Sour dough חלה

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Borough Park האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:02 pm
קען מיך איינער אויסלערנען וויאזוי מ’מאכט sour dough חלה?
מ׳דארף האבן כאטשיג א tablespoon סטארטער
מ׳קען נאר ניצן געבאטעלטע וואסער און אויפגעקאכטע וואסער (פאר ווארעם וואסער) און גיטע קוואליטי מעל - קאמפעניס quality אדער king Arthur בעפארצוגט.

בעסט צי ניצן נאר פלעסטיק אדער האלצערנע געשיר

אינגרידיענס
‏1 tablespoon סטארטער
560 גראם מעל
50 גראם whole wheat מעל
410 גראם וואסער
10 גראם זאלץ

כאטשיג 6 שעה פארן אנהייבן (קען זיין די נאכט פריער) לייג צו 60 גראם וואסער און 60 גראם מעל. מיש עס גיט אויס.

6 שעה שפעטער
לייג און א bowl אריין 325 גראם ווארעם וואסער און 100 גראם פון די סטארטער. מיש אויס די סטארטער מיט די וואסער ביז עס ווערט רינעדיג.
לייג צו 450 גראם מעל און 50 גראם whole wheat מעל. קנעט ביז עס ווערט א טייג און לאז זיצן פאר 30 מינוט.

לייג צו 10 גראם זאלץ און 25 גראם וואסער און מיש עס אויס (ס׳גייט ווערן א נאסע טייג) און לאז זיצן פאר 30 מינוט.

מען דארף מאכן stretch and fold פינעף מאל, אפגערוקט 30 מינוט (לאז זיצן 30 מינוט צווישן איינס און די אנדערע)

סטרעטש ענד פאלד:
מ׳מאכט נאס די הענט, מ׳כאפט אן איין זייט פון די טייג, סטערטש די טייג אויף ארויף ביז ווי ס׳גייט אבער עס זאל זיך נישט צו רייסן, פאלד עס ארויף אויף די טייג, טי די זעלבע זאך ארום די טייג ביז אלע זייטן זענען געווארן געסטרעטשט (געווענליך 3 מאל).

שפריץ מעל אויפן טיש און לייג ארויף די טייג דערויף און לאז זיצן פאר 20 מינוט.

מאך די טייג און א באלי:
די חלק טייג וואס איז געלעגן אונטען פון די bowl איז שענער ווי די אויבערשטע חלק (וואס מ׳האט געמאכט סטרעטש ענד פאלד), ארבעט אויף די אויבערשטע חלק. סטרעטש ענד פאלד נאר די זייטן (רעכטס און לינקס), דערנאך ראלל די טייג (פון אויבן אראפ) צו באדעקן די פאלדס.

לייג עס אריין און א benetton (די נישט שיינע זייט אויף ארויף), לייג עס אריין און א 2 gal זיפלאק בעג און לאז זיצן פאר 2 שעה. דערנאך לייג עס און פרידזשידער פאר 1-3 טעג.

ווען גרייט צו באקן
פריהיט אויבן צו 500
גיס אויס די טייג (נישט שיינע זייט אויף אראפ) פון די בענעטאן ארויף אויף א פארשמענט פעיפער.
לייג עס אריין און א Dutch oven.
לייג אריין אין אויבן פאר 20-22 מינוט אויף 500
ריק אראפ אויבן צו 450 און באק פאר נאך 30 מינוט.

נעם ארויס די חלה פון די Dutch oven, נעם אראפ די פארשמענט פעיפער און לאז זיצן איבערגעדרייטערהייט זיך אפצוקילן.

מיט א גוטען אפעטיט
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס מיינט און וויאזוי באקומט מען דעם לעפלע סטארטער?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:43 pm
וואס מיינט און וויאזוי באקומט מען דעם לעפלע סטארטער?
פון דיין שכן וואס מאכט שוין.

טשעק מיט דיין לאקעל דיין צו מ׳דארף טשעקן פאר חמץ שעבר עלין הפסח, ס׳איז שווער צי מאכן א פרישע סטארטער, מענטשן פארקויפן זייערס.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ווען מען מאכט סאוערדאו ברויט, לייגט מען גארנישט קיין yeast? אדער עס איז דא וואס לייגען יא אביסל yeast?

איך האב טועם געוועהן אסאך מאל א געוויסע סאוערדאו ברויט, ער לייגט אביסל yeast, און עס האט טעם גן עדן.
אויך האב איך טועם געוועהן א געוויסע סאוערדאו ברויט פון איינעם, זי לייגט גארנישט קיין yeast, און עס איז טריקען אן קיין טעם.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מען קען מאכן גוטע געשמאקע סאוערדאו ברויט אן קיין שום yeast?

חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:18 am
מען קען מאכן גוטע געשמאקע סאוערדאו ברויט אן קיין שום yeast?
יא.
די בעסטע אין די מארקעט (א שטייגער ווי קרעיוו) לייגן נישט. ס'פעלט נישט אויס.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

טוצעך ארום אין דער ווייבער שוהל איבער פארשאפן 'שאור סטארטער' יעצט נאך פסח.

אויב די תלמידי חכמים קענען אריינקומען מיט א קלארקייט פארוואס איז דאס הארבער ווי סיריעל אדער אנדערע חמץ וואס מען פארקויפט פארן גוי. פארוואס איז דאס מער "רוצה בקיימו"? וואס איז די צד היתור פון די בעקערייען וואס האבן שוין פארקויפט די וואך?
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אין קובץ אור ישראל ווי אויך קובץ עץ חיים (ניסן פ״ד) איז דא לענגערע בירור אויף די נושא.
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

איינער קען אבער שטעלן? אדער מסכם זיין די נושא
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

משה בעלז האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:32 pm
טוצעך ארום אין דער ווייבער שוהל איבער פארשאפן 'שאור סטארטער' יעצט נאך פסח.

אויב די תלמידי חכמים קענען אריינקומען מיט א קלארקייט פארוואס איז דאס הארבער ווי סיריעל אדער אנדערע חמץ וואס מען פארקויפט פארן גוי. פארוואס איז דאס מער "רוצה בקיימו"? וואס איז די צד היתור פון די בעקערייען וואס האבן שוין פארקויפט די וואך?
''רבני דורנו זאגן, אז ביי מיין גראסערי-מאן עס נישט רוצה בקיומו... עס גייט אים נישט אן אז די גוי קויפט די גאנצע סחורה אויף איין מאל, פאר די עכטע פרייז''.

''א משל פון רוצה בקיומו קען זיין, אויב א בעקער וויל לייגן 'שאור סטארטער' אין פריזער ערב פסח, י''א אז עס איז רוצה בקיומו''.
''ווייל אויב די גוי קויפט אפ זיינע 'שאור סטארטער' פאר $60, קומט אויס, אז די פלענער פון זיין סאוערדאו אין ווערד פון $400, איז דערנאך''.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך פארשטיי נישט וואס איז סאוער דאו אנדרעש פון אלע חמץ?
די סוחר דארף נאר די געלט וואס ער גייט באקומען פון דאס וואס ער פארקויפט,
טאמער די גוי וואלט אים געגעבן אלעס וואס ער גייט פארדינען פון די סאוער דאו סטארטער, וואלטער עס אים זייער גערען געגעבן (און געגאנגען אין כולל)
אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

משה בעלז האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:32 pm
טוצעך ארום אין דער ווייבער שוהל איבער פארשאפן 'שאור סטארטער' יעצט נאך פסח.

אויב די תלמידי חכמים קענען אריינקומען מיט א קלארקייט פארוואס איז דאס הארבער ווי סיריעל אדער אנדערע חמץ וואס מען פארקויפט פארן גוי. פארוואס איז דאס מער "רוצה בקיימו"? וואס איז די צד היתור פון די בעקערייען וואס האבן שוין פארקויפט די וואך?
מיין דיין האט מיר געפאסקנט אז פאר פסח פארקויף איך די סטארטער פאר מיין קלינינג גויטע אין זי באצאלט מיר א דאלער אין זי טראגט עס אהיים צו איר הויז פאר איבער פסח.
נאך פסח קויף איך עס צירוק פאר א דאלער. אזוי טיען מיר שוין עטליכע יאהר
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

100 פראצענט, דאס איז א אייזערנע קשיא ולית נגר ובר נגר דיפרקיני'

דער גראסערי מאן איז פונקט אזוי רוצה בקיומו פון די גאנצע חמץ אינווענטארי וואס ער האט, אז ער עפנט אויף דעם געשעפט מוצאי פסח און א קאסטומער קומט אריין אפקויפן זיין גאנצע חמץ סטאק (אדער אפילו ערב פסח אינדערפרי) וועט ער דאס נישט טון בשום אופן, ער קען נישט אפארדן צו האבן ליידיגע שעלפס און ליידיגע איילס אין זיין גראסערי ביז מען וועט זיך מרחם זיין צו שיקן נייע סחורה. און דאס זעלבע איז מיט די סטארטער. אויב עפעס קען ער סאך גרינגער אנגיין אן סאוערדאו חלה פאר איין וואך - והא ראיה די פילע בעקערייען וועלכע האבן דאס געטון דאס יאר - ווי בלייבן שטעקן אן סחורה.

די רוצה בקיומו מדובר גייט שוין צוריק הונדערטער יארן, איז דען נישט געווען דער אנגענומענער מהלך אז מען איז נישט חושש דערויף?
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:58 pm

למעשה ביי 'סאוערדאו' ווייס איך נישט בכלל וואס מען פסקנט

אבער בכללות וועגן רוצה בקיומו, מיין דיין האט געזאגט אזוי:
''רבני דורנו זאגן, אז ביי מיין גראסערי-מאן עס נישט רוצה בקיומו... עס גייט אים נישט אן אז די גוי קויפט די גאנצע סחורה אויף איין מאל, פאר די עכטע פרייז''.
''א משל פון רוצה בקיומו איז, א קעיטערינג קאמפאני האט באקומען א באשטעלונג פון א שיינע פדיון הבן מוצאי פסח פאר 150 נפשות פאר $11,000, טאר ער נישט לייגן 150 שיינע בילקעס אין פריזער ערב פסח, ווייל עס איז רוצה בקיומו''.
''אויב די גוי קויפט אפ זיינע 150 בילקעס פאר $280, איז די גאנצע $11,000 עווענט א שטיקל דורכפאל''.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מקען אליינס מאכן א "סטארטער" עס נעמט בערך 7 טעג ביז מ'האט דעם "סטארטער" גרייט.
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 5:08 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:58 pm
100 פראצענט, דאס איז א אייזערנע קשיא ולית נגר ובר נגר דיפרקיני'

דער גראסערי מאן איז פונקט אזוי רוצה בקיומו פון די גאנצע חמץ אינווענטארי וואס ער האט, אז ער עפנט אויף דעם געשעפט מוצאי פסח און א קאסטומער קומט אריין אפקויפן זיין גאנצע חמץ סטאק (אדער אפילו ערב פסח אינדערפרי) וועט ער דאס נישט טון בשום אופן, ער קען נישט אפארדן צו האבן ליידיגע שעלפס און ליידיגע איילס אין זיין גראסערי ביז מען וועט זיך מרחם זיין צו שיקן נייע סחורה. און דאס זעלבע איז מיט די סטארטער. אויב עפעס קען ער סאך גרינגער אנגיין אן סאוערדאו חלה פאר איין וואך - והא ראיה די פילע בעקערייען וועלכע האבן דאס געטון דאס יאר - ווי בלייבן שטעקן אן סחורה.

די רוצה בקיומו מדובר גייט שוין צוריק הונדערטער יארן, איז דען נישט געווען דער אנגענומענער מהלך אז מען איז נישט חושש דערויף?
למעשה ביי 'סאוערדאו' ווייס איך נישט בכלל וואס מען פסקנט

אבער בכללות וועגן רוצה בקיומו, מיין דיין האט געזאגט אזוי:
''רבני דורנו זאגן, אז ביי מיין גראסערי-מאן עס נישט רוצה בקיומו... עס גייט אים נישט אן אז די גוי קויפט די גאנצע סחורה אויף איין מאל, פאר די עכטע פרייז''.
''א משל פון רוצה בקיומו איז, א קעיטערינג קאמפאני האט באקומען א באשטעלונג פון א שיינע פדיון הבן מוצאי פסח פאר 150 נפשות פאר $11,000, טאר ער נישט לייגן 150 שיינע בילקעס אין פריזער ערב פסח, ווייל עס איז רוצה בקיומו''.
''אויב די גוי קויפט אפ זיינע 150 בילקעס פאר $280, איז די גאנצע $11,000 עווענט א שטיקל דורכפאל''.
וואס איז מיט א גראסערי מאן וואס דארף האבן סיריעלס און די גאנצע סנעקס און קוקי אייל סטאקד מוצאי יו"ט פאר די קאסטומערס? ער וואלט נישט אויספארקויפט זיין אינווענטארי אפילו דער גוי זאל אים באצאלן מער ווי די פרייז
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 5:40 pm

פארוואס נישט?
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פאר די זעלבע סיבה וואס דער קעיטערער וואלט נישט פארקויפט די בילקעלעך. זיין ליין איז ריטעיל; נישט פליפן גרויסע סטאקס מיט אינווענטארי, און ער דארף צושטעלן פאר די קונים.

רוב סחורה, למשל טשאקלעט, ניסלעך, אייסקרים, ליקעריש, קענדיס, טאפיס, גרעיפ דזוס, וויין, בראנפען, קאווע, טיי צוקער, קאמפאט, גייט נישט ''אויספארקויפט ווערן'' אין די וואך צוויי נאך פסח.
אבער דעהר גוי לייגט אראפ $350,000 און וויל אפקויפען אלעס אלעס, די גאנצע סחורה אויף איין מאל פאר די פולע פרייז,
אודאי וויל די יוד גיין פאר די דיעל!
אטעטשמענטס
food.JPG
food.JPG (103.77 KiB) געזען 352 מאל
fooood.JPG
fooood.JPG (119.99 KiB) געזען 352 מאל
fooododdo.JPG
fooododdo.JPG (164.79 KiB) געזען 352 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פאר א גראסערי וואס מאכט זיך צו מוצאי פסח, איז דאס זייער א גוטער דיעל. פאר א גראסערי וואס וויל און פלאנט צו פארבלייבן אין ביזנעס לאורך ימים, איז דאס זעלבסטמארד כמובן מאליו.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 6:08 pm
פאר א גראסערי וואס מאכט זיך צו מוצאי פסח, איז דאס זייער א גוטער דיעל. פאר א גראסערי וואס וויל און פלאנט צו פארבלייבן אין ביזנעס לאורך ימים, איז דאס זעלבסטמארד כמובן מאליו.
ניין.. ער פארדינט א באנוס $60,000 רווח אומגעראכטען, אין בלויז אפאר שעה!
יעדער גראסערי מאן וואלט עס זיך געוואונטשען.

אגב. געב אים 5 טעג, זיינע שעלווס זענען פיל מיט כמעט אלע וויכטיגע פראדוקטען.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

Re: Sour dough חלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

Sourdough starter איז הארבער ווי סתם חמץ גמור. ווייל די אנגענומענע מיינונג ביי Sourdough בעקערס איז אז ווי עלטער די starter איז אלס בעסער וועט די חלה זיין. ממילא איז עס א רוצה בקיומו ווייל ער וויל נישט אז עס זאל בטל ווערן וכדומה נאר ער דארף דייקא די אלטע starter. ממילא די איינציקע מהלך צו פארקויפן די starter איז דורך דעם וואס עס ליגט ביים גוי אין שטוב (פארשטייט זיך חותם בתוך חותם) איבער גאנץ פסח. וואס אין אזא פאל נעמט מען נישט אהן דעם פראבלעם פון רוצה בקיומו.
דאס איז ביי א פריוואטע מענטש, ביי איינער וואס טוט עס פאר מסחר, זענען דא מתירים עס צו פארקויפן אהן אריבערטראגן צום גוי, נישט אלס הפסד מרובה ווי אנדערע חמץ גמור, ווייל דאס וואלט נישט געהאלפן ביי רוצה בקיומו, נאר אלס די סיבה אז ביים געשעפטסמאן איז עס נישט קיין רוצה בקיומו בכלל, נאר וויבאלד ער איז נאר דא פאר געלט, איז אויב וועט אים דער גוי באצאלן דעם פולן ווערט דארף ער נישט דעם סטארטער בכלל. ויש דיעות לכאן ולכאן מיין איך.

אזוי האט מיר מיין דיין געפסקנט, וכך עשיתי, איך האב אים געגעבן די סטארטער פאר פסח, ער האט עס געלייגט חותם בתוך חותם, אריבערטראגן צו א גוי אינדערהיים, אין ער האט מיר עס צוריקגעגעבן מוצאי פסח. אין ב"ה מ'האמיר געהאט אן עונג שבת די וואך.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”