קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק פאר די ברענשטאף!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

געטראפן א הערליכע ארטיקל!
viewtopic.php?f=63&t=18199
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13032
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן: בערל טייערע וועמענס מליצה איז די קראקא דכולה ביה?

כ'זעה ס'געפעלט אייך, מיר אויך, דעריבער האב איך עס טאקע גענומען פון...
שוין קום אין אישי...

אן אור-אלטן מליצה, כמדומני דער ערשטער זיך מיט דעם צו באנוצען איז דער זוהן פונ'ם ב"ח בהקדמה לספרו של אביו.

יאפס געטראפן!
אטעטשמענטס
5A294D90-6441-44B3-AF43-BA5281951552.jpeg
5A294D90-6441-44B3-AF43-BA5281951552.jpeg (393.08 KiB) געזען 2264 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

[align=center] קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה
[/align]

[align=center]די מקוה פון 'מאור ושמש'[/align]
קראקא האט פארמאגט אן אור אלטן נאטורליכע מקוה, דהיינו גאר א טיפן קוואל וואס די וואסער האט ארויסגעקוועלט פון די טיפענישן פון די ערד, און ווי דער שטייגער פון א קוואל איז די וואסער אמאל געווען הויעך און אמאל זייער נידעריג, געוואנדן לויט די צייט פון די יאר.

די וואסער איז אלץ געווען אייז קאלט, און א לאנגער צאל טרעפ האבן אראפ געפירט צו די טיפענישן פון דעם בור. דעריבער כדי אויסצוהאלטן די ביטערע קעלט פלעגט זיך ר' מ''מ בליץ שנעל א טובל טוהן און ארויס.

די זקנים אין קראקא האבן נאך געוואוסט צו דערציילן אז דער הייליגער מאור ושמש וועלכער איז געווען א קראקאווער איינוואוינער האט זיך נאך געטובל'ט אין דעם קוואל, מען האט אנגעוויזן אויף א קליינעם פענסטער'ל פון ווי ער איז שבת אינדערפרי אריינגעשפרינגן ווען די מתנגדים האבן פארשפארט דעם אריינגאנג. ר מ''מ האט מעיד געווען אז די פענסטער'ל איז געווען גאר א שמאלן עפענונג און זייער הויעך, אז אזוי זיך אריינצולאזן אין מקוה האט זיך געפאדערט נישט ווייניג מסירת נפש כפשוטו.

אין קראקא פלעגט פון צייט צו צייט באזוכן אן אייניקל פון מאור ושמש הרה''ק ר' יהושע העשיל הלוי פון חאנטשין זצ''ל, וועלכער פלעגט קומען פוקד זיין קברי אבות. האט ר' מ''מ פארציילט אז דער חאנטשינער איז אמאל זיך געגאנגען טובל'ן אין דעם מקוה און אנדערש ווי אים איז ער צוביסלעך און שטייט'ליך אראפ די פילע טרעפ ווי ער האט זיך רואיג גע'טובל'ט אין די אייז קאלטע וואסער אן קיין שום התפעלות.

האט זיך ר' מ''מ אויסגעדרוקט: 'דאס איז דער חילוק צווישן א יונגער עובד און א אלטער עובד'...

דער חאנטשינער האט זייער מחשיב געווען ר' משה מרדכי. האט פאסירט אמאל אז זיין'ס אן אייניקל האט געדארפט זיך גיין שטעלן פאר די מיליטער, האט ער אים געשיקט צו ר' מ''מ אז ער זאל אים משמש זיין, וואס דאס זאל אים זיין א סגולה ניצול צו ווערן.

ר' מ''מ האט פארציילט אז עס אים נישט גרינג געווען, דער בחור האט אים ממש נישט צורוה געלאזט, ער האט אים נישט אפגעלאזט, ווי ער איז נאר געגאנגען – צו אין מקוה - האט ער אים געטראגן די וועש א. א. וו.
די סוף איז געווען אז דער בחור איז ניצול געווארן. ר' מ''מ – מיט זיין ענוה – האט אויסגעפירט: 'יא, דער חאנטשינער האט ארויף געפאקט אויף מיר זיין מופת'...

[align=center]*[/align]
ר' מ''מ פלעגט אויך אסאך באזוכן ביי הרה''ק רבי ישעי'לע טשחויבער זי''ע, דער יונגסטער זון פון הייליגן דברי חיים. אמאל האט ר' מ''מ דארט מיט געהאלטן א פלא פון א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי רבי ישעי'לע אין בית מדרש, ווען א פרוי איז אריינגעקומען מיט א ווייגעשריי: די רבי מוז מיר העלפן! מיין מאן ליגט קריטיש קראנק, די דאקטורים האבן שוין אינגאנצן אויפגעגעבן.

רבי ישעי'לע איז צוגעגאנגען צום ארון הקודש, מתפלל געווען, דערנאך זאגט ער פאר די פרוי: אייער מאן וועט זיין געזונט בע''ה! אלע ארומיגע זענען געשטאנען און געשטוינט, יעדער האט פארשטאנען אז עס איז נישט דא קיין שום האפענונג, און דא אזעלכע קלארע דיבורים. ווען רבי ישעי'לע האט געזעהן ווי מען וואונדערט זיך אזוי, האט ער געזאגט מיט א פשטות: וואס זאל איך טוהן, ס'איז געווען תפילתי שגורה בפי, האב איך געוואוסט אז דער וועט געהאלפן ווערן. און דער איד איז טאקע וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן.

[align=center]*[/align]
[align=center]א מעשה מיט צוויי רבי שמעלקע'ס[/align]
אין קראקא האבן דאן געוואוינט צוויי אינגעלייט מיטן נאמען 'שמעלקע', ביידע חסידים פון כנסת יחזקאל פון ראדאמסק, זיי זענען אויך ביידע געווען איידעמער ביי אידן וועלכע האבן געוואוינט אין דזשיקוב – ביידע חסידים פון רבי יהושע'לע דזשיקוב'ער זי''ע. אויף פסח זענען ביידע געפארן צום שווער אויף דזשיקוב.

פסח ביינאכט נאכ'ן דאווענען זענען זיי ביידע אריין מיט'ן שווער צום רבי'ן זעהן ווי ער פירט דעם סדר. צו זייער גרויס איבעראשונג האט דער רבי אנגעהויבן זאגן מילתא דבדיחותא כדרך בית ראפשיץ.

די צוויי האבן נישט געזאגט קיין ווארט, אבער עס איז זיי געווען זייער פרעמד אזא מין הנהגה, ווייל אין ראדאמסק ביי זייער רבי'ן דער כנסת יחזקאל איז געווען אינגאנצן אנדערש עס האט אלץ געהערשט דארט מער אן ערנסטן אטמאספער.

רבי יהושע'לע האט עס מרגיש געווען און רופט זיך אן: 'די צוויי אינגעלייט פון קראקא זאלן אהער קומען'.

די צוויי אינגעלייט האבן מיט א חרדת קודש זיך שוין דערנענטערט צום אויבן-אן, און רבי יהושע'לע ווענד זיך צו זיי און זאגט: מען זאגט אין די הגדה 'בכל דור ודור חייב אדם לראות עת עצמו', די ווארט 'בכל' ווייזט אויף מעסטן מיט א כלי, אזוי ווי עס שטייט 'מי מדד בשעלו מים וכו' 'וכל' בשליש עפר הארץ'. 'דור' איז בגמטריא 'צדיק'.

אז מען קומט מעסטן און זעהן צו יהושע'לע איז א צדיק צו נישט, איז דאך קודם 'חייב אדם לראות את עצמו' ברויך מען קודם גוט זיך אליין אפמעסטן.

גייט'ס גייט'ס...

די צוויי זענען געבליבן שטיין געפלעפט, ווי ווייט דער רבי האט תופס געווען זייער מחשבה, אן דעם וואס זיי זאלן זאגן א ווארט וואס עס לויפט זיי דורך אין מח.

ר' משה מרדכי האט געהערט די מעשה אין קראקא פון די צוויי אינגעלייט.

[align=center]*[/align]

קראקא איז פון אלעמאל געווען א דורכגאנג'ס סטאנציע פאר אסאך פון די צדיקי הדור, עס פלעגט זיין אפטער ערשיינוג אן אנלויפעניש פון מאסן חסידים שטייען און ווארטן צו מקבל זיין פני רבם ביי די שטאטישע באן סטאנציע. אזוי אויך איז געווען אסאך צדיקים וועלכע פלעגן אפשטאטן א באזוך אין שטאט אליין, און פלעגן דארט זיך אויפהאלטן עטליכע טעג.

ווי דערמאנט דער תפארת שלמה וועלכער האט שטארק מחדש די געפארעכט'ס אויף ליזענסק צום הייליגן רבי ר' אלימלך ווי ער פלעגט אסאך דארט פראווען, פלעגט אלץ אויפ'ן וועג פון ראדאמסק קיין ליזענסק אפשטאטן א באזוך אין קראקא.

ער האט זיך דארט געטראפן מיט רבי שמעון סופר א זוהן פון הייליגן חתם סופר וועלכער איז דאן געווען שטאט'ס רב, און דער תפארת שלמה דער גרויסער משפיע אים פארגעהאלטן צו ער ווייסט וואס איז זיין שטעלע דא אין שטאט. נישט פאר שאלות פון 'טעפל לעפל', זענט איר דא, פאר דעם פארמאגט קראקא גענוג מורי הוראה אויף יעדן גאס. '' איר זענט דא צו משפיע זיין פאר אידישע קינדער''.

רבי שמעון סופר האט אים מיט א פשטות גענטפערט, אז ער זעהט נישט אז דאס זאל זיין געשריבן אויסגענומען אינעם שטר קנסוס...

לענינינו אז ר' מ''מ האט אזוי עספעיט צו זעהן אסאך צדיקים, למשל דער הוסיטאנער הרה''ק ר' ישראל א זון פונעם אינגסטן זון פון הייליגן ריזשנער האט אמאל באזוכט קראקא, דער הוסיאטענער האט אים זייער מכבד געווען אין אים מכבד געווען מיט א כיבוד וואס איז געווען זייער זעלטן אין דעם ריזישנער חדר, 'אים צו לאזן זיין אין צימער בשעת ווען ער האט גענומען קוויטלעך, אויך מיט רבי ישראל טשארטקובער האט ער געהאט די זכי' זיך צו טרעפן.

דער אמרי אמת פון גור האט אויך אמאל זיך אפגעשטעלט דארטן מיטן באן ממש פאר געציילטע מינוט'ן, און צו דעם געלעגנהייט איז אנגעלאפן א ריזן עולם פון גערער חסידים ביים באן סטאנציע, און וואונדער איבער וואונדער ווי אין די געציילטע מינוט'ן – כנוסח גער - האבן די מאסן גערער חסידים עספיעט אלע דורכצוגיין נעמען שלום, און עס איז נאך פארבליבן עטליכע מינוט ביז די באן איז אפגעפארן ווייטער.

לעומת זה ביי איינע פון די באזוכן פון בעלזא רב, רבי ישכר דוב, האבן מאסן חסידים באלאגערט די באן ביז צו די פענסטערס, יעדער האט געוואלט צוקומען נעמען שלום, די צייט איז געווען אבער זייער קורץ און די באן האט שוין געדארפט אפפארן יעדע רגע, די פאליציי האט פרובירט מאכן סדר אבער אן קיין ערפאלג, האט רבי ישכר דוב אויפגעהויבן און געוויזן מיט זיינע הייליגע הענט, אז דער עולם זאל זיך אפרוקן, און אזוי איז געווארן סדר.

וואס צענדליגע פאליציישע קרעפטן האבן נישט געקענט מאכן ארדענונג, האט איין תנועה פון א רבי געטויגט.
לעצט פארראכטן דורך בערל קראקאווער אום מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

יישר כח, געוואלדיג יעדעס ווארט, קיעפ אן גאואינג.

הערה קטנה:
הרה’’ק ר’ ישראל הוסיטינער זצוק’’ל איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגן רוזשינער זצוק’’ל און קיין (יונגסטער) זוהן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13032
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א זון פונעם אינגסטן זון צ״ל

רבי בערל מיר באלעקן זיך די פינגער!!
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פאראכטן
א דאנק אייך מגיבים
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
מכון שיח אבירים
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 08, 2018 1:52 pm

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכון שיח אבירים »

המודיע-מוסף תורני.tif
המודיע-מוסף תורני.tif (177.5 KiB) געזען 1916 מאל
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

געלעזט אינעם שרייבער אויסגאבע פון די וואך, און זייער הנאה געהאט, האלט אהן מיט די רייכע תוכנ'דיגע מאטריאל.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

לכאורה אן אונטרעסאנטע טשיקאווע פרט, וואס איר ווייסט נישט, און מסתמא קיינער דא ווייסט:

בספר דרכי הישר והטוב (תולדות עובדות וסיפורי ותהלוכי קודש מהרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פרי תבואה, י"ל ע"י נכדו הגה"צ רבי זאב וואלף גאלדבערגער ז"ל מליסקא, דף ג' ע"א): וז"ל: ובתוך הדברים אזכיר פה דבר חידוש שפעם אחת נתן אא"ז (הרה"ק הנ"ל) זצ"ל כתב מליצה אחת לאחד מאנשיו שהלך לעיר מלוכה וויען יצ"ו, וחתם עצמו עליו כנהוג (הק' צבי הירש בהר"א ז"ל) וסיים אבד"ק קראקא,ומיד ויפן כה וכה האם ראה זאת מי, ומי? ומחק באצבעו תיבת קראקא,וכתב תחתיו ליסקא,ושמעתי ממנו כמה פעמים שהיה משתוקק להיות בקראקא, אבל מתיירא מהרעש שירוצו אחריו, עכתו"ד.

מסתמא און דער תקופה פאר הגאון רבי שמעון סופר ז"ל איז געווארן אנגענומען אלס אב"ד ור"מ קראקא.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זייער אינטערסאנט

א דאנק אייך אוצרות
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זעהר שעהן!!
וכאן אומרים תתננו... עוד מהני מילתא מעלייתא, ועי''ז נזכה להביננו...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

[align=center] קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה
[/align]

[align=center]פאדגורזש[/align]
אינמיטן די שטאט קראקא לויפט דער טייך "ווייסל", וועלכע טיילט אפ צווישן קראקא און פאדגורזש. אויף אידיש הייסט דער טייך ווייסל, אויף פויליש "וויסווא", און אויף דייטש "ווייקסל".

אין די פריערדיגע יארן איז פאדגורזש און קראקא געווען צוויי עקסטערע שטעט, איינס אויף דער זייט פונעם ווייסל, און איינס אויף די אנדערע זייט פונעם ווייסל. און צוליב דעם איז אויך די אידישע קהלה אין פאדגורזש נישט געווען איין קהלה מיט די קראקאווער קהלה.

אבער שפעטער מיט די יארן, וויבאלד מען האט געמאכט צוויי דריי בריקן איבער'ן וואסער, איז פאדגורזש געווארן א טייל פון די שטאט קראקא און עס איז געווארן איין גרויסע שטאט. ביי די אידישע געגענט איז געווען א האלצערנע בריק איבערן ווייסל, אריבערצוגיין צווישן קראקא און פאדגורזש.

אויסער מיט געוויסע זאכן וואס פאדגורזש איז נאך געבליבן א שטיקל עקסטערע קהלה פאר זיך, אפילו אין די לעצטע יארן. צום ביישפיל, זיי האבן געהאט עקסטערע דיינים, און אויך אז דארט האט מען יא געמעגט מאכן א חופה פרייטאג און אין קראקא נישט.

ווען מען גייט כיום פוקד זיין די מקומות הק' אין קראקא ווייסט מען פון צווי בתי חיים, איינ'ס די גאר אלטע אונטערן בית הכנסת פון הייליגן רמ"א ווי עס ליגן באהאלטן די רמ"א רבן של ישראל וואו דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט נאך אהין געשיקט מתפלל זיין, דער מגלה עמוקות, די ב"ח, רבי העשיל, די בעל מעשי ה', דער מגיני שלמה און דער תוספות יו"ט.

די צווייטע בית החיים וועלכע מען רופט 'די נייע בית החיים', א צוויי דריי גאסן אוועק אסאך א גרעסערע בית עלמין ווי עס ליגט דער הייליגער מאור ושמש זיין זוהן רבי ארון, רבי שלמה זלמן פון וועליפאלע, רבי שמואל גארליצער און רבי שמעון סופר, קראקאווער רב. ועוד ועוד צדיקים וקדושים נבג"מ.

אבער נישט יעדער ווייסט אז קראקא האט פארמאגט נאך צוויי שפעטערדיגע גרויסע בתי חיים אין פאדגורזש וועלכע די פארשאלטענע דייטשן האבן אינגאנצן אויסגעריסן און דארט אויפגעשטעלט די פלאשובער ארבעט'ס לאגער.

[align=center]*[/align] [align=center]די פרייטאג'דיגע חופות[/align]
די פרייטאג'דיגע חופות איז איינע פון די זאכן וואס איז געווען אן אונטערשיד צווישן קראקא און פאדגורזש, אין קראקא האט מען נישט געשטעלט קיין חופה אום פרייטאג, צוליב א תקנה פונעם הייליגן רמ"א זי"ע וואס האט גע'אסר'ט צו מאכן דארט א חופה אין פרייטאג, צוליב א באקאנטע מעשה וואס איז פארגעקומען אין זיינע צייטן.

מעשה שהיה כך היה עס איז געווען א כלה אין קראקא, אן ארימע יתומה, וואס דער חתן איז געקומען פון אן אנדערע שטאט, און ער איז אנגעקומען צו די חתונה אין טאג פון די חופה וועלכע איז געווען אין א פרייטאג.

מען האט געהאט צוגעזאגט פאר דעם חתן א גרויסן נדן, און ווען עס געקומען דער טאג פון די חתונה, איז דער נדן נאכנישט געווען. האט דער חתן געזאגט אז עס איז נישט דא די גאנצע נדן, איז נישטא קיין חופה.

ביי די כלה אין שטוב האט מען שוין געהאט אנגעהויבן מיט די לעצטע הכנות צו גיין צו די חופה, און דא איז אריינגעקומען א ידיעה אז דער חתן וויל נישט גיין צו די חופה, ביז מ'וועט אהינגעבן דאס גאנצע געלט. די קרובים האבן זיך אנגעהויבן ארומצוקריגן, אזוי ווי עס פלעגט זיך ליידער מאכן אין אזא פאל, און די כלה האט נישט געוואוסט וואס צו טוען.

צום סוף האט מען געטראפן עפעס וועקסלען, און מען האט איינגערעדט פאר דעם חתן אז דאס האט נאך עפעס א ווערד, און דער חתן האט מסכים געווען אז אויב מ'גיט אים די וועקסלען וועט ער גיין צו די חופה.

דערווייל אבער ביז דער חתן האט מסכים געווען, איז שוין געווארן נאכט, און עס שוין אנגעקומען דער שבת, האבן די אנוועזענדע געזאגט אז עס איז פארפאלן, און מ'וועט שוין מוזן שטעלן די חופה אום זונטאג, ווייל שבת טאר מען דאך נישט מקדש זיין.

דער רמ"א איז דאן געווען דער רב אין שטאט, און ווען ער האט געזען וואס דא גייט פאר, האט ער מורא געהאט אז ביז נאך שבת קען זיך נאך דער חתן בארעכענען, און נאכאמאל נישט וועלן גיין צו די חופה, און דא וועט די כלה א יתומה חלילה פארשעמט ווערן. האט דער רמ"א דעריבער מתיר געווען צו שטעלן די חופה אום פרייטאג-צו-נאכטס נאכן זמן פון שבת! און ער אלס רב איז געווען דער מסדר קידושין.

פון אלע בתי מדרשים איז מען שוין דעמאלט אהיימגעגאנגען קידוש צו מאכן, און דא האט מען ארויסגעפירט א חתן כלה צו די חופה.

קראקא איז געווען א שטאט מיט אידן לומדי תורה, האט זיך יעדער געוואונדערט וואס איז דא געשען, און מ'האט געהאט גרויסע טענות אויפן רמ"א. אבער דער רמ"א האט געהאט אין זיך גענוג שטארקייט, אפצוהיטן דאס כבוד פון א אידישע טאכטער, און ער האט געטוען אזוי ווי ער האט פארשטאנען אז מ'דארף צו טוען.

נאכדעם האט דער רמ"א אפגעשריבען א תשובה (תשובות רמ"א סימן קכ"ה), וואו ער ווייזט אויף באריכות, אז אין א שעת הדחק און אזא אויסנאמספאל האט ער געמעגט אזוי טוען אבער פונדעסטוועגן כדי עס זאל נישט פארקומען נאכאמאל אזא מעשה, האט דער רמ"א געמאכט א תקנה אין די שטאט קראקא, אז פרייטאג טאר מען מער נישט שטעלן קיין חופה.

דער תקנה האט מען אין קראקא איינגעהאלטן אלע יארן ביז צום קריג, און דעריבער האט מען נישט געמאכט קיין פרייטאג-חופות אין קראקא. דאגעגן אין פאדגורזש האט מען יא געשטעלט חופות אום פרייטאג, ווייל אין די צייט פון רמ"א איז פאדגורזש נאך געווען אינגאנצן אן עקסטערע שטאט פון קראקא, און דעריבער איז דעם רמ"א'ס תקנה נישט חל געווארן אויף די שטאט פאדגורזש.

אפילו שפעטער ווען פאדגורזש איז שוין געווארן איין שטאט מיט קראקא איז נאך געבליבן דער חילוק אז אין פאדגורזש האט מען יא געמאכט חופות פרייטאג. אויך ממש פארן קריג, איז מען פרייטאג געפארן פון קראקא אויף פאדגורזש, און געמאכט דארט די חופה, און נאכדעם איז מען צוריקגעקומען קיין קראקא צו די חתונה.

[align=center]די איינגעזינקענע חתונה[/align]
אז מ'רעדט שוין פון א חתונה ערב שבת מיטן רמ"א איז דאך באקאנט די לעגענדע איבער 'די איינגעזינקענע חתונה', ווי יעדער וואס גייט באזוכן קראקא זעהט מען קעגן דעם רמ"א ביהכ"נ געפינט א קליין פעלדל ארום געצוימט ווי מען זאגט אז עס איז געווען א חתונה ערש"ק וועלכע האט זיך שטארק אריינגעצויגן אינעם שב"ק און דער רמ"א האט געשיקט ווארענען כמה פעמים ביז די גאנצע מעשה איז איינגעזינקען געווארן.

בין איך איינמאל געווען דארט מיט הגה"ח רבי יוסף חיים גרינוואלד האט ער נאכגעזאגט אז די גאנצע מעשה איז א איינגעזינקענע מעשה...

[align=center]*[/align]

צוריק צו ר' מ''מ האט נאך באגעגנט א איד וואס האט פארציילט אז ער האט נאך געדענקט דער הייליגער טריסקער מגיד וואס איז אמאל געווען אויף א שבת אין פאדגורזש, און אינעווייניג אין ביהמ''ד ווי ער האט געפירט די טיש האט געהערשט א שרעקליכע היץ פון די גרויסע געדרענג, און אינדרויסן האט געהערשט א ציפעדיגע קעלט אז די בארד און פיאות וועלכע האבן אינעווייניג געטריפט שווייס זענען גלייך פארפרוירן געווארן ווי נאר מען האט ארויס געשטעלט א טריט אויף די גאס.

אין יענעם שבת האט דער הייליגער טריסקער מגיד באפוילן פאר די גבאים זיי זאלן אים אונטערהייבן מיטן בענקל אז יעדער איינער זאל קענען א בליק געבן אויף זיין הייליגע צורה.

ר' משה מרדכי האט מיט יארן שפעטער געטייטשט מיט דעם די פסוק 'ראה אנכי' אז משה רבינו האט געזאגט פאר די אידישע קינדער 'קוקט מיר אן' כדי עס זאל אייך זיין פאר א תועלת פאר די שפעטערע טעג.

[align=center]*[/align]
איינע פון די אור אלטע שוהלן אין קראקא איז באקאנט דער בית הכנסת הרמ''א, נישט ווייט פון דארט שטייט נאך אן עלטערער בית המדרש 'די אלטע שוהל' וואס איז כהיום א אידישער מוזיעם, האט ר' מ''מ פארציילט ווי איינע פון די קראקאווער זקנים האט אים פארציילט אז דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג ווען ער איז געווען רב אין שיניאווא איז אמאל אריבער אין קראקא און גע'דרש'נט אין דעם אלטן שוהל.

ווען ער האט גענדיגט דרש'נען האט דער רבי ר' שמעלקא געזאגט אז ער שפירט דא א געוואלדיגע קדושה און האט געוואלט וויסן פון ווי דאס נעמט זיך, די אנווענזנדע האבן אנגעהויבן אויסרעכענען די אלע פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן נאך געדאווענט אין דעם שוהל, די רמ''א, די מגלה עמוקות, די ב''ח, די תוספות יו''ט, די רבי ר' העשיל, אבער ער איז נאך אלץ נישט געווען צופרידן.

איז געווען דארט איין אלטער איד וואס האט געזאגט אז ווען ער איז געווען א אינג קינד האט ער געהערט אז דער רא''ש ווען ער איז אנטלאפן פון שפאניע איז ער אריבער דא אין שטאט און איז געווען דא אין דעם אלטן שוהל.

דעמאלטס האט רבי שמעלקא געזאגט אז ער פארשטייט שוין די געוואלדיגע קדושה וואס ער האט דא דערשפירט.

[align=center]*[/align]

רבי משה מרדכי ווען ער איז געקומען אין די יארן א שידוך צו טוהן, האבן זיך אסאך גרויסע רבי'ס געוואונטשן אים צו נעמען פאר א איידעם, צווישן זיי דער תפארת שמואל פון אלכסנדר וואס אויפן וועג אויף אפרוה אין קרעניץ איז אריין אין קראקא צו זעהן דעם מדובר, און איז מורא'דיג באיינדרוקט געווארן, אזוי איז געווען נאך גדולים וואס זענען אים געקומען דארט זעהן.

למעשה האט זיין פאטער רבי שמעון'לע נישט געוואלט אין ערגעץ אוועק לאזן זיין טייערער אוצר, איז ער א חתן געווארן מיט הרבנית מרת עטיל בת הגה''צ ר' אברהם שווארץ ווי די חתונה איז טאקע פארגעקומען אין קראקא אלול תרפ''ג, אין קראקא איז צו אים געבוירן געווארן צוויי קינדער, און אנהייב ווינטער תרפ''ו איז זיין פאטער רבי שמעון'לע ארויף צוריק קיין ירושלים, און צוויי יאר דערויף, תרפ''ח איז ר' מ''מ אים נאכגעקומען וואס מיט דעם האט זיך גענדיגט די לעלובער טעג אין קראקא.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

די ווייסל לויפט דורך נישט ווייט פון קאזשמירזש
די ווייסל לויפט דורך נישט ווייט פון קאזשמירזש
קראקא.JPG (86.84 KiB) געזען 1603 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

די אלטע שוהל
די אלטע שוהל
די אלטע שוהל.JPG (87.79 KiB) געזען 1603 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דא דארף צו זיין די פלאץ פון די איינגעזינקענע חתונה, איר דרייט זיך ארום וועט איר זיך טרעפן ביים אריינגאנג צום רמ"א'ס שוהל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: האמיר געטראפן ר' בערל'ן שפאצירן אויף די סעראקא גאס נעבן די באקאנטע ר' אייזיק שוהל

ווי גענוי אויפן מאפע איז דאס?

Kraków, Poland, circa 1935-1939.jpg

ידידינו הרב רעים טענה'ט אז דאס איז ממש דא , א טריט צוויי אוועק פון אלטן שוהל.

אבער ערעב בערל שטייט יעצט נישט דא...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

די בילד וואס איז דא אינעם שרייבער פאר די ארטיקל פון קראקא איז ביי די אריינגאנג צום אלט'ן שוהל,
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ריכטיג
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
אבער נישט יעדער ווייסט אז קראקא האט פארמאגט נאך צוויי שפעטערדיגע גרויסע בתי חיים אין פאדגורזש וועלכע די פארשאלטענע דייטשן האבן אינגאנצן אויסגעריסן און דארט אויפגעשטעלט די פלאשובער ארבעט'ס לאגער.

אינטרעסאנט
כהאב געטראפן מיט יארן צוריק און עפעס א גניזה א חלק פון א פינקס הקהילה מעיר קראקא פון בערך שנת תר"נ, דארטן שטייט אז קראקא האט 3 בתי חיים.
וועל איך בל"נ איבער קוקען די פרטים דארטן.

בערל, הערליך שיין, אינטרעסאנטער באלערנדע ידיעות, גאר א שיינע פעדער, גיי אן.
ייש"כ
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אב לאנדאן האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:
אבער נישט יעדער ווייסט אז קראקא האט פארמאגט נאך צוויי שפעטערדיגע גרויסע בתי חיים אין פאדגורזש וועלכע די פארשאלטענע דייטשן האבן אינגאנצן אויסגעריסן און דארט אויפגעשטעלט די פלאשובער ארבעט'ס לאגער.

אינטרעסאנט
כהאב געטראפן מיט יארן צוריק און עפעס א גניזה א חלק פון א פינקס הקהילה מעיר קראקא פון בערך שנת תר"נ, דארטן שטייט אז קראקא האט 3 בתי חיים.
וועל איך בל"נ איבער קוקען די פרטים דארטן.

בערל, הערליך שיין, אינטרעסאנטער באלערנדע ידיעות, גאר א שיינע פעדער, גיי אן.
ייש"כ

ווי קען מען זען די פינקס?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש בערעל סביסט מיר מחי'.
!!THANK YOU BANAA#
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אב לאנדאן האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:
אבער נישט יעדער ווייסט אז קראקא האט פארמאגט נאך צוויי שפעטערדיגע גרויסע בתי חיים אין פאדגורזש וועלכע די פארשאלטענע דייטשן האבן אינגאנצן אויסגעריסן און דארט אויפגעשטעלט די פלאשובער ארבעט'ס לאגער.

אינטרעסאנט
כהאב געטראפן מיט יארן צוריק און עפעס א גניזה א חלק פון א פינקס הקהילה מעיר קראקא פון בערך שנת תר"נ, דארטן שטייט אז קראקא האט 3 בתי חיים.
וועל איך בל"נ איבער קוקען די פרטים דארטן.

בערל, הערליך שיין, אינטרעסאנטער באלערנדע ידיעות, גאר א שיינע פעדער, גיי אן.
ייש"כ

ווי קען מען זען די פינקס?

ביי מיר אינדערהיים....(כהאב עס מיר געשאפט פון עפעס א גניזה)
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

דע מצבה פונעם מחנכת מרת שרה שענירער ע"ה, האט מען דארט צוריק אויפגעשטעלט.
אטעטשמענטס
שרה שענירער.JPG
שרה שענירער.JPG (121.57 KiB) געזען 1241 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

בית הכנסת וואלף פאפא
אטעטשמענטס
בית הכנסת וואלף פאפא.jpg
בית הכנסת וואלף פאפא.jpg (106.56 KiB) געזען 1231 מאל
בית הכנסת וואלף פאפא.jpg
בית הכנסת וואלף פאפא.jpg (119.59 KiB) געזען 1231 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”