לפי עניות דעתי האט געשריבן:דו ביסט עס געווען??? כהאב מיר געווינדערט ווער דער רויטער אינגערמאן איז.....מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי חלק כ'
אין קורצן פון פריער:כ'הער ווי ער שרייט אריין דארטן, אונז זענען יעצט ביים הייליגן צאנזער רב וואס איז אוועק 600 יאר צוריק.. כ'געב אים אזא זאג אונטער, העי ער איז אוועק נישט מער ווי אזא 130 יאר צוריק.. דרייט ער אויס די קעמערא צו מיין זייט, דא שטייט א איד און זאגט אז ער איז אוועק 130 יאר צוריק.. שוין האמיר געהאט די זכי'ה צו רעדן אויף זיין היימישע פריוואטע קול מבשר...
מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
- א נייניקל
- שר האלף
- תגובות: 1998
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
העי העי העי... מאניש איז בעק, שטייצעך מיט סוחי, און מיט א שמייכל פאר מיר (איינס??? מערערע שמייכלען)
אויך באמערקט, און ס'האט געגעבן א קיצל...eller האט געשריבן:WOW אזא סורפרייז..
איין זאך אבער ס'זייער שרעקעדיג ס'פעלט די פארזעצונג אי"ה.....
- גליל העליון
- שר חמישים
- תגובות: 58
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
קומט נאך א פארזעצונג?
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 25192
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
אוודאי מיטן השי''ת הילף....גליל העליון האט געשריבן:קומט נאך א פארזעצונג?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
טאטע זיסע
צו פארשאפן די ווערטער האט מען טאקע געדארפט ווארטן
לוקינג פארווארד

אז כקען העלפן פארוואס נישט...
- רייכער איד
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 331
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
Wow is an understatement
ש'כח מאניש
ש'כח מאניש
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 25192
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
- מאנסי געבוירענער
- שר האלף
- תגובות: 1636
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
- לאקאציע:ספרינג וואלי יצ"ו
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
???????
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם
!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 25192
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
הגיע זמן של קריאת שמע..... מען דארף שוין אויפשטיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4970
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע:דא
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
ווילאנג ער שרייבט ביי דער מלחמה אשכולות...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
דער מאניש האט א כח צו מאכן מיינע לעפצן זיך ווארפן ווי א קאצקע גאלארעטע פאר די פיינעל גליטש.
איך גיי טענדשערינס פאר דיזע שפראך זיינע
איך גיי טענדשערינס פאר דיזע שפראך זיינע
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5413
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע:אין מיין גוף
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
מיין רייזע מיט סוחי - חלק כא
אין קורצן פון פריער: סיז שוין צו לאנג, כ'קען עס שוין נישט קערצער מאכן..
מיר זענען אויפן באס, אויפן וועג גיימיר דאווענען שחרית.. דערוילעם גרייט צו די טלית ותפילין, מ'גיימער פאר א שחרית.. יע, שוין אמאל געזעהן סוחי'ן מאכן א להתעטף אין סמעדרעש? פיינע חיות דעס, ס'הערשט אזא שותפות מיט זיינע שכנים בשעת די עטיפה.. ער נעמט אריין זיינע ארומיגע אויך.. ס'עפעס זיי ארויסלאזן?! נאדיר א קה אכסוף. מיט ביידע עקן אין זיינע צוויי הענט גייט מכות אויף ביידע זייטן, און מ'זאגט אינטערן טלית ס'גוט פאר מיר איז גוט פאר דיר.. (עפעס אזא נוסח גלייב איך, וואס דען קען ער זאגן דארטן?..) און והנה, ער איז צוריק דא.. זאג האלטס מ'וועט נאך מאכן סוף זמן תפילה פרעגט ער? כאילו ער געבט א גאנצע קוואדער פאר זמן תפילה.. אינדערהיים איז ניטאמאל חצות אויף זיין זמן צעטיל.. ער מיט זמן תפילה זענען שוין בלוט שונאים פון אלץ קינד.. איי וואס איז די היסוררות יעצט? פשוט זיינע פוילישע נאכפאלגער אויף וואטצעפפ שלאפן נאך, ֶס'איז דאך גערוקט די זייגער מיט אזא 6 שעה.. נו וויאזוי פארברענט מען די צייט דעמאלטס? לאמיר רעדן אביסל וועגן זמן תפילה..האסט עפעס א תורה אויף מה טובו?
וויאזוי עס זעהט אויס צו דאווענען שחרית אויף א באס, איז ניטאמאל שייך צו מסביר'ן.. דאס דארף מען אליינס מיטלעבן.. אויב האט איר נאכנישט געדאווענט אמאל שחרית אויף א באס, דאן האט איר נאך קיין זעץ אין די ציין קיינמאל נישט געכאפט.. און זיכער נישט מיטן פויסט.. די אנטשולדיגונג איז נאך אין געוויסן זין ערגער ווי די זעץ, אה האסט געכאפט א זעץ? נע, בכלל נישט! סארא פראגע דעס.. דו זעהסט נישט ס'בלוט מיינע ציין? וואס איז די תם'עוואטע? זאג אפ דיין יהי רצון וואס דו ווילסט מיר זאגן, און גיי ווייטער.. דו פלאנסט במילא נישט מיר צו געבן מער ווי א קרעכטץ ארומגעבינדן מיט א שיינעם טענק יו קארד.. איז זאג דיין מחילה תפילה, און לאז געמאכט.. אבער ניין, ער וויל מאכן מיט מיר אן אינטערוויא יעצט.. ס'טוט דיר וויי? א מין ראגעלע דאס, זאג ווילסט באמת וויסן? נאדיר דיין פנים, און כ'וועל דיר ווייזן אויב ס'טוט וויי.. כ'האב באמת נישט געוואלט.. ווייסט, כ'האב געזעהן אין אור החיים הק' א מורא'דיגע זאך.. יעצט גייט ער מיר מחזק זיין, כאפסט? ער טוט אין קירוב יעצט.. אפשר געב איך דיר צוריק איינס אינעם שיניים אז דו זאלסט מיר געדענקן יעדן שאבעס ביים עסן די קניידלעך, און כ'וועל דיר שיקן אן אור החיים הק' פריי פון אפצאל זאלסט דיך קענען מחזק זיין דערמיט? שיגענער דער..
אקעי מיר זוכן א בעל תפילה, נו אפשר וויל איינער צוגיין? סוחי איז נישט אוועלעבל.. איינער איז דא זיך צו מנדב זיין פאר א האלבע שעה? קיינער? אקעי, כ'וועל צוליב טוהן, און נעמען ס'ברעטל.. לעבן מיר דאווענט ר' זאנוויל די ארגענעזירער פון די נסיעה, אזא יובל הששים איד.. מאכט שוין יארן נסיעות על מנת.. שטייצעך לקבל.. אן איידעלע איד גראדע, ווייסט ניטאמאל וויאזוי מ'רעגט זיך, באמת א מוסטער פאר כלל ישראל.. איז כ'האלט אינמיטן שטילע שמונה עשרה, און כ'הער סוחי געבט אזא קלאפ אין רוקן פאר ר' זאנוויל, זעהט אויס ער איז זיין עידזש.. אה סוחי איז נאר 20? נישט קשה, סוחי איז גוט מיט יעדן.. הקיצור הער איך ווי דער צדיק'ל זאגט פאר ר' זאנוויל'ן, ברודער'ל די שאבעס איז ערלעדיגט, דארפסט נישט זארגן פאר א בעל תפילה, איך קען נעמען אלע תפילות, און ס'וועט זיין א שיינע שאבעס מערצעשעם.. הערסט?! איך קען דאווענען, כ'האב א שטימע, מענטשן גייען פלוימען פאר מיין נוסח.. וועסט זעהן, ס'וועט זיך דיר אויסצאלן די גאנצע נסיעה.. (כאילו ער האט אים נאכנישט אויסגעצאלט די נסיעה ביז אהער..) ס'וועט אלס זיין בסדר, נא זעץ אריין א פינעווער..
סארא איגערקע דאס, זאג קענסט דאווענען? נאדיר ס'ברעטל! פארוואס האסטו געקעקעטס פריער ווען מ'האט געזוכט א בעל תפילה? קום לאמיר הערן דיין ברוך שאמר ביים ברעטל.. לייג איין א ויברך דוד, זאל יעדער זעהן וואס דו קענסט.. מ'וועט דיר לאזן זינגען דעם שטיקל וואס האסט געוואלט זינגען ביי שוכן עד.. דיין שאבעסדיגע נוסח גייט מיר גאנץ ווייניג אן צו הערן, קענסט לאזן די פלוימען גיין ביי די נעקסטע נסיעה, אדער פאר דיינע נאכפאלגער אינדערהיים.. דיין וואכעדיגע נוסח וויל איך הערן.. און דיין ממקומך קענסטו זינגען ביי נקדישך יעצט, און לאז מיר שלאפן שאבעס.. איך וועל זינגען שאבעס מיין אייגענע ממקומך אונטער'ן כוש און דאכענע.. (צוויי אלטע ידידים מיינע..) נו, קום אהער דו חזן, הייב אן שמונה עשרה.. לויף מיר נישט אוועק יעצט, קום אהער דו צוויקל זאפט, נעם איבער ס'ברעטל.. קענסט עס האבן א גאנצע וואך פאר אלע דריי תפילות.. שאבעס לאז איבער פאר איינער וואס קען נישט דאווענען.. א מין עזות נצח דער.. שאבעס וויל ער דאווענען, און נישט איין תפילה, נאר אלע דריי.. פשוט א לב טוב..

אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
(ס'איז גענוג?!?!)
ענדליך הערט מען עפעס פון אים, מיט די פלוימען זאפט פון די רוסקריינע אשכול.

ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
יויש מאניש האסט א מצוה!!!!!!!
- ענדשוי
- שר האלף
- תגובות: 1001
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
- לאקאציע:אינעם מיסט קאסטן
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
גוט איז גוט!! קום אריין אפטער!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.
[email protected]
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 25192
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
וואס??
איך זעה עכט....
מאניש האט זיך אויפגעוועקט... ברוך מחי' מתים
פיין איך גיי פלוימען פאר דיינע ארטיקלען... פשיהא חחחחח
איך זעה עכט....
מאניש האט זיך אויפגעוועקט... ברוך מחי' מתים
פיין איך גיי פלוימען פאר דיינע ארטיקלען... פשיהא חחחחח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- רייכער איד
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 331
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
האסט מיר דערקוויקט
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע:במקום שאין איש
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
מומחה יוחס האט געשריבן:מאניש האט זיך אויפגעוועקט... ברוך מחי' מתים
פיין איך גיי פלוימען פאר דיינע ארטיקלען... פשיהא חחחחח
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1745
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע:בני ברק
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
אויפגעלעבט אין דעם וועטער
ביזט א גרויסע שכוח
ביזט א גרויסע שכוח
- איטשע חסיד
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
פארזעצונג?
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6327
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
דער בחור האט זיך אויפגעוועקט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- דבר החרדים מירושלים
- שר האלף
- תגובות: 1554
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
האב איך שוין וואס צו ליינען פאר מיין מארגנדיגן פלייט,
מאניש?! כ'ווארן דיך אויב מ'ווארפט מיר אראפ פון פליגער צוליב לאכן-אטאקעס...
מאניש?! כ'ווארן דיך אויב מ'ווארפט מיר אראפ פון פליגער צוליב לאכן-אטאקעס...
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא
Pdf please
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.
קרעדיט
@וועלטס מבין
קרעדיט
@וועלטס מבין