חומש פשוטו של מקרא

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איינס »

רעב יוד סאיז גוט איר זאלט אביסל ליינען איבער די מערכה אויף רמד חומש.
א אפיקורוס וואס האט געהאלטן גארנישט. און דאך האט די מערכה געווען גאנץ קאמפליצירט, עיין כאן קצת https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=1053

דא רעדט מען פון א איד וואס יעדער וואס קען אים איז מעיד אויף זיין ערליכקייט, כולל דער בית דין אין פאריגן בריוו. און יעידין יגידין יעדער וואס האט געלערנט אין דעם חומש די יראת שמים וואס ליגט אין זיינע ווערטער.
הגע עצמך רמד וואס זיין לשון און שפראך גייט צו מיט א שטארקע נטיה צו שיטת המשכילים בענין נתנית התורה, כאטש נישט גראב אבער סשרייט פון זיינע ווערטער. דאך איז זיין פסול געווען ער און נישט זיין חיבור, און אפילו על זה היו גדולי עולם שלא נלחמו על זה. און אפילו דער חתם סופר איז נישט ארויס מיט קיין מערכה קעגן דעם. לא מיניה ולא מקצתיה פון וואס דא איז פארגעגאנגען.

סאו נעם זאכן מיט פראפארציע, בפרט אז דו זעסט דאך יא אביסל וואס גייט דא פאר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יוד
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך יוד »

איינס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:13 pm

איר שרייבט זייער שיין און איך זעה נישט וואו איך זאג אנדערש, איך זאג אז מ'האט דא געדארפט בכלל לוחם זיין??

דיין לעצטע שורה "סאו נעם זאכן מיט פראפארציע, בפרט אז דו זעסט דאך יא אביסל וואס גייט דא פאר." קענט איר אפשר מסביר זיין וואס איר מיינט?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איינס »

איך האב מיר באצויגן צו די חלק אז די לעצטע איז ״מחמיר״. און אז אלץ א טריקענע הודעה פארשמירט עס דעם חומש.
אויף דעם זאג איך אז ווען איינע רליינט איבסל איבער די מערכה ביי מענדלסאן, און קען די מערכה יעצט און פארשטייט דער מרחק ממזרח למערב צוויישן די צוויי, וואס דארט איז פה אחד כולם מודים אז די פראבלעם איז געווען דער מחבר א זאך וואס איז בכלל נישט שייך דא, און אפילו אויף די זאכן וואס מהאט געזוכט און געטראפן ביי אים קען מען בכלל נישט צוגלייכן, ממילא פארשטייט מען אז די ״מחמיר״ זיין דא איז בכלל נישט צו פארשמירן, נאר צו בארואיגן דעם אש המחלוקת (צו סוועט העלפן, מיין דעה איז אז נישט...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך Who knows »

עס איז מיר געווען א חידוש צו זעהן אז די מהר"ל איז זיין ספר גור ארי' (דברים ו ז), א ספר וואס איז כל כולו א פירוש אויף רש"י, איז ער זיך בתוך הדברים מתמרמר פארוואס מ'לערנט רש"י מיט קינדער!
ועוד יש דרכם כסל למו, מלמדו בפירוש רש"י על התורה, ומנהג זה נמשך ממלמדי תינוקות יושבי כפרים שלא היה להם ספרים, והנהיגו הדבר לבלות לכלות ימי הנער באין מועיל אל הנער
אוודאי איז נישט געווען אזוי דעת אבותינו ורבותינו, און פשוטו של מקרא איז נישט געמאכט פאר תשב"ר. עס איז אבער דאך אן אינטערסאנטע נקודה אין דעם נושא
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איינס »

סגריבלט מיר שוין לאנג די שאלה.
דער סטעיטמענט ״מ׳האט אייביג געלערנט מיט קינדער נאר רש״י״ מה מקורו? ווי שטארק איז עס געווען?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך יוד אלף »

איינס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:34 pm
סגריבלט מיר שוין לאנג די שאלה.
דער סטעיטמענט ״מ׳האט אייביג געלערנט מיט קינדער נאר רש״י״ מה מקורו? ווי שטארק איז עס געווען?
פארשטייט זיך בתחילת דרכם די ערשטע יאר וואס מען לערנט חומש. כשטעל זיך פאר אז ווען א אינגל האט שוין געלערנט גמרא תוספות, האט נישט עקזיסטירט אזא רעסטריקשאן, איך פסק'ן נישט להלכה, איך זאג נאר וואס איך שטעלן מיר פאר.

אויב מען וויל זיך מחולק זיין מיט מיר, קען מען צוריקזאגן איך שטעל מיר אנדערש פאר. אבער דעמאלט וועט די גאנצע וויכוח זיין נאר צווישן מיין דמיון אין יענעמס דמיון.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איינס »

יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:47 pm
איינס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:34 pm
סגריבלט מיר שוין לאנג די שאלה.
דער סטעיטמענט ״מ׳האט אייביג געלערנט מיט קינדער נאר רש״י״ מה מקורו? ווי שטארק איז עס געווען?
פארשטייט זיך בתחילת דרכם די ערשטע יאר וואס מען לערנט חומש. כשטעל זיך פאר אז ווען א אינגל האט שוין געלערנט גמרא תוספות, האט נישט עקזיסטירט אזא רעסטריקשאן, איך פסק'ן נישט להלכה, איך זאג נאר וואס איך שטעלן מיר פאר.

אויב מען וויל זיך מחולק זיין מיט מיר, קען מען צוריקזאגן איך שטעל מיר אנדערש פאר. אבער דעמאלט וועט די גאנצע וויכוח זיין נאר צווישן מיין דמיון אין יענעמס דמיון.
וואו איז בכלל דער מקור אויף דעם, דאס וואס שטייט לו משפט הבכורה מיינט נאך נישט אז מ׳דארף לערנען מיט קינדער נאר רש״י.
בעיקר איז מיין שאלה, ווייל דער מציואת איז אז משטייט נישט אויף דעם ממש אויף יעדן פלאץ, ווי מהאט שוין אמאל געשמועס, בראשית טייטש מען נישט ווי רש״י, כתונת פסים וכו ועוד.

די שאלה איז צי ס׳איז געווען א קפידא דיקא רש״י אדער בפשטות גייט מען מיט רש״י אבער לאו דוקא א קפידא, און דאס פארענטפערט אזעלבע פלעצער ווי בראשית למשל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איישישאק »

עס איז איין שטיק שקר.
יעדער וואס געדענקט אביסל פון זיי חדר יארן קען געדענקן צענדליגע טייטשן דלא כרש"י. עס קומט מיר אין געדאנק 'כתונת פסים - א זיידענם העמד', וואס רש"י טייטשט 'מילת', וואס דער משנה זאגט אונז איז וואל.

עס איז דא א ספר פון א תלמיד פון ר' חיים וואלאזינער, איך געדענק נישט די נאמן, ווי ער האקט קעגן די אלע וואס פארדרייען קינדער א קאפ מיט רש"י איידער זיי זענן גרייט דערצו.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איישישאק »

נאך אביסל לגופו של ענין. וואס זוכט מען ביים לערנן 'פשוטו של מקרא', וואס איז די תכלית דערפון?

א. חומש איז א בעיס פאר אונזער הלכות, ווען מ'קען נישט די חומש, פארשטייט מען נישט דרשות חז"ל פון ווי מ'לערנט אלסדינג ארויס. טומאה וטהרה, קרבנות, און נאך און נאך. אלס ווענדט זיך אין דרשות חז"ל.
ב. נאך א חלק פון די תורה איז די אמונה אונזערע, וואס אלס איז געבויט אויף די תורה. מיר האבן נישט קיין אור-אלטע טראדיציע אז מיר זענן געווען אין עפעס א מדבר מיט א משכן, מיר האבן א תורה וואס לערנט אונז דאס אויס. און אזוי אויך אלע י"ג עיקרים, וואס זיי זענען נישט סתם עפעס א שכל וואס איינער האט אויסגעטראכט אין זיין טעאלאגישן קאלעדזש, נאר אפגעלערנט אין חומש, כמבואר ברמב"ם וברש"י ריש פרק חלק.
ג. און א דריטע חלק איז די מוסר פון די תורה, וואס די תורה דערציילט 'מעשהס' וואס זענען נישט קיין מעשיות, נאר לימודים וויאזוי די יצה"ר אטאקירט א מענטש, וויאזוי אים אפצוענטפערן, און וויאזוי זיך צו באציען צו אלע ענייני עבודת ה'.

יעצט, לגבי א. דארף מען צוגייען צו די דרשות חז"ל גרונטליך, ווי מ'לערנט א גמרא. מ'טייטשט די פסוק, און דערנאך לערנט מען די תורת כהנים דערויף. טאמער דער תורת כהנים פרעגט עפעס, דארף מען עס פארשטייען. אזוי ווי אין יעדער סוגיא, הייבט מען אן מיט הנחות קדומות וואס ווערן אפגעווארפן דורך די מקורות. א מענטש וואס קען נישט טייטשן קיין חומש, וועט קיין תורת כהנים אויך נישט פארשטייען. פאר דעם מוז ער האבן א בליק אויף 'פשוטו של מקרא', די פשוט'ער פשט איידער דרשות, כדי צו פארשטייען די הונטערגרונט פון די דרשות.

לגבי ב., הן אמת אז די אמונה ליגט אין די חומש לויט ווי חז"ל האבן עס געלערנט, אבער צו פארשטייען די כוונה פון חז"ל, וואס קומט רש"י אויסשליסן, וואס איז רש"י שווער געווען, וואס וואלט געווען אן רש"י כדי צו פארשטייען רש"י, מוז מען וויסן וואס איז די גראבע 'פשוטו של מקרא'. נישט ווייל דאס איז אמת, נאר ווייל דאס לערנט אונז אויס וואס איז דער אמת. ווען איינער לענרט 'לשוח בשדה' צו גייען שפאצירן אין פעלד און שעפן פרישע לופט, וועט שפעטער זען אז רש"י זאגט נישט אזוי, און ער וועט פארשטייען אז זיין 'פשוטו של מקרא' פעלט, ווארום די ווארט 'לשוח' איז נישט ריכטיג אין דער קאנטעקסט. פאר דעם האט פשוטו של מקרא א מקום.

לגבי ג., זעי איך נישט ווי מ'קען האבן טענות בכלל. אלע ספרים פון אלע דורות לערנן אנדערש פשט אין פסוקים ווי רש"י, אפט היבש פארדרייט, ובפרט די פוילישע ספרים. דער חתם סופר האט גאנצע מערכות אין דרוש אגדה ומוסר וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג פון פשוטע רשיס און גמרות.

סך הכל, די גאנצע מערכה אויף פשוטו של מקרא זעט מיר נישט אויס צו דער זאך. טאמער כלל ישראל ליידט פון עפעס, איז עס נישט אז צופיל מענטשן לערנן חומש מיט 'פשוטו של מקרא' ( אגב אורחא, יעדער מיט אפענע אויגן מוז מודה זיין אז פיל ווייניגער מענטשן לערנן חומש זייט דער איסור איז געווארן פארשפרייט און די גנבים וגזלנים האבן ארויס גענומן די חומשים פון בתי מדרשים ). נאר אשרי חלקי אז מיין רביים האבן זיך צולאכט פון דעם פון אנהייב, און זייער מיינונג האט זיך נישט געטוישט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך גיוואלדיג »

איינס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:13 pm
רעב יוד סאיז גוט איר זאלט אביסל ליינען איבער די מערכה אויף רמד חומש.
א אפיקורוס וואס האט געהאלטן גארנישט. און דאך האט די מערכה געווען גאנץ קאמפליצירט, עיין כאן קצת https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=1053

דא רעדט מען פון א איד וואס יעדער וואס קען אים איז מעיד אויף זיין ערליכקייט, כולל דער בית דין אין פאריגן בריוו. און יעידין יגידין יעדער וואס האט געלערנט אין דעם חומש די יראת שמים וואס ליגט אין זיינע ווערטער.
הגע עצמך רמד וואס זיין לשון און שפראך גייט צו מיט א שטארקע נטיה צו שיטת המשכילים בענין נתנית התורה, כאטש נישט גראב אבער סשרייט פון זיינע ווערטער. דאך איז זיין פסול געווען ער און נישט זיין חיבור, און אפילו על זה היו גדולי עולם שלא נלחמו על זה. און אפילו דער חתם סופר איז נישט ארויס מיט קיין מערכה קעגן דעם. לא מיניה ולא מקצתיה פון וואס דא איז פארגעגאנגען.

סאו נעם זאכן מיט פראפארציע, בפרט אז דו זעסט דאך יא אביסל וואס גייט דא פאר.
עס איז נישט כדאי צו אפענטפערן די זינלאזע פארגלייך צווישן די פשוטו של מקרא חומש וואס איז נתחבר געווארן דורך יראי השם חסידים ואנשי מעשה צו להבדיל דער רמ"ד וואס כאטש ער איז געווען א שומר תורה איז ער ליידער געווען פארדארבן מיט זיינע השקפות און זיין רצון צו זיך צוגלייכן צו די גויים, אבער ווען עס האלט ביי דעם אז עס איז ליידער דא אזעלכע וואס זענען מבזה די ספרי קודש און דעם חשוב'ען מחבר, איז וויכטיג צו ליינען אן ערשטהאנטיגע סיפור וואס א תלמיד פונעם רבן של ישראל דער הייליגער חת"ם סופר פארציילט אין די הקדמה צו זיין ספר מור דרור
וזה לשונו:
אטעטשמענטס
IMG_20230911_194943_487.jpg
IMG_20230911_194943_487.jpg (85.15 KiB) געזען 1894 מאל
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך גיוואלדיג »

לא היתה זאת אשר תרגומו לא היה ישר בעיניהם, כי לא נמצא זרות בו... נאר די גדולי ישראל האבן געוואוסט זייערע בייזע מחשבות ווי זיי ווילן זיך צוגלייכן צו די גוים
אטעטשמענטס
IMG_20230911_194900_297.jpg
IMG_20230911_194900_297.jpg (244.86 KiB) געזען 1874 מאל
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
יוד
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך יוד »

איינס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:45 pm
איך האב מיר באצויגן צו די חלק אז די לעצטע איז ״מחמיר״. און אז אלץ א טריקענע הודעה פארשמירט עס דעם חומש.
אויף דעם זאג איך אז ווען איינע רליינט איבסל איבער די מערכה ביי מענדלסאן, און קען די מערכה יעצט און פארשטייט דער מרחק ממזרח למערב צוויישן די צוויי, וואס דארט איז פה אחד כולם מודים אז די פראבלעם איז געווען דער מחבר א זאך וואס איז בכלל נישט שייך דא, און אפילו אויף די זאכן וואס מהאט געזוכט און געטראפן ביי אים קען מען בכלל נישט צוגלייכן, ממילא פארשטייט מען אז די ״מחמיר״ זיין דא איז בכלל נישט צו פארשמירן, נאר צו בארואיגן דעם אש המחלוקת (צו סוועט העלפן, מיין דעה איז אז נישט...)
איך שרייב נישט אז די לעצטע איז מחמיר ווייל איך פערזענליך וויל אזוי, נאר ווייל די לעצטע איז אין פאקט מער מחמיר, צי אונז ווילן אזוי צי נישט!!
ס'איז ביז יעצט געווען א יש למנוע, און סאיז יעצט געווארן אין ללמוד ואין להחזיקו ואין למכרו.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דאס טוישט עפעס אויפן מחבר אליין ח"ו, אדרבא איך האב געזאגט אז ווען די געטוישטע וועט האבן די הסכמה פון די עדה וועט די נאסע-לאלעך פון די מחבר אראפקריכן...

צו זיין גענצליך אויפריכטיג איך האב איינמאל געברענגט, אז ס'איז דא א מקום צו זאגן אז מיטן נישט איבער זאגן קיין שום שבח אויפן מחבר, און נאר רעדן נעגעטיוו אויפן חומש, קען מען טייטשן אז ס'איז געווען דא א כונה. און די זעלבע תגובה ברענג איך אז ס'איז נישט דא א הכרע אויף קיין שום צד, ווייל מ'דארף נישט יעדע מאל איבערזאגן

( הגם איך האלט אז אויב האט מען גענומען די מיה ארויסצוקומען מיט נאך א צעטיל און די בליק אויפן מחבר האט זיך נישט געטוישט, וואלט עס געדארפט זיין נישט נאר קעגען דעם חומש נאר אויך בעד דעם מחבר ....אבער איך בין דן לכף זכות אז ווי דו זאגסט אז מ'האט דא געוואלט בארואיגן צו דאס גלייכן, אונז האפן אז די נייע וועט האבן א שיינע הסכמה און וועט נאכאמאל ארויסברענגען שבח המחבר-מחברים להחזיר כבוד ת"ח למקומם)
אוועטאר
תפארת ירושלים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:39 am

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך תפארת ירושלים »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:54 pm
דברים כדורבנות.
אין אזא פאל וועט מען דארפן לאזן דעם כביכול אליינס זאל זין אננעמען פאר כבוד תורתו, די אלע מכפישים ומלעיזים וועלן באקומען זייערס ביום המיועד, על דאטפת אטפוך וועט מקוים ווערן ללא שום ספק - סאיז נאר א שאלה פון ווען און וויאזוי לאלוקים פתרונים.
וכבר ידוע, אז צווי גרויסע אידן וואס האבן פארפירט די הערשטע שארף אקעגן דעם חומש, [איינער פון אר"י און דער צווייטער פון אמריקה], האבן דעם לעצטן יאר זיך געפלאגט מיט א ביטערע מחלה.
אין אנו מחשבין חשבונות שמים, אבער איך האף אז מ'מעג שרייבן וואס אונזערע פליישיגע אוייגן זעהן.
על שנאת חינם חרבה ירושלים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך פראקטיש »

תפארת ירושלים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 3:49 am

איך האב אין דעם אשכול נאכנישט געשריבן און איך פלאן נישט ווייטער אבער ביטע סטאפ מיט די נאנסענס.

אויב קען מען א איד וועלכע פלאגט זיך מיט סיי וואס איבערהויפט מיט די ביטערע מחלה הידועה דאן נעמט ארויס א תילימ'ל מתפלל צו זיין פאר זיי און מ' לייגט צי זייערע נעמען צו רפאנו ביי שמ"ע און ביי די יהי רצון פון תהילים.

מ'האט נישט געזען ביי ערליכע אידן דן צו זיין אויף א איד'ס אינדיווידועלע צרה פארוואס דאס איז געקומען, נאר ביי א צרת הכלל טוט מען דאס און אויך נאר די גדולי הדור.

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך המברך יתברך »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:10 am

ס'איז באקאנט וואס ציעשנוב'ער רב שליט"א פארציילט בשם הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל.

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:22 am

דאס איז נוגע פאר דעם יחיד אויב וויל ער דאס וויסן, נישט ווען אונז זעמיר דן א צווייטן וואס דארף א ישועה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך המברך יתברך »

אמת. אבער ס'איז דא ווער ס'דארף עס וויסן, און וועגן די האב איך עס געשריבן ברמיזה. און דער וואס דארף א ישועה, זענען מיר אלע מתפלל אז ער זאל עס האבן בקרוב ובניקל.
Sparkle
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:15 am

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך Sparkle »

ממש צום שטוינען וואו אין 2023 וואס מיט איין סיורטש קענסטו אלעס וואוסן, און מפארקויפט נאך לאקשן אינגרויסן.. מענדלסאן אהער מענדלסאן אהין... רבותי עט'ץ ווייסטס וויאזוי דער שגץ האט אויסגעזעהן? א מגולח, א גרויסן טשופ, און לאאנגע האר און בעק, אהן א קאפל!! ער האט געהאט 6 קינדער, 4 פון זיי האבן זיך גע'שמד'ט! און פון זיינע 9 אייניקלעך, האבן זיך 8 גע'שמד'ט! זיין אייגענע שיטה איז גיווען אפיציעל צו היטן תורומ''צ אינדערהיים, און זיין א גוי און גאס, אבער זיינע קינדער האבן שוין דאס אויך נישט געשפיעלט.

זאל זיך איינער בלויז פארשטעלן אזא פארשוין ארויסקומען מיט א חומש היינטיגע צייטן... מ'קען פון דא זעהן וואסארא חרבן און צעמישעניש ס'געווען יענע צייטן, וואס פרייע און פרומע האבן געלעבט און איין קוגל, און אלע "אידישע" צייטונגען זענען געווען פון פרייע אפיקורסים, וואס אגב, דאס האצ'ך בלויז אפגעשטעלט ביים קריג!!
אוועטאר
טראדיציענאל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:58 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך טראדיציענאל »

Sparkle האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:47 pm

מענדלסאן איז געווען א גרויסער יודע ספר, אבער טאקע אן טמא'נער אפיקורוס, אבער איז נישט געווען קיין מגולח/טשופ וכו' נאר געהאט א לאנגע ווייסע בארד! און אנגעשטעלט כלפי חוץ א פרום פנים, עכ"פ ביז ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4605
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך עלינו »

טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:25 am

א לאנגע ווייסע בארד?
ווי איז דאס געוואקסן?
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.

עלינו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:27 am

נישט אזוי לאנג אבער נישט מגולח בכלל, נאר א שטייגער ווי דער אלגעמיינער דויטשישער איד אין זיינער צייט, און געוואקסן איז דאס פון זיין מארדע...

טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:33 am

איך וויל נישט ברענגען זיין בילד דא, אבער מאך א גוגל סירטש פאר זיין פרצוף וועסטו נישט טרעפן קיין בארד,
נאר וואס דען, אין דעם איז ער נישט געווען ערגער פון יעדע דייטשע איד.

עלינו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:37 am

איך האב מדייק געווען בלשוני און געשריבן "עכ"פ ביז ס'איז נתגלה קלונו געווארן ", וויל ווען דער הייליגער חת"ס ועוד זענען ארויס געקומען קעגן אים האט ער אויסגעזען ווי א פולקאמער שותו"מ, און יא, ער האט נאך גראדע געהאט א בארד און פון דעם זענען אויך דא פילע מאלערייען.

טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:43 am

ער האט אויסגעזען ווי א שות"מ דאס יא, און ביז זיין ביך "ירושלים" האט ער קיינמאל געזאגט זיינע דעות כוזבות ברבים,
דער יעב"ץ שרייבט שוין בשעתו "בלאו הכי רבו מתלוננים על מעלתו שמגדל כלב רע בתוך ביתו" ( איך בין נישט זיכער די כוונה פון דעם ),
איך האב קיינמאל געהערט אז נאכן ארויסקומען אנטקעגן אים (ווער און ווען?) האט ער פורק עול געווען ברבים,
אדרבא אויס דו קענסט ברענגען זיין בילד מיט א בארד אדער צוצייכענען א מקור,
יישר כח.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך Who knows »

טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:43 am
עלינו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:37 am
טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:33 am
עלינו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:27 am
טראדיציענאל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:25 am

מענדלסאן איז געווען א גרויסער יודע ספר, אבער טאקע אן טמא'נער אפיקורוס, אבער איז נישט געווען קיין מגולח/טשופ וכו' נאר געהאט א לאנגע ווייסע בארד! און אנגעשטעלט כלפי חוץ א פרום פנים, עכ"פ ביז ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים.
א לאנגע ווייסע בארד?
ווי איז דאס געוואקסן?
נישט אזוי לאנג אבער נישט מגולח בכלל, נאר א שטייגער ווי דער אלגעמיינער דויטשישער איד אין זיינער צייט, און געוואקסן איז דאס פון זיין מארדע...
איך וויל נישט ברענגען זיין בילד דא, אבער מאך א גוגל סירטש פאר זיין פרצוף וועסטו נישט טרעפן קיין בארד,
נאר וואס דען, אין דעם איז ער נישט געווען ערגער פון יעדע דייטשע איד.
איך האב מדייק געווען בלשוני און געשריבן "עכ"פ ביז ס'איז נתגלה קלונו געווארן ", וויל ווען דער הייליגער חת"ס ועוד זענען ארויס געקומען קעגן אים האט ער אויסגעזען ווי א פולקאמער שותו"מ, און יא, ער האט נאך גראדע געהאט א בארד און פון דעם זענען אויך דא פילע מאלערייען.
ברענג איין מאלעריי פון אים מיט א בארד. איינס! אפילו מיט א קאפל איז ער נישט געגאנגען (אבער ווי געשמועסט איז דאס געווען די טראגע וואס אסאך דייטשע אידן זענען דעמאלטס געגאנגען)
צווייטנס, מענדלסאן איז געשטארבן תקמ"ו נאך פאר די חת"ס איז בכלל געווען דער מאן דאמר ארויסצוקומען קעגן אים. אנדערע גדולי ישראל זענען ארויסגעקומען קעגן אים בחייו ובתוכם די רבי פונעם חת"ס דער בעל ההפלאה, אבער מענדלסאן האט זיך נישט געטוישט פון פארדעם ביז נאכדעם
פארשפארט

צוריק צו “ספרים ומחברים”