ספירה טעיפס
"חסידישע אוצרות"
ס'איז דא דריי דערפון, די לעצטע דריי יאר איז ארויסגעקימען יעדעס יאר א אנדערס, איך האב נאר געהערט די ערשטע צוויי, ס'איז זייער שיין, הערליך, א רייכע קווייער, און זייער פראפעסינאל,
כאבעס שוין לאנג נישט געהערט, מילא קען איך יעצט נישט זאגן קיין גרויסע הערות דעראויף, אבער אזויפיל געדענק איך אז ס'איז שיין,
"שירה" לייוו
א הערליכער טעיפ, זייער שיינע ניגונים און אויך ביליג, טאקע נישט אזוי פרעפעסינאל ווי חסידישע אוצרות, אבער זייער שיין, און נאכדערצו אויב ס'איז לייוו,(לעבעדיג)
ס'איז דא נאך זייער אסאך ספירה טעיפס, פון די לעצטע פאר יאר, ווער עס ווייסט זאל עס ביטע מעלדן, און אויב מעגליך אויך לייגן לינק'ס.
"יאקאב מסיבות"
עצה טובה קמשמה לן:
יעצט אין די ימי הספירה איז די פאסיגסטע צייט זיך איינצוהיינדלען די סידי'ס פון "יאקאב מסיבות", עס איז א סידי פאר א גאנץ יאר, און כל שכן פאר די טעג,
די מסיבות קומען פאר יערליך, חוה"מ פסח, חוה"מ סכות, חנוכה, בבית הרה"ח דוד ארי' יאקאב, ווי עס קומען זיך צוזאם די גרעסטע און שענסטע זינגער'ס, חזנים, קווייער'ס, און עס ווערן געזינגען הערליכע ניגונים, היי יאר חוה"מ פסח איז אויך אנוועזענד געווען חזן העלפגאט,
ווער עס האט ניגונים ווערט געבעטן צו לייגן לינק'ס, וויבאלד ס'איז נישטא צובאקימען אין די לאקאלע געשעפטן.
שבעה שביעות תספר לך.