"אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

אחראי: יאנאש

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די יצר הרע האט נישט פארגעסן פון קרית יואל, מען מוז מאכן תקנות אז דער מלאך המשחית זאל נישט אנקומען דא. די גלילות וועט משפיע זיין אויף קרית יואל.

נישט קיין סוד. יעדער קל פון סקווירא אדער פון מאנסי מופט קיין גלילות פון מאנסי. וועט דאס פאסירן צום גלילות פון קרית יואל?

מיר מוזן זיכער מאכן אז ווער ס׳פאסט נישט אין שטאט זאל נישט אנקומען צו די גלילות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

רעדט פון האר ביי נשים און דורעכזיכטיגע שטרומפ.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

רבינו ביים רעדן איבער רבינו הקדוש זי"ע
קר"י איז זיין היים די גלילות איז זיין הויף.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נין יארק איז גענוג גרויס. אויב ווילט עטס נישט אננעמען די תקנות העיר, גייטס פון דאנעט.

מען מוז מתקן זיין תקנות גדולות מרבה צו זיין דעם קרן העיר. יעדער תושב זאל צולייגן א האנט.

ויהיה מחנינו קדוש כולו אומר כבוד שמים

די בעלי הגשם וועלן אליין פארשטיין דא איז נישט זייער פלאץ. זיי וועלן נישט וועלן קומען דא.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

רבינו מסיים
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בריות גופא אריכת ימים וכו' בב"א
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דברות קודש איז פארטיג.

פאלגט נאך החלטת העצרת און תקנות העיר
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מ'גייט פארליינען תקנות וואס איז געווארן פארגעליינט געווארן היינט ביי די אסיפה פון איבער 50 דיינים און רבנים פון קר"י והגלילות.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער ליינט פאר די תקנות? מו"ר ר' שמחה שלום?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

ווער רעדט יעטץ?
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

נישט שערן די בארד אפי מעט מן המעט
זיך נישט געפינען אין קיין שום הויז טעלוויזן, ווידיאו, און אינטערנעט בכלל
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מ'איז מחיוב איינצוהאלטן זמן רבינו תם
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

נו, איינער קען אריינקומען מיט די תקנות?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטונגען מאגאזינען וואס דער תוכן טוט זיין מאכן דרכי העכו"ם וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מקומות פאר עקסערסייז דארף האבן א השגחה מיוחד.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תקנות


א. שם לשון ומלבוש, נישט שערן די בארד

ב. מאוויס, טעלעוויזיע וכדו׳

ג. צניעות לנשים, שערות ראשם

ד. פיאה נכרית ארוכות. ותמרוקי הנשים בצניעות

ה. נשים נישט דרייווען קאר אדער בייק

ו. מסירה וערכאות

ז. זמן צאה"כ רבינו תם

ח. סווימינג פולס נאר מיט מחיצות

ט. בתי מדרשים נישט אריינלאזן נשים נגד תקנות רבינו זי"ע

י. בבתי מדרשים נישט ארויסנעמען סמארטפאון

יא. מוסדות נישט אננעמען תלמידים נאר וואס פאלגן די תקנות

יב. מקוואות און עירובין זאלן זיין בהשגחה מעולה

יג. שמחה זאלן נישט פארדינגען פאר אזעלכע וואס פאלגן נישט אדער פאר דרשות נגד מסורתינו

יד ארגאניזאציעס נישט נעמען מעמבערס נאר יראים ושלימים. אויך האבן השגחה

טו. ארבעטס פלעצער הרחקות, בדיני יחוד

טז. איסור גמור אינטערנעט אן א פילטער.

יז געשעפטן נישט פארקויפן מאגאזינען ענגליש און העברעאיש אדער שוואכע מאגאזינען

יח. געשעפטן בצניעות, נישט פאקקויפן בגדי פרוצות

יט. צייטונגען וואס קומען ארויס אין שטאט זאלן די עדס זיין אויסגעהאלטן

כ. עקסערסייז מקומות בגדרי צניעות

כא. רעסטוראנטן זאל מען נישט קענען עסן בשעות הלילה

כב. קאנסטראקשען פלעצער זאָלן גויאישע ארבעטער אוועקגיין א שעה פארן זמן

כג. נישט פארקויפן אדער פארדינגען דירות פאר ווער ס׳פאלגט נישט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ"ג סעיפים, שוין מסיים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

קדיש
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

יישר כח פאר די לעבעדיגע אפדעיטס.
יישר כח פאר די מנהלים.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

ישר כח הנהלת אייוועלט פארן ערמעגליכן די אשכול אויף א ערנסטן אופן.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געדענק מיר נישט אזא דרשה פון רבין
מלא תוכן מיט שניידעדיגע מוסר, איך האב געזען א איד זיך ווארפן מיט די הענט אויף די אויגן, נאך וואס די רבי האט אראפגעלייגט אשר יקרא אתכם באחרית הימים מ'וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און מ'וועט פארליינען אלע מעשים

עטליכע שטארקע נקודות
לך לאומן שעשני, מ'פרעגט א איד פארוואס פירסטו זיך אזוי אויף, זאגט ער כ'האב ביי מיין טאטן נישט בעסער געזען
אשרי מי שרואה את הוריו באומנות מעולה, ער טוט א מצוה מיט א ברען ווייל ער האט אזוי געזען ביים טאטן, אוי לו למי שרואה את הוריו באומנות פגומה
דין וחשבון אויף די קינדער וואס מ'לאזט איבער
יוסף הצדיק האט געזאגט וימאן איז דא א שלשלת, ער האט געהאלטן פאר די אויגן אז ער איז א חלק פונעם שלשלת הזהב ער קען עס נישט אפהאקן, און דאס האט אים אפגעהאלטן פון א עבירה

און צום סוף די שניידעדיגע ווערטער, די פעטער ז"ל פרעגט, שמא יש פסול במטתי, איז ח"ו קרית יואל והגלילות צוטיילט אין צוויי מחנות, א מחנה אלקים און א מחנה פון ריקים, און מיר זאגן ח"ו אין בלבינו אלא אחד, קרית יואל והגלילות איז שטאט פון כולם יראים ושלימים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

די צוויי מחנות מעסעדזש איז גאנץ שטארק, אינטרעסאנט אז האדמו"ר האט אויך גערעדט די שפראך ביי כ"א כסלו תשפ"א, אבער מער נישט.
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

נצח קרית יואל לא ישקר!

מיט גאלדענע בוכשטאבן ווערן פארצייכנט די היינטיגע ליכטיגע נאכט "ליל שישי ויחי תשפ"ב" אין די היסטאריע פון עיר הקודש קרית יואל, א לילה כיום יאיר ווען אלע תושבי העיר האבן אין א פאראייניגטע הייליגע אנטשלאסנקייט וברצון עילאה אויסגערופן: נעשה ונשמע! די אלע הייליגע און יסודות'דיגע "תקנות העיר" הנחתם בטבעת המלך, איז אונז מחייב און מזכה, ומנה לא נזוע!

די שפראך איז צו ארעם אראפצושילדערן די טאפנדע התעוררות והתרוממות וואס האט געשוועבט אינעם תל תלפיות וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען, און האט איצט אראפגעקוקט ממרומים מיט א נחת רוח אז זיין הייליגע ירושה, זיין הייליגע הארעוואניע, בלייבט הייליג און אפגעהיטן, עדת צאן מרעיתו תושבי הקרי' נעמען זיך פאר ברצון גמורה איינצוהאלטן אלע תקנות קדושות, וואס ממלא מקומו בקודש ושומר גחלתו, דער געטרייער מנהיג העדה, מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט"א האט חוקק געווען און אראפגעשטעלט פאר'ן עיר קרית יואל והגלילות.

אן אומגלויבליכע מחזה האט זיך אנטפלעקט אנגעהויבן פון 8:00 אווענט, ווען זקנים עם נערים, פון אלע יארגענג און טיפן, כי כל העדה כולם קדושים, אלע תושבי העיר והגלילות טוען מיט התרגשות דקדושה איבערשטאפן דעם היכל הגדול ביז איבער די ברעגעס, און נאך א קורצע צייט איז שוין נישטא וואו צו זיצן, און די עסקנים ספראווען זיך צו פלאצירן דעם ציבור.

פתיחת האסיפה איז געווען דער הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב ביהמ"ד דברי חיים, ממובחרי תלמידי רביה"ק זי"ע, וועלכער האט אדרעסירט בנועם שפתותיו אדרעסירט די קריטישקייט פון די היינט-נאכטיגע פארזאמלונג וואס איז נוגע פאר יעדן איינציגן יחיד, לטובתו ולטובת זרעו עד עולם, ספעציעל אונטערשטרייכנדיג דער אומבויגזאמער תוקף פון "תקנות העיר", וואס איז געווען א דבר פשוט אלע דורות, אין אלע שטעט און דערפער בערי אייראפע, אז מיט דעם שפילט מען זיך נישט, מ'האלט דאס איין בחיוב גמור.

א יראת הכבוד האט זיך אראפגעלאזט אין ביהמ"ד, ווען הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער עמוד הוראה וועם רביה"ק זי"ע האט ממנה געווען ביים התייסדות הקרי', האט מיט א פלאם פייער משמיע געווען דעם "דבר ה' זו הלכה", איבער'ן הלכה'דיגן תוקף פון אלע תקנות וואס די רבני העיר האבן היינטיגן טאג אונטערגעשריבן, און איז מחייב יעדן איינציגן תושב העיר, בלי יוצא מן הכלל.

א חרדת קודש האט באנומען דעם מקהלות עם רב, ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם דבר העיר, א לענגערע צייט ארומגעקאכט באש קודש, ואורייתא קמרתח בי' בקול ה' בכח, בקדושת העיר קרית יואל עד היום, וואס גייט אן בכוחו וקדושתו פונעם פעטער זי"ע, וועלכער האט מייסד געווען די שטאט און דערינען משריש געווען די הייליגע יסודות און הוראות, וואס ער האט געוואלט און איז געווען מגמת נפשו הטהורה אז אזא צורה זאל די שטאט טראגן, ווי ס'איז ידוע ומפורסם כמה נצטער אותו צדיק, פונעם טאג ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער געהאט די דאגה און אזויפיל פעולות געטאן מייסד צו זיין אן אייגענע שטעטל, אלעס מיט'ן ציל אז עס זאל זיין הייליג און אפגעהיטן פון די דרויסנדיגע גאס.

מיט א ברייטע הסברה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי אזוי די התרחבת גבולי הקדושה, די שטאט האט זיך בליעה"ר אזוי צעבליעט און צעוואקסן, האט דאס געברענגט מיט זיך אז די גלילות העיר האבן אנגעהויבן שטארק באזעצט ווערן, און צוזאמען מיט דעם האט דאס געשאפן א נייע סארט מציאות וואס מ'האט ביז היינט נישט געזען, אז ס'זאל זיך ח"ו שאפן הזנחות אין די עיקרי יסודות פון קדושת מחנינו, אין פארשידענע ענינים חמורים, און ס'איז הגיע הזמן צו אוועקשטעלן "תקנות העיר", וואס זאל מחייב זיין אלע תושבי העיר והגלילות, אזוי צו קענען בעז"ה, ובכוחו וזכותו פונעם פעטער זי"ע, ממשיך זיין ווייטער רצון קדשו ומגמת נפשו הטהורה, אז די שטאט קרית יואל פארבלייבט א נחלת קודש וקרי' נאמנה, אויף דעם אופן וואס ער האט געוואלט און געמאנט.

בדברים בוערים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון די היינטיגע אסיפה, ווען כולם נקבצו באו, אלע תושבים והגלילות, נעמען זיך צונויף מיט א דעה אחת, לעשות רצון אבינו שבשמים, מקבל זיין ברצון גמורה די "תקנות העיר", וואס ווערט אראפגעשטעלט עלינו ועל זרעינו, און איז מחייב אלע תושבים והגלילות בלי יוצא מן הכלל, עד עולם, און נאר אזוי, וועט מען בעז"ה קענען ממשיך זיין די קדושת העיר וצורתה הרוחני, וואס דער פעטער זי"ע האט געוואלט און אזוי געבלוטיגט דערפאר.

נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט דער ציבור אטעם-פארכאפנד מיטגעהאלטן די היסטארישער מאמענט, ווען הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א ממובחרי תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע ורב ביהמ"ד דברי חיים דקהל יטב לב קרית יואל, האט פארגעליינט די אלע סעיפים פון די "תקנות העיר" וואס איז מחייב אלע תושבים והגלילות, צו קענען בעז"ה פארזיכערן אז מיט די אויסברייטערונג פון די שטאט אין די גלילות, ווערט ח"ו נישט אפגעשוואכט די חומת הקדושה, די הייליגע תקנות וואס איז מחייב יעדן תושבי העיר והגלילות צוגלייך.

מיט א הייסע שטימונג פון "קבלו עליהם" באהבה ורצון, האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון דער אסיפה נשגבה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.

קרית יואל והגלילות, אשרי העיר שככה לו!
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

farshlufen האט געשריבן: ווער ליינט פאר די תקנות? מו"ר ר' שמחה שלום?

יא ר’ שמחה שלום שטיינבערגער רב דביהמ’’ד דברי חיים ק’’י
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

יישר כח מנהלים
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”