קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

הערליך גיי ווייטער אהן!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13021
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בערל טייערע וועמענס מליצה איז די קראקא דכולה ביה?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש, חלק א' הערליך און הייליג.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

מ'ווארט מיט שפאנונג!!!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
מכון שיח אבירים
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 08, 2018 1:52 pm

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכון שיח אבירים »

ירחון בית רוז'ין גליון ד.JPG
ירחון בית רוז'ין גליון ד.JPG (27.07 KiB) געזען 2137 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שעהן שעהן, בערעלע, זעץ פאר, מיר לעזן מיט גרויס אינטערעסע!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איין גרויסן דאנקעשעהן בערל, עס ווירד אין אונזערעם אינטערעסע זיין דאס זי דיזען שעהנעם בעשרייבונג פארזעצן ערצעהלן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פארשפאנונגט פון ווארטענישט
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

עס איז אונז א גרויסע פריידע זי צו אונטערהאלטן
וויר ווערדן שרייבען בעז"ה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האמיר געטראפן ר' בערל'ן שפאצירן אויף די סעראקא גאס נעבן די באקאנטע ר' אייזיק שוהל

ווי גענוי אויפן מאפע איז דאס?

Kraków, Poland, circa 1935-1939.jpg
Kraków, Poland, circa 1935-1939.jpg (205.27 KiB) געזען 1968 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פשיהא געוואלדיג מ'זעהט דא אונזער רעב בערל במלוא הדרו שפאצירט מיט זיין ערנסטן געזיכט איבער די קראקאווער גאסן

מיט אזא שיין בילד ברויך מיר אים שוין געהעריג קענען אפלערנען.. אבער אלעס ביז גילוי..
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

[align=center] קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה
[/align]

רבי משה מרדכי האט פארציילט א מעשה וואס ער האט געהערט אין ראדאמסקער שטיבל. מעשה בחסיד אחד, איינע פון די מקורבים ביים הייליגן תפארת שלמה זי"ע, א איד משכמו ולמעלה, א דערהויבענער איד, מלא ודגוש בתורה ועבודה, ווען דער חסיד פלעגט נאר קומען קיין ראדאמסק פלעגט ער אויפגענומען ווערן ביים תפארת שלמה מיט א געוואלדיגע הערצה און חביבות וועלכע איז געווען שטארק ניכר פאר יעדן איינעם.

איין טאג האבן זיך געוואנדן צו אים זיינע שטאט'ס לייט און פארגעשלאגן, זעה נאר אונז זענען מיר זייער ווייט, און אונז קענען נישט פארן אזוי אפט קיין ראדאמסק, לאז אונז זאלן דיר אויפנעמען אלץ אונזער מנהיג, וועל מיר האבן א רבי'ן דא פון די נאנט.

פון אנהייב האט דער חסיד נישט געוואלט הערן פון אזאנ'ס, אבער נאך א שטיק צייט זיך איינבעטן ביי אים האט ער זיך מער נישט געקענט אנטקעגן שטעלן און ער האט מסכים געווען אנצונעמען די שטעלע.

מיט א צייט שפעטער האט דער חסיד באשלאסן נאכמאל צו פארן כדרכו צו זיין רבי'ן דער תפארת שלמה ווי ער איז שוין אזוי לאנג נישט געווען. אבער דאס מאל איז די שטארקע קירבה פון אמאל געווען א פארגאנגענהייט, אלעס האט זיך גענדיגט, די רבי האט אים נישט אנגעקוקט מער ווי א צווייטן.

רבי: האט זיך דער חסיד געוואגט צו פרעגן, איך בין דאך געבליבן דער זעלבער פון אמאל, וואס איז אז מען רופט מיר שוין היינט רבי, וועגן דעם בין איך עפעס אזוי נשתנה געווארן.

'איך וועל דיר פארציילן א מעשה' האט אים דער תפארת שלמה גענטפערט, איינע פון מיינע חסידים האט א פאבריק ווי מען פאבריצירט מעהד, א שארפע אלקעהאלישע געטראנק באזירט אויף האניג, זיין מעד האט געשמ'ט איבעראל אלץ גאר געשמאקע מעהד, אזוי ווייט אז אלע זיינע קונדן פלעגן עס אויסלויבן אלץ מעהד וועלכער איז ממש ווי האניג.

וואס האט דער איד געטוהן, איז ער געגאנגען און פארטוישט דאס וואס עס פלעגט ביזט איצטער שטיין אויף די פעסער ארויף געשריבן 'מעהד', פון יעצט האט ער געלאזט ארויף שרייבן 'ריינע האניג'. און ווי פארשטענדליך אז די פרייז האט ער אויך געהויבן ווי עס דארף צו זיין די פרייז פאר ריינע האניג.

די קאסטומערס וועלכע זענען געקומען קויפן די פעסער און האבן עס געפענט, האט זיך פשוט אנטפלעקט פאר זייערע אויגן איר ריכטיגן אינהאלט, זענען אלע געקומען צו לויפן מיט א געשריי, דו האסט אונז אויסגעפאפט, די פעסער ענהאלטן נישט מער ווי ווי פשוט'ע וואסער.

פשוט'ע וואסער? האט זיך דער פאבריקאנט געוואונדערט, דאס זענען די געשמאקע מעהד אויף וואס איר פלעגט אלע זאגן אז עס איז דאך ממש זיס ווי האניג, יעצט שרייט עטס עס איז פשוט'ע וואסער.

נאר וואס דו ביסט, איז געקומען דער ענטפער, ווי לאנג דו האסט פראדוצירט דעם פראדוקט אלץ מעהד, נא האט מען געקענט אביסל איבערטרייבן און זאגן 'אה דיין מעהד איז ממש ווי ריין האניג', אבער אז דו שטעלסט אהער דאס ווי עכטע האניג, קעגן האניג איז דאס נישט מער ווי וואסער, מיט זייער זיסן אינהאלט איז עס נישט מער ווי פשוט'ע וואסער.

'זאג איך אייך די זעלבע זאך', האט דער תפארת שלמה אויסגעפירט פאר דעם געווארענעם רבי'ן, ווי לאנג איר זענט געקומען אלץ פשוט'ע חסיד, א חסיד צווישן אלע חסידים, איז געווען פארוואס אייך צו מחשיב זיין ווי א חשובע רבי, יעצט איר קומט ממש ווי א רבי, האט איר אייך שאדן געמאכט מיט די אייגענע האנט אייער גאנצע חשיבות!

[align=center]*

א שידוך צווישן ארימעלייט, א חתונה פון עשירים
[/align]
קראקא אנהייב פון די תר"פ יארן, איז נאך געווען רייך מיט א פארמעגן וועלכער האט ענהאלטן אין זיך אידן פון פריערדיגע דורות, אזעלכע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן נאך זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין אין שאטן פון די פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן געלעבט פאר באלד צוויי הונדערט יאר צוריק.

איינע פון אזעלכע אידן איז געווען א חסידישער איד מיטן נאמען ר' מענדל קינציקער ז"ל, וועלכער האט נאך זוכה געווען אין זיינע יונגע יארן צו זיין ביים רבי'ן רבי הערש רימנובער, רבי אשר'ל ראפשיצער, און דער אריה דבי עילאי זי"ע, וועלכע זענען אלע שוין נסתלק געווארן אנהייבן פון די ת"ר יארן.

דער רבי מענדל איז שוין דאן געווען א בן תשעים ווען ר' משה מרדכי לעלובער האט זיך מיט אים געטראפן, אבער ער איז געווען פריש און מונטער מיט א זעלטענער זכרון וועלכער האט אים נאך געטריי געדינט. ר' משה מרדכי אין זיינע שמועסן פלעגט דעם ר' מענדל אנצייגן אלץ אזא איינער וועלכער האט אים געדינט ווי א בריקל צו די פריערדיגע צדיקים, היות ער האט נישט געטראפן קיין איד מיט נענטערע פארבינדונגען צו די פריערדיגע דורות.

אין איינע פון זייערע שמועסן ביי דעם ר' מענדל אינדערהיים, האט ער פארציילט א וואונדערליכע מעשה פון השגחה פרטית וועלכער האט זיך אפגעשפילט מיט אונזער רבי מענדל אליין.

יונגערהייט איז דער ר' מענדל געווען אן עלטערער בחור פאר וועם עס שווער געגאנגען א שידוך צו טוהן. אין א טאג איז בייגעפאלן פאר איינער פון די קראקאווער שדכנים א חוצפה'דיגער געדאנק, נישט מער און נישט ווייניגער נאר אנצוטראגן דעם עלטערער בחור פאר איינע פון די שטאטישע גבירים, ווי פארשטענדליך האט דער גביר אים ארויסגע'זרק'עט און אראפ געווארפן אלע טרעפן פון זיין שטוב.

עס האט אבער נישט לאנג גענומען און דער גביר איז געווארן א יורד ל"ע, ער האט זיין גאנצער פארמעגן אנגעוואוירן. יעצט איז שוין אויסגעטראטן געווארן די וועג, און דער שידוך איז בשעטו"מ געשלאסן געווארן.

גאנץ נאנט צו דער חתונה האט חתן דנן געטראכט צו זיך, איך בין דאך א ביטערער ארימאן, איך פארמאג נישט גארנישט, די כלה שטייט שוין היינט גארנישט בעסער, גיי איך מיר אזוי חתונה האבן אן גארנישט? אין זיין גרויס פארלעגנהייט איז ער געגאנגען און זיך געקויפט א לאטערי וועלכער איז דעמאלטס געלאפן.

אין יענע צייטן זענען די נומערן געשטאנען אויף ביידע זייטן פון די לאטערי קארטל, רעכט'ס און לינקס, און ווער עס האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו צאלן פאר א גאנצער קארטל, האט געבעטן דעם געשעפט'ס מאן זאל אים צושניידן דאס קארטל, און די צווייטער האלב איז פארקויפט געווארן פאר א צווייטער, אויב עס האט זיך געמאכט אז די קארטל איז געווען די געווינער האבן זיך די צוויי צוטיילט מיט די געווינס.

אפאר טאג שפעטער האט זיך אויסגעשטעלט אז זיין קארטל איז גאר דער געווינער פון די גרויסע געווינס, יעצט איז נאר געבליבן צו אנטשיידן דעם צווייטן געווינער, דעמאלטס האט זיך אויסגעשטעלט דאס אומגלויבליכע.

די צווייטער געווינער איז געווען נישט קיין אנדערער ווי די כלה!

ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט איז געווען, אז די כלה האט זיך געמאכט די זעלבע חשבון ווי איר חתן, איז זי געגאנגען, אן דעם וואס זי זאל וויסן ווער עס האט געקויפט די צווייטער האלב פונעם לאטערי וואס די חתן האט בעפאר געקויפט.

יא חתן כלה זענען זיי געווארן אלץ ארימעלייט, חתונה געהאט האבן זיי שוין אבער ווי גרויסע עשירים...

[align=center]*[/align]
[align=center]א צענטער ביי ר' אייזיק ר' יעקיל'ס[/align]
נאך איינע פון די קראקאווער טיפן, איז געווען א וואונדערליכער איד מיטן נאמען ר' הערשל'י בעל תשובה, אזוי האט מען אים גערופן. א איד א בעל צורה, אן אויסערגעווענליכער עובד השם וועלכער איז געגאנגען א גאנצן טאג מעוטר מיט תפילין.

ר' משה מרדכי האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים'ן, 'מען האט אים גערופן ר' הירשל'י בעל תשובה - ווען ער האט געזינדיגט ווייס איך נישט'... ר' משה מרדכי פלעגט צו פארציילן אויף דעם איד גאר גרויסע זאכן, און איינע פון זיינע טייערע הנהגות האט ר' משה מרדכי אנגענומען פאר זיך אליין אויך.

ר' הירשל'י פלעגט דאווענען גאר שפעט, ווען ער האט געוואלט הערן קריאת התורה האט שוין יעדער לאנג געהאט אפגעדאווענט, פלעגט זיך דער טייערער איד שטעלן ביים טיר פון די באקאנטער קראקאווער ר' אייזיק ר' יעקיל'ס שוהל און שרייען, 'א צענטער' א צענטער'. די אידן וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן האבן גאנץ שנעל אנטפלעקט אז ער איז נאך ווייט פון זיין א צענטער, אבער דער ר' הערשל'י האט געלייגט א האנט אויפן הענטל פון טיר און עס איז פשוט געווען אוממעגליך זיך צוריק ארויס צו זעהן, ווי לאנג עס איז נישט געווען דארט קיין צען אידן.

הערשט דעמאלטס האט ער ארויסגענומען א ספר תורה פון ארון קודש און געליינט, כאטש די אלע איבעריגע ניין האבן שוין געהאט געהערט קריאת התורה.

ר' משה מרדכי האט זיך מיט יארן שפעטער אויך אזוי איינגעפירט שבת נאכמיטאג אזוי בין השמשות האט ער אויך נישט מקפיד געווען עס זאל זיין צען וואס האבן נאך נישט געהערט קיין קריאה"ת, זאגענדיג אז דאס האט ער מקבל געווען פון ר' הערשל'י בעל תשובה פון קראקא.

איין טאג האט א איד צוגעוויזן א שטיקל נודע ביהודה פאר ר' משה מרדכי, ווי ער האט געפינען א סמך צו די הנהגה. בדרך כלל פלעגט זיך ר' מ"מ זייער פרייען ווען מען האט אים געברענגט א סמך אדער א הלכה'דיגער מקור צו א הנהגה זיינע, אבער אין דעם פאל איז זיין אנטווארט געווען גאר אנדערש, 'אמאל' - האט ער געזאגט מיט א שטיקל קפידה - 'איז זוכן א מקור צו א הנהגה פון א רבי, דאס אליין איז שוין א מהרהר אחר רבו'...

[align=center]*[/align]
נאך א דערהויבענע איד מיט וועם ר' משה מרדכי האט פארברענגט אין קראקא איז געווען ר' מתתיהו ז"ל, ער איז נאך געווען פון די מקורבים ביי רבי ר' מרדכי'לע נדבורנא זי"ע. אין איינע פון די טעג ווען ער איז געזעצן מיט אים, איז ער איבעראשט געווארן צו זעהן אז בשעת'ן שמועסן אונאיינעם ריקט ער אריין איין שטיקל קנאבל נאכ'ן צווייטן וועלכער האט איבערגעלאזט גאר א שארפן ריח אויפ'ן גאנצן האריזאנט.

ר' מ"מ וועלכער האט אים געקענט אלץ גאר אן איידעלער איז זייער איבעראשט געווארן, ער האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, און אים געפרעגט וואס איז פשט פון דעם?

האט אים ר' מתתיהו מסביר געווען: מורי ורבי, די רבי ר' מרדכי'לע פון נדבורנא האט מיר אנגעזאגט איך זאל יעדן טאג עסן קנאבל, אין די לעצטיגע טעג בין איך געווען אויפן וועג און איך האב נישט פארמאגט מיט מיר קיין קנאבל, האב איך מיר פארשריבן דעם חוב וואס האט זיך אנגעקליבן, - די טעג וואס איך האב פארפעלט פון אויספאלגן מיין רבי'ןס באפעל - און יעצט באצאל איך עס...

[align=center]*[/align]
דארט אין קראקא האט ער זיך אויך באגעגענט מיטן באקאנטן חסיד ר' רפאל הלוי ז''ל וועם מען האט גערופן 'דער הויכער ר' רפאל' דער משמש בקודש ביים הייליגן צאנזער רב זי''ע, דער ארויסגעבער פון דעם ספר 'דרכי חיים'. פון אים האט ר' מ''מ געהערט אסאך ענינים פון א כלי ראשון איבערן הייליגן דברי חיים.

המשך יבוא בעז"ה לויט די אינטערעסע.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

נא א צענטער א צענטער ווער קומט אריין??
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (53.4 KiB) געזען 1842 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

געוואלדיג קיפ אן
Toyota
שר שלשת אלפים
תגובות: 3598
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Toyota »

בערל קראקאווער האט געשריבן: [

המשך יבוא בעז"ה לויט די אינטערעסע.

לויט די אינטערעסע וואלסטו געדארפט שרייבן יעדע טאג נאך א שטיקל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Toyota האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן: [

המשך יבוא בעז"ה לויט די אינטערעסע.

לויט די אינטערעסע וואלסטו געדארפט שרייבן יעדע טאג נאך א שטיקל

די שרייבער קומט ארויס נאר איינמאל א וואך...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איינס האט געשריבן:
Toyota האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן: [

המשך יבוא בעז"ה לויט די אינטערעסע.

לויט די אינטערעסע וואלסטו געדארפט שרייבן יעדע טאג נאך א שטיקל

די שרייבער קומט ארויס נאר איינמאל א וואך...


הרב איינס איר מאכט א הערליכע ארבעט, נאך אייער לעיאוט באקומט יעדע ארטיקל א שטיק חיות!
כה לחי, א שיינעם דאנק.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די צייטונג פון די וואך האט זיך צוגעכאפט צום קעפל פון די אשכול.

ביניך נייגעריג וויפיל פון די אינהאלט קומט פון דאהי
אטעטשמענטס
unnamed - 2021-12-22T090343.903.jpg
unnamed - 2021-12-22T090343.903.jpg (194.84 KiB) געזען 1764 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

אדער האט ער גע'גנב'ט פון די זעלבע מקור ווי איך האב גע'גנב'ט
איז ער דאך הגונב מן הגנב...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

בערל קראקאווער האט געשריבן: אדער האט ער גע'גנב'ט פון די זעלבע מקור ווי איך האב גע'גנב'ט
איז ער דאך הגונב מן הגנב...

נע, איך האב שוין געמיינט אז דו האסט געשריבן די ארטיקל אין די צייטונג...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

חמרא טבא האט געשריבן: בערל טייערע וועמענס מליצה איז די קראקא דכולה ביה?


כ'זעה ס'געפעלט אייך, מיר אויך, דעריבער האב איך עס טאקע גענומען פון...
שוין קום אין אישי...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: האמיר געטראפן ר' בערל'ן שפאצירן אויף די סעראקא גאס נעבן די באקאנטע ר' אייזיק שוהל

ווי גענוי אויפן מאפע איז דאס?

Kraków, Poland, circa 1935-1939.jpg



ער איז טאקע אויף די סעראקא גאס, עס איז אבער נישט לעבן ר׳ אייזיק ר׳י יעקלש שול.
אויף יודיש האט די סעראקא גאס, געהייסן די ״ברייטע גאס״.
למעשה זעהט מיר דאס נישט אויס ווי סעראקא גאס, אפילו ס׳איז אזוי אנגעצייכנט אינ׳ם בילד, וצ״ב.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

עס איז זייער שטארק באקאנט געווען א טיפ ר' בערישל בעל תשובה פון קראקא געליינט און געהערט וועגן אים אסאך, איז דאס נישט אפשר א טעות מיט ר' הערשל אדער עס איז געווען צוויי?
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן: בערל טייערע וועמענס מליצה איז די קראקא דכולה ביה?


כ'זעה ס'געפעלט אייך, מיר אויך, דעריבער האב איך עס טאקע גענומען פון...
שוין קום אין אישי...


אן אור-אלטן מליצה, כמדומני דער ערשטער זיך מיט דעם צו באנוצען איז דער זוהן פונ'ם ב"ח בהקדמה לספרו של אביו.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
המשך יבוא בעז"ה לויט די אינטערעסע.

וואס מיינט דאס?
סאיז דא צוויי אפציעס?! עיז גען דא אבכלל א אפציע פון נישט אינטערסע?!

מוראדיג שיין באשריבן מיט א געשמאקע שריפט און איך רעד שוין נישט די תוכן און ידיעות פון די ארטיקל!

גיי אן מיט א פעסטקייט!!
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”