וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

זיצענדיג ביי א משפחה מסיבה האט א קרוב מיינער פון ב"פ דערציילט אז ער האט געקריגן א ווייאלעישן פארן האבן אן איליגעל דרייוו-וועי, דהיינו א דרייוו-וועי אדער אפילו א קורב קאט (א נידעריגע סיידוואק) וואס איז נישט אפיציעל רעדזשיסטערד מיט די סיטי באהערדע.

פארשטייט זיך אז ביי די ארומיגע האט זיך גלייך פארמירט אן אפן שאכטל ווערעם איבער די ישרות פון די סארט דרייוו וועיס. טייל האבן גע'טענה'ט אז עס איז א גוזל את הרבים פון אנדערע אוטא טרייבער וועלכע ווילן דארט פארקירן זייערע מאשינען. ווידעראום אנדערע האבן פארפירט אז א דרייוו וועי איז א חלק פונעם בעלות פונעם הויז און דער בעה"ב האט א רעכט אויפן שטח.

איך בין נייגעריג צו דער חלק ההלכה און פראקטיק פונעם ענין איז שוין אמאל אויסגעשמועסט געווארן ערגעצוואו.
ער האט געלט???
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 25, 2018 1:37 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער האט געלט??? »

אגב, ווילעך שוין לאנג וויסען ווי מ׳קען בודק זיין אויף א דרייוו-וועי צו ס׳איז לעגאל.
עניוואָן?
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10020
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

מיינס א שכן האט דעסיידעד אז ער וויל א דרייוועי האט ער ארויפגעסטיגט א פאלשע גראדש טיר אויף די וואנט פון זיין הויז…. אין אויב איינער דערוואגט זיך צו בלאקען דער אזויגעריפענער דרייוועי קלעבט ער אן אלע פענסטערס פון די קאר מיט סטיקערס.. מעג איך ריפען 311?!?!?
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

אויב איינער מאכט דיר שאדן טארסטו נישט רופן פאליס?
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מונאוויטש האט געשריבן: ווידעראום אנדערע האבן פארפירט אז א דרייוו וועי איז א חלק פונעם בעלות פונעם הויז און דער בעה"ב האט א רעכט אויפן שטח.

דאס איז לכאורה נישט קיין שטח הבית, אין בעסטן פאל א חצר השותפים און ער האט נישט קיין שום רעכטן דערויף.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10020
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

נו סא וואס טיט מען מיט אזא אומענטש…
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נעכטן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

אויב איינער מאכט דיר שאדן טארסטו נישט רופן פאליס?

אויב איינער האט דיך שאדן געמאכט געלט און דו ווילסט צוריק דיין געלט, אויף דעם איז יש לדין אויב ס'הייסט מסירה, אבער מ'דארף נאכאלץ א היתר. געוויסע רבנים געבן לייכט היתרים אין אזעלכע פעלער, בפרט אויב מ'ווייסט אז יענער וועט נישט קומען צו דין תורה.

אויב קומט נאך צו א קנס מטעם די רעגירונג איז עס נאך מער מסירה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אן אריינגיין אין די הלכות פון גוזל את הרבים אדער אויב דער בעל הבילדינג האט א רעכט להלכה צו פלעטערן רעדער אדער נישט.

אלף: רופן 311 :
אויב דער דרייוווועי איז נישט ליגעל וועט יענער כמעט זיכער באקומען א טיקעט
דאס מיינט אז עס איז ריכטיג מסירה לכל הדיעות וועאס איז נאר מותר אונטער ספעציעלע אופנים אבער נישט פאר א יעדן מאן דהוא אליינס צו פסקענען

בית: דינא דמלכותא:
(נישט די חלק ההלכה דערפון)
געזעצליך באלאנגט די סיידוואלק און אלע פארקינג ספעיסעס אין פראנט פון א הויז פארן רבים וכל הקודם זכה
"א בעל הבית האט א רעכט אויב די געזעץ לאזט צו מאכן א "שניט" אריין אינעם סיידוואלק און געט די רעכט אויפן פארקינג פשוט רשות כ"כניסה" "ויציאה

גימל:
די געזעץ לאזט נישט מאכן דעם "קאט" נאר אויב עס איז דא מינימום פלאץ פאר איין קאר
א ספאט לעגאל איז אכט ביי אכצן
אויב פארנט פונעם הויז איז ווייניגער ווי אכצן פיס מוז דער ספאט זיין אדער אינעוויניג אין די הויז אדער אינעם סייד/בעק יארד

דלד: אויב איינער וויל פארקינג פאר זעקס און פערציג קארס באקומט ער נאכאלץ בלויז רשות
כניסה ויציאה אויף די פובליק חלק
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ווי קען מען זען אויב די דרייוועי איז לעגאל?
לפנות בוקר
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פשטות א רעגולער גוזל את הרבים..

די ראוד געהער פאר די סיטי און אויב איינער צאלט טעקס פאר א דרייוועי באקומטער די רעכטן פון די ראוד וואס פירט אריין צו זיין דרייוועי.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

הלוואי וועט קומען א ענד צו די [איליגעל] דרייו-וועיס, די הימל שרייעדיגע נאנסענס פון דעם איז בעיאנד, מען קען זיך דרייען שעות זיכען פארקינג, ווייל א סעלפישע מענטש האט דיסיידעד צו האבן א ספעיס 24-7, עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט א שווערערע פלאץ צו טרעפען פארקינג ווי אין ב"פ
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אבימלך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

נו סא וואס טיט מען מיט אזא אומענטש…

קלעב סטיקערס אויף זיין קאר..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

אויב איינער מאכט דיר שאדן טארסטו נישט רופן פאליס?

אויב איינער האט דיך שאדן געמאכט געלט און דו ווילסט צוריק דיין געלט, אויף דעם איז יש לדין אויב ס'הייסט מסירה, אבער מ'דארף נאכאלץ א היתר. געוויסע רבנים געבן לייכט היתרים אין אזעלכע פעלער, בפרט אויב מ'ווייסט אז יענער וועט נישט קומען צו דין תורה.

אויב קומט נאך צו א קנס מטעם די רעגירונג איז עס נאך מער מסירה.

עס איז קלאר מסירה במציאות און עס איז נישט א היתר אז ווייל יענער איז מיר שולדיג געלט מעג איך עם מסר'ן פאר עפעס אנדערש
רוב רבנים וואס געבן "גרינג" א היתר איז פשוט ווייל זיי ווייסן נישט די מציאות פון 311

עס קען אמאל זיין אז אויב יענער פלעטערט רעדער וואס ער איז א מזיק את הרבים אדער אלס למען ישמעו ויראו וועט מען "שווערליך" געבן א היתר
אזוי אויך אויב די גייסט שאדן האבן אויב יענער ווערט נישט אפגעשוטעלט דעמאלטס וועלן רוב רבנים מתיר זיין צו רופן אפילו אויב יענער קען האבן שאדן
דאס אבער איז גאנץ א שווערע מציאות ווען איינער בלאקט איינעמס אילליגעל דרייוועי
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

איך מעג פארשטיין פארוואס די פירמיט פאר א דרייוועי מאכט עם ווייניגער גוזל את הרבים, פאר די מענטש וואס פארלירט די ספאט איז א חילוק צו ער האט באצאהלט פאר א ארקיטעקטער צו מאכען געלט - איך מיין פערמיטס??
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בפרט אויב מ'ווייסט אז יענער וועט נישט קומען צו דין תורה

? פון ווי ווייסט מען אז יענער וועט נישט קומען
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: עס איז קלאר מסירה במציאות און עס איז נישט א היתר אז ווייל יענער איז מיר שולדיג געלט מעג איך עם מסר'ן פאר עפעס אנדערש
רוב רבנים וואס געבן "גרינג" א היתר איז פשוט ווייל זיי ווייסן נישט די מציאות פון 311

איינער זאגט אנדערש?! ליין איבער מיין תגובה ביטע.

כ'האב גערעדט פון רופן איינעם אין געריכט פאר די געלט וואס יענער איז שולדיג אין פאל ער וועט נישט באקומען קיין שום קנס. אויף דעם איז דא וואס געבן היתרים. דאס זעלבע זאך מיט א מזיק וואס וויל צוריק דאס געלט וואס ער האט שאדן געהאט.

אבער מסר'ן פאר עפעס אנדערש איז טאקע מסירה לכל הדעות.

ס'איז דא צוויי חלקים, ס'איז דא מסירה - מוסר ממון חבירו ביד עכום. און ס'איז דא ואלה המשפטים נישט צו גיין אין ערכאות. די צווייטע איז אסאך לייכטער ווי מסירה.
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום מאנטאג מארטש 07, 2022 7:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מחנך האט געשריבן: איך מעג פארשטיין פארוואס די פירמיט פאר א דרייוועי מאכט עם ווייניגער גוזל את הרבים, פאר די מענטש וואס פארלירט די ספאט איז א חילוק צו ער האט באצאהלט פאר א ארקיטעקטער צו מאכען געלט - איך מיין פערמיטס??

די תירוץ איז ווייל די ספעיס באלאנגט פאאר די שטאט און נישט מאר מיר און נישט פאר דיר
אז יענער מאכט א פערמיט און קויפט/דינגט אפ פון די שטאט די רעכטן דערפון געבט די שטאט אוועק די זכות פאר יענעם

ווילאנג אבער עס איז נישט געמאכט געווארן לעגאל האט א יעדע מיענטש פונקט אזא רעכט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן: עס איז קלאר מסירה במציאות און עס איז נישט א היתר אז ווייל יענער איז מיר שולדיג געלט מעג איך עם מסר'ן פאר עפעס אנדערש
רוב רבנים וואס געבן "גרינג" א היתר איז פשוט ווייל זיי ווייסן נישט די מציאות פון 311

איינער זאגט אנדערש?! ליין איבער מיין תגובה ביטע.

כ'האב גערעדט פון רופן איינעם אין געריכט פאר די געלט וואס יענער איז שולדיג אין פאל ער וועט נישט באקומען קיין שום קנס. אויף דעם איז דא וואס געבן היתרים. דאס זעלבע זאך מיט א מזיק וואס וויל צוריק דאס געלט וואס ער האט שאדן געהאט.

אבער מסר'ן פאר עפעס אנדערש איז טאקע מסירה לכל הדעות.

ס'איז דא צוויי חלקים, ס'איז דא מסירה - מוסר ממון חבירו ביד עכום. און ס'איז דא ואלה המשפטים נישט צו גיין אין ערכאות. די צווייטע איז אסאך לייכטער ווי מסירה.

יישר כח פארן קלאשטעלן
על זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מחנך האט געשריבן: איך מעג פארשטיין פארוואס די פירמיט פאר א דרייוועי מאכט עם ווייניגער גוזל את הרבים, פאר די מענטש וואס פארלירט די ספאט איז א חילוק צו ער האט באצאהלט פאר א ארקיטעקטער צו מאכען געלט - איך מיין פערמיטס??

איךפארשטיי נישט דיין קשיא.
ער דארף א פארקינג צו די האנט (פונקט ווי די און איך) צאלט ער אפאר רובל, און ער האט איינס 24 זיבן.
איינער וואס לייגט אראפ א סיין, צו סיי וואס, אן צאלן פאר די שטאט. האב איך דאך די זעלבע רעכט אויף די שטיקל ערד, צו לאזן רוען מיין קאר

----

דער עולם האקט ענליך
לייקוס
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

אויב א יוד ברעכט אריין און שטיבער אינמיטען די נאכט און גאנבעט מעג מען רופען די פאליציי.

די שאלה איז צו א זאך וואס איז הנהגת העיר און נישט בין אדם לחבירו,און סאיז נישט קיין ענין פון לפניהם ולא לפני עכו״ם, סאיז פשוט א הנהגת העיר און די עירייה אינפאורסט עס לצורך העיר.
הייסט דאס מסירת ממון ישראל לעכו״ם, אדער לפניהם ולא לפני עכו״ם
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

מ׳קען טשעקן אויפן DOB וועבזייטל אויב מען האט געפיילט פאר א קורב קאט, אויב נישט איז א מצוה צו מפרסם זיין אז יודן זאלן קענען פארקן דארטן…

נעבן מיר האט איינער זיך געבויעט א נייע הויז אין געלייגט א פאלשע גאראדזש טיר מיט א גרויסע סיין נאו פארקינג, איך האב געוויסט אז דער האט קיינמאל נישט געפיילט פאר קיין קורב קאט (ווייל אין דע זאונינג אויף דע לאט סייז קען מען נישט) מילא נאכן סורקלען די בלאק צוויי מאל אין איך זעה גארנישט אויסער פאמפס פארק איך פארנט פון זיין גאראדזש טיר

די ערשטע מאל וואס כהאמיר געווייגט האט מיר אפגעווארט צופרי אין הייבט אן שרייען די חי׳ איך צאל דא גראבע טעקסעס פאר דעם ועוד…
כהאב ארויס גענומען מיין טעלעפאון אין אים געוויזן אז ער האט קיינמאל געפיילט אין סאיז איליגעל…..

די רעסט איז היסטארי…
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

פעניאק האט געשריבן: מ׳קען טשעקן אויפן DOB וועבזייטל אויב מען האט געפיילט פאר א קורב קאט, אויב נישט איז א מצוה צו מפרסם זיין אז יודן זאלן קענען פארקן דארטן…

נעבן מיר האט איינער זיך געבויעט א נייע הויז אין געלייגט א פאלשע גאראדזש טיר מיט א גרויסע סיין נאו פארקינג, איך האב געוויסט אז דער האט קיינמאל נישט געפיילט פאר קיין קורב קאט (ווייל אין דע זאונינג אויף דע לאט סייז קען מען נישט) מילא נאכן סורקלען די בלאק צוויי מאל אין איך זעה גארנישט אויסער פאמפס פארק איך פארנט פון זיין גאראדזש טיר

די ערשטע מאל וואס כהאמיר געווייגט האט מיר אפגעווארט צופרי אין הייבט אן שרייען די חי׳ איך צאל דא גראבע טעקסעס פאר דעם ועוד…
כהאב ארויס גענומען מיין טעלעפאון אין אים געוויזן אז ער האט קיינמאל געפיילט אין סאיז איליגעל…..

די רעסט איז היסטארי…

;l;p-
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

פעניאק האט געשריבן: מ׳קען טשעקן אויפן DOB וועבזייטל אויב מען האט געפיילט פאר א קורב קאט, אויב נישט איז א מצוה צו מפרסם זיין אז יודן זאלן קענען פארקן דארטן…

נעבן מיר האט איינער זיך געבויעט א נייע הויז אין געלייגט א פאלשע גאראדזש טיר מיט א גרויסע סיין נאו פארקינג, איך האב געוויסט אז דער האט קיינמאל נישט געפיילט פאר קיין קורב קאט (ווייל אין דע זאונינג אויף דע לאט סייז קען מען נישט) מילא נאכן סורקלען די בלאק צוויי מאל אין איך זעה גארנישט אויסער פאמפס פארק איך פארנט פון זיין גאראדזש טיר

די ערשטע מאל וואס כהאמיר געווייגט האט מיר אפגעווארט צופרי אין הייבט אן שרייען די חי׳ איך צאל דא גראבע טעקסעס פאר דעם ועוד…
כהאב ארויס גענומען מיין טעלעפאון אין אים געוויזן אז ער האט קיינמאל געפיילט אין סאיז איליגעל…..

די רעסט איז היסטארי…

;l;p-עם עיקש תתפתל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ער האט געלט??? האט געשריבן: אגב, ווילעך שוין לאנג וויסען ווי מ׳קען בודק זיין אויף א דרייוו-וועי צו ס׳איז לעגאל.
עניוואָן?

איך האב ארימגעזיכט, עס איז נישטא,
נישט נאר דעיס, די פאליס האט אויך נישט קיין רעקארד, אויב איינער וואס האט א אמלאגאלע דרייוועי און ריפט די פאליס אויף דיר, גייסטו באקומען א טיקעט, און די אליין דארפסט אויסגעפינען אז עס איז אמלאגאל און עס פייטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”