ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

אסאך מאל שרייבט מען ענגלישע ווערטער וואס זעהן אויס ווי לשון הקודש/העבראיש ווארט, געבט'ס עצה ווי אזוי ספעלט מען דאס זאל נישט ארויס גיין א טעות.
כ'וועל געבן א דוגמא.
כספת -safe, און אויף אידיש- סעיף, וואס אויף לשוה"ק איז סעיף אין משנ"ב, וואס איז בעסער צושרייבן?
איינער האט נאך דוגמאות?
מקען אויך אריין שרייבן נישט ריכטיגע ספעלינג'ס, למשל ווי אזוי שרייבט מען 'רצפה' floor? כ'האב אמאל געזעהן אין א ביך די ווארט 'פאלעהר', ריכטיג? ניין? איז וויאזוי יא?
ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

מאנכע לייגן צוויי שטרעכלעך (ווי אין ר"ת) ביים שרייבן א ענגלישע ווארט,
דאס איז אבער נאר פראקטיש ביי א נישט שטארק באנוצטע ענגלישע ווארט אין אידיש
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

Rak Tov האט געשריבן: מאנכע לייגן צוויי שטרעכלעך (ווי אין ר"ת) ביים שרייבן א ענגלישע ווארט,
דאס איז אבער נאר פראקטיש ביי א נישט שטארק באנוצטע ענגלישע ווארט אין אידיש

די באנוץ פון צוויי שטראכן איז געווען צו אונטערשטרייכן א ווארט.

היינט נוצט מען דאס דורך די "גענזן פיסלעך", ביים אנהייב און די ענדע ווארט.
און דאס קען מען אויך טאן ביי ארייינלייגן אן 'ענגליש' ווארט אינערהאלב א אידישער ארטיקל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווען יו רייט ענגליש ווערדס אין יודיש
Ven di shraibst yiddishe verter of english
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

ביי די טעלעגראף'ס צייטן האט מען אזוי געטוהן...
ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פלאהר וואלט איך געזאגט איז אן עמטליך אידישע ווארט היינט צוטאגס, חוץ אויב מ'נוצט דעם פוילישן 'פּאדלאָגע'. אין דייטש איז עס umhauen לויט פראפעסאר גוגל. איך האב קיינמאל געהערט אדער געזען איינעם דאס נוצן, איך פארשטיי ניטאמאל ווי אזוי מ'זאגט דאס ארויס.

-----

'סעיף' נוץ איך געווענליך די כלל פון 'ווענדט זיך וואו די חמרא שטייט איין'.

אין דייטש זאגט גוגל 'געלט שראנק' אדער 'פאנצער שראנק'. עס הערט זיך גראדע געשמאק, אבער איך ווייס נישט אויב מען נוצט דאס.

אין פויליש, לויט גוגל, איז עס אויך 'סעיף' אדער 'קאסע' וואס מ'נוצט טאקע אין אידיש, אבער נישט געווענליך אנטשטאט 'סעיף'.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

היכי תמצא האט געשריבן: 'סעיף' נוץ איך געווענליך די כלל פון 'ווענדט זיך וואו די חמרא שטייט איין'.

אין דייטש זאגט גוגל 'געלט שראנק' אדער 'פאנצער שראנק'. עס הערט זיך גראדע געשמאק, אבער איך ווייס נישט אויב מען נוצט דאס.

אין פויליש, לויט גוגל, איז עס אויך 'סעיף' אדער 'קאסע' וואס מ'נוצט טאקע אין אידיש, אבער נישט געווענליך אנטשטאט 'סעיף'.

'סעיף' וואלט איך גערופן א פייער קאסע
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

די כללים וואס שרייבערס (בעסער געזאגט: מגיהים) נוצן געווענליך איז אזוי:
גאר באנוצטע ווערטער (פרידזשידעיר, עיר-קאנדישען, וכדו') שרייבט מען פשוט אן קיין שום צוצייכענונג אז מען רעדט פון א ווארט וואס האט זיך אריינגע'גנב'ט ביי אונז אין וועלטל.
אפט באנוצטע ווערטער (אפרישיעט"ן, דענק איך נישט יעצט נאך משלים) באנוצן זיך טייל אזוי אפרישיעט"ן, און טייל אזוי "אפרישיעטן"
זעלטן באנוצטע ווערטער (דזשאס"ט טינקינ"ג, מער באנוצט אין סלענג סטייל שרייבערייען - ווי דא אויף אייוועלט) וועט מען געווענליך אויך ארויסשרייבן די ענגלישע ווארט איינגערינגלט (just thinking)
מובן?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

יאפ יאפ!
ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ווי אזוי איז געווארען פון er אן אוי - נוא דזשויזי א.ד.ג.?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

להודות האט געשריבן:

ס'איז אומריכטיג. ס'קומט אן ע' (דזשערסי).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

גרשון האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
ס'קומט אן ע' (דזשערסי).
אוודאי. אבער פון וואנענט קומט אז מ'רעדט אזוי?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

להודות האט געשריבן:
ווי אזוי איז געווארען פון er אן אוי - נוא דזשויזי א.ד.ג.?
ס'האט צוטון מיט די אלטע ניו יארקער אקצענט וואס מ'פלעגט אין ענגליש ארויס זאגן New Jersey ניו דזשוירסי - מיין זיידע זאגט עס נאך אזוי ארויס, און להבדיל, איך האב שוין געהערט עלטערע גוים מיט דעם ניו יארקער אקצענט עס ארויס זאגן אזוי.

גאר אסאך ווערטער אינעם אלטן ניו יארקער אקצענט ווערן ארויסגעזאגט היפש אנדערש ווי היינט. געוויסע איטאליענער אין ניו יארק און אויך אין ניו דזשערסי רעדן נאך מיט אן אלטן סארט אקצענט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אינטערעסאנט, @היכי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג יולי 15, 2022 3:19 pm
להודות האט געשריבן:
ווי אזוי איז געווארען פון er אן אוי - נוא דזשויזי א.ד.ג.?
ס'איז אומריכטיג. ס'קומט אן ע' (דזשערסי).
פארוואס נישט 'וי'?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארוואס יא?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווען מען שרייבט ענגלישע ווערטער אויף אידיש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:25 pm
פארוואס יא?
פון יודל מארק:

בילד
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”