האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לעפקאוויטש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:07 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעפקאוויטש »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: כ'זעה אז קיינער דערמאנט עס נאכנישט דא.
אין וומסב"ג האט געוואוינט א יוד, א פייערדיגע סאטמארע חסיד, ר' מאיר שטיין ע"ה, ער איז אוועק אפאר יאר צוריק.

בערך א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א בוך 'ר' מאיר אומר' מיט זיין לעבנס ביאגראפיע, שטייט דארט אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש ע"ה.

אגב שטייט דארט וועגן די קבירה פון ר' יעקב יוסף:
ידרים האט געשריבן:
קליינווארדיין האט געשריבן: וואו ליגט ר' יעקב יוסף? וואו אויך די אנדערע זיידעס- באבעס ?
אז שוין דא אן אשכול, זאל דאס שוין זיין מיטן גאנצן געהענגעל.
ישר כח

נירעדהאז
נפטר געווארען דארט אין געטא אפאר טאג פארן דעפארטירען

אנקומעדיג אין געטא איז שוין ר' יעקב יוסף געווען א זקן מופלג, זעהענדיג אז מ'גייט יעדעם אוועקפירן האט ער זיך ציקרעכצט 'אויף דעם האב איך געדארפט אלט ווערן? אויף נישט צו קומען לקבר ישראל?', דעם נעקסטן אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען.
דער באטורער רב האט דאן געהייסן מ'זאל אריינפירן צוריק אין שטאט אריין אלע ספרי תורה צו ברענגען לקבירה, וויבאלד מ'האט שוין געזעהן אז אנדערשט וועט עס קומען לידי בזיון, און מ'האט יענעם טאג ארויסגעפירט 2 ארונות פון געטא, די ספרי תורה מיט ר' יעקב יוסף'ן.
באטור'ער רב האט מספיד געווען זאגנדיג 'קיים זה' ווייזנדיג אויף ר' יעקב יוסף'ס ארון 'מה שכתוב בזה' ווייזנדיג אויפן ארון מיט די ספרי תורה.

כפי זכרוני ליגט ער אויפן ערשטן שורה אריינקומענדיג אינעם ביה"ח מיט א גרויסע מציבה

לעפקאוויטש האט געשריבן: אגב, כ'זעה אז ר' יעקב יוסף איז געווען א מחותן מיט ר' יעקב צימערמאן, ווייסט איינער אויב דאס איז דער איש מורם מעם הרה"ח ר' יעקב צימערמאן מ'סענפעטער?

געוויס

דער ר' יעקב איז נישט געווען קיין חסיד שפעטער איז ער נתקרב געווארן צום ייטב לב און זיך אנגעטוהן א שטריימל בברכת שהחיינו בשם ומלכות
משפחת ר' משה ארי' ויבלחט'א ר' חיים הערש ווייס זענען אייניקלעך
לעפק
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 28, 2021 10:18 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעפק »

ידרים האט געשריבן: כ"ז אייר איז די יארצייט.
אין יענע טעג איז אויך אוועק דארט אין געטא ר' שלום אליעזר'לס רביצין.
דענק איך אז דער ברך משה איז געווען אין נירעדהאז ביי די באבע, איז ער צוגעגאנגען צינדן א ליכט ביי ר' יעקב יוסף.

פלעגט צו זאגן אז ער איז עם שולדיג אן הכרת הטוב ווייל ער פלעגט עם צו געבען אסאך טאשן געלט
לעפק
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 28, 2021 10:18 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעפק »

איש האשכולות האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אגב שטייט דארט וועגן די קבירה פון ר' יעקב יוסף:
ידרים האט געשריבן:
קליינווארדיין האט געשריבן: וואו ליגט ר' יעקב יוסף? וואו אויך די אנדערע זיידעס- באבעס ?
אז שוין דא אן אשכול, זאל דאס שוין זיין מיטן גאנצן געהענגעל.
ישר כח

נירעדהאז
נפטר געווארען דארט אין געטא אפאר טאג פארן דעפארטירען

אנקומעדיג אין געטא איז שוין ר' יעקב יוסף געווען א זקן מופלג, זעהענדיג אז מ'גייט יעדעם אוועקפירן האט ער זיך ציקרעכצט 'אויף דעם האב איך געדארפט אלט ווערן? אויף נישט צו קומען לקבר ישראל?', דעם נעקסטן אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען.
דער באטורער רב האט דאן געהייסן מ'זאל אריינפירן צוריק אין שטאט אריין אלע ספרי תורה צו ברענגען לקבירה, וויבאלד מ'האט שוין געזעהן אז אנדערשט וועט עס קומען לידי בזיון, און מ'האט יענעם טאג ארויסגעפירט 2 ארונות פון געטא, די ספרי תורה מיט ר' יעקב יוסף'ן.
באטור'ער רב האט מספיד געווען זאגנדיג 'קיים זה' ווייזנדיג אויף ר' יעקב יוסף'ס ארון 'מה שכתוב בזה' ווייזנדיג אויפן ארון מיט די ספרי תורה.

זייער אינטערעסאנט.

כ'האב אמאל געכאפט א שמועס מיט מענדי ראזענבערג'ס טאטע (פון חסד של אמת, דאכצעך ער לעבט שוין נישט) האט ער מיר פארציילט אז ער האט אלץ בחור אין געטא מקבר געווען ר' יעקב יוסף, זיי זענען געווען צוזאמען אין געטא, ער האט עס פארציילט מיט אלע דעטאלן ס'געווען זייער אינטערסאנט און טרויעריג צוגלייך.

הגה’’ח ר’ ליפא שוארטץ ז’’ל פלעגט אויך פארציילן אלס עד ראי זייענדיג דארט אין געטא אגב אויך געקומען פון באטור
לעפק
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 28, 2021 10:18 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעפק »

די פטירה איז געווען שבת נאכמיטאג און זינטאג האט מען שוין דעפיטרט
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אנטשולדיגט פאר'ן פרעגן אן אמעראצישע קשיא, הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש פון בארא פארק איז אן אייניקל? וויאזוי?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: אנטשולדיגט פאר'ן פרעגן אן אמעראצישע קשיא, הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש פון בארא פארק איז אן אייניקל? וויאזוי?

בן ר' יושע בן ר' ליפא בן ר' יצחק אייזיק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

קרייסלער האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: אנטשולדיגט פאר'ן פרעגן אן אמעראצישע קשיא, הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש פון בארא פארק איז אן אייניקל? וויאזוי?

בן ר' יושע בן ר' ליפא בן ר' יצחק אייזיק

שכח.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

לעפקאוויטש האט געשריבן: כ'האב געשריבן אלס פרישער אינגערמאן כלומר מישט ווען ער האט משמש געווען ברבנות.
ונקוט האי כללא בידך "א לעפקאוויטש דארף אייביג בלייבן גערעכט!"

א עכטער לעפקאוויטש דארף בלייבן גערעכט

א ניק לעפקאוויטש אויך?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

לעפקאוויטש האט געשריבן:
ידרים האט געשריבן:
לעפקאוויטש האט געשריבן: אגב, כ'זעה אז ר' יעקב יוסף איז געווען א מחותן מיט ר' יעקב צימערמאן, ווייסט איינער אויב דאס איז דער איש מורם מעם הרה"ח ר' יעקב צימערמאן מ'סענפעטער?

געוויס

דער ר' יעקב איז נישט געווען קיין חסיד שפעטער איז ער נתקרב געווארן צום ייטב לב און זיך אנגעטוהן א שטריימל בברכת שהחיינו בשם ומלכות
משפחת ר' משה ארי' ויבלחט'א ר' חיים הערש ווייס זענען אייניקלעך

אוודאי איז ער געווען א חסיד, ער איז געווען א צאנזער חסיד, איימאל האט ער נישט געקענט אנקומען אויף צאנז איז ער געפארן (דאכט זיך אויף שבת שובה), און געווארן אויך א סיגעטער חסיד
(רבינו מהר"א שליט"א מיר פערזענליך פארציילט אפאר מאל)
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ידרים האט געשריבן:
לעפקאוויטש האט געשריבן: אגב, כ'זעה אז ר' יעקב יוסף איז געווען א מחותן מיט ר' יעקב צימערמאן, ווייסט איינער אויב דאס איז דער איש מורם מעם הרה"ח ר' יעקב צימערמאן מ'סענפעטער?

געוויס

ר' לייבוש רה"ק'ס מאמע איז געווען ר' יעקב צימערמאן'ס טאכטער
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לעפק האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: ר׳ יעקב יוסף איז נישט געגאנגען מיט א שטריימל, ער איז געווען א חסיד נלהב פונעם רבי׳ן, ער איז מיגעפארן מיט׳ן רבין אויף א״י אויף די עלטער.

ר׳ אייזיק איז שוין געווען א חסידישע (חאניאקישע) איד מיט א שטריימל וכו׳, מער פון אלע זיינע ברידערס.

דע קדושת יו’’ט פלעגט צו רופן ר’ יעקב יוסף אייזיק’ס טאטע לאות הוקרה פארן גיין מיטן שטריימל

ביי איינע פון די חתונות (אפשר גאר ביים רבי'ן בעל דברי יואל'ס חתונה) וואס דער קדיו"ט איז געווען, און ר' אייזיק איז געווען דאן דעם קדיו"ט'ס הויז בחור, האט מען צוליב די געדרענג געמאכט די חופה אין שטוב (פרעג מיך נישט פינקטליך וויאזוי, צו מיט א אפענעם דאך, צו אפשר אויף א טעראסע אדער הויף) און מ'האט קיינעם נישט אריינגעלאזט.
ר' אייזיק האט זיך אבער אפגערעדט אז ער קען נישט דארט זיין בעת זיין טאטן לאזט מען נישט אריין, האט מען געעפנט א קליינעם שפאלט אינעם טיר און ארויסגעשריגן 'אייזיק לעפקאוויטשעס טאטע זאל אריינקומען'...
אזוי איז ר' יעקב יוסף אנגעקומען אינעווייניג.

שפעטער פלעגט ר' יעקב יוסף זיך ווערטלען מיט ר' אייזיק'ס קינדער 'עטס זאלטס נישט פארשעמען ענקער טאטן אזוי ווי ער האט מיך פארשעמט...'
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!

יאנקאוויטש האט געשריבן: אז מען רעדט שוין פון צאנז, ר׳ יעקב יוסף איז געווען א איידעם ביי ר׳ יעקב יוחנן גראס פון אורבע וועלכער איז געווען א פייערדיקע צאנזער חסיד (דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס ר׳ יעקב יוסף און זיינע קינדער זענען געפארן צו אלע צאנזע קינדער).
ר׳ יעקב יוחנן איז געווען פון די וואס האבן געמאכט די טהרה אויפן הייליגען רב.

אגב, מונח בזכרוני עפעס א מעשה מיט זיין ווייב מיט גילו אליהו, אויב איינער געדענקט די פרטים זאל מוחל זיין שרייבן.

ר' יעקב יוחנן פלעגט יעדן טאג דאווענען ביחודות אין די צייט וואס ער האט געוויסט אז דער צאנזער רב דאוונט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שמעלקא האט געשריבן: אז מען רעדט שוין פון ר' יעקב יוחנן לאמיר גיין נאך 1 דור ארויפציר.

ר' יעקב יוסף ווייב איז מרת אסתר בת ר' יעקב יוחנן גראס (לכאורה פון אים שטאמט די נאמען יעקב יוחנן וואס אלע לעפקאוויטש הייסן) בן ר' יוסף יהודה גראס.

צו פארשטיין אביסל וואספארא גרויסע מענטשן זיי זענען געווען, ליינט ווייטער.
קען זיין ס'איז דא מענטשן וואס קענען די פאלגענדיגע מעשיות, אבער איך גלייב אז סאיז נישט אזוי באקאנט.

דור א: הגאון הגדול והיחיד מפורסם מוהר"ר יוסף יהודה גראס ז"ל

היה דור בשאוואר ובאורוניש, והיה ת"ח גדול וחסיד מפורסם, ובעל מכניס אורח גדול, ותמיד היה מסובין על שולחנו אורחים חשובים ועניים מדוכאים, והיה לב טוב עד להפליא, והיה הרבה שנים חשוך בנים ל"ע, ואח"כ יתברך בבנים. ואספר גופא דעובדא היכי הוה כפי ששמעתי מפי הגה"צ קראלי ז"ל ואלו הן הדברים:

אא"ז ר' יוסף יהודה ז"ל היה חסיד סאנז נלהב והיה חשוך בנים ל"ע, ותמיד הלך עם פתקא לרבו הק' מסאנז זי"ע לבקשו שיוושע בבנים, ותמיד היה דוחה אותו בקש, פע"א לאחר הרבה שנים הפציר את רבו במאד מאד, אמר האדמו"ר מסאנז בזה"ל:
"אם היית זוכה לראות את אליהו הנביא אז היית יכול לבקש את פניו שתוושע בזרע של קיימא, כי רק הוא יכול לפעול לך ישועה", וקיבל ברכת פרידה מהצדיק והלך בחזרה לביתו.

פעם אחת בליל א' בחג הפסח היה מיסב על שולחנו עם הרבה אורחים ואמרו ההגדה בהתלהבות ובדביקות, פתאום בא לביתו שכינו הגוי ואמר שבא לבקרו עתה, ולדבר עמן קצת, והיה בעינו לתמיה גדולה ולפליאה נשגבה דמה זה ועל מה זה שבא עתה לבקרו הלא כמה וכמה שנים שהוא שכינו, ואין לו שום שייכות עמו ולא דרך על מפתח ביתו מעולם, ונצנצה מחשבה בלבו אולי זה אליהו הנביא ושלח לחוץ כל האורחים המסובים על שולחנו ואמר להנכרי בזה"ל "רבינו ברכנו", והביט עליו הגוי בפנים תמוהים ושאל לו מה אתה מדבר? אמר לו עוה"פ, האדמו"ר מסאנז אמר לי שאתה יכול להושיענו אז התגלה אליו אליהו הנביא ונשתנה לפנים וצורה חדשה לגמרי ומלבושים אחרים, ושאל אותו מה אתה רוצה? אמר לו אני רוצה י"ב בנים כמו יעקב אבינו ע"ה! ענה לו אלי' ואמר לו י"ב שבטים איננו יכול ליתן לך, אבל י"א בנים ובת אחת אני יכול ליתן לך, וכן הוה, ופרח לו איש האמת, וזה יתקיים באמת.

הי"א בנים שהיו לו ג"כ דרו בכפר "ערבע" "ובמערק" ע"י קראלי וע"י עובדא אודות ר' יעקב יוחנן ז"ל בהקדמת ספר ערך דל על מסכת עירוכין ותמורה מהגאון ר' מרדכי אליעזר וועבער ז"ל אב"ד אדע ז"ל (האדמו"ר מסאנז קראו רב אדא בר אהבה, ונפטר בא"י בשנת תרמ"ה) שר' יעקב יוחנן ז"ל הנ"ל, הציל את עצמו ממות כי הרב הנ"ל היה חולק על כל העולם, והיה נע ונד מעיר לעיר ומכפר לכפר, וגרשהו בכל מקום בואו עד שנחלה בנחלה קשה בדלקת הריאה ל"ע, ואדמו"ר מסאנז סיוע שלח מכתב לר' יעקב יוחנן ע"ה שיקרב את הרב בעל המחבר הנ"ל, והיה כל ימות החורף אצל ר' יעקב יוחנן הנ"ל, ונתן לו לאכול ולשתות סמי רפואה עד שנתרפא, וכתב שם בהקדמת ספרו בשביל ר' יעקב יוחנן הנ"ל, שהציל את נפשו מרשת שחת עיי"ש.

בניו: ר' יעקב יוחנן הבכור ע"ה, ר' יונה ע"ה, ר' אברהם הירש ע"ה, ר' מרדכי ע"ה, ר' אלי ע"ה, ר' אלימלך ע"ה, (והיה עוד חמשה אחים ולא נודע לנו שמם) בתו: מרת געלע גאלדשטיין ע"ה

דור ב:
מקום מגורין הי’ באורניש ובסאבאש ובכפר “אשואר”' והם היו י”א אחים, וכולם היו חסידים נלהבים מאדמו”ר מסאנז זי"ע על יום טוב היו נוסעים כולם ביחד, וכשלא היו עדיין בבית המדרש לא רצה האדמו”ר מסאנז להתפלל, והי’ אומר “החסידים שלי עדיין אינם כאן”.

והיו נותנים “מעות המעשר” שלהם וחלק גדול מהרווחים להאדמו”ר מסאנז זי”ע והאדמו”ר הנ”ל הי’ אוראם “אש ואור” ע”ש עיר מגוריהם אשואר, וגם אמר עליהם כי הם מ”הל”ו צדיקים” שהעולם מתקיים עליהם (כך שמעתי מהגה”צ מקראלי ז”ל)

אחד מאחיו הי’ ר’ יעקב יוחנן והוא הי’ הבכור של הי”א אחים הי’ תלמוד הגה”צ מהר”ם שי”ק זי”ע, ואחר הפטירה של האדמו”ר מסאנז זי”ע נסע אל הייט”ל זי”ע, והי’ למרן גדול ומפורסם בכל העיר.

אחד מאחיו הי’ ר’ אלימלך שהי’ חסיד האדמו”ר מטאש זי”ע וידע בעל פה ש”ס ומשניות, וכשהיו שואלים אותו כמה זמן עולה נסיעה ממקום למקום הי’ אומר לפי חשבון המשניות שיכולים ללמוד כך וכך פרקים משניות בזו הדרך, וכך וכך פרקים יכולים ללמוד על דרך זו (ונדפס ממנו כמה ענינים בספר פאר משולם ומשם תדרשנו לטובה).

וסיפר מו”ה ר’ יעקב חיים דייטש נ”י נכד האחות של הי”א אחים הנ”ל, שהי”א אחים הנ”ל הי’ להם שוחט אחד והתשעה כפרים שסביב עירם היו אוכלים מן השחיטה הנ”ל. פתאום נפטר השוחט הנ”ל ובא שוחט חדש עם לבוש חסידי והראה פנים ליר”ש גדול (שמו לא רציתי לכתוב מחמת איזה טעם) והי’ בעל תפלה גדול ומפורסם, קולו העריב והנעים המשיך לבכות אנשי עירו, פתאום באו הי”א אחים והכריזו ע”י שלוחים שהשוחט הנ”ל רשע הוא ואסור לאכול משחיטתו, ומיד נעשה מחלוקה גדולה בכל העיר.

והי”א אחים עשאו מנין מיוחד לעצמם כי לא רצו להתפלל יחד עם השוחט הנ”ל וכאשר שאלו אותם למה הוציאו קול רינון על השוחט הנ”ל ענו ואמרו כי ראו בו כמה עניני קלות, והלכו בני העיר אל האדמו”ר מסאנז זי”ע לשאול את פי קדשו לשמוע חוות דעתו אודות השוחט הנ”ל, וענה ואמר שלא לאכול משחיטתו, ובקרב הימים יברח בעצמו מעירו בלא שום רדיפות, וכאשר עבר זנן רב ולא הלך מהעיר חזרו בני העיר (אשר היו חסידי סאנז) עוד הפעם אל רבם הקדוש ואמרו כי כבר עבר זמן רב ולא הלך עדיין, וגם אין להם חעת עתה שוחט הגון ויר”ש לילך לשחוט שחיטתם, ואמר להם שילכו לאיזה מקום שיש שוחט הגון, אבל לא היו באפשרות לילך לשם בכל פעם כי הי’ רחוק הרבה מעירם והלכו אל האדמו”ר משינווע זי”ע ואל הייטב לב זי”ע לשאול את פיהם כדת מה לעשות, והם כתבו מכתב לאנשי עירם שיבערו הרע מעיריהם וימנו שוחט אחר במקומוף אבל לא שמעו לקולם, בין כך ובין כך תבעו אנשי העיר (אשר היו לצד השוחט) את הי”א אחים לדין, והלכו אצל הבי”ד והלמדן ר’ יעקב יוחנן התחיל לצעןק בקול גדול “אסור להסתכל בפני אדם רשע” הוציא השוחט מאמתחתו את הקבלות שקיבל מהגאון במח”ס שו”מ ז”ל ומהגאון במח”ס מהרשד”פ ז”ך, ויצא הפס”ד דשם ישאר השוחט על משמרתו כמקדש, והם לא יצערו יותר רת השוחט ולא ידברו עליו, כי אין להם ראיות ברורות ומוכיחות.

לא ארכו הימים ובא אשה אחת צנועה וחסידה עם תשע ילדים מעיר איהל אל העיר הנ”ל ואמרה שמבקשה את בעלה אשר עזבה אותה ואת תשעה ילדיה והלך למדינת הים ולא התקבלה שום ידיעה ממנו, עד שמצאה את השוחט הנ”ל ואמרה שזה בעלה אשר עזב אותה, וצעקה שהיאך נשא עוה”פ עם אשת אחרת רח”ל בלא גט פיטורין (כי שם היה דר עם אשה אחרת) וכאשר קמה מהומה גדולה בכל העיר וראה כי כלתה אילו הרעה, נשא רגליו וברח לנפשו, והלכו לחפש ולא מצאו אותו ולא שמעו עוד ממנו, ואז ראו כל בני העיר את גודל צדקתם של האחים הנ”ל עד כמה שהרגישו ממעשיו של השוחט הנ”ל שרשע הוא ואסור לאכול משחיטתו וברכת האדמו”ר מסאנז זי”ע נתקיימה כמילואו שברח מאיליו, ובתשובת בית היוצר יש כמה תשובות אודות זה השוחט עיי”ש.

וזוגתו מרת רחל ע”ה, בניו: הגה”צ מוהר”ר חיים אלעזר ז”ל, הרה”ח מוהר”ר ישראל מאיר ז”ל, ועוד הי’ לו בן שלישי, שמו איני יודע.

נ.ב. איך בין נישט א לעפקאוויטש אייניקל, נאר לעצטענס האב איך באקומען אסאך דאקומענטן וואס ש. ל. מענדלאוויטש פון וויליאמסבורג האט יארן צוריק צוזאמגעשטעלט, אין אפגעשריבן אלע קינדער אין איינקלעך פון דעם ר' יוסף יהודה גראס (וואס איך בין אן אייניקל), דארט האב איך געזעהן אז ר' יעקב יוסף איז איידעם ביי ר' יעקב יוחנן. (און ער האט מיטגעגעבן די copies פון די צוויי מעשיות)

מקור: איך האב נאר copies פון דעם, שטייט אויבן ספר הזכרון - שרשת זהב, אדרבה, אז איינער ווייסט פון וועלכע ספר דאס קומט, זאל ביטע מודיע זיין.

דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.
דאס איז א טעות

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
שמעלקא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.

איך האב נישט דעם 'ר' מאיר אומר', אדרבה קוקט וויאזוי עס שטייט דארט און לאז וויסן.

איר זענט גערעכט, איבערגעקוקט שטייט טאקע יוסף יהודה (יוסף לייב)
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום מיטוואך פעברואר 02, 2022 8:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לעפקאוויטש האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: כ'זעה אז קיינער דערמאנט עס נאכנישט דא.
אין וומסב"ג האט געוואוינט א יוד, א פייערדיגע סאטמארע חסיד, ר' מאיר שטיין ע"ה, ער איז אוועק אפאר יאר צוריק.

בערך א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א בוך 'ר' מאיר אומר' מיט זיין לעבנס ביאגראפיע, שטייט דארט אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש ע"ה.

אגב שטייט דארט וועגן די קבירה פון ר' יעקב יוסף:
ידרים האט געשריבן:
קליינווארדיין האט געשריבן: וואו ליגט ר' יעקב יוסף? וואו אויך די אנדערע זיידעס- באבעס ?
אז שוין דא אן אשכול, זאל דאס שוין זיין מיטן גאנצן געהענגעל.
ישר כח

נירעדהאז
נפטר געווארען דארט אין געטא אפאר טאג פארן דעפארטירען

אנקומעדיג אין געטא איז שוין ר' יעקב יוסף געווען א זקן מופלג, זעהענדיג אז מ'גייט יעדעם אוועקפירן האט ער זיך ציקרעכצט 'אויף דעם האב איך געדארפט אלט ווערן? אויף נישט צו קומען לקבר ישראל?', דעם נעקסטן אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען.
דער באטורער רב האט דאן געהייסן מ'זאל אריינפירן צוריק אין שטאט אריין אלע ספרי תורה צו ברענגען לקבירה, וויבאלד מ'האט שוין געזעהן אז אנדערשט וועט עס קומען לידי בזיון, און מ'האט יענעם טאג ארויסגעפירט 2 ארונות פון געטא, די ספרי תורה מיט ר' יעקב יוסף'ן.
באטור'ער רב האט מספיד געווען זאגנדיג 'קיים זה' ווייזנדיג אויף ר' יעקב יוסף'ס ארון 'מה שכתוב בזה' ווייזנדיג אויפן ארון מיט די ספרי תורה.

כפי זכרוני ליגט ער אויפן ערשטן שורה אריינקומענדיג אינעם ביה"ח מיט א גרויסע מציבה

די מצבה האט מען געוויס געשטעלט שוין נאכן קריג.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
יאנקאוויטש
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקאוויטש »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
לעפק האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: ר׳ יעקב יוסף איז נישט געגאנגען מיט א שטריימל, ער איז געווען א חסיד נלהב פונעם רבי׳ן, ער איז מיגעפארן מיט׳ן רבין אויף א״י אויף די עלטער.

ר׳ אייזיק איז שוין געווען א חסידישע (חאניאקישע) איד מיט א שטריימל וכו׳, מער פון אלע זיינע ברידערס.

דע קדושת יו’’ט פלעגט צו רופן ר’ יעקב יוסף אייזיק’ס טאטע לאות הוקרה פארן גיין מיטן שטריימל

ביי איינע פון די חתונות (אפשר גאר ביים רבי'ן בעל דברי יואל'ס חתונה) וואס דער קדיו"ט איז געווען, און ר' אייזיק איז געווען דאן דעם קדיו"ט'ס הויז בחור, האט מען צוליב די געדרענג געמאכט די חופה אין שטוב (פרעג מיך נישט פינקטליך וויאזוי, צו מיט א אפענעם דאך, צו אפשר אויף א טעראסע אדער הויף) און מ'האט קיינעם נישט אריינגעלאזט.
ר' אייזיק האט זיך אבער אפגערעדט אז ער קען נישט דארט זיין בעת זיין טאטן לאזט מען נישט אריין, האט מען געעפנט א קליינעם שפאלט אינעם טיר און ארויסגעשריגן 'אייזיק לעפקאוויטשעס טאטע זאל אריינקומען'...
אזוי איז ר' יעקב יוסף אנגעקומען אינעווייניג.

שפעטער פלעגט ר' יעקב יוסף זיך ווערטלען מיט ר' אייזיק'ס קינדער 'עטס זאלטס נישט פארשעמען ענקער טאטן אזוי ווי ער האט מיך פארשעמט...'

געהערט די מעשה אביסל אנדערש. מען האט נישט געוואלט דער עולם זאל זיך צוזאמלויפען, האט מען אויפגעשטעלט אפאר חופות צו צומישן דעם עולם, אויפן וועג צו די חופה האט זיך דער קדושת יו"ט אפגעשטעלט און געהייסן מזאל מיטנעמען "אייזיקס טאטע".
אוועטאר
שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע:דער שיק אינגל

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.

איך האב נישט דעם 'ר' מאיר אומר', אדרבה קוקט וויאזוי עס שטייט דארט און לאז וויסן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאנקאוויטש האט געשריבן: געהערט די מעשה אביסל אנדערש. מען האט נישט געוואלט דער עולם זאל זיך צוזאמלויפען, האט מען אויפגעשטעלט אפאר חופות צו צומישן דעם עולם, אויפן וועג צו די חופה האט זיך דער קדושת יו"ט אפגעשטעלט און געהייסן מזאל מיטנעמען "אייזיקס טאטע".

ביים עצי חיים'ס חתונה אין טארנא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע:דער שיק אינגל

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא »

שמעלקא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.

איך האב נישט דעם 'ר' מאיר אומר', אדרבה קוקט וויאזוי עס שטייט דארט און לאז וויסן.

אין איש חי"לפון משפחת לעפקאוויטש, שטייט אז זיין טאטע האט געהייסן ר' יוסף לייב. (לייב מיט יהודה איז די זעלבע)

אגב, זעה איך דארט די מקור פון ווי איך האב די קאפיעס פון די מעשה, ספר הזכרון "רצון צדיק"
אטעטשמענטס
20220201_1809132.jpg
20220201_1809132.jpg (190.21 KiB) געזען 863 מאל
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ווער איז ר' יעקב לעפקאוויטש ראש הקהל בבאטור בשנת תרפ"ג
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

עפעס שטימט נישט מיט די מעשה פון ר' יוסף ליב מיטן צאנזער רב.
אויב ער איז געווען יארן א חשוך בנים ווי די מעשה גייט, און ר' יעקב יוחנן איז געבוירן תק"ף טייטשט דאס אז ער האט כסדר בשנות תק"ע מפציר געווען ביים צאנזער רב, ס'שטימט פשוט נישט מיט די יארן. לכאורה איז די מעשה געווען ביי א צווייטע צדיק.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יאנקאוויטש האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
לעפק האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן: ר׳ יעקב יוסף איז נישט געגאנגען מיט א שטריימל, ער איז געווען א חסיד נלהב פונעם רבי׳ן, ער איז מיגעפארן מיט׳ן רבין אויף א״י אויף די עלטער.

ר׳ אייזיק איז שוין געווען א חסידישע (חאניאקישע) איד מיט א שטריימל וכו׳, מער פון אלע זיינע ברידערס.

דע קדושת יו’’ט פלעגט צו רופן ר’ יעקב יוסף אייזיק’ס טאטע לאות הוקרה פארן גיין מיטן שטריימל

ביי איינע פון די חתונות (אפשר גאר ביים רבי'ן בעל דברי יואל'ס חתונה) וואס דער קדיו"ט איז געווען, און ר' אייזיק איז געווען דאן דעם קדיו"ט'ס הויז בחור, האט מען צוליב די געדרענג געמאכט די חופה אין שטוב (פרעג מיך נישט פינקטליך וויאזוי, צו מיט א אפענעם דאך, צו אפשר אויף א טעראסע אדער הויף) און מ'האט קיינעם נישט אריינגעלאזט.
ר' אייזיק האט זיך אבער אפגערעדט אז ער קען נישט דארט זיין בעת זיין טאטן לאזט מען נישט אריין, האט מען געעפנט א קליינעם שפאלט אינעם טיר און ארויסגעשריגן 'אייזיק לעפקאוויטשעס טאטע זאל אריינקומען'...
אזוי איז ר' יעקב יוסף אנגעקומען אינעווייניג.

שפעטער פלעגט ר' יעקב יוסף זיך ווערטלען מיט ר' אייזיק'ס קינדער 'עטס זאלטס נישט פארשעמען ענקער טאטן אזוי ווי ער האט מיך פארשעמט...'

געהערט די מעשה אביסל אנדערש. מען האט נישט געוואלט דער עולם זאל זיך צוזאמלויפען, האט מען אויפגעשטעלט אפאר חופות צו צומישן דעם עולם, אויפן וועג צו די חופה האט זיך דער קדושת יו"ט אפגעשטעלט און געהייסן מזאל מיטנעמען "אייזיקס טאטע".

איבערגעקוקט אין 'ר' מאיר אומר', די מעשה איז געווען ביים הייליגן עצי חיים'ס חופה ווי דער הייליגער שינאווא רב איז אנוועזנג געווען, און מ'האט געמאכט 4 חופות אין שטאט, למעשה איז די חופה געווען אין שטוב ביי א פענסטער.
אזוי שטייט דארט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שמעלקא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.

איך האב נישט דעם 'ר' מאיר אומר', אדרבה קוקט וויאזוי עס שטייט דארט און לאז וויסן.

איר זענט גערעכט, איבערגעקוקט שטייט טאקע יוסף יהודה (יוסף לייב)
----

אגב, דארט שטייט די אויספיר אביסל אנדערשט, שטייט דארט אז ער איז געזעצן אליינס מיט די ב"ב ביים סדר, ווען אינמיטן נאכט איז דער שכן געקומען קלאפן אין פענסטער אז ער וויל בארגן עפעס.
ר' יוסף לייב האט גראד פארשטאנען אז עפעס שטומט נישט דא, ווייל ס'איז שפעט אינמיטן נאכט וואס עפעס קומט דער גוי יעצט קלאפן?
האט ער געבעטן זיין ווייב צו גיין אין א אנדערן צומער, און ער איז ארויס צום 'שכן' און זאגט איהם 'דו מוזט מיר העלפן, דער צאנזער רב האט געזאגט אז נאר דו קענסט מיר העלפן', דער 'גוי' האט נישט געוואלט וויסן פון וואס ער רעדט... ביז ער האט איהם שטארק געמוטשעט האט ער געפרעגט 'נו מיט וואס זאל איך דיר העלפן?', האט ר' יוסף לייב געזאגט 'איך וויל 12 שבטים', האט דער 'גוי' געזאגט '12 קען איך נישט, אבער 11 קען איך', און דער שכן איז נעלם געווארן.

למעשה האט ער געהאט 11 זוהן אין 1 טאכטער.
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום מיטוואך פעברואר 02, 2022 9:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

farshlufen האט געשריבן:
יאנקאוויטש האט געשריבן: געהערט די מעשה אביסל אנדערש. מען האט נישט געוואלט דער עולם זאל זיך צוזאמלויפען, האט מען אויפגעשטעלט אפאר חופות צו צומישן דעם עולם, אויפן וועג צו די חופה האט זיך דער קדושת יו"ט אפגעשטעלט און געהייסן מזאל מיטנעמען "אייזיקס טאטע".

ביים עצי חיים'ס חתונה אין טארנא.

יאפ.
ר' שלום אליעזר'ל האט דאן געוואוינט אין טורנא
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן: כמדומה לי האב איך אמאל געהערט איז רבי יעקב יוסף לעפקאוויטש אליין ניצול געווארן פון א פייער בזכות הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, ווי זיין טאטע איז געוועהן פון דו גרויסע חסידים פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע. אויב ס'איז אמת, מיינט עס אז ער איז געבוירען געווארען פאר תרל"ד לפ"ק.

די עיקר פון די מעשה לאזטו אויס אז ווען ער איז נאך דעם געוועזן ביי ר’ הערשלע האט ער איז גענומען אויפן שויס צו זעהן וועם ער האט געראטעוועט און זיך אנגערופן עס האט זיך געלוינט עס וועט נאך ארויסקומען פון אים א שיין דור!

אז דער מעשה איז אמת, וואס מאכט מען מיר אוועק אז ארגענעיל זענען זיי ליסקא חסידים.

אגב, רבי אייזיק עלסטע זוהן רבי הערשל, ווייסט איינער צו ער הייסט טאקע נאך הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע?

נאך וואס כ'האב געזעהן אין 'ר' מאיר אומר' ר' יצחק אייזיק איז אסאך געפארן צו ר' הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע.
ער פארציילט דארט א מעשה ווען ר' הערשעלע האט איהם געהייסן מיטנעמען אויפן וועג אהיים סיי ווער ס'וועט ווארטן אויף א וואגן.
אינמיטן וועג האט ער באגעגנט 2 דשאנדארן, האט ער זיי מיטגענומען, זיי זענען געבליבן נעכטיגן ביי איהם אין שטוב.
אינמיטן נאכט האט דער באנק פירער פון שטאט זיך פארמאסקירט, און באוואפנטערהייט אריינגעקלאפט צו ר' יצחק אייזיק אין שטוב און געזאגט 'איך ווייס פינטקטליך וויפול געלט דו האסט ארויסגענומען פון באנק היינט, גיב עס מיר אז נישט וועל איך שיסן'.
בקיצור, ביים סוף האט ר' יצחק אייזיק אויפגעוועקט די דשאנדארן וועלכע האבן ארעסטירט דעם פארברעכער און איהם געקייטלט.
נאך וואס זיי זענען אוועק פון דארט האט קיינער נישט געהאט קיין שליסל צו עפענען די קייטן... נאך אפאר טאג האט מען געמוזט רופן דעם שמידט צו אויפברעכן די קייטן, אזוי אז די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן אז דער באנק פירער איז א רויבער...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”