נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

(באקומען פון א חבר, מיטן רשות צו פאוסטען)


שלו' עליכם.
יעדער האלט מיט די מאסיווע אויס ברייטערונג פון די היימישע קאמיוניטי'ס, ספעציעל און קר"י און אין מאנסי. דערמיט איז מיט געקומען א שרעקליכע טראנספארטאציע פראבלעם איבער הויפט פאר די וואס דרייווען נישט.

טייל פונעם עולם איז ב"ה באשאנקען מיט די מדת החסד פון "הכנסת אורחים" טיילן היטשעס, איינער מער מער, איינער ווייניגער, און איינער (ליידער) גארנישט.

די היטשעס קומען טיילמאל מיט אסאך פראבלעמען און עגמ"נ פארן סיי פאר די אורחים און סיי פארן מכניס אורח, ווי מיר וועלען אויסשמיסן.

פארן מכניס:
1) מען באמערקט דעם אורח די לעצטע סקונדע, שווער צו מאכן א סטאפ.
2) די קאר פון הונטער דעם מכניס אורח ווערט בייז און נעמט זיך פייפן.
3) ער האט נאר פלאץ פאר איינעם, אז מען שטעלט דיך אפ וועלן פינף אורחים אריינדרינגען.
4) ער טיילט געווענליך היטשעס, אבער יעצט רעדט ער פריוואט אויפן פאן, קיינער דארף נישט מיט האלטן.
5) ער האט שוין א אורח, אז ער וועט נעמען נאך איינעם וועט עס פארלאנגזמען זיי נסיעה.
6) ער פארט נאר אראונד די בלאק, האט נישט קיין פשט זי אפצושטעלן.

פארן אורח:
1) ער שטייט פארלוירן, קעלט און היץ, קומט מען יא אדער נישט.
2) ווען קען איך מחליט זיין אז די מצב איז נישט גוטץ אפשר גיין צופיס וועט שוין זיין שנעלער.
3) ער שטרעקט אויס די האנט, א באקאנטער פארט דורך, פארוואס איגנארט ער מיך.
4) ער שרעקט אויס די האנט און א פארשאלטענער ערל פארט אדורך, שטעלט זיך אפ בלויז צו טרייבן שפאס אדער צו דערשרעקן דעם אידל.
5) ער שטרענגט זיך אן אריין קוקן אין יענעמס קאר, טיילמאל, מער ווי ראיות אסורות האט ער גארנישט פארדינט.
6) ווער זאגט אז יענער נעמט מיך גערן? בין איך נישט צו לאסט אויפן דרייווער?


היטש סעלושען 2022

א קליין עמבער לעמפעלע.
א קליין עמבער לעמפעלע.
71S0vTaTnvL._AC_SL1500_.jpg (152.72 KiB) געזען 1654 מאל



פאר בלויז דרייסיג טאלער קען מען זיך איינהאנדלן א קליינע גרינע עמבער ראף טאפ סטראב. (דאס ווערט נישט באנוצט דורך עמערדזענסי אגענטורן, עס ווערט נאר גענוצט פאר אויפמערקזיימקייט), מען לייגט דאט ארויף מעגנעטיג אופן דאך פונעם קאר, מען זעצט זיך אריין און קאר מיט א לשם יחוד לקיים מצות הכנסת אורחים, מען פארט געלאסן אויפן ספיד, דער אורח זעהט דיך פון די ווייטענס, ער שפרינג אריין און קאר, מען פארלעשט די לייט ביז מען לייגט אים אראפ, דער היציגער אינגערמאטשיק געט דיך אזא קאט אויס, והכל על מקומו יבא בשלום.
לעצט פארראכטן דורך blue moon אום דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

;l;p-
איים אין
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

;l;p-
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אזוי גוט צולייגט די פראבלעם...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אקעי. העמיר פרובירן צו מעטשען קארס מיט ניקס
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

האלא !!

און וואס איז מיט סיירינס ?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5270
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

א שיינע און וויכטיגע אשכול, א דאנק.

אלס איינער וואס גיבט און טיילמאל נעמט היטשעס וויל איך צו לייגן.

מען האט אויסגעשמועסט די פראבלעמען און עגמ"נ, דארף מען אויך אויסשמועסן די מעלות און ברכה דערפון.

איינע פון די מעלות איז אז דאס קאר ווערט א חפצא של מצוה, ושלוחי מצוה אינן ניזוקין. דער איינע הכנסת אורחים קען אמאל מאכן דער חילוק פון יא אדער נישט רח"ל איין שלאפן אין מיטן דרייווען אפילו טעג, וואכן, אדער יארן שפעטער. איך האב אמאל געפרעגט א תלמיד חכם גדול און מפורסם, צי די ברכה און די שמירה גייט מיט פון קאר צו קאר (ווען מען טוישט איין דאס ליעס פאר א נייער) און ער האט מיר גע'ענטפערט אז יא. (דאס מיינט אז עס גייט מיט דער גברא און אויך אויף דער חפצא).

אין די היינטיגע נערוון קריכענדיגע טרעפיק (וואס ווערט אלץ ערגער), איז א גאסט קען אמאל אראפ נעמען דאס גאנצע פרעשור און בליט דרוק.

א גאסט ברענגט מיט זיך ברכות, אמאל איז עס א וויכטיגע קאנטאקט, אמאל א ביזנעס געשעפט, און אמאל עפעס וויכטיגע אינפארמאציע וכו'.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5270
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: אקעי. העמיר פרובירן צו מעטשען קארס מיט ניקס

איין קאר מיט מערערערע ניקס? עס איז נישט פעיר.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:20 pm

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער נייגעריגער »

PNG image 6.png
PNG image 6.png (489.75 KiB) געזען 1287 מאל
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

אויב מ׳ניצט נישט די רעגולער סיגנעלס ווען ס׳פעלט זיך אויס וואס טראכט דיר מאכן אז מ׳זאל נוצן דעם לייט חוץ צו קאטן און פארן אויף די שאלדער?!?!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

שיין
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

פאלט מיר יעצט ביי אז מען קען עס נעמען א טריט ווייטער.
אזוי עס איז דא חברים און אנדערע וויאלטעטיגע ארגאנאזאציעס.
זאל זיין א ארגענעזאציע מיט די נאמען היטשערס וכדומה, יעדער וואס וויל ווערן א מעמבער באקומט אלטס מתנה דעם בלינקער און אויטאמאטיש אז עס איז א קערפערשאפט וועט עס זיין פיל שטערקער,
פארשטייט זיך אז עס וועט קומען מיט פארשריפטן אז מען זאל נישט אייביג מוזן נעמען מענטשן וכדומה,
פון די אנדערע זייט קען מען מאכן א גיטע קאמפיין און אויפארבעטן די ארגענעזאציע.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5270
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

א גוטע געדאנק.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: נייע געדאנק צו גריגער מאכן היטשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

winner האט געשריבן: פאלט מיר יעצט ביי אז מען קען עס נעמען א טריט ווייטער.
אזוי עס איז דא חברים און אנדערע וויאלטעטיגע ארגאנאזאציעס.
זאל זיין א ארגענעזאציע מיט די נאמען היטשערס וכדומה, יעדער וואס וויל ווערן א מעמבער באקומט אלטס מתנה דעם בלינקער און אויטאמאטיש אז עס איז א קערפערשאפט וועט עס זיין פיל שטערקער,
פארשטייט זיך אז עס וועט קומען מיט פארשריפטן אז מען זאל נישט אייביג מוזן נעמען מענטשן וכדומה,
פון די אנדערע זייט קען מען מאכן א גיטע קאמפיין און אויפארבעטן די ארגענעזאציע.

מען קען נאך גיין ווייטער,
אזוי ווי ביי הצלה איז דא א חשבון וויפיל קאלס מען איז געגאנגען און שפעטער גיבט מען א אויסצייכענונג, זאלן די "היטשערס" אויך האלטן חשבון און דאס זאל נתפרסם ווערן,
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”