Anxiety

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

intellectual האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:19 am
@מיטלייד
אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן!

סאיז א געפיל וואס זאגט בעיסיקלי "ביסט אין ערגעץ נישט סעיף, בלייב נאר אינדערהיים".
און צומאל דארטן אויך נישט .
ווען עס קומט למעשה די "און צומאל דארט אויך נישט", זאל דער רבוש''ע אפהיטן, יעמאלט איז עס א גיהנום בתוך גיהנום, און איך ווייס נישט צו מען קען אראפשרייבן די פילינג דערפון, ווייל אפילו טראכטן און זיך דערמאנען דערפון, לייגט מיר עס אריין און אזא טשילס אז איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טוהן.

עטליכע מאל ווען דאס איז געשען, בין איך אנגעקומען אין שפיטאל מיט טשעסט פעין, (וואס האט גארנישט געהאט מיט די טשעסט). ועוד חזון למועד בל''נ ובעז''ה.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובה דורך זכריהו »

א פחד ווי מענטשן ציטערן נאך היינט צו טון א פשוט׳ע שריט: גיין צום דאקטאר.

גיי צו א רעגולער גוטע דאקטאר וואס דו קענסט, און זאג אים ״אלעס״ וואס דו פילסט, און ער וועט דיר זאגן וואס צו טון. וכאשר יאמר כן תעשה, שלא תמות כדרך שמת פלוני. הרגע נישט דיינע 70 יאר מיט׳ן שפעקולירן און זיך ברעכן קאפ אויף זאכן וואס דאקטורים קענען אין א רגע מסדר זיין.
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם.

געזעצן חדשים לאנג ביי א טעראפיסט און זיך קוים ארויסגעזען.

איך קען שרייבן בלעטער אן אויפהער אבער איך וויל נישט קיין רגע טראכטן פון די נושא, טראג אפ און קום ניטאמאל נאנט אבער אויב ח״ו א גוי וועט עס האבן נאכאמאל וואלט איך איך לכאורה געשיקט אויף פילן ווי צו טעראפי צו כביכול ״דערגיין דעם שורש״

דער ענין איז ווי א שניי באל, מ׳האט מורא מילא האט מען מורא מילא האט מען נאך מער מורא פון מורא האבן פון די מורא.

אבער איינמאל מ׳הייבט אן דרייען די באל די אנדערע וועגן ווערט עס קלענער און קלענער.

אויב פילן איז די וועג ווייס איך נישט, איך קען אבער זעהן אז איינמאל מ׳בארואיגט זיך אביסעל קען מען ווערן רואיגער און רואיגער.

אנדערע טענה׳ן אז פילן איז דאס ארגסטע.

גיי ווייס.

זאל דער אייבעשטער אויסהיילן אלע קראנקע.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

זכריהו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:51 am
א פחד ווי מענטשן ציטערן נאך היינט צו טון א פשוט׳ע שריט: גיין צום דאקטאר.

גיי צו א רעגולער גוטע דאקטאר וואס דו קענסט, און זאג אים ״אלעס״ וואס דו פילסט, און ער וועט דיר זאגן וואס צו טון. וכאשר יאמר כן תעשה, שלא תמות כדרך שמת פלוני. הרגע נישט דיינע 70 יאר מיט׳ן שפעקולירן און זיך ברעכן קאפ אויף זאכן וואס דאקטורים קענען אין א רגע מסדר זיין.
איך וואלט נישט רעקאמענדירט א פריימערי דאקטער פאר דעם, איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אז מען זאל זיך פארבינדן צו איינע פון די ארגיניזאציעס וואס טוען דערין, ווי "רפואה העלפליין" אדער "רידזשינעל ביקור חולים", אז זיי זאלן רעפערן צו א ספעשעליסט (די שרעקעדיגע ווארט אויף דעם איז "סקייעטריסט") אויף דעם ענין.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

תגובה דורך לפנות בוקר »

די ערשטע זאך ווען א מענטש פילט עפעס וואס ער וויל נישט פילן זאל ער זיך אראפ זעצן און אריינטראכטן פון וואס האב איך מורא, וואס איז דער פחד? וואס הייסט וואס מיין פחד איז? איך גיי חלשן ביי לכה דודו ווען יעדער קוקט! אבער נישט פון דעם האט ער מורא, ווייל אויב אזוי פארוואס גייט עס פונקט געשען ווען יעדער קוקט? נאר ער האט זייער מורא פון 'פילן ווי א נעבעך, אויב ער חלשט ווען קיינער קוקט נישט פילט ער נישט ווי קיין נעבעך, אבער אויב יעדער קוקט גייט דאך זיין שרעקלעכע בושות, און ער גייט פילן ווי א נעבעך. יעצט א טריט טיפער, פארוואס זאל פונקט ער חלשן פון די גאנצע שול? ווייל ער האט אייביג א געפיל אז ער איז שוואך, אז ער איז נישט אזוי שטארק ווי יעדער, ער באהאלט עס נאר, און ער איז אייביג מחזק אז עכט בין איך יא גוט, און ער וויל זיך קיינמאל טרעפן מיט דעם געפיל, אבער ווען סקומט צו אזעלכע מצבים קען ער מער נישט אנטלויפן דערפון, ער מוז זיך טרעפן מיט דעם געפיל אז איך פיל ווי שוואכער, הייבט ער עס אן פייטן און שרייען אויף זיך אליין איך בין יא גוט, ער הייבט אן מאכן ביי זיך אין קאפ אלע חשבונות פארוואס ער איז געזונט אדער פארוואס זיין ביזנעס איז יא גוט אפילו ער מאכט נישט קיין געלט, אלעס, וויל ער וויל נישט פילן דעם געפיל אז איך בין נישט גוט איך האב א פראבלעם.
סא די ערשטע זאך איז זיין אפן מיט זיך, און וויסן אז איך האב א שלעכטע געפיל וואס זאגט מיר אז איך בין נישט גוט, איך בין א דורכפאל, און וויסן אז איך מעג האבן דעם געפיל, איינמאל א מענטש הייב אן לעבן מיטן פאקט אז איך פיל אזוי איז שוין די לעבן אסאך גרינגער ווייל מען דארף מער נישט אנטלויפן פון זיך אליינס, נאכדעם אנערקענט מען אז נאר די אייבערשטער קען מיר ממלא זיין מיינע חסרונות איך האב נישט קיינעם אויף דער וועלט אויסער דעם רבונו של עולם וכו'
לפנות בוקר
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:35 am
לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם.

געזעצן חדשים לאנג ביי א טעראפיסט און זיך קוים ארויסגעזען.

איך קען שרייבן בלעטער אן אויפהער אבער איך וויל נישט קיין רגע טראכטן פון די נושא, טראג אפ און קום ניטאמאל נאנט אבער אויב ח״ו א גוי וועט עס האבן נאכאמאל וואלט איך איך לכאורה געשיקט אויף פילן ווי צו טעראפי צו כביכול ״דערגיין דעם שורש״

דער ענין איז ווי א שניי באל, מ׳האט מורא מילא האט מען מורא מילא האט מען נאך מער מורא פון מורא האבן פון די מורא.

אבער איינמאל מ׳הייבט אן דרייען די באל די אנדערע וועגן ווערט עס קלענער און קלענער.

אויב פילן איז די וועג ווייס איך נישט, איך קען אבער זעהן אז איינמאל מ׳בארואיגט זיך אביסעל קען מען ווערן רואיגער און רואיגער.

אנדערע טענה׳ן אז פילן איז דאס ארגסטע.

גיי ווייס.

זאל דער אייבעשטער אויסהיילן אלע קראנקע.
לויט מיין עקספיריענס דארף מען ביידע סיי א טעראפיסט און סיי מעדעצין, אבער מען דארף וויסן וועלכע טעראפיסט מען נעמט, און נאך אפאר וואכן ריקאלקאלעטן אויב מען מאכט פראגראס מיט אים, אדער מען דארף זיכן א צווייטן.
נישט איינער וואס איז געווען גוט פאר איינעם איז גוט פאר א צווייטן, יעדער האט זיך שיין שורש נשמה וויאזוי ער קניפט אן קשר מיט אנדערע, וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך ביי א טעראפיסט.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:42 am
זכריהו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:51 am
א פחד ווי מענטשן ציטערן נאך היינט צו טון א פשוט׳ע שריט: גיין צום דאקטאר.

גיי צו א רעגולער גוטע דאקטאר וואס דו קענסט, און זאג אים ״אלעס״ וואס דו פילסט, און ער וועט דיר זאגן וואס צו טון. וכאשר יאמר כן תעשה, שלא תמות כדרך שמת פלוני. הרגע נישט דיינע 70 יאר מיט׳ן שפעקולירן און זיך ברעכן קאפ אויף זאכן וואס דאקטורים קענען אין א רגע מסדר זיין.
איך וואלט נישט רעקאמענדירט א פריימערי דאקטער פאר דעם, איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אז מען זאל זיך פארבינדן צו איינע פון די ארגיניזאציעס וואס טוען דערין, ווי "רפואה העלפליין" אדער "רידזשינעל ביקור חולים", אז זיי זאלן רעפערן צו א ספעשעליסט (די שרעקעדיגע ווארט אויף דעם איז "סקייעטריסט") אויף דעם ענין.
זאגסט א פוינט, אבער דאס מאכט מער צעמישט און נערוועז...

די מעסעדזש דארף זיין קלאר: דכאיב ליה כאיבא אזיל לבי אסיא... האסט עפעס וואס דו פילסט? גייסטיש אדער פיזיש? גיי צום דאקטער!!! גיי נישט צו קיינעם. גיי צום דאקטער!!!

יעדער פריימערי דאקטער וועט דיך שוין וויסן צו וועם צו שיקן... (אמאל צו א ספעציפישע ספעשיליסט, אמאל וועט ער דיך אליינס פארשרייבן עפעס, אמאל וועסטו דארפן פראטעקציע און ארגאניזעישענס, אמאל א טעראפיסט... אבער דאס איז אלעס נאכדעם וואס דו האסט גערעדט צום דאקטאר און דו ווייסט דיין דירעקציע.)

גיי צום דאקטער! גיי צום דאקטער! דו פילסט נישט גוט!!!
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

הוספה: א דאקטאר וועט געווענליך טשעקן אויך צו דו ביסט געזונט און שטארק, ווייל זייער אסאך מאל קומט עס פון פשוט׳ע געזונט פראבלעמען. מען דמיונ׳ט און מען שפעקולירט, בשעת דיין בלוט טעסט ווייזט אויף גאר עפעס אנדערש.

ועל אלה אני בוכיה: דיין הילף איז נעקסט-דאר און דו מאכסט א ריזיגע בארג.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

זכריהו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:17 pm
הוספה: א דאקטאר וועט געווענליך טשעקן אויך צו דו ביסט געזונט און שטארק, ווייל זייער אסאך מאל קומט עס פון פשוט׳ע געזונט פראבלעמען. מען דמיונ׳ט און מען שפעקולירט, בשעת דיין בלוט טעסט ווייזט אויף גאר עפעס אנדערש.

ועל אלה אני בוכיה: דיין הילף איז נעקסט-דאר און דו מאכסט א ריזיגע בארג.
קען זיין אבער מוזנישט זיין
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

זכריהו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:17 pm
הוספה: א דאקטאר וועט געווענליך טשעקן אויך צו דו ביסט געזונט און שטארק, ווייל זייער אסאך מאל קומט עס פון פשוט׳ע געזונט פראבלעמען. מען דמיונ׳ט און מען שפעקולירט, בשעת דיין בלוט טעסט ווייזט אויף גאר עפעס אנדערש.

ועל אלה אני בוכיה: דיין הילף איז נעקסט-דאר און דו מאכסט א ריזיגע בארג.
פיין, וואס טוט מען נאכדעם, מאיז שוין געווען ביים דאקטער, און דער דאקטער זאגט אז דער בחור איז הינדערט פראצענט געזונט, אבער עפעס פילט דער מענטש נאך אלס נישט רואיג, ער זאל גיין צו נאך א דאקטער?
לפנות בוקר
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

intellectual האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:27 am
ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:07 am
Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
דעפרעסיע מיט ענקזייעטי זענען געקניפט און געבינדן, ווען מרעדט זיך איין אז מוויל אנגיין מיטן טאג קומט די ענקזייעטי שטערן, און ווען מאיז שוין יא רואיג, האט מען נישט קיין מוהט קיין דרייוו קיין גארנישט, צו אנגיין מיטן טאג.

הכלל, די סובקאנטשעס איז עפעס געווארן נישט צופרידן מיט וואסאימער, און פרובירט אונטער צושטעקן פיסלעך צו ברענגן די גאנצע ביז יעצטיגע הלוך ילך צו אן אפשטעל.
זאגסט זייער ריכטיג (עס איז אזוי עצבות מיט עצלות) .
די אינטערשטע שורה וויאזוי קען מען דערגיין מיט וואס סובקאנטשעס איז נישט העפי, און וויאזוי טריט מען עס ?
שכח
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:15 am
ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:07 am
Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
איך בין נישט קיין טעראפיסט, און אודאי נישט קיין דאקטער, ממילא קען איך נישט געבן קיין דייעגנאוז, וואס איך קען דיר יא געבן איז מיין עקספיריענס, שלא ... כדרך ש... פלוני.
איך האב 20 יאר געליטן ביז איך בין געקומען צו די הכרה און געגאנגען נעמען העלפ, און יעצט נאך אנדערט האלבן יאר נאכן באגיין די שרעקעדיגע שריט, דאנק איך און איך לויב דעם רבוש''ע פארן מיר געבן דעם קוראש דערצו. דאס איז מיין עקספיריענס און קורצן.
אזוי ווי די זאגסט שרעקעדיגע שריט, עס איז ממש אזוי מען וויל אוועקלויפן וויפיל מען קען אבער פין זיך קען מען נישט.
אפשר ווילסטו מיטטיילן וואספארא שרעקעדיגע שריט האסט געוטען ?
אין אויב איך מעג פרעגן וואס האסטו געליטן די 20 יאר ?
שכח
מיסט נישט ענפערן פארשטייטי זיך
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:35 am
לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם.

געזעצן חדשים לאנג ביי א טעראפיסט און זיך קוים ארויסגעזען.

איך קען שרייבן בלעטער אן אויפהער אבער איך וויל נישט קיין רגע טראכטן פון די נושא, טראג אפ און קום ניטאמאל נאנט אבער אויב ח״ו א גוי וועט עס האבן נאכאמאל וואלט איך איך לכאורה געשיקט אויף פילן ווי צו טעראפי צו כביכול ״דערגיין דעם שורש״

דער ענין איז ווי א שניי באל, מ׳האט מורא מילא האט מען מורא מילא האט מען נאך מער מורא פון מורא האבן פון די מורא.

אבער איינמאל מ׳הייבט אן דרייען די באל די אנדערע וועגן ווערט עס קלענער און קלענער.

אויב פילן איז די וועג ווייס איך נישט, איך קען אבער זעהן אז איינמאל מ׳בארואיגט זיך אביסעל קען מען ווערן רואיגער און רואיגער.

אנדערע טענה׳ן אז פילן איז דאס ארגסטע.

גיי ווייס.

זאל דער אייבעשטער אויסהיילן אלע קראנקע.
ני אין אויב מען האט מיר צו גיין - וויל איך נישט וועגן איך הער פין אזופיל מענטשען אז זיי האבן זיך אפגעבריעט אין עס נאר געמאכט ערגער
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

לפנות בוקר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:34 pm
זכריהו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:17 pm
הוספה: א דאקטאר וועט געווענליך טשעקן אויך צו דו ביסט געזונט און שטארק, ווייל זייער אסאך מאל קומט עס פון פשוט׳ע געזונט פראבלעמען. מען דמיונ׳ט און מען שפעקולירט, בשעת דיין בלוט טעסט ווייזט אויף גאר עפעס אנדערש.

ועל אלה אני בוכיה: דיין הילף איז נעקסט-דאר און דו מאכסט א ריזיגע בארג.
פיין, וואס טוט מען נאכדעם, מאיז שוין געווען ביים דאקטער, און דער דאקטער זאגט אז דער בחור איז הינדערט פראצענט געזונט, אבער עפעס פילט דער מענטש נאך אלס נישט רואיג, ער זאל גיין צו נאך א דאקטער?
בעסיקלי פין דעם רעדט איך!
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 2:46 pm
מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:15 am
ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:07 am
Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
איך בין נישט קיין טעראפיסט, און אודאי נישט קיין דאקטער, ממילא קען איך נישט געבן קיין דייעגנאוז, וואס איך קען דיר יא געבן איז מיין עקספיריענס, שלא ... כדרך ש... פלוני.
איך האב 20 יאר געליטן ביז איך בין געקומען צו די הכרה און געגאנגען נעמען העלפ, און יעצט נאך אנדערט האלבן יאר נאכן באגיין די שרעקעדיגע שריט, דאנק איך און איך לויב דעם רבוש''ע פארן מיר געבן דעם קוראש דערצו. דאס איז מיין עקספיריענס און קורצן.
אזוי ווי די זאגסט שרעקעדיגע שריט, עס איז ממש אזוי מען וויל אוועקלויפן וויפיל מען קען אבער פין זיך קען מען נישט.
אפשר ווילסטו מיטטיילן וואספארא שרעקעדיגע שריט האסט געוטען ?
אין אויב איך מעג פרעגן וואס האסטו געליטן די 20 יאר ?
שכח
מיסט נישט ענפערן פארשטייטי זיך
שרעקדיגע שריטמיין איך צו גיין צו א סקייעטיריסט, און גיין צו א טעראפיסט, און אנהייבן נעמען מעדיצין, וואס אין די סביבה ווי מיר וואקסן אויף איז עס אלע יארן געווען א היפש אפגעפרעגטע זאך, און עס האט מיר געקאסט אסאך כוחות זיך ארויסצוזעהן פון דעם און גיין פאר העלפ.
און די מעגסט פרעגן וואס איך האב געליטן די צוואנציג יא, און איך האב הנאה אז די האסט געשריבן אז איך מוז נישט ענטפערן ווייל עס איז נישט שייך צו ענטפערן אבער אין קורצן: "איך בין פאר צוואנציג יאר געווען א צובראכענע מענטש געליטן אויף אלע מיני מחושים און אלע מיני קרענק בעיקר פיזישע וואס מען זעהט נישט אן פונדרויסן, איך האב עטליכע מאל געכאפט סטראוק'ס, מיט הארץ אטאקעס, מיט יענע מעשה ל"ע, וכו' וכו' וכו'", אבער דאס אלעס איז נאר געווען א בחינה פון במסתרים תבכה נפשי, אינדרויסן בין איך געווען פון די גוטע בחורים,וואוילע אינגערמאן, שווערע ארבייטער, וכו' וכו' וכו', עס האט מיר גארנישט געפעלט, נאר איך בין געלאפן יעדע פאר וואכן צום דאקטער און ער האט געזאגט אז ער זעהט גארנישט וכו' וכו'.

דיסקלעמער: פאר די אלע וואס האבן נאך נישט טועם געווען די טעם פון ענקזייעטי:
די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז נישט געווען במציאות, עס איז נאר געווען א פילינג, וואס עטס וועטס, און עטס זאלטס, קיינמאל נישט פארשטיין, פאר די אלע וואס ווייסן וואס ענקזייעטי מיינט דארף איך עס נישט מסביר זיין.
איך האף אז די דיסקלעמער פארשטייט עטס יא. וד"ב פאר היינט.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:54 pm

אקעי נאכן ליינען וואס ענק אלע שרייבן דא, פיל איך נישט ממש אז איך לייד עכ"פ שטארק אויף ענגזייעט אין פאיניק - וואס יא האט איינער די אריינגעווארפן אז דאס קען זיין פלענע דיפרעשן אין דאס אפשר פירט שוין ווייטער
אין אויב איז דאס נארדיפרעשאן אפשר קען מען זיך אליין צישטיפן ?
וואס זאגט דער עולם ?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:11 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
שטיי ווייט פון יענעם...
לאו דווקא, אויב ס'העלפט איז גוט. ענקזייעטי איז דמיון, די בעסטע וועג עס צו פייטן איז מיט קאנטער דמיון...
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:57 am
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:11 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm

די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
שטיי ווייט פון יענעם...
לאו דווקא, אויב ס'העלפט איז גוט. ענקזייעטי איז דמיון, די בעסטע וועג עס צו פייטן איז מיט קאנטער דמיון...
WOW גוט געזאגט!!!

מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:22 am
intellectual האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:19 am
@מיטלייד
אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן!

סאיז א געפיל וואס זאגט בעיסיקלי "ביסט אין ערגעץ נישט סעיף, בלייב נאר אינדערהיים".
און צומאל דארטן אויך נישט .
ווען עס קומט למעשה די "און צומאל דארט אויך נישט", זאל דער רבוש''ע אפהיטן, יעמאלט איז עס א גיהנום בתוך גיהנום, און איך ווייס נישט צו מען קען אראפשרייבן די פילינג דערפון, ווייל אפילו טראכטן און זיך דערמאנען דערפון, לייגט מיר עס אריין און אזא טשילס אז איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טוהן.

עטליכע מאל ווען דאס איז געשען, בין איך אנגעקומען אין שפיטאל מיט טשעסט פעין, (וואס האט גארנישט געהאט מיט די טשעסט). ועוד חזון למועד בל''נ ובעז''ה.
אז די האסט שוין דערמאנט, די שטוב טרייט (לעצטענס) זיך צי האלטן אבער ווען זי פלאצט (אין מיט רעכט) ווער איך ממש ציריסן אויף שברי שברים, ממש עס קען נעמען א שיינע שטיק צייט צי צוריק קומען צי זיך, ממש כקען מיר נישט רירן אלעס אלעס טוט וויי, מקען ממש פילן ווי עמן לאט זיך אויס.
שוין אבער וואס איז שייך?!

פאר דעם אליין דארף מען גיין פאר העלפ
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:35 am
לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם.

געזעצן חדשים לאנג ביי א טעראפיסט און זיך קוים ארויסגעזען.

איך קען שרייבן בלעטער אן אויפהער אבער איך וויל נישט קיין רגע טראכטן פון די נושא, טראג אפ און קום ניטאמאל נאנט אבער אויב ח״ו א גוי וועט עס האבן נאכאמאל וואלט איך איך לכאורה געשיקט אויף פילן ווי צו טעראפי צו כביכול ״דערגיין דעם שורש״

"דערגיין די שורש" איז טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם אבער
איך האב יא געגאנגען מיט דעי מהלך (סאמעטיק, אינער טשיילד, אטעמען...) און כ'בין אן אנדערע מענטש היינט. ס'איז א לאנגע און צומאל פיינפולע זשערני אבער די שיין ביים עק טונעל איז אמת. צומאל קען זיין א באהאלטענע טראומא וואס מאנעווירט די מענטש און ס'נעמט גאר אסאך ארבעט עס אויפצוגראבן און ארבעטן דערויף.

כ'קען מיך היינט גאר גוט כ'בין היבש קאנעקטעד מיט מיינע אימאשענס און ס'פראווע מיך גוט מיט די ענקזייעטי און נעגעטיווע מחשבות.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אין קורצן די ריכטיגע רפואה פאר ענקייזעטי און פאניק איז צו מקבל זיין די געפיל בשמחה און באהבה און עס נישט אוועק שטופן, אזוי ווערט דער געפיל היימיש ביי דיר אין הארצן און עס סעטטעלט זיך, קיינמאל קיינמאל זאל מען נישט אריינגיין אין קיין מלחמה מיט די געפילן, נישט אין א דירעקטע מלחמה און נישט מיט קיין כיטרע מיטלען למשל איך גיי כסדר טראכטן אנדערע זאכן און אזוי וועט דער געפיל פארשוואונדען ווערן, ווייל אויב א געפיל פילט אז מען וויל אים ארויסזעהן וועט ער צוריק קומען מער און מער מיט אכזריות...
דאס זעלבע לויף נישט אוועק פון דעם געפיל, אויב די לויפסט אוועק פון אים וועט ער צוריק קומען בכפל כפליים און די אטאקירן אז די ועסט נישט וויסן וואס גייט פאר מיט דיר.
די מהלך איז געוואוין דיר צו צו לעבן מיט אים, זאג אים העלאו און זיי אים מקבל בסבר פנים יפות, מאך אים באקוועם אפיעלו עס איז דיר נישט אזוי באקוועם יעצט מיט אים, וועסטו הנאה האבן ביים סוף, און זיי מקבל אז די גייסט פון היינט און ווייטער טאקע לעבן מיט דעם אומבאקוועמען געפיל.
געשריבן ממש אין קורצן, פארשטייט זיך עס איז די בעסטע צו האבן א קאוטש אדער טעראפסיט צו העלפן דעם מענטש צו צולייגן זיינע געפילן אויף קליינע טעלערס, וואס דאס ערלויבט אים נאכדעם עס צו מקבל זיין און לעבן דערמיט.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:02 am
מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:22 am
intellectual האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:19 am
@מיטלייד
אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן!

סאיז א געפיל וואס זאגט בעיסיקלי "ביסט אין ערגעץ נישט סעיף, בלייב נאר אינדערהיים".
און צומאל דארטן אויך נישט .
ווען עס קומט למעשה די "און צומאל דארט אויך נישט", זאל דער רבוש''ע אפהיטן, יעמאלט איז עס א גיהנום בתוך גיהנום, און איך ווייס נישט צו מען קען אראפשרייבן די פילינג דערפון, ווייל אפילו טראכטן און זיך דערמאנען דערפון, לייגט מיר עס אריין און אזא טשילס אז איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טוהן.

עטליכע מאל ווען דאס איז געשען, בין איך אנגעקומען אין שפיטאל מיט טשעסט פעין, (וואס האט גארנישט געהאט מיט די טשעסט). ועוד חזון למועד בל''נ ובעז''ה.
אז די האסט שוין דערמאנט, די שטוב טרייט (לעצטענס) זיך צי האלטן אבער ווען זי פלאצט (אין מיט רעכט) ווער איך ממש ציריסן אויף שברי שברים, ממש עס קען נעמען א שיינע שטיק צייט צי צוריק קומען צי זיך, ממש כקען מיר נישט רירן אלעס אלעס טוט וויי, מקען ממש פילן ווי עמן לאט זיך אויס.
שוין אבער וואס איז שייך?!

פאר דעם אליין דארף מען גיין פאר העלפ
די "צומאל דארט אויך נישט", האב איך נישט געמיינט אויף די ב"ב, נאר אויף די עצם סביבה אין שטוב, וואס ווען די פאניק גייט אויף אזא פארנעם אז אין שטוב פילט מען שוין אויך נישט סעיף, און מען פילט ווי עני מינוט עקט עס, ווערט די סעיף זאון אין שפיטאל צווישן דאקטורים ל"ע.

די נושא איבער וויאזוי די ב"ב נעמט עס אן איז א עקסטערע נושא פאר זיך, איך וועל דא לייגן א שטיקל פון א לענגערע מאמר איבער דעם ענין וואס יש איתי בכתובים, און איך האב עס שוין געשיקט צו אסאך אין אישי, אבער איך האלט אז עס איז נאך נישט ראוי לעלות על שלחן מלכים, און עס פעלט נאך הגה.

"אשתו כגופו"

די מציאות איז אז די זאכן פאלן שטארק צו לאסט אויף די ב"ב און די משפחה, און מען קען פון זיי גארנישט באהאלטן, און עס לוינט נישט פון זיי גארנישט צו באהאלטן, די ב"ב דארף מיטהאלטן פונקטליך וואס עס טוט זיך, און פונטקליך ווי מען האלט און וואס מען נעמט, און קען ארויסהעלפן מיט אסאך עצות, אז די עצם מציאות זאל נישט קומען צו אומאיינגענעמליכקייטן, ווי למשל ווען מען דארף גיין עסן ביים שווער אינדערהיים וכדו', און סתם אזוי זי זאל פארשטיין אז עס איז דא א פראבלעם, און אז מען ארבייט צוזאמען ארויסצוגיין פון דעם פראבלעם גייט עס שנעלער אין גרינגער, (בבחינת "צוויי פערד שלעפן בעסער") אבער מען דאף וואטשן אז מען זאל זיך נישט ארויפווארפן אויף איר, און אלעמאל זיך אויסרעדן צו איר, ווייל עס קען ברענגן אז די גאנצע קשר וואס מען האט ווערט געבויעט אויף וואס פילסטו יעצט, וואס האסטו געפילט וכדו', מען דארף טרייען די מערסטע וואס מען קען (נישט אלעמאל קען מען בכלל) אז עס זאל נישט אויסקלאפן אויף די שטוב, וועגן דעם איז גיט צו טוהן וואס איך האבן אויבן געשריבן, אז מען זאל האבן א חבר א ברודער צו וועם מען זאל קענען רעדן און "וויינען".

ביז אהער פונעם מאמר.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
ניכטער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 1:37 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניכטער »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:57 am
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:11 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm

די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
שטיי ווייט פון יענעם...
לאו דווקא, אויב ס'העלפט איז גוט. ענקזייעטי איז דמיון, די בעסטע וועג עס צו פייטן איז מיט קאנטער דמיון...
דאכצעך אז נאך בעסער איז, בכלל נישט צו פייטן,
נאר פשוט מסכים זיין און אננעמען דעי פילינג!
כדאי ארויסצוזאגן מיט א קלארקייט "איך בין מסכים צו שפירן אזוי, און איך גיי מיר ווייטער אן און לעבן"
א ניכטערן בליק אויף דעם שיכור'ן וועלט
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

קען זיין ביי יעדעם איז אנדערש.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

Spoke to my shvoger he's struggling with 7 year old with anxiety, relief and chaim medical send him to ODA but they don't have anyone available going around and around for weeks, this kid needs help ASAP, is there anyone that can help with referral or to help him getting into ODA or any other therapist this is really urgent
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”