מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »


ש'כויח!
מאניש איז דא!!!!!
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

האסטעך אײנגעהאנדלט נײע כאװײרים ראגעלע....אוגערקע....צװיקל זאפט...
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נו ווען קומט המשך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ווען טאקע? און ווי טרעף איך א PDF ביז איצטער?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

עטס זענט נאך אלץ אין אוקריינע?

אויב יא וואס גייט פאר אויפן פראנט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מען דארף שוין מאכן א מאסן פעטעציע צו צוריק ברענגן דער פארלוירענע נשמות.....

לאזט אונז נישט הענגן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מיין רייזע מיט סוחי - חלק כ''ב

גארליץ

עס איז דאנערשטאג פארמיטאג, מיר זענען אנגעקומען קיין גארליץ, סוחי סטראשעט אז אויב ר' ברוכ'ל גארליצער האט נישט געמאכט עפעס א קומזיץ לידל גייט ער נישט אראפ פון באס.. איז נישט, בלייב דארטן.. ער ווערט גוט מיט'ן דרייווער, איי יענער קען דאך נאר פויליש, ס'חילוק.. זאל ער זיך מוטשען, דער דרייווער ווייזט מיט די הענט און סוחי ווייזט מיט די פיס, אזא היימישע שאוי ענד טעל.. שוין אמאל געזעהן א פוילישע סדר נאכט מיט די ד' בנים? זיי מאכן יעצט לכאורה אזא פארשטעלונג..

מיר קומען צוריק ארויף אויפן באס, מ'טיילט לחיים, דערוילעם איז הויעך.. סוחי טענה'ט אז ער מיינט אז די דרייווער שטאמט פון אידן, ער גייט אים באלד אנטוהן תפילין.. פון ווי ער ווייסט? ווייל די דרייווער האט אים פארציילט אז זיין זיידע פלעגט גיין מיט הויזן טראגער.. סוחי'ס זיידע פלעגט אויך גיין, מן הסתם זענען זיי נאנטע קרובים.. סארא פאטעיטע קוגל דאס..

מיר גייען קיין לאנצוט, אויפן וועג האט עפעס א סוחי באשלאסן צו נעמען די מייק און אנווארעמען דעם ציבור.. ער איז יעצט גאר ווארעם פאר די זאך, במילא ברויך ער מיר יעצט דרייען דעם קאפ.. ער פארציילט ווינדערליכע מעשיות פון די אידישע ליכט, ווארט ביי ווארט פון אינעוונדיג ער זאל נישט מאכן קיין גרייזן.. כא'מזל אונז האב מיר אים אויף די נסיעה, אזוי שלאפט יעצט זיין רביצין אסאך בעסער.. לכאורה האט זי אויסגעצאלט די טיקעט פאר אים, ווייל איך קען אים נישט זעהן ארבייטן, ס'איז פניו מעידות אז ער איז פון די עשרה בטלנין.. ס'קען שטארק מעגליך זיין אז די שמש אין זיין סמעדרעש האט זיך אויך שיין משתתף געווען פאר די הוצאות, אך די אנטוישונג וואס זיי גייען האבן ווען זיי גייען זעהן ער איז צוריקגעקומען.. ער איז פון די אידן וואס זוכן א זעקסטער צו מנין שחרית צוויי מינוט פאר חצות.. ער מאכט הפגנות אונטער די וואסער אין מקוה ארום צוועלף אזייגער כאילו ס'איז יעצט פארטאגס.. ער פירט א שווערע מערכה קעגן די מקוה וואסער בשעת ער מאכט די טבילה.. ס'איז א פיזישע מלחמה ווי ער שטייט בראש, און פירט די קריג ווי א קוואליפיצירטע גענעראל אין .... משוגעים הויז.. ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטוישט זיין וואלענע ציצית, ער האט עס בירושה פון זיין עלטער זיידע.. הקיצור אזא שליו ודגים איד..

אה די שכויעך פונעם ציבור ווען ער האט גענדיגט רעדן. ס'האט זיכער געשפאלטן הימל'ן.. די זכות וועט אים זיכער ביישטיין. נישט פארן רעדן אויפן מייק, נאר פארן אויפגעבן די מייק נאך פאר מ'פירט אונז אריין פאר מח באהאנדלונגען.. מיינט נישט ער האט דאס געטוהן מרצונו הטוב, נאר וואס זאל מען טוהן אז מ'איז אנגעקומען צום בית החיים ווען ער האט פונקט געהאלטן אינמיטן א מעשה פון די באלייכטונגען?!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חחחחחחחחח מאניש צוריק געקומען מיטן גאנצן קראפט........

יישר כח

זיי ממשיך נאך היינט נאך אביסל......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

האט מען רעקארדעט אלע מעשיות וואס סוחי האט פארציילט פין דער אידישע ליכט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

וועלקאם בעק, מיר האבן זיך געבענקט
שקויעך
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »



שוילאנגיש געלאכט אזא גוטס....
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

ס'בויך טוהט מיר וויי פין לאכן

קיט איט אפ!
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »


אויייייייייייייי געוואלד......
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

האמיר צוריק סוחי

לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

איז דא אלעס ביז אהער אויף PDF?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

רייכער איד האט געשריבן:
וועלקאם בעק, מיר האבן זיך געבענקט
שקויעך
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

שמחהלע האט געשריבן:
איז דא אלעס ביז אהער אויף PDF?
בעט הרב
דרייטצעך האט געשריבן:
.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

@מאניש בנבנשתי @סוחי הויזנטראגער

שוין צייט צו ממשיך זיין......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר ווארטן אויף המשך שוין זייער א לאנגע צייט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א בחורמאן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 9:37 am
לאקאציע:ביי מיר אין וויקל

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א בחורמאן »

אפשר קען עס איינער פי די עפפן !
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

@מאניש בנבנשתי דער עולם איז דארשטיג...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א בחורמאן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 9:37 am
לאקאציע:ביי מיר אין וויקל

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א בחורמאן »

סוחי איז הנגעריק
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מיין רייזע מיט סוחי - חלק כ''ג


לאנצוט

מיר זענען אנגעקומען אין לאנצוט אזוי ווען די זון האט שוין געקעקעצט, ס'גאנצע ליכטיגקייט האטצעך שוין כמעט אויסגענוצט.. די בעטערי סימבאל האט שוין אנגעהויבן בלינקן אז מ'דארף עס טשארדשן.. און דארטן אויף דער גאס ווארט אונז אפ אן אלטער פאלאק וואס האט נאך געדענקט די עלטער עלטער זיידע פון די קי-ה וואס כ'האב געזעהן עטליכע גאסן ארויפציהר.. מיר קומען אראפ פון די באס, און איצטערט איז צייט אויף זיין זייט.. ער מאכט יעדן פיס טריט מיט אן עקסטערע אפקומעניש.. זאג פון די אלע פינעווער'ס וואס דו בא'גנב'עסט פונעם ציבור אויף א טעגליכע פארנעם, האסטו דיך נאכנישט געקענט איינהאנדלן א גראסערי וואגאן מיט וואס מ'זאל דיר קענען שטופן?

ענדליך ער קומט אן צום גדר, האלטענדיג אין די הענט די דמא בן נתינה שליסל, יע די מאדנע לאנגע שרעקעדיגע שליסל וואס מ'האט גענוצט איינצושפארן מאשקע אינעם תפיסה ביי די אלע בלויע מאנסע ביכלעך.. און יע, די זעלבע שליסל וואס האט געברענגט אזויפיל טראמא אויף טויזענטער אומשולדיגע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך איינגעקוקט אינעם בילד נישט וועלענדיג פארפאסן אפילו איין קליינע לעכל פונעם שליסל, דאס נוצט ער צו אויפמאכן דעם גרויסן הויכע'ן אייזערנעם פעסטונג.. מיט ציטערדיגע הענט, גליטשט ער אריין צוביסעלעך דעם שליסל.. ס'גייט אריין? נאך אביסל.. אה נאך אביסל.. געב אים נאך א שטופ, נו העלף אים צו דארטן, כ'קען נישט צוקוקן ווי ער מוטשעט זיך אזוי.. דער קוקט אזוי אריין אינעם שלאס בשעת מאנסע ווי א צאן דאקטאר ביים מאכן א ראט קאנאל.. וואס זוכסטו דארטן דו שיגענער? ענדליך! דאס גאנצע שליסל איז שוין אינעווענדיג.. און יעצט הייבט ער אן עס צו דרייען, קוק ווי זיין קאפ דרייעט זיך מיט.. חחח, געהעריג ער איז אויף בלאטוט מיטן שלאס.. ער דרייט די קאפ צוזאמען מיטן שליסל דורך ווייפיי.. זאג, צווישן די אלע טויזענטער אינגע פאלאקן האט מען נישט געקענט טרעפן קיינעם וואס זאל וועלן האלטן דעם שליסל אונטערן קישן ביינאכט, נאר דעי אלטע נער? כ'מיין אין די בלויע ביכעלעך האבעך געזעהן אז די וואס האבן געהאט דעם שליסל זענען יא געווען אינגע כעוורע, הייסטעס מ'האט מיר פשוט אפ'גענערט? אזויפיל יאר געלעבט אין אזא גראבן אמעראצעס? הייבט זיך נישט אן, נאר משבעים ומעלה מעג האלטן דעם שליסל.. די פוילישע אלטע סוחי'ס… סע'נייעס..

פיינעלי די שלאס איז אפן.. יעצט שטעלט זיך דער פרה אדומה ביים טיר, און גייט האלטן א ליל שישי שמועס.. האסט געדולד? עריז מסביר אז יעדער וואס וויל אריין, מוז אים געבן א פינעווער צו שטיצן דעם כלב מיט די רביצין זיינע וואס ער האט פארהייראט.. און ס'גאנצע משפחת הכלבים.. א ברירה האט מען.. מ'שטופט אריין דאס גניבה, און מ'מאכט דעם וועג ארויף צום הייליגן ראפשיצער..

דאס נאכט איז שוין צוגעפאלן, מ'האט אונז גענומען צו א גאסט הויז אין לאנצוט.. מיר גייען זיך אויסרוהן לכבוד שבת.. א פרעכטיגע האטעל וואס מיינע אור-עלטערן האבן גענוצט פאר 500 יאר צוריק, ווען זיי האבן געוואלט זעהן היסטארישע גאסט הייזער אין שטאט.. די ריח ניחוח האט אזוינס געגראכט, אזש מ'וואלט געקענט אויפשטאפן דערמיט יעדע'ס איינציגע פארשטאפטע דזשאן טו גאוי איבער די וועלט, און נאכאלץ איבערבלייבן מיט גענוג גראך צו נוצן פאר יאאאאאארן שפעטער.. נע נישט א פינעף שטערענדיגע האטעל, אסאאאאאאך מער.. כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיל שטערנס, אבער ווען איך בין אנגעקומען און געזעהן ווי מיר גייען זיך אויפהאלטן פאר די נאכט, האבעך געזעהן אסאאאאאאאאאך מער שטערנס..

איך גיי צו די פראנט דעסק מיט אלע מיינע געפעק, די זרש שטייט דארטן ביים טיש'ל, און פרעגט מיר אר יו טשעקינג אין? (אויף אידיש מיינטעס, בוזטו אינגאנצן משוגע?..) נאויפ, איך בין געקומען דא בלאזן שופר און לייענען די מגילה, ס'פאלט דיר ביי איך וויל איינטשעקן? סארא מאדנע קשיא דעס.. א מענטש קומט אריין מיט פילע באגאדשן שלעפנדיג רענצלעך פון אלע זייטן, המממ, בוזט געקומען צו איינטשעקן? ניין, בכלל נישט.. ס'מאכט דיר טראכטן אזוי?

הקיצור, די סוחי'טע בעהט פון מיר מיין פאספארט, כ'ווייס נאכנישט צו כ'וויל איר עס געבן.. הממממ.. יא, ניין, יא, ניין.. וואס גייט צו טוהן מיט מיין פאספארט? וויפיל פעקלעך ציגערעטלעך גייט זי גיין קויפן דערמיט היינט נאכט? אקעי, איך האב איר צוליב געטוהן.. געגעבן מיין פאספארט.. שפילט זיך ארום דארטן מיט די קאמפיוטער.. כאנישט געקוקט וועלכע געים, באט כ'בין זיכער ס'איז געווען א אינטערסאנטע געים, ווייל ביז איך האב באקומען די שליסל צו מיין שטוב, האט גענומען אזא צעהן מינוט.. אקעי, די גאלדענע מינוט איז שוין אנגעקומען, כ'באקום מיין שליסל פון די שטוב, אזא ליידיגע קרעדיט קארטל.. הממממ.. דעס איז מיין שליסל? וואס, פון די שטוב? המממממ… די שליסל וואס מ'האט גענוצט צו איינשפארן מאשקע ארבייט נישט פאר די שטיבער? נישט אין אזוינע שטיבער האט מען אים איינגעשפארט? אקעי, זאל זיין אזוי..

איך שטעל מיר ווארטן מיט מיינע געפעק ביים עלעוועיטער.. יע, כ'ווייס.. נישט יעדע גאסט הויז דא אין פוילן האט אזא לוקסוס, באט סאם האוי זעמער געווען לאקי.. ס'עלעוועיטער קומט אראפ פון די פיפטע שטאק אזוי שטייט.. שטעלצעך א מנין מעריב , האפענטליך ווען מיר וועלן ענדיגן מעריב וועט די עלעוועיטער אנקומען אינטן.. נאך לאנגע מינוט'ן ווארטן מיט א טוץ קללות באגלייט.. מאכט זיך אויף די טיר פון די עלעוועיטער, ס'מיינסטו האמער געטראפן דארטן? הא? דאכענעס, קישענעס, בענקלעך, א קאפי מאשין.. פרעג נישט, האנטוכער וכל מילי דמיטב.. ס'האט פאסירט? סוחי איז אריין אין זיין שטוב, און געזעהן אז שלאפן גייט ער סיי וויי נישט דא, האטער באשלאסן צו מאכן אביסל א קידוש האשעם דא.. ער האט אויסגעליידיגט זיין האלבע שטוב, און עס אראפגעשיקט מיט די עלעוועיטער.. יע, זאל זיין.. כא מאזעל אז זיין בעט האט נישט אריינגעפיט אין די עלעוועיטער, ווען יא קומט עס ווען אויך מיט.. זשאסט אין קעיס איינער זוכט א בעט, אדער א בענקל אדער א קישן אויף די אונטערשטע שטאק ביי די דעסק, זאלער האבן..

ווען איך בין אנגעקומען אין מיין שטוב, און זוכה געווען צו זעהן וואס טוצעך דארטן, האב איך שוין פארשטאנען פארוואס סוחי האטעס אראפגעשיקט מיטן עלעוועיטער.. ס'דא פארוואס.. זאג, איינער האט שוין אמאל פרובירט דא צו שלאפן אינמיטן ווינטער מיט א ליילעך אנשטאט א דאכענע? כ'מיין, האלאוי?! אין פוילן פארקויפט מען נישט קיין דאכענעס? נאר ליילעכער?

אזא קליינע דשאן טו גאוי אין מיין שטוב, אויב וועליך וועלן, כ'ווייס, בראשן מיינע ציין.. איי דאונט נאוי, מ'קען טוהן נאך עפעס דארטן? אויפן שפיגל ליגט אזא קליינע זיסע באווארפן פעקעלע.. ס'ליגט איין קיו טיפ.. מיט א קליינע ציין פוץ גענוג צו בראשן איין ציין, וועלעכע ציין? מאך א גורל.. נאכדעם הענגט דארטן אזוינע קליינע סדום האנטוכער.. איי רבונו.. כ'האב געקלערט פון צונייען עטליכע שטיק, און מאכן איין גרויסע האנטוך דערפון..

הקיצור, די ליל שישי האטצעך ביינונז אנגעהויבן.. שטעלן זיך מנינים סליחות אונטן אין די לאבי, און אויף די גאס, ווי נישט? איבעראל איז דא א מנין אידן וואס פראווען דעם לילה כיום יאיר.. כאנישט קיין אהנונג פארוואס מ'האט ארויסגענומען א האטעל פאר די נאכט..

עניוועי, דאס איז געווען אונזער ליל שישי.. און צופרי זעמער געווען פון די עשרה ראשונים ארויפצוגיין אויפן באס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24940
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו איך בין שאקט..... @מאניש בנבנשתי האט ממשיך געוועהן

גייען מיר יעצט ליינען...... דער עולם ארום מיר זאל זיך אכטונג געבן איך גיי לכאורה זיך שאקעלען...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Welcome back
🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”