ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

[align=center] ח"י טבת תשנ"ז - 25 יאר - ח"י טבת תשפ"ב [/align]

[align=center] היינט ח"י טבת תשפ"ב צייכענען אפ חסידי תולדות אברהם יצחק, גאנצע 25 יאהר פון יענעם מוצאי שב"ק פ' ויחי ווען כ"ק הרה"צ אדמו"ר רבי שמואל יעקב הכהן קאהן שליט"א איז נכתר געווארן בכתר האדמורו"ת להנהיג את העדה ק"ק תולדות אברהם יצחק [/align]

עס גלייבט זיך קוים אז עס איז שוין אריבער א האלבע יובל יאהרן פון יענעם געהויבענעם הכתרה,

היינט זעט מען אבער ווי פון יענעם לעכל - וואו הונדערט מיט נאך עטליכע מנינים אידן זענען געזעצן און אויפגענומען רבם ומאורם - האט אויפגעשפראצט א מעכטיגע אימפעריע פון תורה וחסידות מיט עטליכע בתי מדרשים, תלמודי תורה, מיידל שולע'ס, ישיבות, שיעורי תורה, מורי הוראות, און וואס נישט, צושפרייט און צוזייט בכל קצוות תבל

בהאי יומא האב איך געקלערט צו ארויפברענגען ס'ביסל זכרונות און ידיעות וואס ליגט אין מיין זכרון,

און איך האף אז אנדערע אידן דא אין וועלטל וועלן אויך אפירזוכן אינטרעסאנטע און היסטארישע בילדער דאקומענטן וכדו' פון יענע "בראשית יאהרן", און מיטטיילן דא מיטן ציבור



אבער כדי אז די אשכול זאל באקומען ס'ריכטיגע אינטערעסע און האבן א קשר של קיימא, ביטע נישט אנפירקלען דא מיט קיינע שטותים און פאליטיק וכדו', און נישט מטריח זיין די מנהלים אונזערע.
ובפרט אז מ'קען אנצייגן אז ביי די קהלה איז היינט צוטאג'ס נישטא קיין מידענסטע זכר פון מחלוקת, נישט אין קיין נכסים און נישט אין בין אדם לחבירו ב"ה.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

עטליכע היסטארישע קרישקעלעך און פאקטן אינעם "אנהייב-אויפבלי" סעזאן:

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז אוועק ביום ז"ך כסלו (ג' חנוכה) תשנ"ז, ס'איז געוועהן פ' מקץ.

שב"ק פ' מקץ - שבת שבעה - איז נישט געוועהן קיין שום טישן און אדמורו"ת ביי בני כ"ק אדמו"ר מתו"א זצ"ל.

שב"ק פ' ויגש - ע"פ בקשת בד"צ העדה החרדית זענען ביידע אדמורי"ם געבעטן געווארן נישט צו אנהייבן פירן און נישט אריינצוקומען אין ביהמ"ד בכלל, ביז ווען די בי"ד וועט פסק'נען כדת מה לעשות.

שב"ק פ' ויחי ח"י טבת - כ"ק אדמו"ר מתוא"י האט מחליט געוועהן אז היות מ'ווייסט נישט ווילאנג די ד"ת וועט נעמען (ס'האט זיך טאקע פארצויגן אויף נאך עטליכע וואכן), איז א שאד זיך צו אויפהאלטן און מ'דארף אנהייבן טוהן למעשה, ע"כ איז געמאלדן געווארן אז חסידי ומעריצי כ"ק הגה"צ רש"י קאהן שליט"א וועלן זיך צוזאמען נעמען אויף די תפלות שב"ק און טישן אין אונגערישן שול (א קליין שול'עכל וואס געפינט זיך אין די קווארטל פון די אונגערישע הייזער).

היות אז ווי פריער דערמאנט האט בי"ד געבעטן נאכנישט צו פירן, ביז ווען מ'קומט צו צו אן עמק השוה, האט די רבי שליט"א באשלאסן אז ער איז מוותר אינגאנצן אויפן אלטע נאמען, און ער וועט רופן די קהלה מיט א נייעם נאמען, ה"ה: "תולדות אברהם יצחק", (און אזוי וועט ער אנהייבן די אדמורו"ת אן צו ווארטן אויף א זמן לא ידוע)

יענעם שבת זענען זיך טאקע צוזאמען געקומען דארט אלע (אדער נאכנישט אלע) וואס האבן געהאט א געפיל צו כ"ק הרה"צ רש"י שליט"א, און ביים דאוונען האט זיך אנגעזעהן א קאלירפולע ציבור פון חסידי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל און סתם ידידים ומעריצים פון גאס וכו', ווען בראש וראשונה באשיינען די צוויי גרויסע לייבן ה"ה הגה"צ ר"מ בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם, און הגה"צ ר' דניאל פריש זצ"ל בעל מתוק מדבש, וואס האבן כמובן צוגעגעבן די שפיץ פראכט צום קהילה.

מוצאי שבת ויחי (כ'מיין סוף שלש סעודות) האט זיך אויפגעשטעלט דער גרויסע גאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל ממנה און מכתיר צו זיין דעם רבי'ן שליט"א צו פירן דעם עדה הקדושה, און האט אינמיטן אויסגעשאסן מיט די באקאנטע ווערטער:
"בצירוף קודשא בריך היא ושכינתיה, בין איך מיטן גאנצן ציבור ממנה..." וכו'
ויענו כל העם יחדו און אויסגערופן מי א הילכיגן מזל טוב (מער פרטים פון דעם מעמד געדענק איך נישט).

הערשט עטליכע וואכן ששפעטער האט בי"ד גע'פסק'נט אז די אלטע בנין אין שוק מאה שערים זאל אריבערגיין צו ק"ק תולדות אברהם יצחק, און זיי האבן זיך טאקע באלד דארט באזעצט, ווען אין אנהויב איז געוועהן דארט גאר א קליין צימערל פארן ביהמ"ד, און צוביסלעך האט מען אויפגעבראכן ווענט און פארגרעסערט און צוגעבויט... און די רעסט איז היסטערי...

דאס איז וואס איז 'מיר' באקאנט, ס'איז אוודאי דא וואס צו צולייגן און בעיקר פיקטשערס
די פארמאגער ווערן געבעטן אריינקומען און מיטטיילן מיטן ציבור מאוצרם הטוב



עס איז צו באמערקן אז כ"ק אדמו"ר מתוא"י האט גענומען דעם טאג ח"י טבת (ובפרט די לעצטע צען יאהר) אלז א פערזענליכע יו"ט (אדער ווי ס'איז שוין עטליכע מאל ביי מסיבות געשטאנען די לשון 'יום הבהיר')
יעדעס יאהר שטעלט מען אויס א געוויסע מסיבה, חתונה, וכדו' אין דעם נאכט, און מ'טאנצט מיט מוזיק (און אפי' אויך אביסל בשתיי יין !), און צומאל שטעלן זיך אויף אויפן טיש גראמער...
דאס איז אויסער וואס בליל שב"ק ויחי קאכט די רבי שליט"א אריין אין געוויסע ניגונים צוגעפאסט צום מאורע
היינט נאכט איז טאקע אויך געוועהן א סיום מס' שבת מדף הקהילה, מיט א בר מצוה פון אן אייניקל, און כאטש וואס מוזיק איז געוועהן האט אבער די רבי שליט"א אבער נישט געזאלט ארויפלייגן די וויין אויף די טישן (נאר ביי חתונות וכדו', נישט אין א גרינעם דינסטאג...)
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואזכה »

זייער אינטערעסאנט צו ליינען זיי ממשיך
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

ואזכה האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט צו ליינען זיי ממשיך

צופיל מער האב איך נישט, לאמיר ווארטן אויפן עולם
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איך האב געטראפן אין מיינע ארכיוון א קונטרס וואס חסידי תוא"י האבן געטיילט אין עואב"י וויליאמסבורג א קארגע 8 וואכן נאכן גרינדונג פון די "נייע" קהילה, ווי זיי באשרייבן על קצה המזלג דאס גרינדונג פון די קהילה און איבער אלע שוועריקייטן ארום דעם.
לרגל דעם בעפארשטייענדע "ערשטע דינער" לטובת המוסדות, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס געוועהן א גאר שווערע פראיעקט צו דעקן די קאסטנ'עס פון די נייע מוסדות אלעס אויף איינמאל.
קונטרס תואי דעקל.jpg
קונטרס תואי דעקל.jpg (327.77 KiB) געזען 3789 מאל

קונטרס תואי 1.jpg
קונטרס תואי 1.jpg (331.3 KiB) געזען 3789 מאל

קונטרס תואי 2.jpg
קונטרס תואי 2.jpg (742.8 KiB) געזען 3789 מאל
לעצט פארראכטן דורך בעל החבית אום דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 7:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

קונטרס תואי 3.jpg
קונטרס תואי 3.jpg (669.61 KiB) געזען 3754 מאל

קונטרס תואי 4.jpg
קונטרס תואי 4.jpg (662.55 KiB) געזען 3754 מאל

קונטרס תואי 5.jpg
קונטרס תואי 5.jpg (455.35 KiB) געזען 3754 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

קונטרס תואי 6.jpg
קונטרס תואי 6.jpg (516.32 KiB) געזען 3743 מאל

קונטרס תואי 7.jpg
קונטרס תואי 7.jpg (470.48 KiB) געזען 3743 מאל

קונטרס תואי 8.jpg
קונטרס תואי 8.jpg (612.4 KiB) געזען 3743 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

די דינער מעלדונג(אה... די אלטע זיסע גרעפיק דעזיינונג'ס)

דינער תואי מוצ''ש תרומה תשנ''ז.jpg
דינער תואי מוצ''ש תרומה תשנ''ז.jpg (392.53 KiB) געזען 3711 מאל

"זעקת ירושלים"
(זעט די שפראך וויאזוי מ'האט אין יענע צייטן גערעדט... ווער שרייבט נאך היינט די סארט ווערטער אפי' סתם אויף א שנארר צעטיל)
זעקת ירושלים תואי.jpg
זעקת ירושלים תואי.jpg (368.48 KiB) געזען 3711 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

מכתבי המלצה וחיזוק מאת גדולי וצדיקי הדור

מכתבי קודש תואי 1.jpg
מכתבי קודש תואי 1.jpg (487.98 KiB) געזען 3707 מאל

מכתבי קודש תואי 2.jpg
מכתבי קודש תואי 2.jpg (477.52 KiB) געזען 3707 מאל

מכתבי קודש תואי 3.jpg
מכתבי קודש תואי 3.jpg (509.76 KiB) געזען 3707 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליכע אשכול!!! ייש"כ בעל החבית פארן ברעגען די היסטארישע טעג וואס האט עטאבלירט דעם קהילה קדושה בישראל.

א קליינע הערה:
בעל החבית האט געשריבן: הערשט עטליכע וואכן ששפעטער האט בי"ד גע'פסק'נט אז די אלטע בנין אין שוק מאה שערים זאל אריבערגיין צו ק"ק תולדות אברהם יצחק, און זיי האבן זיך טאקע באלד דארט באזעצט, ווען אין אנהויב איז געוועהן דארט גאר א קליין צימערל פארן ביהמ"ד, און צוביסלעך האט מען אויפגעבראכן ווענט און פארגרעסערט און צוגעבויט... און די רעסט איז היסטערי...

בי"ד האט נישט גע'פסקנ'ט, נאר געבעטן מ'זאל עס געבן לפנים משורת הדין אלס פשרה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אינטערעסאנט אז אינעם קונטרס הנ"ל שרייבן זיי אז זיי האבן אפגעקויפט א שטח אויף רחוב שמואל הנביא פאר א גרויסן ביהמ"ד, אבער ביז היינט זענען זיי נאך אינעם ערשטן בנין. וואס האט פאסירט מיט א נייעם ביהמ"ד?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

הרב בראנדסדאראפער איז געווען פון די בי"ד, ריכטיג?
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אינאיינעם מיט הגאון ר' מאיר און הגאון ר' דניאל פריש, איז אויך געוווען הגאון ר' מנחם דאווידאוויטש זצ"ל, דער בעל קורא אין תולדות אהרן און מומחה בעניני סת"ם וואס איז געווען פון די פני העדה אין תולדות אברהם יצחק.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

דער באקאנטער ר' יואל וועבער וואס גייט נאך געלט פאר עפעס א מוסד פון באגרעניצטע קינדער, האט מיר אמאל אין א לענגערע שמועס אראפגעלייגט מיט זאפט זיין חלק וויאזוי מיט זיין שריפט האט ער שווער געארבייט אז די ק"ק זאל באקומען אנערקענונג אין די וועלט און ביי חוגי עדה החרדית בפרט.
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

גברא דקפדנא האט געשריבן: דער באקאנטער ר' יואל וועבער וואס גייט נאך געלט פאר עפעס א מוסד פון באגרעניצטע קינדער, האט מיר אמאל אין א לענגערע שמועס אראפגעלייגט מיט זאפט זיין חלק וויאזוי מיט זיין שריפט האט ער שווער געארבייט אז די ק"ק זאל באקומען אנערקענונג אין די וועלט און ביי חוגי עדה החרדית בפרט.

דוכצעך מיר אז ר׳ יואל וועבער גייט נאך געלט פאר מוסדות תולדות אברהם יצחק
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען די ערשטע שבת וואס ביידע האבן געפירט, די גאס אהין און צוריק איז געווען אזא מין פארקער אז ס'וועט זיך קיינמאל פארגעסן ווערן.
צוויי קאנאנען האבן אנגעהויבן פירן טישן און ס'איז געווען וואס צו זען.
ביי תולדות א"י האט מען געזונגען צענדליגער מאל די שנעלע ניגון 'מה תשתוחחי נפשי ומה תהמי עלי הוחילי לאלקים' ווען האלב די עולם זינגט די העכערע פאל בשעת די צווייטע האלב די נידריגע. כך שמעתי.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

ס'איז דא עפעס בילדער פון די מוצאי שבת באגלייטן די ערשטע וואך, איינער?
בכלל בילדער פון יענע ערשטע יאר, אויב איינער האט.
יישר
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יישר כח פארן פותח האשכול פארן גיין פתיחה צו דאקומענטירן די חבלי לידה פון דעם הערליכן קהילה נאה וחסודה.

געטראפן אין די גנזים עטליכע בילדערים פון די ערשטע תקופה אז מ׳עט טרעפן מער העט מען עס אי״ה שטעלן להנאת הציבור.
אטעטשמענטס
155F9A69-AD6F-48E5-9485-D7680CD496A0.jpeg
155F9A69-AD6F-48E5-9485-D7680CD496A0.jpeg (351.94 KiB) געזען 3317 מאל
7B92513B-AE6E-4A4C-BB18-DE2D220F568D.jpeg
7B92513B-AE6E-4A4C-BB18-DE2D220F568D.jpeg (263.76 KiB) געזען 3317 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביים ערשטן באזוך אין אמעריקא יענע ווינטער תשנ״ז

מיט כ״ק הגה״צ וויענער רב זז״ג
אטעטשמענטס
98E35CE1-4A2B-4AEA-8342-F5FB51A1ED02.jpeg
98E35CE1-4A2B-4AEA-8342-F5FB51A1ED02.jpeg (706.54 KiB) געזען 3311 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

חמרא טבא האט געשריבן: ביים ערשטן באזוך אין אמעריקא יענע ווינטער תשנ״ז


030724_160023-290_skulen-t.a.y.JPG
030724_160023-290_skulen-t.a.y.JPG (37.3 KiB) געזען 3271 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

חמרא טבא האט געשריבן: ביים ערשטן באזוך אין אמעריקא יענע ווינטער תשנ״ז


t3.jpg
t3.jpg (428.92 KiB) געזען 3268 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

בעל החבית האט געשריבן: עטליכע היסטארישע קרישקעלעך און פאקטן אינעם "אנהייב-אויפבלי" סעזאן:

מוצאי שבת ויחי (כ'מיין סוף שלש סעודות) האט זיך אויפגעשטעלט דער גרויסע גאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל ממנה און מכתיר צו זיין דעם רבי'ן שליט"א צו פירן דעם עדה הקדושה, און האט אינמיטן אויסגעשאסן מיט די באקאנטע ווערטער:
"בצירוף קודשא בריך היא ושכינתיה, בין איך מיטן גאנצן ציבור ממנה..." וכו'
ויענו כל העם יחדו און אויסגערופן מי א הילכיגן מזל טוב (מער פרטים פון דעם מעמד געדענק איך נישט).

ער האט מקדים געווען אז ס'שטייט אין חז"ל כל בי' עשרה שכינתא שריא, איז בצירוף וכו'..
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

שיין שיין

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ח"י טבת תשנ"ז - גרינדונג פון ק"ק תולדות אברהם יצחק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

יצחק אייזיק האט געשריבן: אינטערעסאנט אז אינעם קונטרס הנ"ל שרייבן זיי אז זיי האבן אפגעקויפט א שטח אויף רחוב שמואל הנביא פאר א גרויסן ביהמ"ד, אבער ביז היינט זענען זיי נאך אינעם ערשטן בנין. וואס האט פאסירט מיט א נייעם ביהמ"ד?

אוי וויי, ווען ס'קומט צו רעדן פון בנינים מיט שטחים, איז א פארפלאנטעטע מעשה וואס די קהילה איז אלס אריבער !

וואס ס'איז געוועהן דאן אין שמואל הנביא, בין איך נישט באקאנט, וואס כ'ווייס יא איז, אז די קהלה איז אריבער אסאך פלענער מיט פרישע וועדי קרן הבנין וכדו'.

ס'איז מעגליך געוועהן עפעס א קנין אויף שמואל הנביא, אדער נאר א פלאן, נאר מ'דארף פארשטיין אזוי:
ווען תוא"י איז אריין אין זייער איין איינציג נכס - דאס איז די יעצטיגע בנין, איז נישט געוועהן קיין אויסקוק אז מ'וועט דארט קענען עפעס ערנסט איינרישן, ווארום ווי דערמאנט איז געווען ס"ה אפאר צימערלעך אן א אויסקוק אז מ'זאל קענען ארויסבויען, און דא ברויך מען אהערשטעלן א רבי'שע היכל ביהמ"ד מיט עז"נ און כמובן פאסיג פאר טישן, און מוסדות אויך...

ביז זיי זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק 'אפצודינגען' דעם שטח הארט נעבן בנין, ווי זיי האבן געעפנט דעם דרום זייט בנין צו א גרויס היכל מיט א הויכע דאך, וואס האט געדינט אלס חלק פון היכל הביהמ"ד, און אויך פאר די טישן מיט פארענטשעס (געוועהן דעמאלס הויכע 6 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן פון היכל וואס מ'האט עס 'צאמגעלייגט' איינער אין אנדערן אזוי אז אינדערוואכן האט עס פארנומען פלאץ פון בלויז 1 טרעפל), יארן לאנג האט די רבי שליט"א'ס פלאץ מיטן ארוה"ק זיך געפינען אונטערן נידריגן דאך, ד.מ. אינעם בנין זעלבסט.

די שטח איז אויך א אנגעווייטיגטע נושא, וויבאלד פארשטייט זיך נאכן קונה שביתה זיין אויפן שטח, האט זיך די חובות פון דינגען די פלאץ אנגעזאמלט אויף א חוב אדיר, און זיי האבן שוין נישט געקענט בשו"א באצאלן, ביז (מ'רעדן שוין דא פון ארום 15 יאהר שפעטער) ווען די בעל-הבית האט גע'אסר'ט דריסת הרגל אין 'זיין' שטח (וואס געפינט זיך אין 'יענעמ'ס' ביהמ"ד!)

כ'מיין אז ס'איז געוועהן דאן חילוקי דיעות צו הלכה'דיג מעג מען טאקע נישט אריינגיין צום הויכן חלק ההיכל הביהמ"ד צו יא, ס'איז געוועהן אזעלכע און אזעלכע (כ'נעם נישט קיין אחריות אבער כ'מיין אז הג' בעל קנה בושם איז נישט אריין אהין) - ווייזט זיך אויס אז ס'איז געוועהן עפעס טענות מצד הנהלה צום בעה"ב אויך.

למעשה איז די סכסוך געוועהן א ישועה פארן ביהמ"ד, וויבאלד נאך א שטיק צייט איז מען זיך דורך געקומען מיטן בעה"ב מיט סעטלמענט'ס, (נאך וואס ער האט פארשטאנען אז ארויסווארפן פון שטח וועט ער סייווי נישט קענען), און זאת ועוד, מ'האט אפגעקויפט דעם שטח, און תקומה היתה לו ווען ס'איז אריבער צום הנהלת הקהלה.

למעשה האט מען שוין דעם בנין פארברייטערט און ארויפגעבויעט ביזן מאקסימום מעגליכקייט, און ווי ס'שיינט וועט מען בלייבן דארט עד... ווען אין די צייט בויט די רבי שליט"א דערווייל נאך עטליכע בתי מדרשים, ווי אין ביתר (ווי מ'האלט אינמיטן סאמע בוי ארבעט), אין הר-יונה (-א שמועס פאר זיך) ווי ער האט מייסד געוועהן און ארויסעשיקט ארום 70 משפחות, און נאר די פארגאנגענעם מוצ"ש ויחי האט מען מחנך געוועהן א שיין גרויס ביהמ"ד במעמד מאות חסידים ואנשי מעשה פון גרעיטער אר"י
(און דאס איז חוץ פון בית שמש וואו שוין עטליכע יאר וואס עס ווירבלט זיך א ציבור מיט א פראכטפולע ביהמ"ד אינדערוואכן און שב"ק מיט מנינים)


אמ'רעדט שוין פון שטחים דערמאן איך זיך ווען בערך פאר 10 יאר צוריק זענען די עסקנים אריינגעטאנצן אין א מאסיוו-ריזיגן פראיעקט אפצוקויפן א ערנסט-גיגאנטישן שטח אויף רחוב ישעיהו (ווי די בנין פון מוסדות עץ חיים געפינט זיך לע"ע, און נאך מוסדות) וואס דארט האט מען געפלאנט צו פלאצירן א ריזיגן ביהמ"ד, מוסדות, ישיבות וכו'.
ווי איך געדענק האט מען אפי' אריינגעפלאשט אהין א (אמעריקאנע) מעלאנע אלס דאון פעימענט, ס'זענען דאן פארגעקומען גרויסע כינוסים און הסברות פארן ציבור, אבער יארן זענען פארביי און ס'שלאפט שוין לאנג (ווארשיינליך זענען זיי א צייט שפעטער אראפ דערפון)
לעצט פארראכטן דורך בעל החבית אום מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:04 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”