוגעלייגט אז אויב מ'זאגט עס ביום ג' בשלח איז ממש בדוק ומנוסה, און פון דארט און ווייטער איז די באן געפארן צו א מצב פון זיך אנכאפן אין די בלויזע סגולה. (אגב, דאכט זיך אז דער מנחת אלעזר האלט גאר אז להלכה 'טאר' מען דאס נישט זאגן יעדן טאג).


אמת, זילבערנע בעכער מיט איזאק זענען הונדערט פראצענט גערעכט! די אידן וועלכע ניצן צו ערשט דעם תהלימ'ל און גיסן זיך אויס זייער צובראכן הארץ און בעטן זיך צו השי"ת בעת צרתם און דערויף נעמען זיי זיך נאך צו דער זייט 'אויך' א סגולה, מה טוב ומה נעים, מ'דארף נאר וויסן אז דער עיקר איז די תפלה לה', וויאזוי די ישועה וועט קומען, צי דורך א סגולה צי דורך אן אנדער וועג, דאס געווענד זיך שוין אין די עצם תפלה. עס איז אמאל פאראן א בחינה אז די תפלה איז נתקבל געווארן לרחמים און מ'פירט דעם מענטש פון אויבן אז ער זאל דערנאך טוהן די און די סגולה, און אזוי ארום פירט דער מסבב כל הסיבות אז זיין בקשה זאל ערפילט ווערן. אבער מאשקע און בני היכלא רעדן פון די סארט מענטשן וואס מחמת רוב דוחקם וצערם זענען זיי מעלים עין מן העיקר, זיי זענען פשוט נישט משים על הלב אז דער עיקר וואס פארלאנגט זיך פון א מענטש בעת צר זענען תפלות ותחנונים באגלייט מיט אן אמונה שלימה, און אנשטאט דעם האבן זיי דאס פארטוישט מיט כל מיני סגולות און זיי זענען זיך סומך אז בלויז דאס און נאר דאס וועט העלפן. לכאורה צו די סארט מענטשן האבן זיך בני היכלא און באצויגן, ואלו ואלו דברי ... חיים.

ר' חנניא בן עקשיא אומר וכו' יגדיל תורה ויאדיר...

ארויפגעברענגט לכבוד ג' בשלח
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אז מען האט עס שוין ארויפגעברענגט ווילן מיר צילייגן
עס איז געווען ביים הייליגן דברי חיים א מעשה לאמער עס נאר אראפברענגן בקיצור איינער איז קראנק געווען און מען איז געגאנגן צו צאנזער רב און צאנזער רב האט געהייסן געבן פארן חולה שווארצע קאווע און עס איז בעסער געווארן א שטיק ציין שפעטער איז דער מענטש ווידער קראנק געווארן איז מען ווידער אריין צו צאנזער רב און דער צאנזער רב האט ווידער געהייסן געבן שוואצע קאווע און עס איז בעסער געווארן דערנאך איז עס נאכמאמאל געשען און מען האט שוין געוויסט וואס צו טיהן און מען האט געגבן פארן חולה שווארצע קאווע און עס האט אסאך פארערגט איז מען געלויפן צו צאנזער רב האט ער זיך גענימן שרייען , וואס שווארצע קאווע פאר א קראנקע עס איז זייער שעדלך און דער צאזער רב איז געגאנגן צום חולה אין פארייכט א פייקע און דערנאך האט ער געהייסן געבן שווארצע קאווע און עס איז בעסער געווארן ודי
אזוי קיקן מיר אויס היינט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

היינט איז ג' בשלח אט האט איר א לינק צו פרשת המן
http://www.mysatmar.com/docs/bb/5769/parshas_hamon.pdf
איך בין שטארק פאר די ווערטער פון דעפאקט אז דער שינאווער רב האט געזאגט אז אויב מ'זאגט אנדערש ווי אידן זאגן איז געפערליך.
לאמיר אלע זאגן מיט כונה, דעמאלט איז נישט דא די אלע פראבלעמען ווייל אויב האט מען אינזין וואס שטייט איז זיכער א תפלה, מיט א סגולה וכו' וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

שני וחמישי ושני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לעצטנס ווערט אדוועטייזט א סגולה אז פאר א גוטן פרייז גייען מענטשן ארויף פאר אייך אויפן ציון פון הרה"ק ר' גדליה משה מזוועהיל זי"ע, מען גייט ארויף מאנטאג, דארנערשטאג און מאנטאג, און עס איז א סגולה בדוק ומנוסה געהאלפן צו ווערן מיט אלע סארט ישועות.

לעצטנס ווערט אדווערטייזט א נומער וואו מען קען אריינרופן און מען שיקט א שליח אויפן קבר.

מיין שאלה איז: ווי קראנט איז עס? - האט עס א מקור?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די אדווערטייזמענט אליין איז דען קיין באגניגענדער מקור?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

געהערט עדווערטייזט אויף קול מבשר א סגולה פון א זילבערנע רינגל. וויסט איינער מער איבער די סגולה ?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

farshlufen האט געשריבן: די אדווערטייזמענט אליין איז דען קיין באגניגענדער מקור?

זיי האבן ארויסגעגעבן א גאנצע בראשור מיט מעשיות און מקורות דערויף.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

הרב די פאקט!
כ'האב הנאה פון אייערע ווערטער, ווי מ'זאגט "יהיו כנגד המשחיתים", אזוי גייט די היינטיגע וועלט ליצים כאפן זיך ארויף און מ'מאכט ליצנות מכל הבא ליד ולפה, לעצטענס האבן זיך געוויסע גענומען מאכן ליצנות פון תמימות'דיגע אידן וועלכע זאגן פרק שירה, די פאקט איז אויב גלייבן זיי אין דאס מיט א תמימות העלפט זיי דאס, מען ווערט נישט מער ארויפגעקוקט און ס'איז נישט קיין שום גדלות צו מאכן ליצנות פון אידישע קינדער.
ייש"כ הרב הנ"ל!
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

וואו איז דער מקור אז זאגן פרשת המן ג' בשלח שנים מקרא וא' תרגום איז א סגולה פאר פרנסה?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאקאווער האט געשריבן: וואו איז דער מקור אז זאגן פרשת המן ג' בשלח שנים מקרא וא' תרגום איז א סגולה פאר פרנסה?

די וועלט זאגט דאס בשם ר' מענדעלע מרימינוב זי"ע, אבער אז מען פרעגט יודען וואס האבען געוואוינט און רימינוב פאר די צווייטע וועלטס קריג וועלען זיי דיר זאגען אז זיי האבען נישט געהערט דערפון.
the SCY is the limit
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

אנהויב פון דעם געהענגל איז פארהאן א שיינער שמועס איבער די סגולה לומר פרשת המן מקורה וענינה.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

פרשת המן פד"פ
אטעטשמענטס
המן.pdf
(209.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 170 מאל
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

היינט האב איך געזעהן אין ביהמ"ד הענגען צעטליך פון סגולת הרשב"י (ח.ל.ווייס), פון ספר עבודת העבודה להרה"ק מטאהש שליט"א, ווי ער ברענגט בשם דעם עטרת צבי אז די גאנצע וואך פרשת בשלח איז מסוגל פאר ישועות.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

40 נעכט זאגן 91 מאל ויהי נועם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך האב זיך לעצטנס באגעגנט מיט א נייע סגולה וואס ווערט איינגעפירט צווישן פרויען, אז פאר פערציג נעכט זאל מען זאגן צווישן די שעות איינס און פיר אזייגער ביינאכט, זאל מען זאגן 91 מאל ויהי נועם מיט יושב בסתר און דאס איז א סגולה פאר קרענק.

ווייסט איינער צו עס ליגט עפעס קראפט דערין?

נ.ב. איך מיין נישט קיין ווערטל, איך ווייס פון א גרופע פרויען וואס האבן זיך דאס אונטערגענומען לרפואת זייער חבר'טע, און איך וויל וויסן וויפיל קראפט עס ליגט דערין, אדער איז דאס בלויז צו שטיין אויף מיינע נערוון.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוי פליז, נאו מאור

כ'זוך א סגולה אויס קורירן די פרויען פון די אלע סגולות, מעג זיין א ווייטאמין אויך.....

ערעב זיס
ס'סאונד ווי די סגולה פאר ..(וועקן טויטע שלאפעדיגע)..., אויפשטיין פיר פארטאגס זיך שטעלן אויפן דאך אויף איין פוס און שרייען צעהן מאל קו קו ריקו הויך, שוין געהערט פון אזא סגולה???
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אריין אין פארברענגן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יש סגולה שראיתי במעלות לומר י"ג אנשים י"ג פעמים קאפיטעל י"ג י"ג ימים,
ואמרתי שמזל שהלץ לא חשב אודות קי"ט
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער איז - זעהט אויס - נישט געווען אזא גרויסער אכזר...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

והוא פלאי האט געשריבן: יש סגולה שראיתי במעלות לומר י"ג אנשים י"ג פעמים קאפיטעל י"ג י"ג ימים,
ואמרתי שמזל שהלץ לא חשב אודות קי"ט

איך ווייס פין אפאר וואס טיען עס, אבער נישט 13 טעג, נאר די 13'טע טאג אין חודש.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

די סגולה פון ביינאכט איז א געוואלדיגע סגולה פאר איינער וואס קען נישט איינשלאפן

בדוק ומנוסה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

והוא פלאי האט געשריבן: יש סגולה שראיתי במעלות לומר י"ג אנשים י"ג פעמים קאפיטעל י"ג י"ג ימים,
ואמרתי שמזל שהלץ לא חשב אודות קי"ט


הסגולה הלה הוא בדוק ומנוסה צו ווערן בר מצוה...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיס האט געשריבן: איך האב זיך לעצטנס באגעגנט מיט א נייע סגולה וואס ווערט איינגעפירט צווישן פרויען, אז פאר פערציג נעכט זאל מען זאגן צווישן די שעות איינס און פיר אזייגער ביינאכט, זאל מען זאגן 91 מאל ויהי נועם מיט יושב בסתר און דאס איז א סגולה פאר קרענק.

אלע שטעלען וועקערס, אדער נאר איינער שטעלט א וועקער און דערנאך מאכען די נשים צדקניות א טשעין קאל אויף וועקען די גאנצע שטאט?
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”