דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ער האט נעקסטע וואך חתונה אי"ה, און יעצט האט ער געטעסט פאזיטיוו און עס עפעקטירט אים זייער שווער, ער קען נישט שמעקן, פילט נישט קיין טעם אין גארנישט און איז מורא'דיג אראפגעשלעפט.

ווער ס'קען אריינקומען מיט קראנטע ערפארונג וואס צו נעמען, וויטאמין, מיניראל, וכדו', וואס "העלפט" שנעל מיט גוטע רעזולטאטן, צו שטעלן אין פלאץ דעם מענטש, ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ה' יעזור.
אני הצעיר האב זיך געשטאפט מיט אלעם אויף די שעלוו.
צו ס'האט געהאלפן? אוממעגליך צו וויסן וואס וואלט געווען אנדעם, אבער כ'האב עס געהאט היבש שווער.
אבער פרובירן קען נישט שאדן.
גיי אריין צו עני העלטה פוד סטאר, זיי וועלן דיר שוין געבן כיד ה' הטובה עליהם...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ירקרקות האט געשריבן: ה' יעזור.
אני הצעיר האב זיך געשטאפט מיט אלעם אויף די שעלוו.
צו ס'האט געהאלפן? אוממעגליך צו וויסן וואס וואלט געווען אנדעם, אבער כ'האב עס געהאט היבש שווער.
אבער פרובירן קען נישט שאדן.
גיי אריין צו עני העלטה פוד סטאר, זיי וועלן דיר שוין געבן כיד ה' הטובה עליהם...

.
והוא ישלם לאיש כמעשהו

וה’ הטוב יעזור
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ס'איז דא עפעס אן אנטי באדי טריעטמענט וואס מ'האט לעצטנס געגעבן (אין נאך שפעטער אויפגעהערט) וואס האט ארויסגעהאלפן גאר אסאך אנגעשטעקטע!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

מיר האט איינער רעקאמענדירט א ווייטעמין פון מעקסי העלטה און עס האט גוט געארבעט ביי מיר vax c max
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מיין קרובה איז געווען זייער שוואך אזש זי האט גארנישט געדענקט פון במשך די טאג און צופרי נאך די אנטיבאדי טריטמענט איז זי געווען כאחד האדם
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

זייער שווער צובאקומען, טענקס טו פרעזידענט ביידען



צ/ק

זייער שווער צו זאגן ספעסיפיקס

עס צאמנעמען אין איין ווארט: זען צופרידן צושטעלן די קערפער די בעסטע שייך

דאס רעכנט אריין נעמען שטארקע דאזעס:
ווייטעמין די
ווייטעמין סי
אסידאפעלעס
זינק
מינעראלן

און ווי אויך:
מאכן הייסע וואנעס אפאר מאל א טאג
טרינקען אסאך וואסער
פרובירן צו עסן גוט אויף ווי ווייט שייך
שלאפן אסאך
טרינקען הייסע טייס מיט לעמאן
ועוד ועוד
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

די קנאָבּל מעשה.. גאנצע קנאבל צושניטן.. קליינע שטיקלעך.. הייס וואסער, לאזן זיצן פאר 12 שעה, אפּאָר טיספּאָנס דערפון די ערשטע טאג דערנאך 1-2 די נעקסטע פּאָר טעג.. אין.. ויברך עס אנטלויפט שנעלער ווי עס איז געקומען..
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

בעסער אזוי האט געשריבן: צ/ק

זייער שווער צו זאגן ספעסיפיקס

עס צאמנעמען אין איין ווארט: זען צופרידן צושטעלן די קערפער די בעסטע שייך

דאס רעכנט אריין נעמען שטארקע דאזעס:
ווייטעמין די
ווייטעמין סי
אסידאפעלעס
זינק
מינעראלן

און ווי אויך:
מאכן הייסע וואנעס אפאר מאל א טאג
טרינקען אסאך וואסער
פרובירן צו עסן גוט אויף ווי ווייט שייך
שלאפן אסאך
טרינקען הייסע טייס מיט לעמאן
ועוד ועוד


זייער גוטע הדרכה אבער היות די וויירוס מאכט שווער אויפן מאגן איז בעסער ערשט אנצוהייבן מיט די A1 מינערעל דרינק אדער די נייע מינערל קעפסעלס און איינמאל עס ווערט בעסער איז גרינגער צי טאן אלע אויבנדערמאנטע ווייטעמינען (די מינערעל ארבעט שנעלער ווי די אויבענדערמאנטע אויף די וויירוס און נאך מער אויף די דיידשעסט סיסטעם)

אויך ארבעט גאר גוט א לעצט פרובורטע עצה וואס אסאך האבן שוין געטאן אין אנהייב קאראנע אבער שטעלט זיך יעצט ארויס שטארק סוקסעספול און גאר גרינג צו טוהן
דאס איז מאכן נעביולייזער אין מויל מיט אביסל פראקסייד און 3 מאהל אזויפיל וואסער מדארף אבער אכט געבן עס זאל נישט אנקומען צו די אויגן ווייל עס איז צי שארף מען טוט דאס פאר 15 מינוט יעדע פאר שעה און עס רייניגט אויס די נאז און די לינגען גאר שטארק
לעצט פארראכטן דורך געוואלטיג אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
School Lane
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

זאג אים ער זאל מאכען א שווייג דערפון!
יעדער האט עס, יעדער באקומט עס, די איצטיגע גייט ברוך השם דורך
השם ירחם
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

School Lane האט געשריבן: זאג אים ער זאל מאכען א שווייג דערפון!
יעדער האט עס, יעדער באקומט עס, די איצטיגע גייט ברוך השם דורך
השם ירחם

פארט בעסער גוט צי פילן ביי א חתונה וואס איז איינמאל אין לעבן ועוד נישט אנצושטעקן די גאנצע זאל וואס בתוכם קען זיין מענטשן מיט קאנדישאנס וכו'
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5721
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יוש וואס דער חתן גייט האבן דורכגעגאנגען אויב פאלגט ער אלעס פון דער אשכול.
ער וועט האבן א ווייסע בארד ביי די חתונה.

רעד דורך מיט מעדיקל עסקנים און דיין קהלה, און דער אייבעשטער זאל די צישיקן די ריכטיגע שליח
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

shimon7323 האט געשריבן: יוש וואס דער חתן גייט האבן דורכגעגאנגען אויב פאלגט ער אלעס פון דער אשכול.
ער וועט האבן א ווייסע בארד ביי די חתונה.

רעד דורך מיט מעדיקל עסקנים און דיין קהלה, און דער אייבעשטער זאל די צישיקן די ריכטיגע שליח

:lol::lol:
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

אויב קענסטו דאס באקומען מיינעך אז דאס איז די בעסטע, אבער ווי געשריבן אויבן, ס'איז היבש שווער צו באקומען יעצט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ווי שוין געשריבען אויף די חתונה וועט ער שוין נישט געדענקען, בעז"ה
עס נעמט אפאר טאג
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9023
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

האפנטליך אויב סאיז אמיקראן ווערסיע וועט עס בעז"ה נישט נעמען לאנג און ער וועט זיין בעסער ווי ביפאר



פון דער איד דעלי היינט אויב ממעג מאכן א ווערטל

.געוואלט באקומען קאוויד בעפאר דער חתונה....
אויסטראליע – א פרוי אין אויסטראליע ווערט שטארק אראפּגעריסן נאכדעם וואס זי האט דירעקט פּרובירט צו ווערן אנגעשטעקט מיט קאוויד, אז איר הייראט צערעמאניע זאל נישט דארפן ווערן אפּגעשטופּט... די פרוי האט געשריבן אנליין אז זי האט זיך דירעקט געדרייט צווישן מענטשן אנע מאסקע, און געטרונקען פון פארפּעסטיגטע גלעזלעך, האפנדיג צו באקומען קאוויד און שוין זיין ערהוילט מיט אימיוניטי גענוג טעג בעפאר דער הייראט צערעמאניע. ס'איז איר דערווייל נישט געלונגען.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ווישוואש האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

אויב קענסטו דאס באקומען מיינעך אז דאס איז די בעסטע, אבער ווי געשריבן אויבן, ס'איז היבש שווער צו באקומען יעצט.

אין קרית יואל איז עס גרינגער צי באקומען אבער מקען עס באקומען איבעראל אויב מוויל באמת
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ווישוואש האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

אויב קענסטו דאס באקומען מיינעך אז דאס איז די בעסטע, אבער ווי געשריבן אויבן, ס'איז היבש שווער צו באקומען יעצט.



יאפ, אויך דאס באקומען, און געווארן א אנדערער מענטש ב"ה
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6682
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

היסטאריקער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

אויב קענסטו דאס באקומען מיינעך אז דאס איז די בעסטע, אבער ווי געשריבן אויבן, ס'איז היבש שווער צו באקומען יעצט.



יאפ, אויך דאס באקומען, און געווארן א אנדערער מענטש ב"ה

יאפ ס׳העלפט ממש אין שעה׳ן. ס׳איז אבער גאנץ שווער צו באקומען.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

א פערעמעדיקס האט מיר געזאגט צו נעמען 100,000 ווייטעמין D פאר דריי טאג.
מען זאגט עס העלפט שטארק.

עס איז גאר א גרויסע ציפער און מען ברויך זיין געווארנט. בפרט איינער וואס האט צוטין מיט די קידני זאל נישט נעמען אזעלכע הויכע מאס ווייטעמין D.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

כ'מיין הונדערט טויזנט קען מען סיי ווי נאר באקומען מיט פרעסקריבשאן, ממילא וועט דאך דער פארשרייבער אכטונג געבן, חוץ אויב מ'נעמט גאר אסאך טאבלעטן אויפאמאל
אין עוד מלבדו
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פאר מיין ווייב וואס האט געהאט יעצט קאראנא, האט א יעניגער ג'עצה'ט צו נעמען טעגליך 40 טויזנט! ווייטעמין סי! און נאך א 20 טויזנט! ווייטעמין די.

מען האט אזוי געטוהן און נאך א וואך איז די קאראנא געווען פארביי.......
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5435
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווישוואש האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: monoclonal העלפט זייער גוט, ביז געציילטע שעות איז מען אינדרויסן דערפון. אלע דאקטורים געבן עס.

אויב קענסטו דאס באקומען מיינעך אז דאס איז די בעסטע, אבער ווי געשריבן אויבן, ס'איז היבש שווער צו באקומען יעצט.

just heard a few personal stories how people got it now and felt much much worse/ not sure why/ ask a good doctor!

plus, I know people who took antibodies 2-3 months ago (technically should be in system for 6 months according to company) and have pretty bad covid now.
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5435
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דער חתן האט באקומען קאראנא - וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן: כ'מיין הונדערט טויזנט קען מען סיי ווי נאר באקומען מיט פרעסקריבשאן, ממילא וועט דאך דער פארשרייבער אכטונג געבן, חוץ אויב מ'נעמט גאר אסאך טאבלעטן אויפאמאל

why? you can take 20 of the 5000?
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”