תיקון הכללי

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

באקומען אין אישי:

אויב ווילסטו קענסטו ארויסלייגן די זאך אין פאבליק אבער ביטע אראפנעמען די ניק נאמען.

לגבי דעם גאנצן שמועס וואס מען האט דא ארומגערעדט וועגן תיקון הכללי.
קודם וואלט איך געוואלט אביסעלע מסביר זיין די פרוסטריציע וואס מען זעהט דא ביי געוויסע ניקים אויף די דיסקאסיע, (בעיקר ברסלבער ניקים)
ווי פארשטענדליך דורך די פותח האשכול, רעדט מען דא וועגן די תיקון הכללי וואס הרה"ק מברסלב זי"ע האט מגלה געווען (איך מיין אז מען האט נישט דא גערעדט וועגן תיקונים פון ר' חיים פאלאג'י און אויך נישט וועגן ענינים פון בעלזער רב), איז פארשטייט זיך דארף מען צו דעם גיין און זען וואס די ברסלב'ער ספרים שרייבן דערויף און וואס די מסורות אין ברסלב זענען דערויף, (כ'וועל באלד צוקומען צו די ערשטע נקודה פונעם פותח). פאר א ברסלבער שטערט מורא'דיג שטארק ווען מען קומט שרייען אז דער בעל שומרי אמונים זאגט אזוי און אזוי. עס מיינט נישט אז ער האט אפי' א ברעקעלע פתיחות הכבוד אין אים, עס איז אבער פשוט אז דאס איז א תיקון וואס ר' נחמן האט מגלה געווען קוקט מען וואס ער און זיינע תלמידים זאגן דערוועגן ודו"ק כי קצרתי מאד בנושא.

יעצט לגופו של ענין.
די ערשטע שאלה פונעם אשכול:
הולך האט געשריבן: אין די וועלט איז אנגענימען אז די תיקון הכללי מיט הרה"ק רבי נחמן זי"ע איז איינס אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון, אפשר האט ער עס שטארק פארשפרייט אבער ווי איז די ערשטע מקור צו תיקון הכללי און ווי ווערט עס געברענגט.
עס איז גאנץ קלאר אז דער ערשטער וואס דערמאנט אז "די" צען קאפיטלך זענען א תיקון הכללי, איז געווען הרה"ק מברסלב. יא, עס איז געווען נאך צדיקים (בעיקר מקובלים) וואס האבן דערמאנט אז עס איז דא געוויסע מזמורי תהלים וואס זענען א תיקון, (איך געדענק נישט קיין מקורות אבער עס קען אפי' זיין אז ר' חיים וויטאל דערמאנט עס), און ווי ר' נחמן אליין האט זיך אויסגעדרוקט איז דאס געווען א זאך וואס גאר אסאך צדיקים האבן געוואלט אנטפלעקן, נאר מען האט זיי נישט געלאזט פון הימל.
און אזוי אויך ר' נחמן האט עס נישט אנטפלעקט אויף איינמאל (ווי ר' נתן פארציילט) נאר ער האט איינמאל געזאגט אז עס איז דא אזא זאך, און א צווייטע מאל האט ער אויך גערעדט דערפון, און ערשט א דריטע מאל האט ער געזאגט די סדר הקאפיטלעך ווי ער האט דעמאלט אויך געזאגט אז מען זאל עס זאגן ביי זיין ציון, (און דאס איז טאקע דער סיבה וואס ר' נתן איז נישט געווען פון דער עדים היות עס איז געזאגט געווארן פלוצלונג ווען ער איז נישט דארט געווען).

די גאנצע זאך וואס איך האב יעצט געשריבן איז מבואר באריכות אין שיחות הר"ן ווי ר' נתן פארציילט די גאנצע השתשלות הענינים - יעצט, איינער וואס וויל עס נישט אננעמען איז נישט מחויב אבער ער זאל נישט זאגן אז דאס האט מיט תיקון הכללי, - עס איז דא אסאך תיקונים פון צדיקים, אבער תיקון הכללי איז ווי ר' נחמן האט מגלה געווען די צען קאפיטלעך, (וואס אגב איז כדאי צוצוצייכענען אז ביי אלע אנדערע זאכן האט ר' נחמן געזאגט אז עס שטערט אים נישט אז מען זאגט עס נאך - נישט אין זיין נאמען, אבער ביי תיקון הכללי, איז ר' נתן שטארק ברוגז אויף דעם ספר עונג שבת פאר'ן נישט שרייבן אז עס קומט פון ר' נחמן. ווי ער דרוקט זיך אויס (שיחות הר"ן שיחה קמ"א) אז עס איז קלאר אז ער נעמט עס פונעם רבי'ן, ווייל אלע ספרים וואס ברענגען צו די תיקון זענען טאקע געדרוקט געווארן נאכן רבי'נס הסתלקות. און דארט שרייבט ר' נתן קלאר ארויס אז די זאך דארף ווערן געטון בהתקשרות צו דעם צדיק וואס האט עס מגלה געווען, און עס זאגן על דעתו ועל כוונתו, און ער זאגט אז ער פארשטייט אז די צדיקים האבן עס נישט נאכגעזאגט בשמו ווייל זיי האבן שטארק געוואלט אז עס זאל אריינגיין אין די וועלט, אבער נאכאלץ איז ער נישט צופרידן וכו' עיין שם כל השיחה.

אונגארישע הייזער האט געשריבן: נניח אז עס איז יא דוקא אויפן סדר, אבער ווען איינער זאגט אויס גאנץ תהלים איז עס אויך אויפן סדר, וה"ה אויב לייגט ער צו קאפיטלעך אינצווישן.

עכ"פ אזוי שרייבט הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע

יעצט לגבי די ענין צי מען דארף עס זאגן על הסדר:
ווי ר' נחמן שרייבט באריכות ליגט גרויסע ענינים אין די סדר המזמורים מיט שמות און אנדערע זאכן, (שם הק' תפ"ה און עניני אשרי שיר נצוח ניגון וכו') און ווי ר' אברהם בן ר' נחמן ברענגט ארויס זייער שטארק (כוכבי אור אנשי מוהר"ן סוף אות מ"ז השני) דארף די תיקון געזאגט ווערן דייקא על זה הסדר און דייקא אויף דעם וועג וואס דער רבי האט עס פארגעשריבן (ער איז עס מדמה דארט צו א דאקטאר ואכמ"ל).
אזוי אויך האב איך געזעהן אין ספר הציון הקדוש (פון ר' יעקב נתן אנשין) אז ביי רוב אנ"ש (ברסלבער חסידים) האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו אויסרעדן בשעת תיקון הכללי אפי' בדברים שבקדושה, און ער ברענגט דארט אז עס איז אפי' געווען איינער (איך האב נישט געטראפן די מקור צו דעם סיפור) וואס אויב ער האט געדארפט אינמיטן ענטפערן איהש"ר אדער אמן האט ער אנגעהויבן נאכאמאל. ממילא איז גאר פארשטענדליך אז די [גרויסע אויבער] חכמה פון זאגן גאנץ תהלים און עס איז דאך אריינגערעכנט, איז נישט קיין זאך וואס איז געווען אנגענומען אין ברסלב, און אוודאי האט מען נישט געהאלטן אז דאס גייט אריין בגדר די תיקון פון תיקון הכללי (עס איז סתם אזוי נישט שלעכט, נאר זאגאר א ענין צו זאגן גאנץ תהלים).

אינטרעסאנט איז אז א מעשה אביסעלע פארקערט איז יא דא, ר' שמואל הורביץ (ימי שמואל ח"א פ"ה) פארציילט אז זיין זיידע ר' שמואל הלר, דער רב פון צפת, האט פארציילט (איך מיין פאר זיין טאטע) אז ווען ר' נתן איז געווען אין ארץ ישראל האט ער אים געטראפן אין צפת, און ער האט אים פארציילט איבער די גרויסקייט פון תיקון הכללי, איז דער ר' שמואל האט געהאט א מנהג אז ער פלעגט יעדן טאג (אדער וואך - איך געדענק נישט) גיין צום ציון האר"י ז"ל אויסזאגן גאנץ ספר תהלים, איז אויף די עלטערע יארן ווען ער האט שוין נישט געהאט קיין כח האט ער אנגעהויבן זאגן נאר תיקון הכללי דארטן, זאגענדיג איז אין דעם איז כולל גאנץ ספר תהלים (ווי פארשטענדליך נעמט דאס בכלל נישט אראפ פון די גרויסקייט אין חיוב צו זאגן גאנץ ספר תהלים ,ווי הרה"ק מברסלב ברענגט טאקע אין לקוטי מוהר"ן, און אזוי אויך איז מקובל די ווארט (איך געדענק נישט פון וועם) "ישמיע כל תהילתו" עס איז פשוט א מעשה וואס קומט אפשר דא אריין).

לסיכום הענין:
עס איז קלאר אז די ספעציפישע סגולה פון די צען קאפיטלעך (הנקרא בעולם תיקון הכללי) איז א סגולה וואס ר' נחמן מברסלב האט מתקן געווען, און ער האט געזאגט גאר גרויסע סודות דערויף.
עס איז קלאר אז ר' נתן (תלמיד ר' נחמן) שרייבט אז די תיקון דארף געזאגט ווערן דייקא על דעתו ועל כוונתו פון דעם צדיק וואס האט עס מגלה געווען, און בהתקשרות אליו.
עס איז קלאר אז די שפעטערדיגע תלמידים (ר' אברהם ב"ר נחמן ועוד) האבן געהאלטן אז די תיקון דארף געזאגט ווערן דייקא על הסדר מיט די וועג (רעצעפט כלשונו) וואס ר' נחמן האט עס מגלה געווען.
און עס איז אויך קלאר אז אסאך צדיקים האבן מגלה געווען ענינים און אנדערע קאפיטלך תהלים, און צוגעלייגט און אראפגענומען, וכל אחד בענין שלו, וואס נעמט נישט אראפ פון זייער גרויסקייט און הייליגקייט, און אין א וועלט פון סגולות און ענינים איז טאקע כדאי צו טון די אלע זאכן און נאכמער.
עס איז אויך קלאר אז א תלמיד פון בעל שומרי אמונים זאל טון אזוי ווי זיין רבי שרייבט און זאגט.
אבער עס איז זיכער אז אין ברסלב האט מען נישט אנגעקוקט אזוי דעם תיקון הכללי.
ודי בזה

נ.ב. עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז טאקע אויף די זאך האט ר' נחמן געזאגט אז וואס ער גייט הייסן טון וועט זיין שווער ווייל דער בעל דבר וועט זיך פארלייגן דערויף, און כלשונו, וואס איז אזוי שווער צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים, קוקט אויס אז ער האט גוט געוויסט וואס ער רעדט!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

נברא האט געשריבן: באקומען אין אישי:

;l;p-;l;p-;l;p-שיין ארויסגעברענגט!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יעדער האט געשריבן: הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי

אמת, אבער זיי האבן אויך נישט געטוישט דעם תיקון.
ווען איינער זאגט דעם תיקון הכללי וואס ר’ נחמן האט מגלה געווען איז ער אטעמאטיש מקושר צו איהם, ווייל ער טוט וואס ער האט געהייסן
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

יעדער האט געשריבן: הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי

ריכטיג, א נייע דערהער געהערט צום ערשטן מאל דא אז די סגולה איז נאר ווען מאיז זיך מקשר מיט ר' נחמן.

סשטייט אין ספרים אז ביי יעדע דבר מצוה וואס מ'טוט זאל מען זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון פריעדיגע דורות אין זייערע זכותים העלפט אז סזאל נתקבל ווערן אבער דאס אז מ'מוז זיך מקשר זיין צו א צדיק און אויב נישט איז עס גארנישט קיינמאל געהערט אזאנס.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי

אמת, אבער זיי האבן אויך נישט געטוישט דעם תיקון.

די תפילות נאך תיקון הכללי האט ר' נחמן געמאכט?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

איינס האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
הולך האט געשריבן: אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון

?

עפעס ווערט אויך געברענגט בשם רבי ברוך׳ל מעזביזער
אפשר נישט די זעלבע צען, איך ווייס נישט פונקטליך

אן אלטע שמועס איבער עשרה מזמורים פון אנדערע צדיקים ובתוכם השל"ה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יעדער האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי

אמת, אבער זיי האבן אויך נישט געטוישט דעם תיקון.

די תפילות נאך תיקון הכללי האט ר' נחמן געמאכט?

זיכער נישט, עס שטייט דאך קלאר רבי נתן. אבער די תפלה איז געבויעט און ברענגט ארויס וואס דער תיקון איז לפי די תורות פון רבי נחמן איבער דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נא_שכל האט געשריבן:

דעמאלטס מען מעג יא צילייגען איך גלייב נישט אז קאפיטלעך תהילים פין דוד המלך איז ווייניגער חשוב ווי די תפילה

וואס רעדסטו?!

די תפלה האט גארנישט מיט די תיקון וואס רבי נחמן האט מגלה געווען, איינמאל מ'ענדיגט זאגן די 10 קאפיטלעך תהילים, איז דער תיקון פערטיג. די מו"ל פון די קונטרסי "תיקון הכללי" האבן אריינגעדרוקט די תפלה פון רבי נתן, און בסך הכל איז דא א טייל אידן וואס פירן זיך צו זאגן די תפלה, לעורר לבם לתשובה שלימה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הולך האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: הרה“ק מסאטמאר זי“ע און אלע צדיקים וואס האבן גערעדט פין די תיקון הכללי האבן נישט געזאגט קיין ווארט אז מען דארף זאגן פארדעם די הריני מקשר און אזוי אויך האבן זיי נישט געזאגט אז מען דארף אינזין האבן די אלע כוונות וואס ליגט אין די תיקון הכללי

ריכטיג, א נייע דערהער געהערט צום ערשטן מאל דא אז די סגולה איז נאר ווען מאיז זיך מקשר מיט ר' נחמן.

סשטייט אין ספרים אז ביי יעדע דבר מצוה וואס מ'טוט זאל מען זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון פריעדיגע דורות אין זייערע זכותים העלפט אז סזאל נתקבל ווערן אבער דאס אז מ'מוז זיך מקשר זיין צו א צדיק און אויב נישט איז עס גארנישט קיינמאל געהערט אזאנס.

יאך האב דאס אויך קיינמאל נישט געהערט, איצט אז סי'ז שוין צוויי מענטשן וואס האבן דאס קיינמאל נישט געהערט אזאנס, מיין איך אז ר' נתן ברסלב'ר האט געהאט א טעות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גראדע איצט איבערקוקענדיג די בלעטער וואס גרינוויל האט אראפגעברענגט פון ר' נתן אין שיחות הר"ן, זע איך טאקע נישט ער זאל רעדן עפעס פון חיוב התקשרות בעת אמירתה. ער ברענגט עס נאר צו צייגן אז די תיקון איז ממש א נייע תיקון וואס איז נאכנישט געווען פארדעם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נברא האט געשריבן: באקומען אין אישי:

אויב ווילסטו קענסטו ארויסלייגן די זאך אין פאבליק אבער ביטע אראפנעמען די ניק נאמען.

לגבי דעם גאנצן שמועס וואס מען האט דא ארומגערעדט וועגן תיקון הכללי.
קודם וואלט איך געוואלט אביסעלע מסביר זיין די פרוסטריציע וואס מען זעהט דא ביי געוויסע ניקים אויף די דיסקאסיע, (בעיקר ברסלבער ניקים)
ווי פארשטענדליך דורך די פותח האשכול, רעדט מען דא וועגן די תיקון הכללי וואס הרה"ק מברסלב זי"ע האט מגלה געווען (איך מיין אז מען האט נישט דא גערעדט וועגן תיקונים פון ר' חיים פאלאג'י און אויך נישט וועגן ענינים פון בעלזער רב), איז פארשטייט זיך דארף מען צו דעם גיין און זען וואס די ברסלב'ער ספרים שרייבן דערויף און וואס די מסורות אין ברסלב זענען דערויף, (כ'וועל באלד צוקומען צו די ערשטע נקודה פונעם פותח). פאר א ברסלבער שטערט מורא'דיג שטארק ווען מען קומט שרייען אז דער בעל שומרי אמונים זאגט אזוי און אזוי. עס מיינט נישט אז ער האט אפי' א ברעקעלע פתיחות הכבוד אין אים, עס איז אבער פשוט אז דאס איז א תיקון וואס ר' נחמן האט מגלה געווען קוקט מען וואס ער און זיינע תלמידים זאגן דערוועגן ודו"ק כי קצרתי מאד בנושא.

יעצט לגופו של ענין.
די ערשטע שאלה פונעם אשכול:
הולך האט געשריבן: אין די וועלט איז אנגענימען אז די תיקון הכללי מיט הרה"ק רבי נחמן זי"ע איז איינס אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון, אפשר האט ער עס שטארק פארשפרייט אבער ווי איז די ערשטע מקור צו תיקון הכללי און ווי ווערט עס געברענגט.
עס איז גאנץ קלאר אז דער ערשטער וואס דערמאנט אז "די" צען קאפיטלך זענען א תיקון הכללי, איז געווען הרה"ק מברסלב. יא, עס איז געווען נאך צדיקים (בעיקר מקובלים) וואס האבן דערמאנט אז עס איז דא געוויסע מזמורי תהלים וואס זענען א תיקון, (איך געדענק נישט קיין מקורות אבער עס קען אפי' זיין אז ר' חיים וויטאל דערמאנט עס), און ווי ר' נחמן אליין האט זיך אויסגעדרוקט איז דאס געווען א זאך וואס גאר אסאך צדיקים האבן געוואלט אנטפלעקן, נאר מען האט זיי נישט געלאזט פון הימל.
און אזוי אויך ר' נחמן האט עס נישט אנטפלעקט אויף איינמאל (ווי ר' נתן פארציילט) נאר ער האט איינמאל געזאגט אז עס איז דא אזא זאך, און א צווייטע מאל האט ער אויך גערעדט דערפון, און ערשט א דריטע מאל האט ער געזאגט די סדר הקאפיטלעך ווי ער האט דעמאלט אויך געזאגט אז מען זאל עס זאגן ביי זיין ציון, (און דאס איז טאקע דער סיבה וואס ר' נתן איז נישט געווען פון דער עדים היות עס איז געזאגט געווארן פלוצלונג ווען ער איז נישט דארט געווען).

די גאנצע זאך וואס איך האב יעצט געשריבן איז מבואר באריכות אין שיחות הר"ן ווי ר' נתן פארציילט די גאנצע השתשלות הענינים - יעצט, איינער וואס וויל עס נישט אננעמען איז נישט מחויב אבער ער זאל נישט זאגן אז דאס האט מיט תיקון הכללי, - עס איז דא אסאך תיקונים פון צדיקים, אבער תיקון הכללי איז ווי ר' נחמן האט מגלה געווען די צען קאפיטלעך, (וואס אגב איז כדאי צוצוצייכענען אז ביי אלע אנדערע זאכן האט ר' נחמן געזאגט אז עס שטערט אים נישט אז מען זאגט עס נאך - נישט אין זיין נאמען, אבער ביי תיקון הכללי, איז ר' נתן שטארק ברוגז אויף דעם ספר עונג שבת פאר'ן נישט שרייבן אז עס קומט פון ר' נחמן. ווי ער דרוקט זיך אויס (שיחות הר"ן שיחה קמ"א) אז עס איז קלאר אז ער נעמט עס פונעם רבי'ן, ווייל אלע ספרים וואס ברענגען צו די תיקון זענען טאקע געדרוקט געווארן נאכן רבי'נס הסתלקות. און דארט שרייבט ר' נתן קלאר ארויס אז די זאך דארף ווערן געטון בהתקשרות צו דעם צדיק וואס האט עס מגלה געווען, און עס זאגן על דעתו ועל כוונתו, און ער זאגט אז ער פארשטייט אז די צדיקים האבן עס נישט נאכגעזאגט בשמו ווייל זיי האבן שטארק געוואלט אז עס זאל אריינגיין אין די וועלט, אבער נאכאלץ איז ער נישט צופרידן וכו' עיין שם כל השיחה.

אונגארישע הייזער האט געשריבן: נניח אז עס איז יא דוקא אויפן סדר, אבער ווען איינער זאגט אויס גאנץ תהלים איז עס אויך אויפן סדר, וה"ה אויב לייגט ער צו קאפיטלעך אינצווישן.

עכ"פ אזוי שרייבט הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע

יעצט לגבי די ענין צי מען דארף עס זאגן על הסדר:
ווי ר' נחמן שרייבט באריכות ליגט גרויסע ענינים אין די סדר המזמורים מיט שמות און אנדערע זאכן, (שם הק' תפ"ה און עניני אשרי שיר נצוח ניגון וכו') און ווי ר' אברהם בן ר' נחמן ברענגט ארויס זייער שטארק (כוכבי אור אנשי מוהר"ן סוף אות מ"ז השני) דארף די תיקון געזאגט ווערן דייקא על זה הסדר און דייקא אויף דעם וועג וואס דער רבי האט עס פארגעשריבן (ער איז עס מדמה דארט צו א דאקטאר ואכמ"ל).
אזוי אויך האב איך געזעהן אין ספר הציון הקדוש (פון ר' יעקב נתן אנשין) אז ביי רוב אנ"ש (ברסלבער חסידים) האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו אויסרעדן בשעת תיקון הכללי אפי' בדברים שבקדושה, און ער ברענגט דארט אז עס איז אפי' געווען איינער (איך האב נישט געטראפן די מקור צו דעם סיפור) וואס אויב ער האט געדארפט אינמיטן ענטפערן איהש"ר אדער אמן האט ער אנגעהויבן נאכאמאל. ממילא איז גאר פארשטענדליך אז די [גרויסע אויבער] חכמה פון זאגן גאנץ תהלים און עס איז דאך אריינגערעכנט, איז נישט קיין זאך וואס איז געווען אנגענומען אין ברסלב, און אוודאי האט מען נישט געהאלטן אז דאס גייט אריין בגדר די תיקון פון תיקון הכללי (עס איז סתם אזוי נישט שלעכט, נאר זאגאר א ענין צו זאגן גאנץ תהלים).

אינטרעסאנט איז אז א מעשה אביסעלע פארקערט איז יא דא, ר' שמואל הורביץ (ימי שמואל ח"א פ"ה) פארציילט אז זיין זיידע ר' שמואל הלר, דער רב פון צפת, האט פארציילט (איך מיין פאר זיין טאטע) אז ווען ר' נתן איז געווען אין ארץ ישראל האט ער אים געטראפן אין צפת, און ער האט אים פארציילט איבער די גרויסקייט פון תיקון הכללי, איז דער ר' שמואל האט געהאט א מנהג אז ער פלעגט יעדן טאג (אדער וואך - איך געדענק נישט) גיין צום ציון האר"י ז"ל אויסזאגן גאנץ ספר תהלים, איז אויף די עלטערע יארן ווען ער האט שוין נישט געהאט קיין כח האט ער אנגעהויבן זאגן נאר תיקון הכללי דארטן, זאגענדיג איז אין דעם איז כולל גאנץ ספר תהלים (ווי פארשטענדליך נעמט דאס בכלל נישט אראפ פון די גרויסקייט אין חיוב צו זאגן גאנץ ספר תהלים ,ווי הרה"ק מברסלב ברענגט טאקע אין לקוטי מוהר"ן, און אזוי אויך איז מקובל די ווארט (איך געדענק נישט פון וועם) "ישמיע כל תהילתו" עס איז פשוט א מעשה וואס קומט אפשר דא אריין).

לסיכום הענין:
עס איז קלאר אז די ספעציפישע סגולה פון די צען קאפיטלעך (הנקרא בעולם תיקון הכללי) איז א סגולה וואס ר' נחמן מברסלב האט מתקן געווען, און ער האט געזאגט גאר גרויסע סודות דערויף.
עס איז קלאר אז ר' נתן (תלמיד ר' נחמן) שרייבט אז די תיקון דארף געזאגט ווערן דייקא על דעתו ועל כוונתו פון דעם צדיק וואס האט עס מגלה געווען, און בהתקשרות אליו.
עס איז קלאר אז די שפעטערדיגע תלמידים (ר' אברהם ב"ר נחמן ועוד) האבן געהאלטן אז די תיקון דארף געזאגט ווערן דייקא על הסדר מיט די וועג (רעצעפט כלשונו) וואס ר' נחמן האט עס מגלה געווען.
און עס איז אויך קלאר אז אסאך צדיקים האבן מגלה געווען ענינים און אנדערע קאפיטלך תהלים, און צוגעלייגט און אראפגענומען, וכל אחד בענין שלו, וואס נעמט נישט אראפ פון זייער גרויסקייט און הייליגקייט, און אין א וועלט פון סגולות און ענינים איז טאקע כדאי צו טון די אלע זאכן און נאכמער.
עס איז אויך קלאר אז א תלמיד פון בעל שומרי אמונים זאל טון אזוי ווי זיין רבי שרייבט און זאגט.
אבער עס איז זיכער אז אין ברסלב האט מען נישט אנגעקוקט אזוי דעם תיקון הכללי.
ודי בזה

נ.ב. עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז טאקע אויף די זאך האט ר' נחמן געזאגט אז וואס ער גייט הייסן טון וועט זיין שווער ווייל דער בעל דבר וועט זיך פארלייגן דערויף, און כלשונו, וואס איז אזוי שווער צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים, קוקט אויס אז ער האט גוט געוויסט וואס ער רעדט!

עס איז דא 2 ענינים פין תיקון הכללי
1 די תיקון וואס די תלמידי בעשטה“ק האבן גערעדט דערפין און עס למעשה נתגלה געווארן דורך הרה“ק ר' נחמן מברסלב זי“ע און אסאך צדיקים האבן עס געהייסען זאגען און וואס די מנהג איז געווען אין ברסלב איז נישט מעלה ומוריד בכלל ווייל זיי זאגען אויך נישט אז ר' נחמן האט אזוי געזאגט ס“ה האבען זיי אזוי פארשטאנען און רוב כלל ישראל האט זיך בכלל נישט גערעכנט מיט מנהגי ברסלב און אז די שומרי אמונים האט געזאגט אז גאנץ תהילים הייסט תיקון הכללי איז בדרך כלל וועט א יוד וואס זוכט א תיקון וואס א צדיק אמת האט מגלה געווען קיקען וואס די צדיקים האבן געזאגט און וועט זיין ציפרידען מיט דעם ווייל ער זיכט א תיקון און ער זיכט נישט צי טוהן קיין מנהגי ברסלב
2 איז דא עפעס א ברסלב זאך וואס מען קען נאר זיין א ברסלבער אויב מען זאגט תיקון הכללי דאס דארף מען קיקען אויף די ברסלבע מנהג
ממילא קען מען עפענען 2 אשכולות 1 תיקון הכללי פין די צדיקי אמת 2 תיקון הכללי פין ברסלב והכל על מקומו יבא בשלום
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

פון ווי קומט די הנחה אז די תיקון קומט פון תלמידי בעש״ט און שפעטער נתגלה געווארן ע״י מוהר״ן?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

לב בשר האט געשריבן: פון ווי קומט די הנחה אז די תיקון קומט פון תלמידי בעש״ט און שפעטער נתגלה געווארן ע״י מוהר״ן?

ר' נתן שרייבט עפעס ענליך צו דעם אין שיחות הר"ן קמ"א
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צו דעם איינעם @יעדער ניק,...
וואו שרייבט דער שומר אמונים אז גאנץ תהלים 'איז' תיקון הכללי. ער זאגט דאס ניט.

ער זאגט מ'זאל זאגן גאנץ תהלים, ולכה''פ למי שאין לו פנאי זאל זאגן תיקון הכללי.

אזויפיל יא.''מ'זאל זאגן ח''י קאפיטלעך וביניהם זאל זיין די צען קאפיטלעך. אזויפיל זעסטו לדבריו אז פאר דעם און נאכדעם קענסטו/זאלסטו זאגן נאך 8 קאפיטלעך. מ'קען נישט זאגן אז ס'איז משמע אז מ'קען מפסיק זיין אינמיטן די 10 קאפיטלעך ווייל ער רעדט מעגליך פון פאר דעם און נאכדעם.

אזויפיל יא, ער האט נישט 'אנגעזאגט' מ'זאל נזהר זיין נישט חלילה אריינצוהאקן מיט אנדערע קאפיטלעך. אבער זעסטו נישט פון דא קיין הוראה אז ס'איז אקעי..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע:ביי טישל

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

שרייב האט געשריבן: https://ahblicklive.com/post.php?u_id=XP0c4wa0nwdPtUTP66B

פילטער לאזט נישט דורך, וואס שטייט דארט?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך ווייס פון דריי באזונדערע עננינים אינעם תיקון הכללי.
1) זאגן אין א טאג וואס מען איז נכשל געווארן ל"ע, און דייקא באותו ביום, און עס איז א תיקון אויף דעם חטא.
2) זאגן יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, דאס איז א תיקון אויף אלע עוונות.
3) זאגן ביים ציון פון ננמ"ח. אויף דעם גייט די מימרא פון ארויסצושלעפן פון שאול תחתית/גיהנם.

מעגליך אז די הריני מקשר עצמי איז מיוחד פאר די לעצטע צוויי.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די אשכול פון נושא הצדיק, איז ביי מיר אוועקגעלייגט אויפן שעה שאינו מן היום ולא מן הלילה. אבער איך וויל הערן צי איז דא דארט א שמועס איבער זיך מקשר זיין מיט צדיקים וואס לעבן שוין נישט, בשעת עשיית המצוה.
אויב יא ביטע לינקן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: 2) זאגן יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, דאס איז א תיקון אויף אלע עוונות.

ווי איז די מקור אויף דעם?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איינס האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
הולך האט געשריבן: אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון

?

עפעס ווערט אויך געברענגט בשם רבי ברוך׳ל מעזביזער
אפשר נישט די זעלבע צען, איך ווייס נישט פונקטליך

ניין נישט די זעלבע אין סידור עבודה ישרה אין די נייע דף 414 ברענגט מען פון ספר דברי ברוך פון הרה"ק מסקאליע זי"ע בשם זקנו הרה"ק רבי רבי ברוך ממעזבוז זי"ע
" סגולה להצלחה ולרפואה בדוק ומנוסה " לומר על דעת רבינו הרב רבי ברוך ב"ר יחיאל ממעז'יבוז זצוק"ל
ד'. י"ז .ס"ג . ס"ה . קט"ז . קל"ז .קל"ח . ק"נ .
נאר די לעצטע איז די זעלבע
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

יעדער האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: 2) זאגן יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, דאס איז א תיקון אויף אלע עוונות.

ווי איז די מקור אויף דעם?

עס האט נישט קיין מקור?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יעדער האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: 2) זאגן יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, דאס איז א תיקון אויף אלע עוונות.

ווי איז די מקור אויף דעם?

עס האט נישט קיין מקור?

ר' נחמן שרייבט אז זאגן באותו יום איז א תיקון אויף יענעם חטא.

די ברסלב'ער זאגן אז עס איז א כללית'דיגער תיקון אויף אלע עוונות, אבער איך ווייס נישט ווען מען דארף דאס זאגן פאר דעם, צי איז גענוג איין מאל אין לעבן, איינמאל א שמיטה, א יובל אדער א יאר.
איך זע אבער אז די ברעסלאווער חסידים זענען מקפיד טויט צי רויט נישט צו פארפאסן א טאג, פארשטיי איך אז דאס גייט בענאזאם.

דאס איז מיין הבנה, און אדרבא, זאלן די ברסלבע ניקס אויסקלארן די זאך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: 2) זאגן יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, דאס איז א תיקון אויף אלע עוונות.

ווי איז די מקור אויף דעם?

עס האט נישט קיין מקור?

ר' נחמן שרייבט אז זאגן באותו יום איז א תיקון אויף יענעם חטא.

די ברסלב'ער זאגן אז עס איז א כללית'דיגער תיקון אויף אלע עוונות, אבער איך ווייס נישט ווען מען דארף דאס זאגן פאר דעם, צי איז גענוג איין מאל אין לעבן, איינמאל א שמיטה, א יובל אדער א יאר.
איך זע אבער אז די ברעסלאווער חסידים זענען מקפיד טויט צי רויט נישט צו פארפאסן א טאג, פארשטיי איך אז דאס גייט בענאזאם.

דאס איז מיין הבנה, און אדרבא, זאלן די ברסלבע ניקס אויסקלארן די זאך.

גייסט אין מקוה יעדן טאג? אפשר איז גענוג איין מאל אין לעבן, איינמאל א שמיטה?
איך וויל זיין יעדן טאג פריש
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”