Re: עינים!
איך האב צייט. ווען דו האסט אפאר איבריגע מינוט, זעץ דיך אראפ אריינקלערן די חילוקים צווישן די צוויי. אין מיינע אויגן איז עס ממש אייניג.אורח הכבוד האט געשריבן:אויב באקומסטו א 100$ פאר יעדע חילוק צווישען די 2 קענסטו מיר ברענגען לכה''פ 5 חילוקים? אויב אזוי טו עס אליינס.יצחק אייזיק האט געשריבן:דאס זעלבע דארף מען אויך מעורר זיין קעגן דאס נוצן "סטעדיומס" פאר מערכות און כינוסים לש"ש, ווייל ס'ברענגט א התרשלות אין דעם ענין פון גיין צו א סטאדיום. אמאל האט יעדער חסידישער איד געוואוסט אז א סטאדיום איז חזיר טייף און אן אפגעהיטענער איד באלאנגט נישט דארט (ביז תשע"ב האט מען אין סאטמאר געוואוסט אז נאר די דף היומי אידן גייען צו סטאדיומס...), אלזא, יעדער איז מתיר מעטאדן פאר זיינע הייליגע צילן. לאז געמאך.
שכוח
אין קעיס די ווייסט נישט, ביים כינוס כלל ישראל איז די סטאדיום געווען צווישן די זאכן וואס גדולי ישראל האבן דעבאטירט. געוויסע רבנים זענען געווען דערקעגן מתחילה, למעשה האט מען געזען אז קיין אנדערע עצה פאר 50,000 אידן איז נישטא האט מען מתיר געווען לצורך שעה. אבער איינמאל מ'האט עס מתיר געווען לצורך שעה, האבן שוין די עסקנים און רבנים געשפירט אז מ'קען עס שוין רואיג נוצן נאכאמאל און געוויסע אפילו א דריטע מאל, הגם מ'האט נישט גערעדט פון קיין ציבור ווי ביים כינוס כלל ישראל. אויב מ'האט זיך געקענט אן עצה געבן מיט דעם סטאדיום, קען מען זיך רואיג אן עצה געבן מיטן בילבאורד.