סיפורי צדיקיםהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 19, 2023 12:17 pm
א אינטרעסאנטע זאך יעדעס מאל ווען איינער פרעגט ווי די מקור פון די סגולה איז (סיי ווען ס'ווערט געפרעגט דא אדער אין איינע פון די אויסגאבעס) קומט נישט צוריק קיין תשובה פון א מקור נאר פארוואס די סגולה איז מסודר, איז נאכאמאל איינער קען אפשר ברענגען א מקור אויף דעם סגולה???? ערגעץ אין דעם אשכול האט איינער געברענגט א צעטיל ווי איינער שרייבט אז ער האט געזעהן די סגולה אין ספר סגולת אברהם, ווייסט איינער וואס דער ספר איז און ווער דער מחבר איז? און גראדע אויף יענעם צעטיל שרייבט יענער אז ער טראכט פון 4 זאכן וואס מ'קען צולייגן צו דעם סגולה איינע פון די זאכן אז מ'זאל צוזאגן צו מפרסם זיין און אז ס'איז בעסער עס צו מאכן ביים ציון פון ר' מתיא בן חרש, וואס דאס שרייבט דאך שוין דער בעל הצעטיל אליינס, און היינט איז שוין צוזאגן א חלק פון די סגולה אויב נישט ארבייט עס נישט, און לעצטנס ווערט נתפרסם אז די סגולה ארבייט נאר פאר איין ישועה אויב דארף מען א צווייטע ישועה מוז מען מאכן נאכאמאל די סגולה, קוקט שוין באלד אויס אז דער באשעפער ח"ו מאנגלט אין העלפן אידן און אויב דארף מען צוויי ישועות מוז מען באצאלן דערפאר מיט נאכאמאל מאכן די סגולה, ח"ו, שוין גיי פארשטיי די מענטשהייט...
די לענגסטע צייט וואס מענטשן האבן שוין געוואוסט פונעם סגולה, איז דערווייל 20 יאר. אויב איינער ווייסט מער, אדרבה.
ווי זעהסטו אז מ'ווייסט שוין 20 יאר דערפון?
לויט מיין ריסירטש. אין א אינטערוויו זאגט "ר' מתיא" פון א"י אזוי פאר דרעזדנער. חוץ פון דעם וואס ארום 15 יאר צוריק האט מיינס א משפחה מיטגליד עס געהערט פון ירושלימ'ער אידן.
איז עס א מקור?
געהערט פון מיין זיידע פון א"י אז ער האט שוין געהערט דערפון אלץ קינד! דאס קומט אויס בערך 60 יאר צוריק!!
נב. מיין חתימה
און חוץ דיין זיידע האט קיינער נישט געוויסט דערפון ביז לעצטנס? פלא
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איך העל דא ארויפלייגן א מעשה וואס איך האב געהאט כסלו תשפ"ג ביים ציון פון דעם הייליגען תנא רבי מתיא בן חרש ע"ה,
איך בין געווען אין ארץ ישראל און פארשטייט זיך געגאנגען צו קברים פון הייליגע תנאים און אמוראים און בעל מקובלים, פון מירון ביים ציון פון דעם תנא האלוקי רשב"י זי"ע, קבר הלל הזקן קבר רבי אושעיא איש טיריא קבר רבי יהודה בר אלעאי קבר התנא רבי כרוספדאי קבר אביי ורבא קבר רבי יונתן בן עוזיאל דערנאך דעם ביה"ח הישן אין צפת ווי עס ליגט דער הייליגער אר"י הקדוש, רמ"ק, רבי שלמה אלקבץ, רבי אלעזר אזכרי, אלשיך הקדוש, המבי"ט, מהר"י בריב בית יוסף, בת עין, באר מים חיים, ערבי נחל, לייב בעל יסורים, ועוד, ווען איך האב גענדיגט דעם צפת'ע ביה"ח איז געווען א שעה צום זמן, און איך האב געהאט א נאנטן קרוב וואס ליידט שוין פאר א שטיק צייט אויף א שווערע זאך ביי די אויגן, און די אויגן האלט זיך נישט אפען געהעריג, און ער גייט פון דאקטאר צו דאקטאר זעהן אויב מען קען טרעפן א רפואה פארדעם, האב איך אפגעמאכט נאכן הערן אזוי פיל פון אידן וואס ווערן געהאלפן מיט ישועות און ספעציעל מיט די אויגן ביים ציון הקדוש פון רבי מתיא בן חרש, און אויך לייענדיג די געוואלדיגע קדושה וואס דער תנא האט געהאט מיטן זיך היטן די אויגן, וואס ווי באקאנט האט ער באקומען א הבטחה פון רבוש"ע אליין אז דער יצר הרע וועט מער קיינמאל נישט האבן קיין שליטה אויף אים, בין איך ארויס פון וועג בערך א האלבע שעה צום ציון פון רבי מתיא בן חרש, עס האט גענומען אביסל כוחות צו טרעפן דעם פלאץ, אבער בחסדי השם האב איך דאס געטראפן, און איך האב געזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים און אויך די גאנצע סדר וואס איז מקובל צו טון ביי דעם ציון, און אנגעצינדן 18 ליכט, און אוועק פון דארט זייענדיג זיכער מיט אמונה אז איך האב דא געפויעלט א ישועה פאר מיין קרוב,
איך בין געווען ביים ציון בערך 4:30 נאכמיטאג ארץ ישראל זייגער, וואס דאס איז בערך 10:30 די זייגער אין אמעריקע,
איך שיק א שיינעם מעסעדטש פאר מיין קרוב אז איך האב אים אינזין געהאט ביים קבר פון רבי מתיא בן חרש, און איך בין זיכער אז איך האב געפויעלט א גרויסע ישועה,
דעם קומענדיגן פארנאכטס בערך 7:00 אזייגער רופט מיך אן דער קרוב און זאגט מיר איך האב יעצט געזען דיין אימעל א טאג שפעטער, און איך וויל דיר דערציילן וואס דא איז פארגעקומען, נעכטן צופרי בערך 10:30 (ממש די צייט וואס איך בין געווען ביים ציון) באקום איך א טעלעפאון קאל פון א דאקטאר וואס איך פראביר שוין א שטיק צייט צו באקומען אן אפוינטמענט פאר די אויגן, אבער עס גייט נישט, און זיי זאגן מיר מארגען צופרי זיי דא ביי אונז 10:00 אזייגער,
דערציילט ער מיר אז ער קומט יעצט פונעם דאקטאר און ער האט באקומען א מעדעצין וואס ער נעמט, און יעצט בשעת ער רעדט צו מיר האט ער די ערשטע מאל געקענט האלטן אפען די אויגן אן דארפען עס אנהאלטן מיט די האנט, און ער זעהט ב"ה כמעט אינגאנצען געהעריג,
יעצט פאר די אלע וואס גלייבן נישט אדער האבן ספיקות אויב די סגולה פון דעם ציון העלפט אדער נישט, וועל איך זאגן אז עס קען זיין אז ביים גיין אויף די אנדערע קברים האב איך אויך געפויעלט א ישועה, אבער ווי עס ווערט געברענגט פון צדיקים, אז אויב א מענטש גלייבט נישט אז א צדיק קען אים העלפן איז באמת א שאד צו גיין צו קברים פון צדיקים אדער תנאים און אמוראים, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס דער באשעפער שיקט אראפ צדיקים אויף די וועלט איז כדי דורך דעם צדיק זאל שטערקער ווערן אונזער אמונה אונעם גרויסן באשעפער, און אויב גלייבט מען נישט אין דעם צדיק העלפט דאס נישט,
ס'ווערט נאר בעסער און בעסער איך ליין יעצט די קול הציבור שטייט דארט אזוי: איך האב געטוהן די סגולה פון רבי מתיא בן חרש אויך די גע'טובל'ט עטליכע טבילות לעילוי נשמתו און צוגעזאגט צו מפרסם זיין און געזעהן א ישועה זעהט אויס אז דעם פריערדיגן איז נאך נישט איינגעפאלן צו צולייגן צו די סגולה אויך גיין אין מקוה, אבער גיב עס אפאר טאג און לכאו' וועט דאס זיין א חלק פון די סגולה...
ס'ווערט נאר בעסער און בעסער איך ליין יעצט די קול הציבור שטייט דארט אזוי: איך האב געטוהן די סגולה פון רבי מתיא בן חרש אויך די גע'טובל'ט עטליכע טבילות לעילוי נשמתו און צוגעזאגט צו מפרסם זיין און געזעהן א ישועה זעהט אויס אז דעם פריערדיגן איז נאך נישט איינגעפאלן צו צולייגן צו די סגולה אויך גיין אין מקוה, אבער גיב עס אפאר טאג און לכאו' וועט דאס זיין א חלק פון די סגולה...
סיפורי צדיקיםהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 19, 2023 12:17 pm
א אינטרעסאנטע זאך יעדעס מאל ווען איינער פרעגט ווי די מקור פון די סגולה איז (סיי ווען ס'ווערט געפרעגט דא אדער אין איינע פון די אויסגאבעס) קומט נישט צוריק קיין תשובה פון א מקור נאר פארוואס די סגולה איז מסודר, איז נאכאמאל איינער קען אפשר ברענגען א מקור אויף דעם סגולה???? ערגעץ אין דעם אשכול האט איינער געברענגט א צעטיל ווי איינער שרייבט אז ער האט געזעהן די סגולה אין ספר סגולת אברהם, ווייסט איינער וואס דער ספר איז און ווער דער מחבר איז? און גראדע אויף יענעם צעטיל שרייבט יענער אז ער טראכט פון 4 זאכן וואס מ'קען צולייגן צו דעם סגולה איינע פון די זאכן אז מ'זאל צוזאגן צו מפרסם זיין און אז ס'איז בעסער עס צו מאכן ביים ציון פון ר' מתיא בן חרש, וואס דאס שרייבט דאך שוין דער בעל הצעטיל אליינס, און היינט איז שוין צוזאגן א חלק פון די סגולה אויב נישט ארבייט עס נישט, און לעצטנס ווערט נתפרסם אז די סגולה ארבייט נאר פאר איין ישועה אויב דארף מען א צווייטע ישועה מוז מען מאכן נאכאמאל די סגולה, קוקט שוין באלד אויס אז דער באשעפער ח"ו מאנגלט אין העלפן אידן און אויב דארף מען צוויי ישועות מוז מען באצאלן דערפאר מיט נאכאמאל מאכן די סגולה, ח"ו, שוין גיי פארשטיי די מענטשהייט...
די לענגסטע צייט וואס מענטשן האבן שוין געוואוסט פונעם סגולה, איז דערווייל 20 יאר. אויב איינער ווייסט מער, אדרבה.
ווי זעהסטו אז מ'ווייסט שוין 20 יאר דערפון?
לויט מיין ריסירטש. אין א אינטערוויו זאגט "ר' מתיא" פון א"י אזוי פאר דרעזדנער. חוץ פון דעם וואס ארום 15 יאר צוריק האט מיינס א משפחה מיטגליד עס געהערט פון ירושלימ'ער אידן.
איז עס א מקור?
מען זעהט נאך פון די זמן הגמרא מנהגים פון אנשי ירושלים ( לולב ואתרוג כל היום וכדו') און אזוי זעהט עד פוסקי זמננו געוויסע מנהגים וואס שטאמט פון אנשי ירושלים. אבער דאס באדייט נישט אז יעדער שקרן קען זיך אנהענגען אויף יעדען ירושלימער בעל דמיון.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
סיפורי צדיקיםהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 19, 2023 12:17 pm
א אינטרעסאנטע זאך יעדעס מאל ווען איינער פרעגט ווי די מקור פון די סגולה איז (סיי ווען ס'ווערט געפרעגט דא אדער אין איינע פון די אויסגאבעס) קומט נישט צוריק קיין תשובה פון א מקור נאר פארוואס די סגולה איז מסודר, איז נאכאמאל איינער קען אפשר ברענגען א מקור אויף דעם סגולה???? ערגעץ אין דעם אשכול האט איינער געברענגט א צעטיל ווי איינער שרייבט אז ער האט געזעהן די סגולה אין ספר סגולת אברהם, ווייסט איינער וואס דער ספר איז און ווער דער מחבר איז? און גראדע אויף יענעם צעטיל שרייבט יענער אז ער טראכט פון 4 זאכן וואס מ'קען צולייגן צו דעם סגולה איינע פון די זאכן אז מ'זאל צוזאגן צו מפרסם זיין און אז ס'איז בעסער עס צו מאכן ביים ציון פון ר' מתיא בן חרש, וואס דאס שרייבט דאך שוין דער בעל הצעטיל אליינס, און היינט איז שוין צוזאגן א חלק פון די סגולה אויב נישט ארבייט עס נישט, און לעצטנס ווערט נתפרסם אז די סגולה ארבייט נאר פאר איין ישועה אויב דארף מען א צווייטע ישועה מוז מען מאכן נאכאמאל די סגולה, קוקט שוין באלד אויס אז דער באשעפער ח"ו מאנגלט אין העלפן אידן און אויב דארף מען צוויי ישועות מוז מען באצאלן דערפאר מיט נאכאמאל מאכן די סגולה, ח"ו, שוין גיי פארשטיי די מענטשהייט...
די לענגסטע צייט וואס מענטשן האבן שוין געוואוסט פונעם סגולה, איז דערווייל 20 יאר. אויב איינער ווייסט מער, אדרבה.
ווי זעהסטו אז מ'ווייסט שוין 20 יאר דערפון?
לויט מיין ריסירטש. אין א אינטערוויו זאגט "ר' מתיא" פון א"י אזוי פאר דרעזדנער. חוץ פון דעם וואס ארום 15 יאר צוריק האט מיינס א משפחה מיטגליד עס געהערט פון ירושלימ'ער אידן.
איז עס א מקור?
געהערט פון מיין זיידע פון א"י אז ער האט שוין געהערט דערפון אלץ קינד! דאס קומט אויס בערך 60 יאר צוריק!!
נב. מיין חתימה
ר' בנציון שענקער האט אמאל פארציילט אויף איינע פון זיינע נגונים וואס ער האט מחבר געווען נאכן קריג. אמאל זינגענדיג דעם ניגון האט אים איינער געזאגט אז ער געדענק נאך ווען זיין זיידע פלעגט זינגען דעם ניגון פארן קריג...
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
ס'ווערט נאר בעסער און בעסער איך ליין יעצט די קול הציבור שטייט דארט אזוי: איך האב געטוהן די סגולה פון רבי מתיא בן חרש אויך די גע'טובל'ט עטליכע טבילות לעילוי נשמתו און צוגעזאגט צו מפרסם זיין און געזעהן א ישועה זעהט אויס אז דעם פריערדיגן איז נאך נישט איינגעפאלן צו צולייגן צו די סגולה אויך גיין אין מקוה, אבער גיב עס אפאר טאג און לכאו' וועט דאס זיין א חלק פון די סגולה...
ס'ווערט נאר בעסער און בעסער איך ליין יעצט די קול הציבור שטייט דארט אזוי: איך האב געטוהן די סגולה פון רבי מתיא בן חרש אויך די גע'טובל'ט עטליכע טבילות לעילוי נשמתו און צוגעזאגט צו מפרסם זיין און געזעהן א ישועה זעהט אויס אז דעם פריערדיגן איז נאך נישט איינגעפאלן צו צולייגן צו די סגולה אויך גיין אין מקוה, אבער גיב עס אפאר טאג און לכאו' וועט דאס זיין א חלק פון די סגולה...
וויפיל איך האב געהערט ביי מיינע עלטערן איז געווען גאר אסאך סגולות מקובל פון דורות, אבער אלע סגולות האבן געארבעט נאר אויב מען האט באמת געגלייבט אז דער צדיק אדער סגולה וועט העלפן, ווייל די עיקר וואס אידן האבן אין גלות איז אמונה אונעם באשעפער און דאס קומט דורך אמונת צדיקים,
יעצט די קענסט גלייבן און בעזהשי"ת ווערן געהאלפן, אדער קענסטו ווייטער גיין אויף דיין וועג און גארנישט טון,
לגבי די סגולה פון רבי מתיא בן חרש, וויפיל קאסט שוין דאס ביסל ליכט און זאגן די תהילים און אנדערע זאכן, און אויב עס העלפט איז דאס ווערט יעדע פרוטה,
אבער דאס איז זיכער לויט וואס עס שטייט אין מדרש אויף רבי מתיא בן חרש רעדט מען דא פון איינע פון די גרויסע הייליגע תנאים און עס איז זיכער אז מען קען ביי אים פויעלען ישועות,
מעשה היה ברבי מתיא בר חרש, שהיה עשיר, וירא שמים, ובעל מדות טובות, ורודף מצווה וצדקה, ומהנה תלמידי חכמים מנכסיו, והיו יתומים ואלמנות מצוין על שלחנו תמיד, וכל ארחותיו ביושר, וכל ימיו עוסק בתורה כרבי מאיר רבו, והיה זיו פניו מבהיק כזוהר השמש, ואמרו עליו שמימיו לא הסתכל באשת איש ולא באשה אחרת. פעם אחת היה יושב ועוסק בתורה, ועבר השטן וראהו ונתקנא בו, אמר אפשר צדיק בלא חטא בעולם? מיד עלה למרום ועמד לפני הקב"ה ואמר: רבש"ע מתיא בן חרש מהו לפניך? אמר לו צדיק גמור. אמר תן לי רשות ואנסנו. נתן לו רשות. מיד הלך ומצאו יושב ועוסק בתורה, נדמה לו כאשה יפה שלא היה כיופיה... כיון שראה אותה הפך פניו לאחוריו, חזר השטן והלך כנגד פניו, החזיר פניו לצד אחר והשטן כנגד פניו. כיון שראה שמתהפכת לכל הצדדים, אמר בלבו מתיירא אני שמא ישלוט בי יצר הרע. ומה עשה אותו צדיק, קרא לאחד מתלמידיו שהיה משמשו, ואמר לו בני לך והביא לי אש ומסמרים. כיון שהביאם הבעירם באש, ונעץ אותם בעיניו. וכיון שראה השטן כך, נבהל ונרתת והלך מעליו, ועלה למרום, ואמר רבש"ע כך וכך היה המעשה. מיד קרא הקב"ה לרפאל שר של רפואות, ואמר לו לך ורפא עיני מתיא בן חרש, הלך רפאל המלאך ועמד בו, אמר ר' מתיא מי את? אמר לו אני רפאל המלאך שלוחו של הקב"ה ששלחני לרפאות את עיניך. השיבו איני רוצה מה שהיה היה, חזר רפאל לפני הקב"ה ואמר לו כך וכך אמר לי מתיא בן חרש, אמר לו הקב"ה לך אמור לו, מהיום ואילך אל תירא, אני ערב לך בדבר זה שלא ישלוט בך יצה"ר כל ימי חייך, כיון ששמע מפי המלאך קבל רפואתו ונתרפא” (מדרש תנחומא (בובר) פרשת חקת - הוספה סימן א).
דער עיקר דער באשעפער זאל שיקן השפעות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, בזכות די אלע צדיקים הקדמונים זי"ע,
ס'ווערט נאר בעסער און בעסער איך ליין יעצט די קול הציבור שטייט דארט אזוי: איך האב געטוהן די סגולה פון רבי מתיא בן חרש אויך די גע'טובל'ט עטליכע טבילות לעילוי נשמתו און צוגעזאגט צו מפרסם זיין און געזעהן א ישועה זעהט אויס אז דעם פריערדיגן איז נאך נישט איינגעפאלן צו צולייגן צו די סגולה אויך גיין אין מקוה, אבער גיב עס אפאר טאג און לכאו' וועט דאס זיין א חלק פון די סגולה...
--- בידעי ומכירי פון א תמימות'דיגע אידענע וואס האט געמאכט די סגולה, און נישט וועלנדיג אז די הויז זאל ווערן צו אנגעהיצט פון אכצן ליכט וואס ברענען, האט זי... זיי געצינדן אין א בעקעלע און אריינגעשטעלט אין אויוון (נישט פרובירן אינדערהיים!)
די סגולה האט כמעט געהאלפן זי זאל טרעפן א נייע דירה... ב"ה זי האט באצייטנס באמערקט די פלאמען ארויסשיסן און מען איז אפגעקומען מיט מילדע שאדנס
מען דארף געהעריג מאכן "פובליק וואכזאמקייט" אין דעם נושא
נעכטן האב איך געזען אין די מאנסיער קול הציבור א בריוו, אז איינער האט נעבעך געמיינט אז מען דארף פאר דעם סגולה אנצינדן "אכצן מאל אכצן" ליכט... און ער האט געצינדן ביי זיך אין שטוב גאנצע טעצער מיט ליכט, וועלכע האבן זיך שפעטער צוזאמגעשטעלט אין א שיינע מדורה לכבוד התנא... דער איד האט געהאט מזל און שכל און - נאכ'ן איינזען אז גיסן וואסער מאכט נאר ערגער - געכאפט א פייער עקסינגווישער און דאס פארלאשן, מיט מינימאלע רייניגונג שאדנס צום הויז.
אידן, שכל ביטע
דאכצעך ביי קאראנע זענט איר אויך געווען פון ד מזלזלים אויף מנהגי ישראל וועגן א.ג. ”געזונטהייט”....
מנהגי ישראל געווארן? איך האב נישט געגלייבט אז די זאכן גייען אזוי שנעל ארויס פון גדר דמיון, משוגעת, אוןקריסליכע פארגלייבטקײַטן, ביזן ווערן א מנהג ישראל גאר, און דער וואס איז מזלזל אין דעם איז חלילה.....