Anxiety

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

איז אפשר שייך אראפצישרייבן דא די סיפטאנס פין עקסייעטי ?
אין וואס איס דאס א ענקסייעטי/פאניק אטעקע ?

(כהאב שוועריקייטן אנציגיין מיטן טאג טעגליכן לעבן אבער כווייס נישט פין ווי אנציהייבן)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ענקזייעטי בכללות איז טייטש אנגעצויגענקייט, א מילדע שטענדיגע פארעם פון מורא פאר עפעס וואס איז נישט בארעכטיגט צו מורא האבן דערפון, יעדע מעאנטש האט אין זיך דעם הרגש פון פחד און אנגעצויגנקייט וואס דער באשעפער הא מטביע געווען בכדי אז ער זאל מורא האבן פון וואס מען דארף מורא האבן, אבער צומאל, דורך אן אומריכטיגע בליק און צוגאנג צו א זאך, וועט דער מענטש פארטוישן דעם הרגש און עס נוצן אויף אן אומריכטיגע פלאץ.
במילא די סימפטאמס איז זייער פשוט, דער געפיל פון מורא און אנגעצויגנקייט, וואס האלט אן א לענגערע צייט געווענליך, און קלאפט אויס אין אומרוהיגקייט, מורא, שווערע געפילן, צומישטע געפילן, אומגעדולד צו אנדערע און צו זיך, וכדו'.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פאניק אטאקע איז גאר א צווייטע זאך, הגם דער שורש איז דאס זעלבע אז דער פחד פונעם מענטש איז נישט געפראגרעמט אויף די ריכטיגע וועג, זיינע מחשבות הייסן אים מורא האבן פון אן אומעקזיסטירענדע אביעקט, למשל דער פחד פון קלאסטערפאביע, א צוגעמאכטע פלעאץ, באמת האסטו נישט ואס מורא צו האבן פון דעם פלאץ, אבער דער אומריכטיכע פראגרעם שרייט אז די דארפסט יא מורא האבן און זיך באווארענען כאילו ביי א אמת'ע סכנה.
וואס עס געשעהט בי א פאנקי אטאקע איז אז די פחד געפילן געבן א באפאל דעם מענטש און נעמען אים איבער לגמרי, כאילו דער מענטש פילט ווען ער טרעפט זיך אין פראנט פון א קאר וואס גייט יעצט מש אריינקשיסן אין אים מיט קראפט, וואס אלע חושים און מחשבות ועורן פארטעמפט און דער פחד נעמט איבער דעם מענטש, און דער געפיל פון זוכן הילף מיטלען גיבט א שיס ארויף די ארדענאלין פונעם מענטש, וואס מאכט עס פילן ווי ער גייט חלש', קאלעפסן, אדער באקומען א הארץ אטאקע ח"ו, בשעת דער גאנצע פחד איז באזירט אויף גארנישט און נישט.
וואס נאך ווילט איר פארשטיין?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

גוט געשריבן! איך וואלט געזאגט אז ענקזייעטי איז ווען מען קען זיך שטילערהייט איינרעדן אז מיין פחד איז גארנישט, א פאניק אטאקע איז ווען מען טרעפט זיך פנים בפנים מיטן פחד.
לפנות בוקר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

די שורש איז אז א מענטש וויל א גאנצן טאג פילן אז ער איז גוט ער איז שטארק ער האט נישט קיין פראבלעמען וכו' אבער... טיף אין דער מענטש איז אייביג דא א שטילע פחד אז איך בין נישט גוט, אלע מענטשן זענען בעסער פון מיך, אין חדר האב איך אויך געפילט אז עפעס יעדער איינער האט די גמרא אין האנט אויסער איך... דאס איז נוגע ביי אלע זאכן וואס א מענטש טוט, סיי אין געזונט אז איך בין נישט געזונט, סיי ביי ביזנעס אז מיין ביזנעס איז נישט גוט, אין אויך ביי עבודת השם ווי דער מענטש פילט אז ער איז נישט גוט, און דער מענטש שלאגט זיך מיט דעם געפיל אייביג, איז דער מענטש האט א מוראדיגע פחד אז דער געפיל גייט ארויפקומען ממילא איז ער זייער אנגעצויגן און ער גייט אריין אין דעפרעסיע,
לפנות בוקר
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

ער בעט מען זאל אראפשרייבן סימפטאמס פון ענקזייעטי און פאניק, אוי טאטע ווי הייבט מען אן, עס איז דאך א גיהנום אויף די וועלט.

@לפנות בוקר און @Ban Mazel האבן דא אביסל אראפגעלייגט די אינערליכע פילינגס, איך וועל פרובירן אראפצולייגן די פיזישע סימפטאמס.

צום אלעם ערשט, מען פילט זיך נישט באקוועם מיט די סביבה, נישט קיין חילוק ווי מען איז, אמאל איז דא וואס מען האט א סעיף זאון וואס ווען מען איז דארט פילט מען געווענליך אקעי, אבער ווען די סביבה טוישט זיך קען די סעיף זאון אויך ווערן א פראבלעם.

לאמיר רעדן פון א מציאות, עס זענען דא מענטשן וואס שטייען אויף, גייען אין ביהמ''ד, גייען אין מקוה, און דאווענען, גייען אהיים, גייען צו די ארבייט ,קומען אהיים, אלעס פארט על מי מנוחות, זיי כאפן אפילו נישט אויף וואס זיי דארפן דאנקען.
עס זענען דא מענטשן וואס יעדע זאך איז א גיהנום, זיי שטייען אויף און הייבן אן טראכטן אקעי איך גיי דארפן היינט דורכגיין די פראבלעם פון די מקוה, מען קומט אן און מקוה און מען פילט עפעס זייער נישט רואיג מיט זיך, עס הייבן אן ארויפצושווימען אלע מיני מחשבות וואס מען האט זיך במשך די יארן אנגעהערט וואס איז געשען צו פארשידענע מענטשן אין מקוה, און מען האלט זיך אין איין בארואיגן אז נע מיט מיר וועט עס נישט געשען, ווייל איך פיל נאר אזוי, און יענער האט מסתמא געפילט סך ערגער און איך האלט נאך נישט ביי אזא מצב ווי יענער.
צוביסלעך גייט מען אריין אין בור און מען הייבט אן מורא האבן אז אפשר וועט מען זיך היינט דערטרענקן, אדער כאפן א הארץ אטאקע פונקט אין בור, אבער מיין טשעסט טוט נאר וויי אינגאנצן ביי די לינקע זייט נעבן די הענט און אביסל ארויפציהר אפשר איז עס פלעין די אקסל ווייל די הארץ איז מער פון אינמיטן פון דעם מענטש אביסל צו די לינקע זייט, (נעכטן ווען עס האט אים ווי געטוהן אינמיטן האט ער זיך בארואיגט אויף פארקערט אבער...) ממילא איז עס מסתמא נישט די הארץ, אבער אפשר די לינגען, איך האב אמאל געליינט ווי די לינגען איז, אבער איך קען מיך נישט יעצט דערמאנען, אפשר האב איך א נעמאניע און איך ווייס נישט דערפון ,איך געדענק אז איינמאל האט מען פרייטאג צונאכטס אריינגעפירט מיין שכן אין שפיטאל מיט א נעמאניע, און ער האט אפילו נישט געהוסט אדער זיך געמוטשעט פארדעם מיטן אטעמען, אלעס איז אנגעקומען פלוצלונג, אה איך דערמאן מיך יעצט אז די נעמאוניע האט געברענגט א מילדע הארץ אטאקע, אבער ניין איך האלט נישט דארט איך בין געזונט אין שטארק, איך בין דאך אייער נעכטן געלאפן צום דאקטער מיט טשעסט פעין און ער האט געמאכט א EKG, מיט א טשעסט עקסערעי און אלעס איז געווען גוט, אבער אפשר האט די דאקטער פארזעהן עפעס, אדער אפשר איז עפעס געשען און די צוויי טעג.
און אזוי גייט ער ארויס פון בור און טוט זיך אן, און מען קען זיך שוין פארשטעלן וואספארא דאווענען ער האט געדאווענט, זיך יאגענדיג צוריק צו זיין סעיף זאון, אבער אינצווישן זיך ממש צווויינט און געבעטן ביי רפאינו אז דער רופא כל בשר זאל אים מרפא זיין, ער זעהט זיך שוין ביי די פערציג ליגן און שפיטאל און זיין קראנק אגאנץ לעבן רח''ל.

ער קומט אן אינדערהיים אה דא איז ער רואיג, דאס איז זיין סעיף זאון, עס טוט אים מער ווייניגער גארנישט וויי, ווייל פון די מינוט וואס ער איז ארויס פון ביהמ''ד האבן זיך זאכן אנגעהויבן בארואיגן, און ביז ער איז אנגעקומען אינדערהיים איז ער שוין געווען מער ווייניגער רואיג, ער עסט פרישטאג, טיף אינעווייניג נאגט אים נאך עפעס אבער עס איז צום אויסהאלטן, ער איז דאך אינדערהיים, און אפילו עס וועט עפעס געשען מיט אים איז דא ווער עס זאל קער נעמען פון אים, אבער ער דארף גיין ארבייטן...

עס האט זיך פארצויגן לענגער ווי איך האב געמיינט, ווייל די מחשבות גייען דורך און סעקונדעס אבער אראפשרייבנדיג איז עס זייער לאנג, אויב איך וועל זעהן א אינטערעסע דורך "לייקס אדער דורך "גא''מ" וועל איך בעז''ה ממשיך זיין.

איך וויל אויסשמועסן דריי זאכן
1. די ענקזייעטי במשכ'ן טאג. (וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן דא אבער מען קען ממשיך זיין מיטן גאנצן סדר היום אויב דער עולם איז אינטערעסירט.)
2. די סעיף זאון.
3. פאניק אטאקע.

נ.ב. אזוי ווי @לפנות בוקר האקט - קען די ענקזייעטי פונקט אזוי זיין ווי, אוי יענער קוקט אויף מיר וואס טראכט ער וועגן מיר? איך קוק אויס ווי א נארמאלע מענטש? וכו' וכו', אבער דיבר הכתוב בהוה, געווענטליך ביי רוב מענטשן קומען ארויס די סימפטאמס דורך ענקזייעטי פארן געזונט, ווייל די סימפטאמס ווערן פיזיש. ועוד חזון למועד.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

יו ברענגסטו מיר ארויף קאשמארן, נישט לאנג צוריק בין איך איך דורכגעגאנגען ממש ווארט ביי ווארט ווי דו לייגסט עס אראפ, איך האב עס אבער קיינמאל נישט געקענט מסבר זיין ווי אזוי און וואס איך שפיר, האפענטליך איז עס געווען דאס ערשטע און לעצטע מאל.
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

תגובה דורך Thank you »

ענקזייעטי און איין ווארט איז א טעכנישע פאלטשע פייער אלארם אישו...

די אייבישטער האט געמאכט און די תיבה אז א ווען א מענטש קומט פנים אל פנים מיט א בער זאלן זיך אלע אלארמס אנצינדן אויף היי אלערט...

ענקזייעטי איז אז די סכנה אלארם צינד זיך אן פאר די גייסט אריין צו א פארהער אדער פאר די גייסט רעדן צום עושר פון שטאט וכו' ווייל דיין מוח רעדט זיך איין אז ס'איז א סכנה...

אויפן שפיץ נאדל.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm

און וואס האסטו געטוהן האסט צוריקגעטוישט?

נ.ב. איך טרינק נישט קיין סינק וואסער.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

תגובה דורך מפי השמועה »

מיר האט מען געזאגט פארקערט
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:47 pm
ענקזייעטי און איין ווארט איז א טעכנישע פאלטשע פייער אלארם אישו...

די אייבישטער האט געמאכט און די תיבה אז א ווען א מענטש קומט פנים אל פנים מיט א בער זאלן זיך אלע אלארמס אנצינדן אויף היי אלערט...

ענקזייעטי איז אז די סכנה אלארם צינד זיך אן פאר די גייסט אריין צו א פארהער אדער פאר די גייסט רעדן צום עושר פון שטאט וכו' ווייל דיין מוח רעדט זיך איין אז ס'איז א סכנה...

אויפן שפיץ נאדל.
דברים נכונים
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm

עס האט זיך פארצויגן לענגער ווי איך האב געמיינט, ווייל די מחשבות גייען דורך און סעקונדעס אבער אראפשרייבנדיג איז עס זייער לאנג, אויב איך וועל זעהן א אינטערעסע דורך "לייקס אדער דורך "גא''מ" וועל איך בעז''ה ממשיך זיין.

איך וויל אויסשמועסן דריי זאכן
1. די ענקזייעטי במשכ'ן טאג. (וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן דא אבער מען קען ממשיך זיין מיטן גאנצן סדר היום אויב דער עולם איז אינטערעסירט.)
2. די סעיף זאון.
3. פאניק אטאקע.

נ.ב. אזוי ווי @לפנות בוקר האקט - קען די ענקזייעטי פונקט אזוי זיין ווי, אוי יענער קוקט אויף מיר וואס טראכט ער וועגן מיר? איך קוק אויס ווי א נארמאלע מענטש? וכו' וכו', אבער דיבר הכתוב בהוה, געווענטליך ביי רוב מענטשן קומען ארויס די סימפטאמס דורך ענקזייעטי פארן געזונט, ווייל די סימפטאמס ווערן פיזיש. ועוד חזון למועד.
שרייבסט פיין!!

כ'וויל אויך זאלסט שרייבן וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון ענקזייעטי וכו'
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3095
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm

WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:48 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
און וואס האסטו געטוהן האסט צוריקגעטוישט?

נ.ב. איך טרינק נישט קיין סינק וואסער.
אויפגעהערט טרינקן די סינק וואסער און צוריק אנגעהויבן טרינקן די ספרינג וואסער
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
שטיי ווייט פון יענעם...
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
אפשר ווייל די ספרינג וואסער האט א @פלעסטיק באטל איז דאס מער געאייגענט פאר דיר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3095
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:10 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm
פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:42 pm
מיר האט מען געזאגט עס איז געקומען נאכן טוישן פון געהעריגע ספרינג וואסער צו פילטערט סינק וואסער.
די תגובה איז ערנסט אדער ליצנות?
WOW גוט געפרעגט

לאמיר צוזאמען טראכטן, אין אויב איז עס יא אמת זאג פאר יענעם העלטי משוגענער זאל גיין משוגע מאכן אנדערע
יענער האט מיר מסביר געווען אז די געפילטערטע סינק וואסער האט אין זיך קעמיקעלס וואס דאס קען אמאל מאכן די מענטש צודרייט וויבאלד כס איז נישט די עכטע וואסער און עס ברענגט מען זאל ווערן דיהיידערעטעיד. און אזא צייט הייבט די מוח אן צו פארן אוו ביי אסאך מענטשן קען עס ברענגען אזוי צו שפירן.
שוין אויך געהערט כל המינע זאכן פין די זרגערס - גיי ווייס צי ווייסן וואס זיי רעדן הגם: אסאך מאל זענען זיי נישט אפגעפרעגט
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

@מיטלייד
אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן!

סאיז א געפיל וואס זאגט בעיסיקלי "ביסט אין ערגעץ נישט סעיף, בלייב נאר אינדערהיים".
און צומאל דארטן אויך נישט .
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:07 am
Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
דעפרעסיע מיט ענקזייעטי זענען געקניפט און געבינדן, ווען מרעדט זיך איין אז מוויל אנגיין מיטן טאג קומט די ענקזייעטי שטערן, און ווען מאיז שוין יא רואיג, האט מען נישט קיין מוהט קיין דרייוו קיין גארנישט, צו אנגיין מיטן טאג.

הכלל, די סובקאנטשעס איז עפעס געווארן נישט צופרידן מיט וואסאימער, און פרובירט אונטער צושטעקן פיסלעך צו ברענגן די גאנצע ביז יעצטיגע הלוך ילך צו אן אפשטעל.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

Thank you האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:08 pm
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm

עס האט זיך פארצויגן לענגער ווי איך האב געמיינט, ווייל די מחשבות גייען דורך און סעקונדעס אבער אראפשרייבנדיג איז עס זייער לאנג, אויב איך וועל זעהן א אינטערעסע דורך "לייקס אדער דורך "גא''מ" וועל איך בעז''ה ממשיך זיין.

איך וויל אויסשמועסן דריי זאכן
1. די ענקזייעטי במשכ'ן טאג. (וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן דא אבער מען קען ממשיך זיין מיטן גאנצן סדר היום אויב דער עולם איז אינטערעסירט.)
2. די סעיף זאון.
3. פאניק אטאקע.

נ.ב. אזוי ווי @לפנות בוקר האקט - קען די ענקזייעטי פונקט אזוי זיין ווי, אוי יענער קוקט אויף מיר וואס טראכט ער וועגן מיר? איך קוק אויס ווי א נארמאלע מענטש? וכו' וכו', אבער דיבר הכתוב בהוה, געווענטליך ביי רוב מענטשן קומען ארויס די סימפטאמס דורך ענקזייעטי פארן געזונט, ווייל די סימפטאמס ווערן פיזיש. ועוד חזון למועד.
שרייבסט פיין!!

כ'וויל אויך זאלסט שרייבן וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון ענקזייעטי וכו'
ווען איך וועל פטור ווערן בעז''ה.....
וויצן אין א זייט געלייגט, איך וועל בל''נ אנקומען צו דעם אויך, אבער די קורצע תירוץ איז טעראפי מיט מעדיקעשאן, (הגם עס זענען דא אסאך וואס שרייען אז מען טאר נישט,) איך האלט היינט איינס און אהאלב יאר נאכן אנהייבן טעראפי, און דריי חדשים נאכן ענדיגן טעראפי. און כמעט א יאר נאכן אנהייבן מעדיקעשאן, און מיין טאג טעגליכע לעבן אז ב"ה 99% מסודר, (קיין הונדערט איז דאך קיינמאל נישט דא,) יא, עס זענען נאך דא שוועריקייטן דא און דארט, אבער מיטן באשעפער הילף קומט מען עס איבער, און בעז''ה וועל איך פרובירן יעדע שטיק צייט צו שרייבן דערוועגן, ביז מען וועט אנקומען צו די היילונג.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: Anxiety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

ונפשי שפכי כמים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:07 am
Ban Mazel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:45 am
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:41 am
מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:31 pm
א גרויסן שכח פאר ענק אלע ובפרט פאר מיטלייד וואס איז האט עס ממש אראפ געשפילט לעבעדיג.

יעצט צום עצם הענין: איך וועל אויסשמועסן וואס איך פיל אין ענק וועלן זאגן וואס דאס איז.
גייסטיש:אנגעצויגן, נישט רואיג, אומגעדילדיג, פילן זייער נישט מסודר, פילן זייער נישט צופרידן מיט זיך, אין אסאך מאל מאכט זיך אז עס כאפט אן אזא שווייס פין די קאפ ביז אראפ אין מען דארף זיך ממש אראפ זעצן אין זיך בארואיגן, אין נאך ערגער קען זיך מאכן ווען מען איז צווישן מענטשען אין עס כאפט אן אזא פרעשור כווייס אויך נישט וואס אבער מען הייבט אן צי פילן מורה'דיג נישט באקוועם ביז מען פילט אז מען גייט ממש פלאצן אין מען וויל ממש געבן א שריי אדער עפעס ווארפן מען פילט עפעס ווי העכער די קאפ איז אזוי פארוואלקענט וכוי' .
פיזיש:שטארקע ווייטאגן ביי די דזשונט, אלע מוסקלען פילן זיך צוזאם געצויגן, ממש מען קען זיך נישט האלטן נישט די קאפאין נישט די גוף.
איך וואלט קאנעקטעט די פיזיש מיט די גייסטישע מצבים ד.ה. ווען כפיל נישט מסודר גייסטיש קומען געווענטליך די פיסישע ווייטאגן, אבער עס איז לאו דוקא אין אסאך מאל קען מען פלען פילן די פיזישע שוואכקייטן.
וויכטיג צי באטאנען די אלע זאכן איז ב"ה נישט אויף דעלי בעסיס עס איז דא וואס מאכט זיך איין מאל אין א יובל בערך וכוי' -
אין איך וואלט געזאגט אז ווען איך פיל בסדר בין איך שטארק אין אלע ענינים אין איבעראל (עכ"פ אזוי מיין איך) אין ווען כפיל אז כפיל נישט גוט קען עס אויסקלאפן איבעראל כפיל אז די קאפ איז שוואך אימאשעניל אבער איינמאל עס גייט אדורך איז אלעס בעק טא נארמעל =
איך בין נישט קיין טעראפיסט, און אודאי נישט קיין דאקטער, ממילא קען איך נישט געבן קיין דייעגנאוז, וואס איך קען דיר יא געבן איז מיין עקספיריענס, שלא ... כדרך ש... פלוני.
איך האב 20 יאר געליטן ביז איך בין געקומען צו די הכרה און געגאנגען נעמען העלפ, און יעצט נאך אנדערט האלבן יאר נאכן באגיין די שרעקעדיגע שריט, דאנק איך און איך לויב דעם רבוש''ע פארן מיר געבן דעם קוראש דערצו. דאס איז מיין עקספיריענס און קורצן.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”