אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

גפת האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן: יעדע קאמפלימענט איז מיר ווערד ווי א רענדל גאלד.

-----

איך קען פארקערצערן קאפיטלען, אבער עס וועט צוטיילן שטיקלעך וואס גייט בעסער צוזאמען.

ביטע קומט אריין מיט מער פיעד בעק, העמיר זעהן וואס מ'קען טון.

וואס עפעס?

שרייב וויפיל דו קענסט..
איינער וואס האט נישט קיין כח מוז נישט ליינען די גאנצע זאך אויף איין מאל..

גאמ

גא''מ

גאײמ

פארשטיי איך נישט וואס די אידן דא ווילן.
איינער פון ענק האט מער הנאה ווען עס איז געשריבן איין ריזיגע תגובה?
פון די ווערטער ״וואס עפעס?״ דאכט זיך כאילו איינער האט פארגעהאלטן אין מען דארף פארטיידיגן, דאס איז א טעות, קיינער האט חלילה טענות ווען איינער איז זיך מנדב להציבור ובפרט מיט אזוינע מייסטערווערק.

ואדרבא ווייל מען האט אזוי הנאה פונם ווערק, און סאיז דא אסאך וואס ווילן דאס שטארק לעזן און צומאל קומט אן שווער צו לייענען די גאנצע אין איין צי מחמת חוסר זמן, האט מען געבעטן אויב סאיז נישט קיין נפק״מ פארן כותב, דאן קען ער נאך מער מהנה זיין נאכמער אידן -וואס דאס איז זיין ציהל-, דורכן דאס צוברעכן אין קלענערע שטיקלעך.
אויב פארלירט דאס די המשך, איז אפאר תגובות איינס נאכן צווייטען לכאורה א גוטע סעלושען, וואס דאן קען מען אנצייכענען ביי די תגובה ווי מען האלט ״אלס אומגעליינט״.

אויב מאכט דאס א משהו שווערער פארן כותב דאן איז פשוט אז ער ווייסט אז ער מעג און ער זאל טאקע טוען וואס ער פארשטייט.

א ריזן דאנק הרב היכי
א ריכטיגע @היכי תמצא אין חסד, איינער טוט א טובה און בעט נאך צו הערן הגהות ווייל מען וייל נאך מער פארבעסערן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

lazy האט געשריבן:
גפת האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן: וואס עפעס?

שרייב וויפיל דו קענסט..
איינער וואס האט נישט קיין כח מוז נישט ליינען די גאנצע זאך אויף איין מאל..

גאמ

גא''מ

גאײמ

פארשטיי איך נישט וואס די אידן דא ווילן.
איינער פון ענק האט מער הנאה ווען עס איז געשריבן איין ריזיגע תגובה?
פון די ווערטער ״וואס עפעס?״ דאכט זיך כאילו איינער האט פארגעהאלטן אין מען דארף פארטיידיגן, דאס איז א טעות, קיינער האט חלילה טענות ווען איינער איז זיך מנדב להציבור ובפרט מיט אזוינע מייסטערווערק.

ואדרבא ווייל מען האט אזוי הנאה פונם ווערק, און סאיז דא אסאך וואס ווילן דאס שטארק לעזן און צומאל קומט אן שווער צו לייענען די גאנצע אין איין צי מחמת חוסר זמן, האט מען געבעטן אויב סאיז נישט קיין נפק״מ פארן כותב, דאן קען ער נאך מער מהנה זיין נאכמער אידן -וואס דאס איז זיין ציהל-, דורכן דאס צוברעכן אין קלענערע שטיקלעך.
אויב פארלירט דאס די המשך, איז אפאר תגובות איינס נאכן צווייטען לכאורה א גוטע סעלושען, וואס דאן קען מען אנצייכענען ביי די תגובה ווי מען האלט ״אלס אומגעליינט״.

אויב מאכט דאס א משהו שווערער פארן כותב דאן איז פשוט אז ער ווייסט אז ער מעג און ער זאל טאקע טוען וואס ער פארשטייט.

א ריזן דאנק הרב היכי
א ריכטיגע @היכי תמצא אין חסד, איינער טוט א טובה און בעט נאך צו הערן הגהות ווייל מען וייל נאך מער פארבעסערן.

אנטשולדיגט.. דער הימלישע איד האט געענטפערט יא, אויף היכי תמצא'ס קשיא צי ער זאל צוטיילן די תגובות אין אפאר טעג. און אויף דעם האב איך געזאגט אז ווער עס האט נישט קיין כח מוז נישט ליינען די גאנצע זאך..

דו רעדסט פון צוטיילן אין אפאר תגובות איינס נאכן צווייטן..
אפילו איך וואלט עס נישט געדארפט, אבער אז אנדערע דארפן עס.. פארוואס נישט...
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

היסטאריש האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
גפת האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: גאמ

גא''מ

גאײמ

פארשטיי איך נישט וואס די אידן דא ווילן.
איינער פון ענק האט מער הנאה ווען עס איז געשריבן איין ריזיגע תגובה?
פון די ווערטער ״וואס עפעס?״ דאכט זיך כאילו איינער האט פארגעהאלטן אין מען דארף פארטיידיגן, דאס איז א טעות, קיינער האט חלילה טענות ווען איינער איז זיך מנדב להציבור ובפרט מיט אזוינע מייסטערווערק.

ואדרבא ווייל מען האט אזוי הנאה פונם ווערק, און סאיז דא אסאך וואס ווילן דאס שטארק לעזן און צומאל קומט אן שווער צו לייענען די גאנצע אין איין צי מחמת חוסר זמן, האט מען געבעטן אויב סאיז נישט קיין נפק״מ פארן כותב, דאן קען ער נאך מער מהנה זיין נאכמער אידן -וואס דאס איז זיין ציהל-, דורכן דאס צוברעכן אין קלענערע שטיקלעך.
אויב פארלירט דאס די המשך, איז אפאר תגובות איינס נאכן צווייטען לכאורה א גוטע סעלושען, וואס דאן קען מען אנצייכענען ביי די תגובה ווי מען האלט ״אלס אומגעליינט״.

אויב מאכט דאס א משהו שווערער פארן כותב דאן איז פשוט אז ער ווייסט אז ער מעג און ער זאל טאקע טוען וואס ער פארשטייט.

א ריזן דאנק הרב היכי
א ריכטיגע @היכי תמצא אין חסד, איינער טוט א טובה און בעט נאך צו הערן הגהות ווייל מען וייל נאך מער פארבעסערן.

אנטשולדיגט.. דער הימלישע איד האט געענטפערט יא, אויף היכי תמצא'ס קשיא צי ער זאל צוטיילן די תגובות אין אפאר טעג. און אויף דעם האב איך געזאגט אז ווער עס האט נישט קיין כח מוז נישט ליינען די גאנצע זאך..

דו רעדסט פון צוטיילן אין אפאר תגובות איינס נאכן צווייטן..
אפילו איך וואלט עס נישט געדארפט, אבער אז אנדערע דארפן עס.. פארוואס נישט...

ווייל ס'גייט בעסער צוזאמען
אזוי ווי @היכי תמצי האט געשריבן

איך קען פארקערצערן קאפיטלען, אבער עס וועט צוטיילן שטיקלעך וואס גייט בעסער צוזאמען.

פארוואס ווען איינער דארף אויספאסטן הייסט מען עם עסן פחות מ'כשיער
ווייל ס'האט נישט קיין טעם
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6625
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

@הכי וואס איז געשען?

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

enjoy האט געשריבן: @הכי וואס איז געשען?

איך האלט שוין טיף אינמיטן די 6'סטע טייל, איך בין פשוט שרעקליך פארנומען, מער ווי געווענליך. אבער עס קומט, און בעז"ה וועמיר בקרוב צוריקגיין צו וועכנטליך.

היכי תמצא האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן: @הכי וואס איז געשען?

איך האלט שוין טיף אינמיטן די 6'סטע טייל, איך בין פשוט שרעקליך פארנומען, מער ווי געווענליך. אבער עס קומט, און בעז"ה וועמיר בקרוב צוריקגיין צו וועכנטליך.

שכח אונז קען מיר קוים ווארטן!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

היכי סארי אבער עס איז נישט אזוי גוט ווי אין די פארגאנגענהייט

נאר בעסער און בעסער און בעסער.

אויסטערלישער דיטעילד, רייך, אינפארמאטיוו, לייכט צו לעזן, באטעמ’ט און אלעס אינדערמיט.

יישר כח
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח פאר די קאמפלימענטן און פאר די געדולד.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך פאלג נאך די סעריע אין די שרייבער,

אויסער די אינהאלט, האב איך הנאה פון די געוואלדיגע גוטע פעדער , און דיין רייכע אידיש.

מיר קוקן ארויס אויף נאך.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך גיי יעצט אנהייבן ארויפלייגן די 6'טע טייל, צוטיילט אין עטליכע תגובות אזוי ווי געשמועסט. העמיר זעהן ווי אזוי דער עולם וועט אריינקומען איבער דעם מהלך.

ביטע נישט אריינהאקן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

ארפא 6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

6

אין דיזע טייל וועלן מיר פארקירעווען פון די ביז איצטיגע כראנאלאגישע השתלשלות, און מיר וועלן אנשטאט שמועסן וועגן א קוריאזע פערזאן וואס האט איבערצייגט ארפא זיך אונטערצונעמען א העכסט ריזיקירנדע אקציע.

***

דער קוריאזער געניאלער גריך און די ארגוס פראיעקט

9 מיליטערישע שיפן, 4,500 מאטראזן, מארינען, און פילאטן, 20 וויסנשאפטלער און ענדזשיניערן זענען אלע פארזאמעלט 12 אזייגער ביינאכט אויגוסט 27 1958 אין די קאלטע וואסערן פונעם דרום אטלאנטיק אקעאן, די ציפידיגע ווינטן פונעם דערנעבנדיגן אנטארקטיקע שמייסן אויף די קאפיטאנען וואס שטייען אויפ'ן דעק.

אלע ווארטן אויפ'ן סיגנאל.

ביידע סעטאליטן זענען אין פלאץ, די ראקעטן אויפ'ן יבשה זענען גרייט, די באליסטישע מיסילס מיט נוקלעארע שפיצן זיצן אויפ'ן נעווי שיף די 'נאָרטאָן סאַונד' מיט די שפיצן געצילט אויף ספעיס.

וואס?!

פרעג א קאפיטאן, מאטראז, מארין, אדער פילאט "פארוואס זענט איר דא אלע פארזאמעלט?"

ער קוקט אויפ'ן דאקומענט וואס ער האט אקורשט באקומען, און ער הייבט די אויגן ברעמען, עס שטייט דארט אז זיי גייען ארויפשיסן דריי באליסטישע מיסילס מיט נוקלעארע שפיצן ארויף קיין ספעיס, און מ'גייט אויפרייסן די נוקלעארע באמבעס 300 מייל העכערן ערד קוגל (די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע צירקולירט היינט צוטאגס 254 מייל העכערן ערד קוגל).

גייט מען אויפרייסן א שונא'ס סעטאליט? ניין.

גייט מען אויספרובירן א פרישע מיליטערישע וואפן? ניין.

איז דאס בלויז א וויסנשאפטליכע עקספרימענט? יא!

ווער האט ארגאניזירט און פירט די אפעראציע? א נייע רעגירונג אגענטור וואס איז ניטאמאל א יאר אלט, איר נאמען איז 'ארפא'.

זינט אפריל פון דעם זעלבן יאר האבן אלע מיליטערישע פערסאנאל וואס נעמען איצט אנטייל אין די אפעראציע 'ארגוס' זיך טרענירט און מאדיפיצירט זייערע שיפן אין בעפארגרייטונג צום ארגוס אפעראציע, אבער אונטער'ן שלייער פון פאלשע אפעראציעס מיט פאלשע קאוד נעמען.

זיי האבן באקומען העכסט געהיימע אבער פאלשע דאקומענטן וואס האבן אנטהאלטן פאלשע לאקאציעס פון די ענדגילטיגע אפעראציע ווי אויך די פאלשע ציל פון די אפעראציע. די ריכטיגע דעטאלן האט מען פון זיי פארהוילן.

נאכמער, א חלק פון די שיפן האבן נישט געוואוסט אז זיי גייען זיך צוזאמטרעפן מיט אנדערע שיפן אדער ווען. נאר געוויסע הויך קוואליפיצירטעע אפיצירן וואס זענען צייטווייליג פארארדענט געווארן צו די שיפן האבן יא געוויסט פון די אמת'ע ציל, און זיי האבן באריכטעט די פארשריט צו די פירער פון די אפעראציע.

די אפעראציע האט אנגעהאלטן 10 טעג, עס האבן אנטיילגענומען דערין:

1 עיר קרעפט קעריער
4 דעסטרויער שיפן (זיי באוואכן אנדערע שיפן אדער אטאקירן א שונא'ס שיפן)
2 אויל טאנקיר שיפן
1 מיסיל שיסער שיף
1 ים-עראפלאן שיף
1 ראקעטן גרופע אויפ'ן יבשה
2 סעטאליטן
21 עראפלאנען
8 העליקאפטער

אלע 3 מיליטערישע אפטיילונגען
8 רעגירונג אגענטורן
6 ציווילע אגענטורן

די שיפן האבן קיינמאל בעפאר געארבעט צוזאמען און קיינמאל דערנאך. א חלק פון די שיפן זענען מאדיפיצירט געווארן ספעציעל פאר די אקציע. די סאטעליטן האט מען אויך ספעציעל ארויפגעשאסן פאר די אפעראציע.

אלעס געהיים, געהיים, געהיים און אנגעפירט ביי ארפא.

***
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום זונטאג פעברואר 06, 2022 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די איינוואוינער פון דרום גריכנלאנד, הארט נעבן די גרעניץ מיט די איטאליענע קאנטראלירטע אלבאניע, הערן די מאטארן פון די איטאליענער באמבארדיר עראפלאנען, עס ווערט נענטער, די באמבעס הייבן אן פאלן, די איינוואוינער לויפן פאר שוץ, אבער זיי זענען נישט דערשראקן, זיי האבן צוטרוי אין זייער מיליטער, די הארט נעקיגע גריכישע מיליטער.

די מלחמה איז נישט געקומען פלוצלינג. איין טאג בעפאר, אום אקטאבער 28 1940 (כ"ו תשרי תש"א), האט דער פאשיסט מוסאליני ימ"ש געגעבן אן אולטימאטום צו גריכנלאנד, "איידער גיבן זיי אויף א חלק פון זייער טעריטאריע צו איטאליע, אדער ווערן זיי אטאקירט".

אבער די גריכן מיט זייער קלענערע מאנשאפט קרעפטן און ווייניג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, האבן געקנאקט די איטאליענער אין באבן'ס באבן אריין, נישט נאר האבן זיי אפגעשלאגן די אטאקע אין א וואך צייט, זיי האבן מחליט געווען צו אטאקירן די איטאליענער.

די באפאלענע זענען געווארן די אינוואדירער, זיי האבן אריינגעשניטן אין די איטאליענע קאנטראלירטע אלבאניע און גענומען א שיין שטיקל פאר זיך. דאס ווערט אפיציעל גערעכנט אלס די ערשטע צוריקפאל פון די נאצישע אקסיס.

אום מארטש 1941 (אדר תש"א) האבן זיך די דייטשן געגרייט איינצונעמען גריכנלאנד, און די איטאליענער האבן געוואלט באיינדרוקן זייערע דייטשע אליאירטע, האבן זיי ווידעראמאל אטאקירט גריכנלאנד, ביידע זייטן האבן געליטן שרעקליך, אבער גריכנלאנד האט דאס מאל אויך אפגעשלאגן די איטאליענע אטאקע.

ליידער האט גריכנלאנד'ס נצחון נישט אנגעהאלטן לאנג, אום אפריל 6 1941 (ט' ניסן תש"א) האט דייטשלאנד אינוואדירט פון צפון, בולגאריע (נאצי אליאירטע) פון מזרח, און איטאליע פון דרום-מערב, גריכנלאנד איז געפאלן.

די נאציס ימח שמם האבן אויסגעשאכטן די ארטיגע אידן, ספרדים וואס האבן דארט געוואוינט זינט גירוש ספרד, 58,000 קדושים זענען ארויף אין הימל, די בולגארישע נאציס (מ'רעדט כמעט נישט פון זיי אבער עס איז וויכטיג צו וויסן) האבן גע'הרג'ט נאך 4,000 קדושים, הי"ד.

די איטאליענער האבן פאר סיי וועלכע סיבה נישט געהרג'ט די אידן אין זייער חלק פון גריכנלאנד. ווי אויך, האט דער בורא זיך מרחם געווען, און מיט זיין חשבון וואס מיר קענען נישט משיג זיין, האט ער געשיקט 200 חסידי אומות העולם אין פארעם פון גריכישע גלחים.

די גריכישע קירכע איז א באזונדערע סארט קריסטליכע סעקט, וואס קומען זיך נישט אויס מיט די רוימישע קאטאליקן אדער די איבעריגע אייראפעישע סעקטן, און די איטאליענער צוזאמען מיט די נאציס האבן זיי גערודפ'ט. עס איז מעגליך אז צוליב דעם האבן זיי סימפאטיזירט מיט די אידן.

די גלחים האבן באשיצט און באהאלטן 10,000 אידן, אזוי זענען היינט צוטאגס דא אייניקלעך פון די אייגנארטיגע גריכישע אידן וואס האבן נאך מיטגעמאכט גירוש ספרד.

די דייטשן האבן קיין גרויס ליבע געהאט צו די גריכן אין אלגעמיין. די גריכישע מיליטער האט געקעמפט מיט ציין און נעגל, און נאך וואס די גריכישע מיליטער איז געפאלן, זענען צענדליגע טויזנטער פארטיזאנער אנטלאפן צו די וועלדער אויף די בערג וואס די דייטשן האבן קיינמאל באוויזן איינצונעמען.

די פארטיזאנער האבן סאבאטאזשירט די דייטשע באנען און מיליטערישע איינריכטונגן, זיי האבן אנגעזייעט א חרבון פאר די דייטשן ביז'ן סוף פון די מלחמה.

די גריכישע פארטיזאנער האבן געהאט א שטארקע האנט אין אפהאלטן די דייטשע פארשריט אין צפון אפריקע ווען זיי האבן מיט די הילף פון אליאירטע וואפן אפגעהאלטן דייטשע ליפערן קאראוואנען פון אנקומען צום שלאכטפעלד.

די נאציס האבן נישט געשפארט קיין לעבנס, און נאך יעדע פארטיזאנע אטאקע האבן זיי גענומען א צאל פון די לאקאלע באפעלקערונג און זיי אויסגע'שחט'ן אין צענטער פון שטאט, מיט טאוולן וואס האט עס באצייכנט אלס נקמה.

עס איז געווארן א בלוטבאד, און די נאציס האבן אונטערדרוקט די גריכן.

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

"לעג דאַס בוך וויג אָנד קאָמם, ראַפּעריער דעם טראָק, דו נידריגער גריכע" האט געדונערט די שטימע פונעם עס. עס. אויפזעהער.

קריסטאָופיילאָס האט מיט א זיפץ אראפגעלייגט דעם בוך און געגאנגען קוקן אויפ'ן טרעקל, דאס איז פארט געווען זיין פאזיציע אינעם דייטשן פאבריק, צו פאריכטן די דייטשע טרעקלעך.

פאר די דייטשן זענען געקומען האט ער געהאט א חשובע שטעלע אין דעם עלעוועיטאר פראדוקציע פאבריק, אבער זינט די דייטשן זענען געקומען האבן זיי פארוואנדלט די פאבריק פאר זייערע צוועקן, מיליטערישע טרעקלעך.

ניקאָלעס קריסטאָופיילאָס האט גראדואירט פונעם העכסטן אוניווערסיטעט אין אַטענס, גריכנלאנד, מיט א דעגרי אין עלעקטראנישע און טעכנישע ענדזשינירונג. אבער זיין שאיפה איז נישט געליגן אין ענדזשינירונג, נאר אין פיזיקס ובפרט נוקלעארע פיזיקס.

די סיבה פארוואס ער האט שטודירט ענדזשינירונג און באקומען זיין דעגרי אין 1938 (תרצ"ח) איז ווייל דאס איז געווען די העכסטע דעגרי אין גריכנלאנד, פיזיקס האט מען נישט געלערענט.

קריסטאופיילאס איז געווען א וואונדערקינד, ער האט ארויסגעשטארצט מיט זיין הויכע אינטעליגענץ און טיפע פארשטאנד אין וויסנשאפט. אין 1943 (תש"ג) איז ער געווען זיבן און צוואנציג יאר אלט, בלית ברירה האט ער געמוזט ארבעטן אונטער די עס. עס. אין די פאבריק.

ער האט אבער אויסגעניצט די דייטשע אנשיקעניש צו בילדן זיין קענטעניס. די דייטשן האבן מיט געברענגט א פאק מיט ביכער, און קריסטאופיילאס האט אפיר געזוכט וויסנשאפטליכע ביכער וואס איז נישט געווען צו באקומען אין גריכיש.

ער האט זיך שנעל צוגעלערנט דויטש און זיך גענומען ליינען די דייטשע וויסנשאפט ביכער, ער האט זיך פארלייגט אויף די ביכער פון דייטשע וויסנשאפטלער אין דעם ענין פון פיזיקס.

בפרט די דייטשע נוקלעארע ביכער "נוקלעארע פיזיקס טעבל ביי יאזעף מאטויך", "אריינפיר צו נוקלעארע פיזיקס ביי זיגפריד פלוגע", און שפעטער ווען די בריטן און אמעריקאנער האבן איינגענומען גריכנלאנד פון די דייטשן האט ער זיך גענומען צו ביכער אין ענגליש א שטייגער ווי "עלעקטראנישע הויכע וואלטאזש ביי אלבערט באַוערס".

קריסטאופיילאס איז געװען א חברה'מאן, אלס קינד האט ער צוזאמגעשטעלט אייגענע ראדיאוס און טראנסמיטארן (די סארט אנטענעס וואס הצלה ניצט צו קאמיוניקירן מיט אלע מעמבערס, נאר קלענער) פון עלעקטראנישע באשטאנדטיילן וואס ער האט האט גענומען פון צובראכענע כלים.

און דורכאויס די מלחמה, אונטער די נאציס האט ער אויך צוזאמגעשטעלט אן אייגענע ראדיאו און זיך צוגעהערט צו די בריטישע בי. בי. סי. טשענעל וואס האט באריכטעט די אמת'ע נייעס פונעם מלחמה, נישט די נאצי פאלשע פראפאגאנדע. די שטראף פאר'ן באזיצן אזוי כלי און זיך צוהערן צו וואהרע נייעס, איז באקאנט..

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דורכאויס די מלחמה האט ער געהאט אסאך איבריגע צייט, די דייטשן האבן גלייך איינגעזעהן אז ער פארמאגט מער טאלאנט ווי די אנדערע ארבעטער און זיי האבן אים געשטעלט אלס אן אויפזעהער איבער די גריכישע ארבעטער.

אפילו דאס האט אים אויך נישט פארנומען, דער האט פאראכטן שנעל און געשווינד, און געניצט זיין פרייע צייט צו שטודירן די ביכער.

נאך די מלחמה האט ער געליינט די אמעריקאנע ביכער און וויסענשאפטליכע זשורנאלן (עס איז בעצם א מאגאזין, אבער די וויסנשאפטלער גלייכן צו רופן זייערס א 'זשורנאל'..) אינעם 'פאראייניגטע שטאטן אינפארמאציע סערוויס' ביבליאטעק וואס די אמעריקאנער האבן אויפגעשטעלט אין גריכנלאנד.

דורכאויס זיינע בוך שטודירונגען איז אים כסדר איינגעפאלן פרישע רעיונות אין די פעלד פון נוקלעארע פיזיקס און אפילו מעגליכע ערפינדונגען, ער האט זיך געמאכט נאטיצן און געארבעט אויף זיין אייגענע בייפאלן.

נאכ'ן מלחמה האט ער אויפגעשטעלט זיין אייגענע עלעוועיטאר פראדוקציע פאבריק, און מיט די געלט האט ער אין זיין פרייע צייט זיך אויפגעשטעלט א קליין פערזענליכע לאבאראטאריע וואו ער זיך ארומגעשפילט און דורכגעפירט פראבעס אויף זיינע ערפינדונגען. אלעס אן א פארמאלע שולונג אין פיזיקס!

אין 1946 (תש"ו) א יאר נאך די מלחמה האט ער געארבעט אויף א פארטיקל עקסעלערעטאר (Particle Accelerator), און אריינגעגעבן א פאטענט דערויף ביי די גריכישע אינסטאנצן.

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

צוליב וואס מיר גייען אריינגיין אין וויסנשאפטליכע פרטים און טעכנישע טערמינען וואס פעלט אויס צו פארשטיין כדי צו פארציילן און ארויסהאבן די אנעקדאטן, ברויכן מיר פון צייט צו צייט זיך צוזאמען אויסלערנען ווי אזוי די טעכנאלאגיע ארבעט און די וויסנשאפט וואס ליגט דערונטער.

זארגט אייך נישט מ'גייט נישט נעמען לעקציעס אין וויסנשאפט (זיכער נישט קאממאן קאור..), איך בין קיין וויסנשאפטלער און איך גלייב אז רוב ליינער זענען אויכעט ניט. מיר וועלן נאר טועם זיין אביסל צובייס אין וויסנשאפט און טעכנאלאגיע, די גרינגע פראקטישע פרטים וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל (אדער נישט..) און איז גרינג צו פארשטיין.

א פארטיקל עקסעלערעטאר איז א גרויסע מאשין געמאכט פון דיקע און שטארק מעטאל און א טיר וואס ענדעלט צו די טיר פון א באנק'ס שטאלענעם קאסע. מ'לייגט אין דעם אריין אטאמען, מאלעקולן, און אנדערע באשטאנדטיילן וואס די וויסנשאפטליכע וועלט רופט 'פארטיקלס'.

דארטן דרייט זיך עס ווי א וואש מאשין, די עלעקטראנען קראכן איינע אינעם צווייטע, זאגן שלום עליכם ווי ביי קידוש לבנה און רוקן זיך צום נעקסטן. אדער…. עפעס אזוי, נו שוין.

עס זענען דא פארשידנארטיגע מאשינען וואס ווערן געניצט צו באהאנדלען פארטיקלען פונעם אטאם. סייקלאטראנען צו פראדוצירן די נוקלעארע באמבעס, רעאקטארן פאר נוקלעארע ענערגיע, און א דריטע סארט פאר גיי ווייס וואס, אא"וו.

אלע זענען מאשינען וואס באלאנגען צום פעלד פון נוקלעארע פיזיקס, אבער רובא דרובא ווערט נישט גענוצט פאר וואפן. זינט מיר רעדן אפט פון נוקלעארע פיזיקס איז וויכטיג צו באטאנען אז נוקלעארע פיזיקס איז א פעלד וואס פראדוצירט ציווילע מאטריאלן און מאשינען פאר אלע סארט טאג טעגליכע צוועקן.

לאמיר נעמען צום ביישפיל דעם פארטיקל עקסעלערעטאר: די אמעריקאנער ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענסי (EPA) שרייבט אז נאר 5% פון פארטיקל עקסעלערעטארס ארום די וועלט ווערן געניצט פאר וויסנשאפטליכע צוועקן.

(די גרעסטע געפינט זיך אין שווייץ, אונטערערדיש. עס איז 16 מייל ברייט, און דארט פליען די פארטיקלען די נאנטסטע וואס איז מעגליך צו די שנעלקייט פון ליכט. אויף אזוי ווייט אז עס האט די מעגליכקייט אראפצוברעכן די ליכט כוואליעס צו די 'פאָטאַנס' וואס מאכט ליכט שיינען. דער בורא כל עולמים האט באשאפן א וועלט מיט וואונדער איבער וואונדער.)

אבער די אנדערע 95% ווערט געניצט צו שאפן און פראדוצירן מאטריאלן וואס מיר ניצן טאג טעגליך. צווישן אנדערע ליסטעט די EPA סעמיקאָנדאָקטער טשיפס (יאפ, די טשיפס וואס איז איצט דא א מאנגל אין), MRI אין X-rays מאשינען, רעדיעשאן טעראפי (Radiation Therapy) וואס ווערט געניצט צו באקעמפן יענע מחלה, סטעריליזירן מעדיקאלע געצייג (Sterilize Medical Equipment), דרילן אויל און גאז, פלאסטיק און סעראמיק, און נאך, אויף וואס פארטיקל עקסעלערעטארס ווערן געניצט צו פראדוצירן אדער שאפן.

די EPA שרייבט אז עס זענען דא קליינע פארטיקל עקסעלערעטארס וואס געפונען זיך אין שפיטאל צימערן. איר האט שוין געוויס צענדליגע מאל, אומוויסנדיג פארביי געגאנגען א פארטיקל עקסעלערעטאר.

און אלעס איז געקומען פון פארשונג אין נוקלעארע פיזיקס, וואס קומט פארשטייט זיך נאכאלטס פאר. עס איז גוט צו וויסן אז אינעם נוקלעארן פעלד ווערט ערפינדן גאר וויכטיגע טעכנאלאגיע וואס אין געוויסע פעלער נוצן מיר טאג טעגליך.

אזוי, קוקן מיר מער נישט אן די נוקלעארע פיזיקס פעלד אלס א פארטיליגונג פעלד. די פארטיקל עקסעלערעטאר איז נאר איין ערפינדונג אין די דאזיגע פעלד וואס מיר האבן דערמאנט, אבער עס זענען דא צענדליגע דורכברוכן אין די פעלד פון נוקלעארע פיזיקס וואס בויעט די וועלט אנטשטאט פארניכטן.

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אין 1946 ווען מר. קריסטאופיילאס האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף עקסעלערעטארס איז די פעלד נאך געווען אין אירע קימפעט יארן. עס איז געווען קיין איין סטאבילע עקסעלערעטאר וואס מ'האט געקענט ניצן, אבער וויסנשאפטלער ארום די וועלט האבן געארבעט עס צו פארבעסערן.

די אויבנדערמאנטע עקסעלערעטאר וואס קריסטאופיילאס איז דאן אויפגעקומען מיט, האט געהאט פעלערן און וואלט נישט געארבעט אין רעאליטעט (אלע וויסנשאפטלער האבן דאן נאר אראפגעשריבן זייערע אויפטרעפן אויף פאפיר, חוץ די וואס האבן געהאט צוטריט צו די גאר טייערע לאבאראטאריעס).

פארט האט קריסטאופיילאס אין 1946 אריינגעגעבן א פאטענט אפליקאציע ביי די גריכישע און אמעריקאנע רעגירונגען, ווי אויך, האט ער געשיקט זיין פאפיר און דייעגראם צו די בערקלי (Berkeley) אוניווערזיטעט אין קאליפארניע.

בערקלי אוניווערזיטעט האט געהאט איינע פון די גאר פארגעשריטענע און קאסטבארע לאבאראטאריעס וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט געשטיצט צוליב וואס זיי האבן צומאל געארבעט אויף געוויסע טעכנאלאגיע וואס האט באשטייערט צום אמעריקאנעם פארטיידיגונג און באשיצונג.

לכבוד דעם האט קריסטאופיילאס און רוב וועלטליכע וויסנשאפטלער געשיקט קאפיעס פון זייערע פאטענטן קיין בערקלי, און בערקלי איז פארפלייצט געווארן מיט בריװן אין די פאסט פון אלע סארט ערפינדונגען; אויסנאמע געדאנקען און שגיונות געמישט.

אין די זעלבע צייט האבן צוויי אנדערע וויסנשאפטלער אנטדעקט א מעטאד צו סטאביליזירן דעם עקסעלערעטאר, און די וועלט איז דאן געווען פארנומען מיט דעם, דעריבער איז קריסטאופיילאס'ס בריוו נישט אנגעקוקט געווארן.

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די אפטייטש פון די ווארט עקסעלערעט (Accelerate) איז 'פארשנעלערן'. אן עקסעלערעטאר פרובירט אפצוטיילן עלעקטראנען פונעם אטאם אין פארשנעלערן זייער געלויף ווען זיי קראכן אריין איינס אין די צווייטע.

די גרעסטע פראבלעם מיט פארטיקל עקסעלערעטאר איז דאן געווען קאנטראל, און מ'האט פארדעם געניצט מאגנאטן צו צילן מאגנאטישע קראפט אויף די עלעקטראנען, דאס האט געזאלט קאנטראלירן די עלעקטראנען זיך ווייטער צו פארשנעלערן און ארומלויפן אין א צירקל.

די פראבלעם איז, די קראפט פונעם מאגנאט אנטקעגן די קראפט פונעם באשטאנדטייל 'עלעקטאראן'. די מאגנאטישע קראפט פרובירט עס צו קאנטראלירן, אבער דער עלעקטראן פרובירט צו אנטלויפן פונעם מאגנאטישן יאך און פארשטייטערן זיין געלויף. מעגליך אז ער פרובירט זיך פשוט צו כאפן דאס אטעם ווי א פארסאפעטער אטלעט.

די סארט ויתרוצצו קומט פאר אינעם מאשין.

לאמיר אריינגיין אביסעלע טיפער. די דעמאלטסדיגע עקסעלערעטארס זענען געווען רינגליך, דאס הייסט, אין פארעם פון א צילינדער. אויף די פארטיקלען אינעווייניג, האט מען געצילט מיט די מאגנאטן פון די פלאכע זייטן און פרובירט צו האלטן די עלעקטראנען גענוי אין צענטער אין א צירקלירנדע געלויף.

אבער די עלעקטראנען זענען אנטלאפן צו די זייטן, דאס הייסט, צו די רינדעכיגע ווענט. (איר פרובירט אמאל אפיר צונעמען א קניידל מיט'ן לעפל, פשוט אפצושניידן א שטיקל, אבער די קניידל לאזט זיך נישט און אנטלויפט צו די זייטן פונעם זופ טעלער, ביז איר טראכט שוין, אז מעגליך ברויך מען איינפירן צו עסן זופ מיט א גאפל אויך…)

איז קיינעם בייגעפאלן צו צולייגן מאגנאטן פון די רינדעכיגע זייטן אויך צו שטופן אלע עלעקטראנען צום צענטער? אוודאי יא, אבער עס איז נישט מעגליך דאס צו דערגרייכן לויט די כללים פון פיזיקס (איך הייב הענט, איך ווייס נישט פארוואס).

די איינציגסטע זאך וואס די אמעריקאנער חברה האבן געקענט טראכטן פון, איז צולייגן מער מאגנאטן און פון בעסערע מאטריאל. און אזוי האט מען אנגעלייגט מאגנאטן אויף מאגנאטן מיט מאטריאל איינס טייערער פון דעם פריערדיגן, ביז עס שוין געווארן צו קאסטבאר אפילו פאר די אמעריקאנע טיפע קעשענעס.

עס האט זיך פשוט נישט געלוינט, די פארגלייך צווישן די גרויסע צאל מאגנאטן און די קליינע צאל עלעקטראנען איז געווען דראסטיש.

קריסטאופיילאס האט געליינט דערוועגן אין די אמעריקאנע זשורנאלן, און ער איז אויפגעקומען מיט אן אומוועג צו לייזן דעם פראבלעם. א וויסנשאפטליכע דורכברוך!

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אין 1949 (תש"ט) איז קריסטאופיילאס אויפגעקומען מיט זיין דורכברוך, ער האט אריינגעגעבן א פאטענט צו די גריכישע און אמעריקאנע רעגירונגען, און ווידער געשיקט א קאפיע צו בערקלי אוניווערזיטעט.

אין זיין פאטענט אפליקאציע איז ער מסביר די ערפינדונג.

קודם דערקלערט ער אז איין מאגנאט צו קאנטראלירן די עלעקטראנען איז איידיעליסטיש, אבער פאקטיש אומ-מעגליך. ער שלאגט פאר צו ניצן מאגנאטן פון אלע פיר זייטן, פון די רינדעכיגע און די פלאכע (דאס האט מען שפעטער גערופן קוואַדרופל לענס - Quadruple Lens).

א מינוטקעלע, פאר איר שרייט "אבער אויבן האט מען דערקלערט אז דאס איז נישט מעגליך", לאמיר הערן וואס ער זאגט.

ער זאגט אז מ'ברויך נישט ניצן אלע פיר מאגנאטן ביינאזאם (וואס דאס איז אומ-מעגליך), נאר טוישן פון די פון די פלאכע זייטן צו די רינדעכיגע זייטן אהין און צוריק, כסדר אנטזעצן.

שטופן די עלעקטראנען פון די פלאכע זייטן צום צענטער, איינמאל זיי הייבן אן אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן זאל מען גענצליך נאכלאזן די מאגנאטישע קראפט פון די פלאכע זייטן און אנצינדן די מאגנאטן פון די רינדעכיגע זייטן, צוריק צו שטופן די עלעקטראנען צום צענטער.

איי וועט איר פרעגן, מ'גייט שפילן קאץ און מויז? שטופן פון די פלאכע זייטן, דערנאך פון די רינדעכיגע זייטן און די עלעקטראנען וועלן כסדר אנטלויפן פון צענטער, איידער צו די פלאכע זייטן אדער צו די רינדעכיגע.

איז ער מסביר מאטעמאטיש אז די גרעסטע ווידערשטאנד פון די עלעקטראנען אנטקעגן די מאגנאטן קומט פאר ווען זיי אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן, אין קעגנזאץ ווען זיי אנטלויפן צו די פלאכע זייטן.

אלזא, שלאגט ער פאר אז מ'זאל אוועקשטעלן שטארקע מאגנאטן אויף די רינדעכיגע זייטן און שוואכערע מאגנאטן אויף די פלאכע זייטן.

לויט זיין חשבון וועלן די עלעקטראנען אייביג בלייבן אינדערמיט. ווען די עלעקטראנען שפירן שוואכערע מאגנאטישע קראפט פון די פלאכע זייטן וועלן זיי אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן, אבער די שטערקערע מאגנעטישע קראפט פון די רינדעכיגע זייטן וועט זיי תיקף איבערקומען און צוריק שטופן אינדערמיט.

ווען זיי אנטלויפן צו די פלאכע זייטן איז זייער ווידערשפעניגונג נישט אזוי שטארק, און די שוואכערע מאגנאטן וועלן זיי תיקף איבערקומען און צוריק שטופן אינדערמיט.

לויט זיין ערקלערונג וועט א געוויסע געזעץ פון פיזיקס אייביג האלטן די עלעקטראנען אין צענטער, ווילאנג מ'ניצט זיין מעטאד.

קריסטאופיילאס האט גערופן זיין נייע מעטאד 'סטראָנג פאוקאָסינג (Strong Focusing)' - די לויזע איבערטייטש 'שטארק צילן'.

(אנטשולדיגט פאר'ן נישט אריינגיין אין די מאטעמאטיק, אבער מאטעמאטיק האט א מנהג מיר צו גיבן שטארקע קאפוויי, איך האב קיין אהנונג וואס מר. מאטעמאטיק האט קעגן מיר..)

***
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די וויסנשאפטלער אין בערקלי האבן ערהאלטן קריסטאופיילאס'ס קאפיע פונעם פאטענט אין 1950 (תש"י), די ארטיגע אונטער-חכמים האבן אים צוריק געשיקט א בריוו זאגנדיג אז זיי פארשטייען נישט די מאטעמאטיק ווייל עס איז נישט געשריבן אינעם אמעריקאנעם פארמאט. זיי האבן אים מייעץ געווען צו ליינען א געוויסע בוך איבער אמעריקאנע מאטעמאטיק און ווידער שיקן זיין דאקומענט, דאס מאל מיט'ן אמעריקאנעם אויסשטעל.

די בערקלי וויסנשאפטלער האבן געמיינט אז זיי האבן צוטאן מיט א צודראדעלטע פארשוין (אזוי האבן זיי זיך שפעטער אויסגעדריקט), און געוויס האבן זיי געטראכט אז דער וועט נישט פארשטיין דעם בוך און זיך אפלאזן פונעם גאנצן געשעפט.

אבער מר. קריסטאופיילאס איז געווען דער סארט מענטש וואס נעמט (קאנסטראקטיווע) קריטיק ערענסט, ער איז אריבער צום אויבנדערמאנטן אמעריקאנעם ביבליאטעק און דורך געבלעטערט די מאטעמאטישע ביכל און איין שאס.

ער האט זיך ווידער געזעצט שרייבן זיין פאטענט, דאס מאל מיט די גענויע פארלאנגן פון די אמעריקאנע פארמאט ריכטער.. און ער האט געהאפט צו זעטיגן זייערע קאפריזן.

די בערקלי וויסנשאפטלער האבן ערהאלטן די צווייטע ווערסיע פון זיין פאטענט אין 1950, ווידעראמאל האבן זיי דאס ארומגעשיקט פון איין וויסנשאפטלער צום צווייטן, אבער קיינער האט פארשטאנען דעם אויסטערלישן דורכברוך אדער האבן זיי נישט געכאפט די חשיבות דערפון, און פשוט פארשטעקט אין זייערע ארכיוון (אזוי האבן זיי זיך שפעטער אויסגעדריקט).

אזוי ווי די שפריכווארט גייט "א חכם באוויינט מען נאכ'ן פטירה, אבער א נער באוויינט מען א גאנץ לעבן", די נאראנים האט מען געקענט באוויינען כאטשיג צוויי יאר.

קריסטאופיילאס האט אומגעדולדיג געווארט א גוטע דריי יאר, אין קול ואין עונה. אין יאר 1953 האט ער מחליט געווען אז די בריוועריי איבער די אטלאנטיק ארבעט נישט פאר אים, און ער ברויך כאפן א שמועס מיט זיי פנים אל פנים.

דא איז אים צוניץ געקומען א זאך וואס ער האט אפגעהיטן אלע יארן און אנגעהאלטן מיט ביידע הענט אפילו דורכאויס די דייטשע אקופאציע, אמעריקאנע בירגערשאפט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וואס דא גייט נישט פאר

געבסט מיר אבאנדזש זאכן צו ליינען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

***

עד כאן אומרים....

האקט אוועק, ליבע אידן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן: וואס דא גייט נישט פאר

געבסט מיר אבאנדזש זאכן צו ליינען

מ'האט מיר געבעטן צו נעמען איין טייל און עס ארויפלייגן אין באזונדערע תגובות.

האסט אבער כמעט אריינגעהאקט, נארמי.

אגב, וואזשע טוט זיך מיט דיין אמעריקאנער מיליטער? מ'ווארט מיר.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן: וואס דא גייט נישט פאר

געבסט מיר אבאנדזש זאכן צו ליינען

מ'האט מיר געבעטן צו נעמען איין טייל און עס ארויפלייגן אין באזונדערע תגובות.

האסט אבער כמעט אריינגעהאקט, נארמי.

אגב, וואזשע טוט זיך מיט דיין אמעריקאנער מיליטער? מ'ווארט מיר.

נאכאמזל

כהאב נישט געהאט קיין צייט לעצטענס זיך צוזאמקלויבן דאס מח צוליב גוטע סיבות

סאיז רעדי כדארף עס נאר אפקלאפן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן: וואס דא גייט נישט פאר

געבסט מיר אבאנדזש זאכן צו ליינען

מ'האט מיר געבעטן צו נעמען איין טייל און עס ארויפלייגן אין באזונדערע תגובות.

האסט אבער כמעט אריינגעהאקט, נארמי.

אגב, וואזשע טוט זיך מיט דיין אמעריקאנער מיליטער? מ'ווארט מיר.

נאכאמזל

כהאב נישט געהאט קיין צייט לעצטענס זיך צוזאמקלויבן דאס מח צוליב גוטע סיבות

סאיז רעדי כדארף עס נאר אפקלאפן

איך פארשטיי דיר זייער גוט, מיר קוקן פאראויס דערויף.
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

wow
טענקס פארן גיין ווייטער , איך ווארט שוין א גאנצע וואך

גיימער זיך זעצן ליינען

ענדערש לייג אלעס אין איין תגובה
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”