נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

Mintleaf האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:10 pm
איינער מיט א לינק אדער ליין ווי מ'קען הערן הרב אנשין שליט"א'ס דרשה און ווי אויך ר' יואל ראטה?
קול ברסלב: 212-444-9191 דערנאך 2, 1, 9, 2, די לעצטע צוויי דרשות
ווי אויך די לעצטע אינגעלייט שיעור
און מערכת ברסלב: 646-585-2985 גיי צוריק צו פאריגע וואך, און עס איז דא סיי פון הרב אנשין, און אויכעט א שמועס צווישן צוויי חברים בנושא זה.
העלא!
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

א לייוו באריכט פון אומאן אוקריינע היינט פרייטיג ערב ראש השנה תשפ"ד

טויזענטער אידן געפונען זיך אין אומאן צו וויילן אויף יום טוב ווייל די צדיק האט געזאגט אז קיין גרעסערס דערפון איז ניט פארהאנדין

גאר רורענדע סצענעס שפילן זיך אפ ווען מ'זעהט אידן מיט ווילטשערס האבן געמאכט דעם לאנגען וועג אריין פון די ערד גרעניץ'ן פולין אונגארן רומעניע מאלדאווע

אידן קומען אפילו אן קיין נארמאלע געפעק בלויז מיט א בריוו קעיס ווייל די ביליגע ערליינס טשארדזשען פאר א קליינע רענצל, אידן זענען זיך ממש מוסר נפש צו מקיים זיין דעם רצון פון צדיק

שווערע כוחות פון אוקריינישע פאליציי זענען אויסגעלייגט איבער גאנץ אומאן, אנדערש ווי פאריאר בעט מען כמעט נישט קיין פאספארטן פונעם עולם

די אומאן שטאטראט מאכט געפערליך משוגע די מענטשהייט מיטן באצאלן טוריסט געלט וואס קומט אויס א קנאפע 38 אמעריקאנע דאלאר

די נאכט קערפיו איז דעי יאר נאר פון 12:00 ביז 4:00 אנדערש ווי פאריאר וואס איז געווען פון 11:00 ביז 5:00 דעיס מאכט סאך גרינגער פארן עולם

די אנגעזעצטע פאליציי לייכט אויף פון צייט צו צייט ווען א איד געט א שריי סלאווא אוקרייאינעה ווען סקומט באלד צוריק א גוטמוטיגע הערוייום סלאווא

די מלחמה דערקענט זיך נישט כמעט, די סיירינס פייפן כמעט נישט

ראש השנה שלי עולה על הכול

תחל שנה וברכותיה
אטעטשמענטס
נתיבים-טורס-•-נפתחה-הרשמה-לקיבוץ-תשפג-תמוז-תשפב-•-ברסלב-נייעס.jpg
נתיבים-טורס-•-נפתחה-הרשמה-לקיבוץ-תשפג-תמוז-תשפב-•-ברסלב-נייעס.jpg (292.33 KiB) געזען 5633 מאל
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

הערליכע זיסע יום טוב געווען מיט א מורא'דיגע רואיגקייט און שלוות הנפש

נישט געהערט געווארן כמעט קיין סיירינס פון מלחמה.

צווייטע נאכט יום טוב (בערך 12 ביינאכט) האט מען געהערט סירענעס, (דעי וואס זענען נאכנישט געגאנגען שלאפן...) אבער ברוך השם גארנישט געווען.

ביים ציון איז געווען גאר אנגעפילט במשך יום טוב, מען האט געקענט טאפן די התעוררות אין די לופטן!

אלע תפלות אין אלע צענדליגע מנינים איז אנגעגאנגען ווי געפלאנט, צווישן זיי:
קלויז, קריה נאמנה, היכל הקודש הר”י לעזער, היכל הקודש הר”י ראטה, הרב מערמעלשטיין, הרב מארגענשטערן, הרב קלוגער, ביהמ"ד פון ר’ שלומי פעדער, בנוסף די פילע צענדליגע מנינים פון אחב”י הספרדים, ועוד.

שמחו בהשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב!

קרעמניצער חסיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:25 pm
כ’הער אז זיי פלאנירן ליידער צו איינצוימען פאר ברסלב’ע חסידים פון ארץ ישראל צו קומען דעם יאר.

טאטע זיסער העלף, ס’זאל נישט ווערן שווער פאר אידן אנצוקומען דעם קומענדיגן ראש השנה! אמן!
.......
העלא!
retiredprofessor
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

How was Yom Tov in Uman, was any problems because of the war?
Support his existence, oppose his wrongs...
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:20 am
How was Yom Tov in Uman, was any problems because of the war?
ניין
פאליציי האט געבעטן עטליכע מענטשן זייערע פאספארטן, און שוין.
העלא!
זקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 1:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן »

די עולם זאל זיין געווארנט אז אלע גרענעצן זענען זייער שטרענג מיט ציגרעטלעך, מ'מעג נאר האבן צוויי באקסעס פער מענטש, מיר האט מען יעצט צוגענומען דריי קארטענס און יאס
זקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 1:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן »

קרעמניצער חסיד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 8:43 pm
הערליכע זיסע יום טוב געווען מיט א מורא'דיגע רואיגקייט און שלוות הנפש

נישט געהערט געווארן כמעט קיין סיירינס פון מלחמה.

צווייטע נאכט יום טוב (בערך 12 ביינאכט) האט מען געהערט סירענעס, (דעי וואס זענען נאכנישט געגאנגען שלאפן...) אבער ברוך השם גארנישט געווען.

ביים ציון איז געווען גאר אנגעפילט במשך יום טוב, מען האט געקענט טאפן די התעוררות אין די לופטן!

אלע תפלות אין אלע צענדליגע מנינים איז אנגעגאנגען ווי געפלאנט, צווישן זיי:
קלויז, קריה נאמנה, היכל הקודש הר”י לעזער, היכל הקודש הר”י ראטה, הרב מערמעלשטיין, הרב מארגענשטערן, הרב קלוגער, ביהמ"ד פון ר’ שלומי פעדער, בנוסף די פילע צענדליגע מנינים פון אחב”י הספרדים, ועוד.

שמחו בהשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב!
וכן הרב גליק מים עמיקם
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

זקן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:04 am
די עולם זאל זיין געווארנט אז אלע גרענעצן זענען זייער שטרענג מיט ציגרעטלעך, מ'מעג נאר האבן צוויי באקסעס פער מענטש, מיר האט מען יעצט צוגענומען דריי קארטענס און יאס
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

רבותי!
זייטס נישט קיין אויבער חכמים!
מען האט יעצט געכאפט אויף א באס ביי ריישא עטליכע פאקעטן פון ציגארטעלעך, און זיי האלטן שוין אויף זייער א לאנגע צייט!
ביטע, טוטס נישט דעם טעות! זיי טרעפן עס צום סוף!
העלא!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

נישטא קיין כלל אמאל כאפט מען און אמאל נישט
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

נו, וועגן דעם טאר מען נישט זיין קיין חכם, מען האלט אויף הונדערטער אידן!
העלא!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואס איז די ציגארעטן לימיט, צוויי באקסעס אדער צוויי קארטאנען?
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 7:25 am
וואס איז די ציגארעטן לימיט, צוויי באקסעס אדער צוויי קארטאנען?
צוויי באקסעס
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

ביי אונז האבן זיי געטראפן עטליכע קארטאנען אינעם גארבעדזש... און אויפגעהאלטן די גאנצע באס קרוב צו א שעה.
העלא!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

וואס טוט זיך אויב וויל איך עס דעקלערן? ווילאנג דויערט דאס און וויפיל דארף מען באצאלן?
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

רוקן קראצער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוקן קראצער »

וואס קען מען טין אויב מען האט יא מער?
איך פראביר מיך צי האלטן שטיל ווען איך קים צווישען מענטשן וואס איך קען נאך נישט

אפילו מיט מיטארבייטער
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

הומאניטארישע קריזיס אנטוויקלט זיך ביי אוקראינישע גרעניצן, וואו טויזנטער אידן ארויס פון אומאן קענען נישט אהיימפארן‎
ב' האזינו פ״ד
די פּראָבלעמען ווערן געזען ביי די אוקראַינישע גרעניצן מיט פּוילן, מאָלדאָווע און אונגאַרן, און די אָרטיגע גרעניץ וועכטער איגנאָרירן די ביטעס פון די טויזנטער אידן וועלכע שטייען און וואַרטן שוין לאַנגע שטונדן, נישט האָבנדיג קיין עסן אָדער טרינקען, און ווערן געלאָזט וואַרטן אויפן גאַס. לויט א צאָל עדות אויף די סצענע, זעהט מען קלאָר א סעלעקציע, אַז די גרעניץ וועכטער לאָזן אַריבער אַזעלכע וואָס זענען פּוילישע בירגער אָדער בירגער אין אונגאַרן אָדער מאָלדאָווע, און שלעפּן אַרום מיט די פּראָצעדורן דוקא פאַר די אידן וואָס קומען פון ארץ ישראל, אַמעריקע אָדער אַנדערע פּלעצער.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/91572
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

רוקן קראצער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:42 pm
וואס קען מען טין אויב מען האט יא מער?
האסט? לאז עס אין מיסט קאסטן פאר די אוקריינער בארדער
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יז בתמוז האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 6:21 pm
רוקן קראצער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:42 pm
וואס קען מען טין אויב מען האט יא מער?
האסט? לאז עס אין מיסט קאסטן פאר די אוקריינער בארדער
טיילעס אויס..

2 שאכטלעך פער פערזאן.

מיסטקאסטן איז נאר במקום שאין אנשים, כדי סזאל חלילה נישט אריינפאלן בידי זדים..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
Excalon
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 3:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excalon »

הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם ביהמ"ד היכל הקודש אין אומאן - ה׳ האזינו-א תשפ׳׳ג

הנחת אבן הפינה ביהמ׳׳ד החדש באומאן
אטעטשמענטס
hqdefault.jpg
hqdefault.jpg (35.75 KiB) געזען 669 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

𝐎𝐧 𝐓𝐡𝐞 𝐒𝐭𝐫𝐞𝐞𝐭'𝐬 𝐨𝐟 𝐔𝐦𝐚𝐧: 35,000 ultra-Orthodox Jews Travel to Ukraine for Rosh Hashanah - 2023
ווידיא (18 מינוט)
אטעטשמענטס
hqdefault.jpg
hqdefault.jpg (52.71 KiB) געזען 314 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

"אומן אומן ראש השנה": מנהל הבטיחות והשירות בטיסת ארקיע ששר ורקד עם החסידים בדרכם לרבי
https://drive.google.com/file/d/1KztSgh ... sp=sharing
אטעטשמענטס
image.png
image.png (84.79 KiB) געזען 304 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ריקודים מוצאי ראש השנה אין קלויז
image (1).png
image (1).png (126.24 KiB) געזען 268 מאל
ריקודים ביים ציון
image (2).png
image (2).png (88.49 KiB) געזען 268 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”