הכל הבלהאט געשריבן:↑דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:10 pm
א שטורעם אין א גלעזל טיי
די לאנגיעריגע בונד צווישן צוויי וועלט גרויסמאכטן איז געווארן צושקאלט נאך אינצידענט וואס האט ערנסט באדראעט צו שאפן א שפאלט אין די אליאנץ צווישן די פאראייניגטע שטאטן און גרויס בריטאניע
די קריזיס האט פאסירט ווען די אמעריקאנע וועלכע האב נאטורליך פרובירט צו זאגן זיין מיינונג אין אויסערליכע אנגעלענהייטן און ווען די ענגלישע ווירדע און זעלבסטרעספעקט איז נאטורליך געווארן באטראפן דערפון
עס האט זיך אנגעהויבן ווען די אמעריקאנע כעמיסט מיכל פרענקל האט זיך געלאזט הערן אז ער האלט אז עס פעלט זיך אויס אריינצולייגן א טראפקעלע זאלץ אין די די ענגלישע טיי עס צו מאכן פערפעקט
פאר די ענגלענדער צו הערן אז זיי זענען אומגעזאלצן און נאכנישט פארפעקט איבערהויפט ווען עס קומט צו אנריכטן זייער באליבטע טיי איז נישט געווען איבריג לייכט און דיפלאמאטישע קאנאלן פון די צוויי לענדער האבן זיך געיאגט צו אינטערווענירן און פארגלעטן די באטראפענע עגא
די קאנפליקט האט זיך ערשט בארואיגט ווען די אמעריקאנע אמבאסאדא אין לאנדאן האט ארויסגעשטעלט אן אפיציעלע סטעיטמענט קלארצושטעלן אז די אומבאגרייפליכע געדאנק פון צולייגן זאלץ צו די בריטישע נאציאנאלע געטראנק איז נישט די אפיציעלע אמעריקאנע פאליסי און וועט קיינמאל נישט זיין
די אמבאסאדא שרייבט ווייטער: מיר וועלן זיך פאראייניגן אין סאלידאריטעט און צייגן פאר די וועלט אז ווען עס קומט צו טיי שטייען מיר אינאיינעם
זיי פירן אויס מיט קלארמאכן אז די אמבאסאדא איינגעשטעלטע זעצן פאר צו אויפצוקאכן טיי אויף די ריכטיגע וועג מיטן נוצן א מיקראוועיוו..
די בריטישע האבן רעאגירט שוין מיט א טיילווייזע שמייכל (די מאקסימום ערלויבט) זאגנדיג אז זיי זענען דאנקבאר פאר די ספעציעלע פריינדשאפט אבער מוזן קלאר מאכן אז די עכטע וועג צו קאכן טיי איז אין א קעסל
פיצאהאט מעלדט אז פון איצט ביז די בעפארשטייענדע נאציאנאלע שלום בית טאג וועט מען קענען באשטעלן פאר גענצליך אומזיסט א האניג פיצא פיי און עס אפשיקן צו די היים פון א לעבנסשותף פון וועם מען זוכט לויז צו ווערן
הכל הבלהאט געשריבן:↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:07 pm

וואשינגטאן די סי קאונסיל שטעלט יואל קאסטן צו זיצן אויף די סענטענסינג גיידליינס קאמיסיע
ר' יואל'ס יחוס איז זיין לאנגיעריגע און פערזענליכע ערפארונג מיט די טעמע זייענדיג זעלבסט א מערדער וועלכע האט סערווירט 27 יאר אין טורמע נאכן אומברענגן עימיצער אין א פארקינג לאט שיסעריי און וועט זיין די ערשט מערדעריקאנער צו זיצן אויף די פאנעל
בלייבט צו וואונדערן פארוואס די קאנסיל איז נישט באזארגט אז עימיצער וועלכע האט געקענט אומברענגן א מענטש וועט נישט האבן צופיל הארץ און שטימען צו רעקאמענדירן אומ'רחמנות'דיג לאנגע טורמע טערמינען
הכל הבלהאט געשריבן:↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:07 pm
פיצאהאט מעלדט אז פון איצט ביז די בעפארשטייענדע נאציאנאלע שלום בית טאג וועט מען קענען באשטעלן פאר גענצליך אומזיסט א האניג פיצא פיי און עס אפשיקן צו די היים פון א לעבנסשותף פון וועם מען זוכט לויז צו ווערן
הכל הבלהאט געשריבן:↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:07 pm
פיצאהאט מעלדט אז פון איצט ביז די בעפארשטייענדע נאציאנאלע שלום בית טאג וועט מען קענען באשטעלן פאר גענצליך אומזיסט א האניג פיצא פיי און עס אפשיקן צו די היים פון א לעבנסשותף פון וועם מען זוכט לויז צו ווערן
בעראטא האט געזעהן ווי זיין מזל שפילט אים און באשלאסןעס צו נעמען צום קומענדיגע שטאפל און אריבערגיין פון טענענט צו לענדלארד און געפיילט מיט די סיטי א פאלשע דיעד אין וועלכע די גאנצע האטעל געביידע ווערט איבערגעשריבן צו זיין נאמען
בעראטא איז נישט געווען אינטערסירט בלויז אין סימבאלישע רייכטום נאר האט באשלאסן צו קאפיטאליזירן אויף זיינע נייע עשירות און אנגעהויבן ארומגיין צו צימערן און איינקאסירן די רענט
ער האט אויך פארלאנגט א טראנספער פון די האטעל'ס באנק אקאונט צו זיין אייגענע אקאונט און אצינד איז ער געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט דורך דיסטריקט אטוירני אלווין ברעג
נאו קלו וואס און וויאזוידער אכסנאי האט באוויזן, אבער דו האסט באוויזן מיר צו מאכן שמייכלן!

ווי זאגט נאר די גמרא אויפן יצר, בתחילה כאורח וכו'
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?