עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

אוי אידאס אן אשכול... האבעך נישט געוואוסט אז ס'א געהעריגע זאך, כ'האב געמיינט אז כ'בין דער איינציקער מיט דעם. אלס קינד/בחור האב איך שרעקליך געליטן דערויף, היינט איז שוין סאך בעסער, אבער ס'קען נאך אלס פאסירן, בעיקר אויב איך בין אויווער טייערד, אדער איינער פונקט געט א בלינק מיט די אויגן וכדומה.

איך האב איינע פון מיינע זון ליידט אויך דערפון געפערליך... האבנדיג זיך געלערנט אויף די אייגענע ביינער וואס דאס מיינט, האב איך געזאגט פאר זיין מלמד איין יאר אז איך וועל אים נישט זאגן קיינע דיעות וואס צו טון אויב ס'פאסירט, אבער ער זאל וויסן אז אויב ער נעמט זיך לאכן פונקט ווען ס'דארף זיין די הויכפונקט פון ערנסטקייט אינמיטן קלאס, זאל ער וויסן אז ס'קומט נישט פון שלעכטקייט אדער פארנאכלעסיקטקייט. ס'איז עפעס וואס ער קען נישט קאנטראלירן.

זאגט מיר די מלמד, נאך א מזל די זאגסט מיר עס, ווייל איך אלס קינד האב אויך געליטן דערפון אין איך ווייס אויך וואס דאס מיינט...

בקיצור. יא גערעכט נישט גערעכט. אלס גוט אז מ'קען לאכן ב"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”